טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

זייער נישט קיין שיינע זאך, וואס איז זיין ניק?
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ה' - א טעות וואס פירט צו א שפעטיגונג

אויסשטייגנדיג פונעם אויטא האב איך תיכף ארויסגענומען פון טאש די מאסקעס, אנגעטון איינס אויף זיך און געשאנקען איינס פאר'ן זוהן. איך האב גענומען מיין רענצל און טלית-ותפילין באגאזש, און מיין זוהן האט גענומען זיין רענצל און קלענערע האנט-באגאזש, און מיר שפאנען אריין אינעם גרויסן זאל פונעם לופטפעלד, בעת דער אנדערער חתן זאגט אז ער וועט ווארטן אויף זיין פאטער און נישט איינטשעקן אליינס. ער האט אונז עטוואס אריינבאגלייט אין ווארטזאל, אבער ווי נאר מיר האבן זיך איינגעטשעקט און ווייטער געשפאנט, האט מען זיך געזעגנט, בעת די קאמערא איז ביי אים געבליבן - מיינענדיג אז מען וועט זיך אט אט ווידער באגעגענען.

מיר שפאצירן צו די "עיר פראנס" אויפנאמע פלאץ, וואו מיר ווערן שיין אויפגענומען, ווי עס פאסט פאר א 'פרימיום עקאנאמיע' רייזנדער [איך, מיין זוהן האט זיך מיטגעכאפט מיט מיר ביים איינטשעקן אבער איז למעשה געפארן עקאנאמיע]. ווי נאר איך געב איבער מיין פאספארט, הייבן זיך אן א שטיקל צעמישעניש, ווען דער נארישער באאמטער דרוקט אויך ארויס די סטיקער פאר מיין באגלייטער - וועלכער איז נאכנישט אנוועזנד - און לייגט דאס ארויף אויף די רענצל פון מיין זוהן... איך האב נישט געמאכט קיין וועזן דערפון, קלערנדיג אז דאס איז דער צוגאנג ווען א 'גרופע' קומט אן... וואס איז שוין דער גרויסער חילוק אויב עס שטייט אויפ'ן רענצל "פינקאסעוויטש" אדער "עהרנרייך", דער עיקר אז דער רענצל באלאנגט צו די גרופע רייזנדע. נו נו...

מיר געבן איבער די קאוויד טעסט, אבער זיי קוקן עס ניטאמאל אן. די טייערע צעטלעך וואס קאסטן א מאיאנטעק, האט מען ביי אלע לופטפעלדער גענצליך איגנארירט. נו שוין, באשערט פאר אידעלעך צו מאכן געלט אויף אונזער קאנטע. די רענצלעך זענען אריינגעגעבן, און מיר לאזן זיך צום ארט וואו מען גייט אדורך די זיכערהייט אונטערזוכונגען. אה, דא איז שוין דא א לאנגע רייע... געענדיגט זענען די קאוויד צייטן ווען איך בין געווען דער ערשטער אדער צווייטער ביים זיכערהייט שורה, יעצט האט מען געווארט און געווארט און געשטאנען היבש לאנג אין די שורות. מיר נוצן אויס די צייט צו רעדן מיט'ן חתן, וועלכער האלט יעצט דאס ערשטע מאל מיט אזעלכע סצענעס. זייענדיג א פרייליכער בחור'ל האב איך אים געבעטן ברחמים אז יעצט קומט מען אן צו אן ארט וואו וויצן זענען אומאקצעפטירט. יעדע גוט ווארט וואס פאלט אים ביי, זאל ער שנעל אראפשלינגען, אדער זאגן פאר מיר אין די אויער שטילערהייט, ווייל די באאמטע ווערן נישט פרייליך פון קיין וויצלעך דא און צומאל קענען זיי ווערן שטרענג און מאכן א מצב אויף א נארישע אויסדרוק וואס זיי פארדעכטיגן מיינט מי יודע וואס.

מיר דערגרייכן ענדליך דעם מאשין וואו מען שטעלט ארויף אלע זאכן און עס פארט אדורך אונטער וואכזאמע אויגן, מען זאגט אונז אן צו ארויסנעמען אלע עלעקטראנישע חפצים פון איבעראל און שטעלן באזונדער אינעם שיסל, געלט זאל מען ארויסנעמען פון טאש און האלטן אין די האנט ביים אדורכגיין דעם עקסרעי-מאשין וואס מאכט א בדיקת פנים וחוץ ברגע כמימרא. מיר באקלערן זיך שנעל אויב עס איז דא עפעס אומלעגאל אין די פעקלעך, און באשליסן אז לכאורה נישט און די פעקלעך ווערן אלע געשטעלט אויפ'ן פאסיג וואס פירט עס אדורך דעם באקוקער.

אה-או! דער האנט-באגאזש פון מיין זוהן פארקירעוועט זיך פון וועג און פארט אריין צו א באזונדערע ארט פאר א ספעציעלע האנט אונטערזוכונג. עפעס פארדעכטיגט איז געפינען געווארן! מיר באקראצן זיך דעם קאפ, וואס האט זיך דארט געקענט פארוואלגערן? נו.. מיר וועלן זיכער ווערן עטוואס אויפגעהאלטן דערפאר, לאמיר האפן אז מיר וועלן כאטש נישט פארפאסן דעם פליגער אלס רעזולטאט. פאסיגלאז, שיכלאז, רעקללאז און הוטלאז שפאנען מיר איינציגווייז אדורך דעם גרויסן מאשין מיט די הענט איבער'ן קאפ, און ב"ה אלעס איז קלאר, ווי געראכטן, אפילו די טיטאניום רערן און שרויפן אין מיין לינקע פיס האבן נישט ערוועקט קיין פייפערייען, אנדערש ווי אין די פרימיטיווערע לענדער וואו עס נעמט זיך פייפן (דאסמאל האבן מיר דאס געהאט אין שווייץ, אויפ'ן וועג צוריק פון א"י).

יעצט דארף מען ווארטן געדולדיג ביז מען ערלויבט אונז צו נעמען דעם קאנפיסקירטן האנט באגאזש מיט די פארדעכטיגטע סחורה. לאנגע סעקונדעס ריקן זיך דורך, און ענדליך קומט א באאמטער מיט הענטשוך אנגעטון [מ'קען דאך חלילה אנגעשטעקט ווערן פון די פארבאטענע סחורה וואס ליגט דארט] און מאכט אויף דעם זיפער דערפון. די ערשטע זאך אויף די רייע איז גלייך געווען די שייגעץ-שטיק, נעמליך א שיסל קאמפאט וואס איז אזוי זארגפעלטיג איינגעפאקט געווארן אז מיר זאלן זיך קענען באנעצן די גומען בעפאר'ן אפרייזן, אבער וויבאלד עס איז געליגן אינעם באגאזש האבן מיר נישט געדענקט דערפון און עס איז ליידער בעוה"ר אוועקגעשליידערט געווארן אין די מיסט דורך די אכזריות'דיגע באאמטע. ניטאמאל האבן זיי געגעבן די מעגליכקייט דאס אויפצועסן אויפ'ן ארט. בל-תשחית איז אויף זייער קאנטע, זאלן די נשמות וואס זענען געליגן אין דעם מאכל קומען און זיך באפאסן מיט די חברה...

יעצט האלט מען שוין נאכ'ן דורכגיין די זיכערהייט, און מען דארף אונטעראיילן די טריט ווייל עס איז שוין ממש שפעט, מ'לאזט שוין ארויף די פאסאזשירן אויפ'ן פליגער. מיר האלטן די אויגן אויף די שילדן וואס צייגן צו וועלכן צוים מיר דארפן יעצט לויפן, און מ'לויפט... אינדערצווישן הערן מיר שוין אז אונזער באגלייטער איז ב"ה אנגעקומען אין לופטפעלד, אבער עפעס מאכן זיי קונצן און ווילן אים נישט אריינלאזן מיט'ן תירוץ אז ס'איז שוין צו שפעט... ער טענה'ט אבער אז ער איז למעשה יא אנגעקומען אין צייט, נאר די שפעטיגונג איז געשען דורך די פריערדערמאנטע מיספארשטענדעניש ווען די באאמטע האבן בטעות געשטעלט מיין באגלייטער'ס נאמען אויף איינע פון מיינע פעקלעך... און וויבאלד זיי זענען פארנומען געווארן אויסצוקלארן וואס דא גייט פאר און פארוואס דער קאמפיוטער צייגט אז מיין באגלייטער האט שוין אריינגעטשעקט זיינע רענצלעך, האט זיך דער זייגער פאראויסגעריקט.

אינצווישן זענען מיר שוין אנגעקומען צום צוים, וואו איך האב געהאלטן אן אויג אויף די פעקלעך ביז מיין זוהן איז ארויס אויף לעצטמינוטיגע הכנות, און דערנאך האט ער געהיטן דאס געפעק ביז איך בין צוריקגעקומען, ווען אינצווישן קומט צו איינע פון די איינגעשטעלטע און פרעגט מיר אויב איך הייס אזוי און אזוי, און הערנדיג אז יא, זאגט זי מיר אז מען זוכט מיך ביים טישל פארנט פונעם אריינגאנג צום פליגער... עס האט מיר בכלל נישט געשמעקט דער כבוד, אבער אז מען רופט גייט מען... דער עולם איז שוין דארט געשטאנען אין שורות איינצושטייגן אין פליגער, בפרט די וואס זיצן אין די פאדערשטע קלאסן, און דא שלעפט מען מיך ארויף - און איך האב מיטגעשלעפט מיין זוהן מיט מיר כדי ער זאל נישט בלייבן אליינס - צום אויבנאן...

אנקומענדיג צום טישל בעטן זיי אונזערע פאספארטן, און בשעת מעשה רעדן זיי טעלעפאניש - אדער דורך זייערע ספעציעלע ראדיאס - מיט אנדערע איינגעשטעלטע פונעם לופטפעלד וואס פרובירן צו כאפן וואספארא מיסטעריעזע גרייז דא איז געשען, אז מיין באגלייטער'ס נאמען איז געזיגלט געווארן אויף א רענצל בעפאר ער איז בכלל געווען אין לופטפעלד. איינער פון זיי ציט ארויס א סמארטפאון און בעט מיר "הכר נא" - איך זאל זאגן אויב איך דערקען די פעקלעך אויף די בילדער... וויבאלד איך האב געלייגט ריזיגע בוכשטאבן אויף מיינע רענצלעך כדרכי (די ערשטע אות פון מיין לעצטע נאמען), האב איך גלייך געקענט באשטעטיגן אז די רענצלעך אויף די בילדער זענען מיינע. אבער פארוואס שטייט אויף איינע פון זיי אן אנדערע נאמען? דאס ווייס איך שוין נישט...

א שאד מיין באגלייטער קען נישט אהערקומען און שרייבן זיין זייט פון די מעשה, וואס איך האב נישט מיטגעהאלטן פערזענליך נאר געהערט פון אים, אבער עס איז געווען א גאנצע סקאנדאל ווען ער איז אנגעקומען, און ביי איין פונקט האבן זיי געוואלט צוריק ארויסשטעלן מיינע רענצלעך אויס זארג אז דאס זענען רענצלעך וואס באלאנגען נישט צו קיינער פון די רייזנדע, און דאכט זיך אז לעגאל טאר זיך דער פליגער נישט הייבן אויב איינע פון די פעקלעך פארמאגט נישט קיין בעל הבית [ווייל אפשר איז דאס אן אונטערגעשטעלטע באמבע וכדומה].

למעשה האב איך זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט מיין באגלייטער, און ער האט מיר געזאגט אז עס איז וואס עס איז, ער ווערט נישט ארויפגעלאזט אויפ'ן זעלבן פליגער, און ער גייט פרובירן זיין מזל מיט אנדערע לופטליניעס וכדומה, און דערווייל זאל איך אויפשטייגן און מיר וועלן זיין בקשר אין אייראפע אי"ה. איך בין נאך קיינמאל געפלויגן אין ערגעץ אן באגלייטונג, אבער איך האב געוואוסט אז איך האב נישט וואס צו דאגה'ן אין די קומענדיגע 12 שעה אדער מער, ווייל די ערשטע פלי רייזע [פון ניו יארק קיין פאריז] דויערט זיבן מיט א האלב שעה, און צוויי מיט א פערטל שעה דערויף זעצט מען זיך ארויף אויף נאך א פליגער פון צוויי מיט א פערטל שעה, אלזא צו וואס זאל איך יעצט דאגה'ן אויף שפעטער... זענען מיר רואיג ארויף אויפ'ן פליגער, ווען איך מאך זיך באקוועם אויף מיין פרימיום זיץ, און מיין זוהן אויף די פאדערשטע רייע פון די עקאנאמיע זיצן, וואס איז אויסגעקומען קארגע צוויי רייעס הינטער מיר, אזוי אז ער האט מיך געקענט זען די גאנצע צייט, און איך האב זיך געקענט געבן א שטעל אויף און כאפן א בליק אויף אים צו יעדע צייט.

דער פליגער איז געווען א AIRBUS A350-900, וואס ביי די פרימיום-עקאנאמיע זיצן איז עס אויסגעשטעלט 2-4-2. מיין זיץ איז אויסגעקומען די ערשטע רעכטס ביי די מיטלסטע זיצן, דאס הייסט אז איך בין ב"ה געזיצן ביים דורכגאנג און נישט געדארפט אויפהייבן קיינעם אדער איבערקריכן יעדע מאל איך האב זיך געוואלט אויפשטעלן [איר וואונדערט זיך אודאי, זינט ווען שטעל איך זיך אויף אינמיטן א פליגער... אבער דאסמאל האב איך געמוזט, סיי צו ציילן ספירה שטייענדיג, און סיי צו נעמען עסן אדער געבן עסן פאר מיין זוהן]. א גרעסערע מזל האב איך געהאט, אז די זיץ נעבן מיר איז געווען גענצליך ליידיג דורכאויס די גאנצע נסיעה, און דאס האט געדינט אלס הפסק צווישן מיר און די צוויי גוי'טעס וואס זענען געזיצן ביי די לעצטע צוויי זיצן פון די מיטלסטע רייע. אויך מיין זוהן האט געהאט מזל צו ווערן געזעצט אין די סאמע פאדערשטע רייע פון זיצן, אזוי אז ער האט געהאט גאר אסאך פלאץ פאר די פיס, און אויך ער איז ב"ה געזעצט געווארן נעבן מענער. [איין נארישער גוי וואס האט געזאלט זיצן פרימיום, האט זיך אונטערוועגנס געכאפט אז ער האט זיך באקוועם געמאכט אין עקאנאמיע... גיי פארשטיי].

מען רופט אהיים מעלדן אז אט אט שטעלט מען דעם טעלעפאון אויף עראפלאן מאוד, און מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די אויסרופער וואס דערציילן וויאזוי זיך צו ראטעווען אין פאל דער פליגער גייט אונטער [די וואס פליען יערליך, זענען שוין אימיונד דערצו... כ'געדענק נאך ווען איך פלעג עס ערליך מיטהאלטן]. און נאך אפאר זייער לאנגע מינוטן האט אונזער פליגער ענדליך באקומען רשות צו פארשנעלערן איר ספיעד און זיך הייבן אין די לופטן. ויסעו!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Iphone האט געשריבן:זאג דעם משגיח אז ער האט נישט וואס צו זוכן אויפן געוועב.

רעטוויט, ער זאל זיך על כל פנים שעמען דאס צו אדווערטייזן.

עניוועי, ישר כח מנהל פאר דעם פיפטן קאפיטל!

הגם ער העט ווען אפשר טאקע נישט געזאלט מיטנעמען דעם קאמערע, עס קען היפש מגשם זיין א נסיעה.
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

מפלי מיר אין די ליפטן..

שכח מנהל!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין!

A350-900 איז גאר א פיינע לופטיגע עירקרעפט.

נארמאל ברויך מען עקסטער באצאלן פאר די ערשטע גייע עקאנאמי, מסתם האסטו גענוצט א פיינעם טרעוול אגענט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גרויסן דאנק - מנהל, הערליך באשריבן!

און המקום ימלא חסרונך אויף די אוועקגעווארפענע קמפאט...

א דאנק אויך פארן נישט לאזן ווארטן צולאנג צווישן איין קאפיטל און דעם אנדערען
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

הערליך הערליך!! יישר כחכם מנהל!

פרימיום גאר? וואו א איש מכובד

דער מנהל וואלט שוין געדארפט צו וויסן אז פאר א קאוויד טעסט צאלט מען נישט

פינקאסעוויטש שטימט, עהרנרייך נישט עכט.

פארוואס קען דער באגלייטער ניט קומען? ער האט נישט קיין ניק דא? אתמהה

מיין חידוש פון דער קאפיטל: דער מנהל קען אויך א טעות האבן, צוויי מאל קאפיטל ד’??
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פאר'ן אנמערקן, פארראכטן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אפפא, מ’הייבט זיך...

שכוח מנהל פארן זיך אויסלאכן פון די מניעות און אונז מהנה זיין.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

פאסיגלאז, שיכלאז, רעקללאז און הוטלאז ;l;p-
יישר כח פארן קאפיטל!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הערליך שיין, ישר כח!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

איינער האט די נאמבער פונעם משגיח? כ'דארף נאך אן ארטיקל



אז נישט דער משגיח כאטש דער אחראי, @ארחיקה?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייטיגע קאפיטל, געשריבן דורך מיין באגלייטער:
קודם האב איך הנאה פון דיין הערליכע באשרייבונג, און זעענדיג אז דו ווארטסט אז איך זאל אריינקומען מיט מיין זייט פון די מעשה, וועל איך פרובירן מיין בעסט.

איך בין אנגעקומען פונקט צו די צייט פון א שעה צום פליגער, וואס געווענליך קען מען עס נאך מאכן, (איך האב נאכנישט געהאט א פאל ווען נישט, אפילו ווען איך בין שוין אנגעקומען מיט פעק און זעק 50 מינוט צום פליגער) ובפרט אז מ'האט פרימיום קען מען גלייך צוגיין צום איינטשעקן. צוגייענדיג צום קאונטער, פרובירט זי מיך אריינצוטשעקן, און זי רופט זיך אן, אהה, דיינע פעקלעך זענען שוין אריינגעטשעקט, יא? זאג איך וואס עפעס?!, אט זענען מיינע פעקליך פון אונטער מיר.

זאג איך איר, איך האב טאקע געמאכט אונליין טשעקאין, אבער מיינע פעקליך זענען נאך פיזיקלי דא. זי קוקט אהער און אהין ווי דער האן אין בני אדם. אינצווישן האט מיין מוח געכאפט וואס דא גייט פאר, און איך האב דיך באלד אנגערופןת מסתמא ביסטו פונקט דאן אריבער הוטלאז שיכלאז און פאסיגלאז דעם מאשין, האסטו נישט אויפגעהויבן אויף מיר.

דאן פרעג איך איר, וויאזוי איז מעגליך אז מיינע פעקליך זענען אריינגעטשעקט, אפשר האט אן אנדערער פון מיין גרופע אריינגעטשעקט אויף מיין נאמען. און זי האט זיך גענומען נישטערן נאך אביסל, און זי פרעגט מיך דו קענסט איינעם פיילקאסאוויטש, און איך פארעכט איר, פינקאסעוויטש... יע, זאגט זי מיט פאטאס. זאג איך איר אוודאי, מיין זונ'ס בילעט איז אינאיינעם אויף די זעלבע גרופע פון טאטע און חתן פינקאסעוויטש. פרעגט זי, אהה, און וויאזוי איז מעגליך אז עהרענרייך איז שוין אריינגעטשעקט, זאג איך איר, אז דאס דארף זי ענטפערן...

דא האט זי שוין געבראכן איר מדת הגאווה, און צוגערופן אן אנדערע מיסיס קוקט אויס ווי א מענעדזשער אויפ'ן פלאץ. און דעיע קומט אן און הויבט אן קוקן, (די מעשה ביז דא האט שוין גענומען אזא פופצן מינוט.) און רופט זיך אן, דו קענסט זיי נישט אריינטשעקן אין דעם פליגער, ס'איז שוין פארמאכט. זאג איך, ענק האבן דאך מיך בטעות אריינגעטשעקט מיט א צווייטן, זאגט זי נאו פראבלעם, מ'ברענג מיר דיר צוריק די רענצלעך....

אויף דעם האב איך זיך אנגערופן, נאו וועי, טוט דאס נישט, די פעקליך זענען פינקאסעוויטש'נס, נאר ענק האבן עס פארשריבן אויף עהרענרייך. איז געווארן א פאזע פאר נאך אפאר מינוט. קוקט אויס ווי דאן האבן זיי וועריפייעד מיט הרב פינקעסאוויטש צי די פעקליך זענען זיינס.

על כל פנים, איך האב שוין געזען מיין בראך, איך האב באלד אנגערופן מיין חבר וואס האט מיר דאס מאל ארלעדיגט דעם בילעט, און אים געפרעגט וואס זענען מיינע שאנסן אנצוקומען קיין בודאפעסט דעם נעקסטן טאג איינסע מיטאג.

ער האט געטראפן א פליגער וואס פארט מיט דעלטא דורך אמסטערדאם קיין בודאפעסט נישט אנצוקומען אום איינסע נאר עטוואס שפעטער. שוין, דערנאך מיט מיין פליגער, פרעג איך זיי, סאו וויאזוי קען איך אנקומען קיין בודאפעסט דאס פריעסטע מעגליך, איך האב דרייע א וויכטיגע ביזנעס מיטינג.

זאגן זיי מיר צו גיין צו די אנדערע טישל דארט וועט מען מיך העלפן.

קום איך אן דארט, הויבט זי אן צו פרעגן ווער ס'איז שולדיג אין מיין פארפאסן דעם פליגער, און איך זאג איר, וואס הייסט ווער?, ענק האבן מיך איינגעטשעקט מיט א צווייטן. זי קוקט אהער און אהין, שוין, זיי גייט זען וואס זי קען מיר געבן.

דאן זאגן זיי אז זיי קענען האבן א פליגער צוויי שעה שפעטער אויך קיין פראנקרייך, אבער קיין בודאפעסט וועל איך אנקומען 5 נאכמיטאג. פרעג איך זיי ווילאנג איז דער סטאפ, און זי ענטעפערט א נישטיגע פינף שעה סטאפ. פרעג איך איר צי איך קען נישט האבן די אמסטערדאם פליגער, זאגט זי, אז זי קען נאר ארבעטן אויף עיר פראנס. טענה איך צו איר, איך האב דאך געקויפט דעם טיקעט אויף דעלטא, אפשר קען מען עפעס מאכן. למעשה האט זי גערופן דעלטא, דא האב איך פארלוירן פונקטליך חשבון וואס מ'האט זיך ארומגע'טענה'ט דארט. ווייל אינדערצווישן האב איך דיך גערופן, און אפגעשמועסט אז דו זאלסט ווייטער אנגיין מיט'ן פלאן, נעמען דעם דרייווער וואס וועט ווארטן אויף אונז, און מ'וועט שוין זען וואס וועט זיך אויסקאכן.

איך האב גענומען דיין אויסלענדישע טעלעפאון נומער, און אפגעמאכט אז איך וועל דיך לאזן א מעסעדזש מיט וואס עס בלייבט מיט מיר. (איך מיין אז דו האסט עס קיינמאל נישט געהערט..)

דאן האב איך אנגערופן דעם חבר מיינעם נאכאמאל, און אים געפרעגט וואס ער קען טון דא, און ער האט מיר געזאגט אז ער קען גארנישט טון. (דער טראוועל אגענט ביי וועמען מ'האט למעשה גע'אישו'ט די טיקעטס, האט געגעבן א פסק פאר'ן אנקומען שפעט, שוין, גם זו לטובה.)

למעשה זאגט מיר מיין חבר אז עס איז דא א פליגער וואס פארט עלעווע ביינאכט קיין פראנקרייך, און עס כאפט די זעלבע קאננעקשן, אזוי דארף איך נישט זיצן אין פריינקרייך עירפארט פאר שעות ארוכות. (פארגעס נישט מ'קען נישט אזוי גרינג אריין קיין פאריז אויך נישט דו טו קאוויד.)

האב איך איר געפרעגט צי זי קען מיך ארויפלייגן דערויף? און זי האט מסכים געווען, און זי האט מיר געאפפערט אז איך קען שוין באלד אריינטשעקן די פעקלעך אויך.

איך האב אבער געקלערט אראפצוגיין צו דעלטא אליינס און קלאפן ביי זייער טיר, אפשר קענען זיי מיר געבן עפעס בעסערס. זענען מיר ארויס פאר א ציגרעטל, און געוואנדן די טריט צו די דעלטא קאונטער.

זיי האבן מיך למעשה נישט געקענט העלפן, ווייל ס'איז שוין ארויס פון זייערע הענט (וואט עווער דיס מיענס) איך רוף מיין חבר, און ער האט מיר געגעבן דעם טראוועל אגענטס נומער (גראדע האט ער זיך קודם געבייזערט, אבער שפעטער יא הנאה געהאט אז מיר האבן גערעדט פערזענליך..) און איך פרעג אים, ילמדנו רבינו, מען קען נאך עפעס טון להעביר רוע הגזירה? זאגט ער מיר ניין, און ער האט מיר עס שיין ערקלערט. און איך האב עס פארשטאנען.

זענען מיר צוריק ארויף צו אירפראנס אריינצוטשעקן די פעקליך, און אינדערצווישן צי זען וואו מ'קען גיין פאר די פאר שעה. למעשה האבן מיר אויסגעפיקט פייוו טאונס. קומען מיר אן אויבן אריינצוטשעקן די געפעק, און די וואס האט עס אונז פריערט געאפפערט האט שוין פונקט געהאלטן ביים גיין, אבער זי זאגט מיר נישט געזארגט, גיי צו די אנדערע דארט, און זי וועט דיך איינטשעקן.

כך הוה, גייען מיר אהין, און זי קוקט אזוי און פרעגט אזוי פרי? זי ווייסט נישט צי זי קען שוין איינטשעקן, זאג איך איר, וואס הייסט, מ'האט דאך מיך שוין א שעה צוריק געוואלט לאזן איינטשעקן. קוקט אהער און אהין, און יא, זי קען איינטשעקן.

האמיר זיך נישט געכאפט, און דאס גאנצע עסן רענצל האבן מיר אריינגעטשעקט, גם זו לטובה.

ביים קאונטער פרעג איך איר וואו זי זעצט מיין זון? זי געבט מיר א סיעט נומער, פרעג איך איר פאר וויפיל קען זיך מיך אפגרעדן די בילעט פאר פרימיום ער זאל קענען זיצן מיט מיר. יא, פאר א נישטיגע 280 דאלער האט זי עס גערן געטון, קעפיטאל וואן האט עס גערן געבארגט, און ויסעו.

לאזן מיר זיך ארויס באשטעלן אן אובער צו פייוו טאונס, און אנגעקומען צו א רעסטוראנט דארט. זעען מיר דארט היימישע אידן, האבן מיר זיך ערלויבט א קאווע צו טרונקן דארט, און זיך נאכגעפרעגט וואו מ'קען נאך דאווענען מנחה... אויפגעברויזטע אויגן ברעמען האבן זיך געהויבן פון אלע זייטן, חוץ איין חסידישע איד זאגט מיר אז הרב האראוויטץ האט א מנין שפעט. וואו קומט עס אויס? א לינקס און א א רעכטס און א רעכטס. (אינדרויסן אויף די גאס קעגן איבער האבן מיר אנגעטראפן א גרופע חסידי'שע בחורים וואס האבן די ישיבה אפאר מינוט אוועק פון דארט.) כך הווה, אינדערצווישן געסטאפט פאר אן אשר יצר און קויפן א באקס ציגרעטליך פאר 12 דאלער בערך, גם זו לטובה.

נאך א צוואנציג מינוט אנקומענדיג צו די שול דארט, האט מען געהאלטן פונקט פאר הויכע שמונה עשרה, שיין געווען צו זען אזויפיל מאדערענע / ליטפישע דאווענען ממש פאר'ן רבינו תם מנחה.

אלזא, האבן מיר דארט געהאט מנחה און מעריב. און צוגאב האט מיין פאטער הנאה געהאט אז איך האב געהאט א קידוש לבנה פאר'ן ארויספארן. וואס פאר דעם האט זיך שוין געלוינט דאס גאנצע פארשלעפונג.

נאך מעריב איז דער חסידי'שער אינגל דער זון פונ'ם רב וואס פארט יעדן טאג קיין בארא פארק לערנען, אונז געקומען אפפערן צו קומען עסן ביי זיי, מיר האבן עס אפגעזאגט, און איך האב נאר געבעטן צו קענען נעמען דארט פון די שול זאכן וואס איז גרייט דארט פאר שלש סעודות און פאר די קידושים... שפעטער איז ער נאכאמאל אראפגעקומען פרעגן צי אונז דארפן מיר נישט קיין ווארימע טעלער זופ. מי כעמך ישראל.

נאך א פופצן מינוט, דער זון מיינע האט גענומען אן הכנות שטיבל דארט, און איך האב געלערנט מיין שיעור אין גמרא האמיר זיך ארויסגעלאזט מיט אן אובער צום עירפארט, אנדערש ווי דער וועג אהין וואס האט גענומען באלד א שעה, האט די וועג גענומען קנאפע צוואנציג מינוט. דער דרייווער אן אוקריינער תינוק שנשבה געווען, געקענט אפאר אידישע ווערטער, און באשולדיגט ביידען אויף די מלחמה אין אוקריינא... מיר זענען ב"ה אנגעקומען גענוג באצייטענס, און אריבער בשלום די טי עס עי, געקויפט אפאר קארטאנען ציגרעטליך פאר אונטער 5 דאלער א שאכטל, און מיר זענען ארויף אויפ'ן פליגער.

מיר האבן געדאווענט מיט'ן נץ אויפ'ן פליגער בערך צוויי שעה נאכ'ן זיך הויבן, (נישט פונקטליך מיט די זמנים), און דאן אנגעקומען קיין פראנקרייך, און פון דארט קיין אונגארן וואו מיר האבן גענומען א קאר קיין קערעסטיער.
פון דא נעם דאס ווארט ווייטער.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

פרק ד איז היפש דראמאטיש , מיר זענען רעדי פאר חלק ה׳
@מנהל אפשר גרייטצטו עפעס צו פארן תענית קומעדיגע זינטאג?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - זייטיגע קאפיטל (פונעם באגלייטער) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

א גאנצע ים סוף מיט גאזאלין איז שוין פארניצט געווארן צו ריפיולען דעם פליגער, זייענדיג געשטראנדעט אין די לופטן פאר כמעט א וואך...

ווען קומט א המשך??
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - זייטיגע קאפיטל (פונעם באגלייטער) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

דער חבר שרייבט פיין!
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - זייטיגע קאפיטל (פונעם באגלייטער) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אושפיזין האט געשריבן:דער חברבאגלייטער שרייבט פיין!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - זייטיגע קאפיטל (פונעם באגלייטער) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ו' - מ'פארט קיין פאריז

זיץ איך מיר אזוי אין פרימיום עקאנאמיע צום ערשטן מאל אין לעבן, און איך באמערק ניטאמאל אז דאס זאל זיין בעסער ווי די געווענליכע עקאנאמיע וואס איך באנוץ. איין אינטערעסאנטע זאך זע איך יא, אז ביים זייט פונעם זיץ איז דא א קליינע לעקטערל וואס מען קען בייגן אהער און אהין און ווען מען צינדט דאס אן שיינט עס אויף דיין ביכל/ספר, אה, דאס איז א פיינע זאך, אזוי וועל איך קענען לערנען אונטערוועגנס ווען אלע לעקטערס פונעם פליגער זענען פארלאשן ווייל למשל איז נאכט און דער עולם דארף שלאפן... איך ווייס גראדע נישט וויאזוי מ'קען אנטשלאפן ווערן ווען דער ביאלאגישער זייגער שפירט זיך ווי אכט-ניין אזייגער וואס איז כמעט פארמיטאג פאר די ווי מיר וואס זעען געווענליך דעם געלעגער הערשט נאך חצות הלילה, אבער וואס פארשטייט א גוי? רוב פון זיי זענען איבערגעצויגן מיט קאלדרעס און ציען א שלאף אויף תולי-ארץ כאילו ס'וואלט געווען פסח נאכ'ן סדר.

די ערשטע זאך האבן די סטוארדן פארטיילט פאר די פרימיום קלאס אזא בייטל וואס האט ענטהאלטן א ציין בערשטל מיט אביסל ציין פוץ, צוויי שטאפערס פאר די אויערן, א צודעק פאר'ן אויג, און אפשר אויך א מאסקע [כ'געדענק נישט]. די ציין בערשטל האב איך געגעבן פאר די קינדער אין שטוב וואס האבן דעם מנהג טוב דאס צו נוצן, די פוץ האט נישט קיין הכשר און איז נידון געווארן צום מיסט קאסטן, דער צודעק פאר די אויגן קען צונוצקומען אמאל און עס איז אוועקגעלייגט געווארן [יענע מאל גייט מען עס גראדע זוכן און נישט געפינען, כדרך העולם], און די אויערן שטאפערס האב איך דאס ערשטע באנוצט, זיך טובל'נדיג דערמיט במשך א וואך-צוויי נאך די נסיעה, ווען איך האב געהאט שטארקע יסורים אויף די אויערן און געקלערט אז עס איז אינפעקטירט. [למעשה בין איך געווען ביים דאקטאר, און נאך א גרונטליכן אויספוץ זענען די יסורים נעלם געווארן, צייגנדיג אז זיי זענען קענטיג געווען א רעזולטאט פון די צוויי יאר צייט וואס איך האב נישט באזוכט מיין ספעציעלן אויערן דאקטאר וועלכער פלעגט מיר דאס רייניגן כאטש איינמאל א יאר]. אויך יעצט, שרייבנדיג די שורות, ליגן נאך די אויערן שטאפערס אינעם לינקן הינטערשטן הויזן טאש און איך האב עס שוין גענוצט אנדערע מאלן ווען איך האב געוואלט נישט הערן אזוי גוט די ארומיגע גערודער. (מיין טאטע זז"ג טראגט זיך אויך ארום מיט אזעלכע חברה, און עס קומט אים צונוץ ביי חתונות ווען מען קען חלילה טויב ווערן פון די היינטיגע מוזיק וואליום).

ערגעץ אונטערוועגנס מאכט מען עטוואס ליכטיג און מ'טיילט אויס נאכטמאל. אידישע קינדער האבן אייביג די פריוועליגיע צו באקומען דאס ערשטע זייערע פארציאנען (פארוואס? אפשר וויבאלד ס'איז בלויז דא איינציגע דערפון, געבן זיי דאס א טייל אויס צום ערשט און פטור אן עסק. אדער איז דא דערביי עפעס א אידישקייט סיבה?). א פלא אז די גוים זענען זיך נישט מגייר בלויז פאר דעם איינעם 'פערק' וואס היימישע אידן האבן אונטערוועגנס... אפשר כאפן זיי א בליק אויף די ארימע סעודה וואס מיר באקומען און עס פארגייט זיי דער אפעטיט... [זיי באקומען דען יא עפעס נארמאל צו עסן? גיי ווייס]. די סארווירער האבן דאך נישט געוואוסט אז מיין באגלייטער איז אראפגעבליבן, האבן זיי מיט א כשר'ע פארציע אין האנט ארומגעשפאנט און געזוכט דעם חבר מיינער, אבער קיינער האט זיך נישט אנגערופן. בהשגחה פרטית איז געווען דארט נישט ווייט פון מיר א אידישע פרוי, און זעענדיג אז זי באקומט נישט קיין כשר'ס האב איך געקלערט איר צו מודיע זיין אז מיין חבר איז ארונטערגעבליבן און זי קען בעטן זיינס, אבער נאך איידער איך האב עספיעט צו קאמיוניקירן מיט איר, האב איך געזען אז דער נותן לחם לכל בשר האט איר אויך נישט אויסגעלאזט, און ווען די פרוי האט אפגעזאגט דעם טריפה'נעם מאלצייט און זיך מתנצל געווען אז זי האט געביכלט דעם זיץ צו שפעט צו באשטעלן כשר'ס, האבן די איינגעשטעלטע מדעת עצמם געאפפערט צו ברענגען דעם איבריגן כשר'ן מאלצייט, האב איך מיטגעהאלטן א השגחה פרטית לעבעדיג.

איך נעם זיך צו מיין סעודה קטנה, אויך באקאנט אלס די ארימע סעודה וואס רוב רייזנדע לאזן איבער, נאכדעם וואס מיט א בלויזע בליק קען מען שוין באגרייפן אז עס איז נישטא וואס אין מויל צו נעמען. אבער איך בין הונגעריג געווען, און נישט האבנדיג קיין אנדערע ווארעמע מאלצייט מיט זיך האב איך שיין אויפגעריסן דעם פלאסטישן איבערדעק און געכאפט א בליק אויפ'ן אינהאלט. עס איז געליגן דארט פלייש מיט רייז, עטליכע ערליי צושפייזן וואס יעדע איינע האט געהאט אן אנדערע סארט ציפ און גערוך, אבער נישט האבנדיג עפעס אנדערש האב איך דאס אויפגעגעסן און שוין.

מיין קומענדיגע זארג איז געווען וועגן תפלת ערבית. מיר האבן זיך געהויבן ארום זעקס אזייגער, ווען דער רבינו תם זמן אין ניו יארק איז געווען בערך פערטל נאך ניין. דא האט מען געדארפט נוצן דעם קאפ און אפשר אויך א קאלקיולעיטאר צו קענען אויסרעכענען ווען מען מעג שוין/נאך דאווענען מעריב אונטערוועגנס. נאכ'ן פליען צוויי שעה (אכט אזייגער אויפ'ן ניו יארקער זייגער), האב איך באשלאסן אז יעצט מעג מען שוין זיכער דאווענען מעריב, ווייל אויב די פלי רייזע געדויערט זיבן מיט א האלב שעה פון ניו יארק ביז פאריז, און אנקומענדיג דארט איז דער זייגער מיט זעקס שעה פאראויס, קומט דאך אויס אז יעדע שעה פון פליען ריקט מען זיך פאראויס מיט כמעט א שעה אויפ'ן זייגער, ממילא האלטנדיג צוויי שעה אריין אינעם פלי רייזע, איז שוין נישט אכט אזייגער נאר ארום האלב צען אזייגער און מען קען שוין רואיג דאווענען מעריב. דעם חשבון האב איך געמאכט ביי מיר אין קאפ איבער און איבער, ווייל נישט האבנדיג קיינעם נעבן מיר דאס איבערצוגיין מיט, האב איך געציטערט אז אפשר גרייז איך דערמיט און איך וועל דאווענען - אדער נאך ערגער: ציילן ספירה - בעפאר נאכט. [למעשה, איז דא א מעגליכקייט אז די ערשטע וויילע פון די רייזע פארט מען נישט אזוי ווייט אין ריכטונג פון מזרח - וואו דער זייגער לויפט פאראויס - נאר מען פארט ארויפציר צום צפון שפיץ, איז טאקע גאנץ שווער אויסצורעכענען די זמנים. איך ווייס אז מען קען באשטעלן ביי "מיינע זמנים" אנליין א פונקטליכע זמן צעטל פאר יעדע פלי רייזע, אבער אויך זיי שרייבן נישט ממש פונקטליך די זמנים, ווייל עס איז אנגעוואנדן לויט וועלכע ראוט דער פליגער נעמט].

איך האב געדאוונט מעריב זיצנדיג אויפ'ן ארט [מיט'ן הוט, רעקל און גארטל] וויבאלד אזוי קען מען בעסער אינזין האבן און עס איז נישט אויפפאלנד פאר די ארומיגע וועלכע קענען מאכן פראבלעמען. שפעטער האב איך געזען אין אוצר הלכות אז כאטש ביים אויסטרעטן וואלט איך זיך יא געדארפט אויפשטעלן, אדער אפילו ביים זיך בוקן [כ'האב נישט יעצט דעם ספר צו די האנט צו קענען נאכקוקן]. צו ספירת העומר האב איך זיך יא אויפגעשטעלט, און דאן צושפאצירט צו מיין זוהן'ס געגנט און אים געזאגט אז אויך ער זאל יעצט דאווענען מעריב [בעפאר ער שלאפט איין, אדער בעפאר עס ווערט חצות לויט'ן לאקאלן זייגער]. כ'האב אים אויך געזאגט צו דאווענען זיצנדיג, און ציילן ספירה שטייענדיג. דאן האב איך אויסגעטון דעם הוט און רעקל, ארויפגעלייגט ביי די געפעק און זיך אראפגעזעצט.

איך האב אויפגעמישט דעם 'סטאפ וואטש' אפטיילונג פונעם אמעריקאנער טעלעפאן (וואס איך האב געשטעלט אויף עראפלאן מאוד ווען מען האט זיך געהויבן אין די לופטן, און דאס געלאזט אזוי ביז נאך די נסיעה, כדי עס זאל ציען ווייניגער בעטערי. מען האט עס טאקע גאר זעלטן געדארפט ריטשארדזשן, כאטש איך האב דאס געהאלטן אפן 24 שעה און גענוצט פאר א 'טיימער' צום לערנען, פאר אן אלארם ביים שלאפן און סתם אזוי צו וויסן וויפיל דער זייגער קלאפט יעצט אינדערהיים), און געזען אז איך דארף נאך משלים זיין ארום א האלבע שעה פון לערנען כדי צו האבן דעם פולן קביעות עתים פונעם טאג. איך האב ארויסגעצויגן פונעם טאשקע די אוצר הלכות און זיך געזעצט לערנען פלייסיג, ווען בשעת מעשה האלט איך א פעדער אין די רעכטע האנט און פארריכט אלע גרייזן וואס איך טרעף דערין. ב"ה עס האט זיך פיין געלערנט, און נאכ'ן ערגענצן דעם 'קוואוטע' האב איך פארלאשן דעם טיימער און ווייטער געלערנט. איך האב ארויסגענומען דעם ארטסקראול משניות און געלערנט משנה נאך משנה מיט גרויס געשמאק (דאס לערנען אין דעם מהדורה, איז א תענוג גשמי, געראטן פאר יעדן צו פרובירן). איך האב כמעט נישט צוגעמאכט קיין אויג במשך די גאנצע נסיעה, וויבאלד ביים לאנדן איז נאך געווען גרויס טאג לויט מיין שלאף-רוטין... [מ'האט געלאנדעט ארום חצות הלילה ניו יארק צייט, זיבן אזייגער אינדערפרי אין פאריז].

איך בין נישט געווען פאר'דאגה'ט ווען איך גיי זיך אויסרוען, ווייל אין א קורצע וויילע ארום זעץ איך זיך פון פריש ארויף אויף א פלי געצייג און מען גייט פארן נאך א צוויי שעה מיט א פערטל ביז קיין בודאפעסט, און אויך אין בודאפעסט דארף איך נישט זיין אויף דער וואך, וויבאלד איך גיי דארפן זיצן און ווארטן אויף מיין באגלייטער א שיינע לאנגע צייט, און וואס דען וועל איך דאן טון אויב נישט זיך אויסציען ערגעץ-וואו און כאפן א פיינעם דרימל?

דער פליגער לאנדעט אין פאריז, מיר גייען אדורך א זיכערהייט טשעקפוינט און שפאצירן צו צום צוים וואו מיר דארפן ווארטן אויף אונזער קומענדיגע פלי רייזע. אנקומענדיג ביים צוים האב איך אויפגעזוכט א בית הכבוד, געלאזט מיין זוהן היטן אויף די געפעק בשעת איך בין זיך מסדר [געוואשן נעגל וואסער דורך כח גברא: געלייגט יעדע האנט באזונדער ביים 'סענסאר' וואס האט אנגעצינדן דעם וואסער לייטונג אינעם פאדערצימער פון וואסער-צימער], און דאן האב איך געהיטן אויף די זאכן ביז מיין זוהן האט זיך צוריקגעקערט. עס איז שוין נישט געווען צופיל צייט, און מיר האבן געדארפט אין די צייט דאווענען שחרית. איך האב אויסגעזוכט א שטילע ווינקל און נישט געפינען, עס איז געווען א גרויסער עולם וואס האט געווארט אויפ'ן קומענדיגן פליגער און דער געגנט איז געווען אנגעפילט מיט ווארטנדע פאר עטליכע אנדערע פליגערס, האב איך זיך בלויז געשטעלט ביים פענסטער וואס קוקט ארויס צום ראנוועי, דאס מערסטע ביים עק פון אונזער 'געיט' - נעבן די טישל פון די לופטליניע באאמטע וואס איז נאך געווען ליידיג - און זיך געגרייט צום דאווענען.

די ערשטע זאך האב איך געזאגט ברכות השחר והתורה און געליינט קריאת שמע, און געזאגט מיין זוהן זאל אויך אזוי טון. מיין זוהן איז געווען שרעקליך מיד, נאכ'ן נישט שלאפן געהעריג די גאנצע נאכט, און זיך אראפזעצנדיג אויפ'ן בענקל דארט אינעם ווארטזאל איז ער תיכף אנטשלאפן געווארן. איך האב אים געלאזט שלאפן רואיג ביז איך האב געפארטיגט דאס דאווענען. גאר נאנט צו אונז איז געלעגן א מאגאזין מיט אן אומאיידל בילד אויפ'ן דעקל, האב איך בשעת עטיפת טלית 'אומדירעקט' ארויפגעשטעלט דערויף מיין הוט, און אזוי האב איך געקענט דאווענען ווי א איד. אנגעטון טלית ותפילין, געדאוונט דאס גאנצע דאווענען, און שמונה עשרה האב איך געדאוונט צום ראנוועי, נאכ'ן באשליסן אז פון יענע ריכטונג איז דער זון אויפגעגאנגען - לויט ווי עס האט מיר דאן אויסגעקוקט. ווען איך האב געענדיגט שמונה עשרה איז שוין געבליבן ווייניג צייט צום קומענדיגן פליגער (לויט'ן פלאן האט געזאלט זיין צוויי שעה מיט צוואנציג מינוט צווישן די ערשטע פלי רייזע און די צווייטע, אבער די ערשטע פליגער איז ארויסגעפארן עטוואס שפעטער ווי געפלאנט, און אויך דויערט א וויילע ביז מען קומט אן צום צווייטן 'געיט', איז שוין יעצט נישט געווען צופיל איבריגע צייט), האב איך בלית ברירה אויפגעוועקט מיין זוהן און אים געזאגט אנצוטון די תפילין און דאווענען שחרית.

איך האב דערווייל צוגעענדיגט דאס דאווענען, אנגעטון רבינו תם תפילין, געלערנט אפאר פסוקים חומש מיט ביידע פאר תפילין, און נאכ'ן צוזאמלייגן די טלית ותפילין האב איך ארויסגענומען אביסל היימישע מזונות און געגעסן במקום פת שחרית.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח מנהל! ווארטן מיר אויפן המשך....

הק' מיטן נייעם טיטל היינט צוגעטיילט...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

הערליך שיין, טענקס!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח מנהל, אייער שפראך, דעליווערי, און אטענשן טו דיטעילס איז נישט צום גלייבן!!! כ'ווייס שוין נישט נישט וויפיל דיטעילס איך פארזעה אין מיין לעבן

ווי איך האב אמאל פארשטאנען ווערט די כשרע עסן פארטיילט ערשט וועגן דאס ווערט אנגעווארעמט ערשט אין אויך טאקע למען הסדר אז מ'זאל קענען דארנאך טיילן פאר ייעדעם אויף איין מאל.

ביי די פריערדיגע נסייעה איז דער מנהל געזעצן ב'רעקל'ט א גאנצע וועג.

די חידוש פון דעי קאפיטל: דער מנהל לערנט מיט א טיימער, וואוו
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

קיין השגה וויאזוי איך בין אריינגעפאלן דא, אבער דער מנהל מאכט א גוט'ן ארבייט.. סוחי האסטו אויך געהאט אויף דיין נסיעה? ס'חילוק, דערצייל ווייטער..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

דערפרישנד און געשמאק!

יישר כח!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'קען זיך פארשטעלן ווי דער מנהל זעהט אויס אין עירפארט, א שאד כ'האב עס נישט געזען לייוו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ה' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:זייטיגע קאפיטל, געשריבן דורך מיין באגלייטער:
קודם האב איך הנאה פון דיין הערליכע באשרייבונג,
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”