טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

4g קאפ
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

וואס עפעס? האט געשריבן:
שוין אסאך מאל געהאט מעשיות פון השגחה פרטית אבער די מעשה איז עפעס אויסטערליש מיט אזויפיל איינצילהייטן
שכוח@לכאורה!!
בבקשה פארבינד אייך מיט ר׳ יואל גולד און ער העט מאכען א דאקיומענטרי פון די מעשה
נחמן סעלצער וואלט זיך אויך מחיה געווען מיט אזא מעשה
יאפ געליינט יעצט די מעשה און די באלעבאסטע מיט לייכטע שינוים.... #לכשיפצו....
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

לכאורה האט געשריבן:
שיינפריעד האט געשריבן:
.
דער מיט'ן פלאכן הוט איז דער חתן דינן? דער קוקט דאך אויס א קערעסטירער מדורי דורות...

אגב, איך האב באקומען פרישע פרטים אין די השגחה פרטית, עס ליגט מיר אין 'אישי' און איך דארף עס מסדר זיין, אבער יעצט איז שווערע סעזאן אין דער ארבעט און איך קען נישט אויף די רגע ממשיך זיין מיט'ן טאגבוך.
דארפסט נאך בענזין?

שוין דורך א רגע.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
מטבע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 3:02 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטבע »

4g קאפ האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
שוין אסאך מאל געהאט מעשיות פון השגחה פרטית אבער די מעשה איז עפעס אויסטערליש מיט אזויפיל איינצילהייטן
שכוח@לכאורה!!
בבקשה פארבינד אייך מיט ר׳ יואל גולד און ער העט מאכען א דאקיומענטרי פון די מעשה
נחמן סעלצער וואלט זיך אויך מחיה געווען מיט אזא מעשה
יאפ געליינט יעצט די מעשה און די באלעבאסטע מיט לייכטע שינוים.... #לכשיפצו....
און וואס איז מיט די בעל השגחה פרטית?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נו, איך מיין מ'קען שוין גיין צום נעקסטן קאפיטל, אדער אפשר איז די מנהל פארנומען מיט תשובה ותיקון המעשים..
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

כ'האב שוין מער נישט געקענט זיך איינהלטן צום קומענדיגן קאפיטל און זיך געמוזט אריבער כאפן קיין קערעסטיר דעם מאנטיג,
יעצט ווארטן מיר אויף די נעקסטע סטאנציע דיינע

פליז
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

אן קיין קרעדיט, אולי האבן זיי עס געהערט פונעם שדכן.
אטעטשמענטס
IMG_1267.jpg
IMG_1267.jpg (24.07 KiB) געזען 2623 מאל
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיי האבן עס נישט געהערט פון קיינעם, נאר קלאר געליינט דא... צופיל רמזים אריינגעווארפן אז עס קומט פון דא, ממש יעדע קרישקעלע וואס איך האב געשריבן איז געווארן דארט אראפגעלייגט מיט מער ווערטער און א טראפ אנדערש צו קונה זיין בשינוי...

דא האט איר דעם לינק צום היי-וואכיגן ביכל, https://balebusta.com/pdf-books/issue-234/ זוכט אויף עמוד 118 און ווייטער

איך האב נישט קיין טענות צו זיי, אדרבה, איך פריי זיך אז זיי מאכן א פרסום פון די מורא'דיגע מעשה
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

קומט נאך א קאפיטל פאר די הייליגע טעג?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווענדט זיך וויפיל פרייע מינוטן איך גיי האבן, כאמור איז זייער אנגעשטרענגט יעצט
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

פוילער האט געשריבן:
קומט נאך א קאפיטל פאר די הייליגע טעג?
ניין!
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

ווי עס הייסט יעצט, ווען די געהויבענע חתונה פארקומען אי"ה בחודש כסליו שנת תשפ"ג הבעל"ט, און די עסקנים החשובים שיחי' אפעלירן צום ציבור נדיבים בעם אז מען זאל זיך משתתף זיין אין די הוצאות החתונה, - דורכ'ן זיך ווענדן צום רב שליט"א אויפ'ן נומער 347-201-1249, אדער צום מערכת [email protected], און אריינכאפן די גאלדענע געלעגענהייט פון האבן א חלק אין די געוואלדיגע זעלטענע מצוה רבה ונשגבה, און דער זכות המצוה, וזכות רבינו הק' זי"ע וועט זיכער מגין זיין על כל המשתתפים להתברך בכל הברכות האמורות בתורה, שנה טובה ומתוקה, וכל משאלות הלב לטובה, אכי"ר.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואס ברענגסטו נישט אהער די גאנצע אימעיל?

דער הויז אין קערעסטיר האט ארויסגעשיקט די מעשה מיט געוויסע פרטים אנדערש ווי מיר האבן דאס געשילדערט.
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

לכאורה האט געשריבן:
וואס ברענגסטו נישט אהער די גאנצע אימעיל?

דער הויז אין קערעסטיר האט ארויסגעשיקט די מעשה מיט געוויסע פרטים אנדערש ווי מיר האבן דאס געשילדערט.
וואס האסטו געוואלט? זיי זאלען דערמאנען אייוועלט?
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

@לכאורה מ'ווארט מיר אויף ווייטער..

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

לכאורה האט געשריבן:
זיי האבן עס נישט געהערט פון קיינעם, נאר קלאר געליינט דא... צופיל רמזים אריינגעווארפן אז עס קומט פון דא, ממש יעדע קרישקעלע וואס איך האב געשריבן איז געווארן דארט אראפגעלייגט מיט מער ווערטער און א טראפ אנדערש צו קונה זיין בשינוי...

דא האט איר דעם לינק צום היי-וואכיגן ביכל, https://balebusta.com/pdf-books/issue-234/ זוכט אויף עמוד 118 און ווייטער

איך האב נישט קיין טענות צו זיי, אדרבה, איך פריי זיך אז זיי מאכן א פרסום פון די מורא'דיגע מעשה
יאפ יעצט געליינט. זיכער גענימען פין דא. אפילו די מעשה מיט די צובראכנע קאר האבן זיי געלייגט..
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

מיר ווארטן מיט נייגער.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט האט זיך מיר געמאכט אביסל צייט, אבער וויבאלד מיר שטייען בליל י"ג מדות האב איך געשפירט אז דבר בעתו מה טוב ענדערש אפצושרייבן א געשיכטע וואס האט שייכות מיט יום כיפור און ליגט מיר שוין אין הארץ אפאר חדשים. דא האט איר עס: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=57864

מיר האפן ממשיך צו זיין מיט דעם טאגבוך ווי נאר עס מאכט זיך נאך א פענסטערל פון א מעגליכקייט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א פענסטערל האט זיך געעפנט, האפנטליך וועט א פרישע קאפיטל לאנדען אין די קומענדיגע וויילע אי"ה.
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

לכאורה האט געשריבן:
א פענסטערל האט זיך געעפנט, האפנטליך וועט א פרישע קאפיטל לאנדען אין די קומענדיגע וויילע אי"ה.
אמן, כן יהי רצון.
קענט וועיט. איך ווארט שוין אנצוקומען קיין ארץ ישראל.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לכאורה האט געשריבן:
א פענסטערל האט זיך געעפנט, האפנטליך וועט א פרישע קאפיטל לאנדען אין די קומענדיגע וויילע אי"ה.
וארובות השמים נפתחו. הזמן גרמא.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

לכאורה האט געשריבן:
א פענסטערל האט זיך געעפנט, האפנטליך וועט א פרישע קאפיטל לאנדען אין די קומענדיגע וויילע אי"ה.
שפאנונג ווארט
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אה ענדליך האט ער זיך אויפגעוועקט...

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל יג - א שחרית אין צאנז

דער צייט איז פרי בעגינען, ערגעץ צווישן עלות השחר און נץ החמה, ווען דער געניטער דרייווער ר' יושע מנחם ביכלער (אויך באקאנט אלס 'דזשארדזש פון בודאפעסט') פירט אונז איבער די שטראזן פון דער אלטער היים. א פלא ווי דער ווערט נישט מיד, ער דרייווט דאך שוין אזא פופצן שעה מיט עטליכע הפסקות אינדערצווישן. אפשר האט ער זיך עטוואס צוגעלייגט אין קערעסטיר ביי אונזער לענגערע אפשטעל דארט, אבער עס מוז נישט זיין, ווייל ער האט יעדע מינוט געהאפט אז מיר וועלן שוין קומען צום אויטא און אים בעטן צו פארן ווייטער.

דער אויטא איז אבער יא מיעד געווארן, און ווי דער שטייגער האט מען אים געדארפט אנטרינקען מיט פרישע גאזאלין. ביים זיך אריינציען צום פוילישן גאז סטאנציע האבן זיך אלע רייזנדע ערוועקט פון דעם פלוצימען טויש אין ריטעם ביי די רעדער, און כאטש קיינער איז נישט געשלאפן מער ווי א שעה אדער צוויי, און אויך דאס צעהאקט אין טיילן ווי שטייגערליך אונטערוועגנס, האט מען זיך ערוועקט מיט א שטארקע פרישקייט און אויפגעלייגטקייט, דער עולם איז געווען מונטער.

מיין זוהן האט אויפגעפראלט דעם טיר פונעם ווען, און א כאפ געטון דעם ספעציעלן פענסטער ווישער וואס ליגט ביי גאז סטאנציעס אין א שיסעלע וואסער גרייט צו העלפן די קונדן, און אומגעבעטן האט ער זיך גענומען צום גרויסן ווינדשיעלד פענסטער און דאס פרובירט רייניגן אביסל. דער פענסטער וואס איז שוין יארן נישט געווארן בארירט מיט רייניגונג מאטעריאל, האט זיך נישט אזוי שנעל צוגעשטעלט צום פלאן, און עס האט געדויערט עטליכע מאל ווישן און וואשן אז די שווער פארקלעבטע פלעקן זאלן זיך טיילווייז אפטראגן פון דארט, צו די צופרידנהייט פון יושע מנחם וועלכער האט זיך אונטערגעשמייכלט פון די געלונגענע אקציע.

דאן האט זיך אריינגעצויגן אינעם זעלבן סטאנציע א פוילישע טרעילאר, און איך מורמל אונטער פאר מיין זוהן אז די לאקאלע גוט מארגן באגריסונג איז "דזשין דאברא". דאס ווייס איך פון די באבע ע"ה וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן א וויילע אלס קינד אין קראקא ביי איר באבע הי"ד, און מיר האבן דאס גענוצט יעדע וואך ווען די פוילישע גוי'טע פלעגט קומען רייניגן די הויז (אין די מ"ם און נו"ן יארן פלעגט דאס זיין די נארמע, בעפאר זיי זענען איבערגענומען געווארן דורך די ספאנישע וועלכע האלטן אן דעם ארבעט עד היום הזה). מיין זוהן האט דאס שנעל אויספרובירט אויף די עטליכע פאלאקן וואס האבן זיך געדרייט אינעם סטאנציע, און עס איז אים געלונגען, די חברה האבן פארשטאנען וואס ער זאגט און אים העפליך צוריקגעגריסט.

שפעטער אין די נסיעה האב איך געהערט ווי יושע מנחם באגריסט די פוילישע בית-החיים וועכטער מיט דעם זעלבן "דזשין דאברא" כאטש עס איז שוין געווען אין די שפעטע מיטאג שטונדען, און אויף מיין אנפראגע האט ער מיר געזאגט אז איך לעב אין א טעות, און דער איבערטייטש דערפון איז גאר 'א גוטן טאג', בעת 'גוט מארגן' זאגט זיך "דאברא ראנוץ". יעצט שרייבנדיג דערוועגן, דאכט זיך מיר אבער אז גוגעל איז אויף מיין זייט, און טייטשט איבער די צוויי ווערטער אלס "גוט מארגן" (הגם, אויך זיי שרייבן אז דאס ווערט גענוצט אלס באגריסונג סתם אזוי אויך), ווידעראום 'דאברא ראנוץ' ווייס איך נישט דעם אויסלייג דערפון צו קענען זוכן דערוועגן אויף גוגעל.

דער טאנק איז פול, יושע מנחם באצאלט (מיט וועלכע וואלוטע? פוילן נוצט זלאטי און אונגארן פארינט, אפשר האט ער גענוצט א קרעדיט קארד? כ'געדענק נישט) און מען פארט ווייטער, ווען דער ציל איז קלאר: ניי צאנז. אויף פויליש רופט זיך דער שטאט 'נאווי סאנז', בעת דער אלטער צאנז הייסט 'סטארי סאנז'. אונטערוועגנס קיין נאווי-סאנז זענען מיר טאקע פארבייגעפארן סטארי-סאנז. די הייוועיס אין פוילן זענען אין א גאר פיינע צושטאנד, גארנישט הינטערשטעליג ווי ביי אונז אין אמעריקע; זי הייסט טאקע היינט א שטארק פארגעשריטענע לאנד און פארמאגט פון די פירנדע עקאנאמיעס אין אייראפע.

די שילדן אויף די וועגן זענען גאנץ לייכט אפצוליינען, און ביי רוב שטעט און שטעטלעך שפירט מען זיך גאר היימיש, וויבאלד א באדייטנדע צאל פון זיי האבן געדינט אלס אכסניא פאר אונזערע עלטערן און רביים במשך די לעצטע פאר הונדערט יאר. די פאנאראמעס וואס האבן זיך אנטפלעקט פאר אונזערע אויגן - בעיקר שפעטער אינעם טאג, אוועקפארנדיג פון צאנז אויפ'ן וועג קיין רימנוב - זענען געווען אטעמפארכאפנד, מאסיווע שטרעקעס פון גרינע בערג און טאלן ווי ווייט דער אויג זעט, מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית מלאה הארץ קנינך.

אזוי ווי גוגעל שפיאנירט גאר שטארק אויף אירע באנוצער, האט מיין באגלייטער ערהאלטן נאך די נסיעה א פונקטליכע ליסטע פון אלע פלעצער וואו ער האט באזוכט, באגלייט מיט די צייטן דערפון, און דערפון קענען מיר ארויסנעמען א פונקטליכע טיימליין פון די נסיעה. צום ביישפיל, דער נסיעה פון אוהעל קיין צאנז האט געדויערט דריי שעה מיט עטליכע מינוט, לכאורה ווערט שוין אין דעם אריינגערעכנט דער אפשטעל אינעם גאז סטאנציע וואס האט געדויערט עטליכע מינוטן. לויט גוגעל זענען מיר אוועקגעפארן פון אוהעלי אום 2:46 פארטאגס, און מיר האבן דערגרייכט אונזער דעסטינאציע - די פאנאראמע האטעל אין צאנז - 5:51 פארטאגס.

יושע מנחם האט זיך געמוטשעט צו טרעפן א רו ארט פאר'ן אויטא, מען האט געדארפט אריינפארן אין שמאלע הינטערגעסלעך צוצוקומען צום פארקינג לאט פונעם האטעל, און אויך דארט האט מען געדארפט טרעפן א פלאץ וואס איז גענוג גרויס פאר אונזער אויטא און וועט נישט שטערן די ארומיגע אויטאס. איבריג צו זאגן אז דער האטעל איז נישט געווען קיין פינף שטערנדיגער, עס איז ליבערשט א קליינע מאטעל וואס גייט שוין אריבער בירושה עטליכע דורות ווען יעדער אייגנטומער פרובירט צו לאזן דעם פלאץ ווי מער אויטענטיש און היסטאריש... עס האט געדויערט אפאר מינוט ביז די מידע אידעלעך האבן זיך באקראצט מיט די זעק און פעק, באשליסנדיג וועלכע פעקלעך דארפן יא ווערן ארויפגעשלעפט צום צימער און וועלכע קענען דערווייל פארבלייבן אינעם אויטא. איך און מיין זוהן האבן בלויז געהאט איין גרויסע און איין קלענערע רענצל פער מענטש, האבן מיר אלעס ארויפגענומען אין צימער, אבער אונזערע באגלייטער האבן מיטגעשלעפט א זאווארוכע פון וואלוזקעס פון אלע מאסן, און ביי יעדע אפשטעל האבן זיי געדארפט הילף פון א בוכהאלטער צו האלטן חשבון וועלכע רענצל וועט יעצט באדארפט ווערן און וועלכע קען בלייבן אין טראנק.

עס איז שוין געווען גוט נאך זעקס אזייגער פארטאגס ווען מיר האבן זיך ענדליך דערשלעפט צום פארשלאפענעם האטעל. מיר האבן זיך אריינגעשלייכט פונעם הינטערשטן אריינגאנג ביים פארקינג לאט און געמוזט ארויפשלעפן די רענצלעך מיט די הענט ביז די אפיציעלע אויפנאמס טישל אויפ'ן העכערן שטאק, פרובירנדיג צו מאכן דאס ווייניגסטע גערודער כדי נישט אויפצואוועקן די אנדערע געסט וועלכע שלאפן מעגליך אינעם האטעל. די באאמטע האבן אונז שיין אויפגענומען און מיר האבן ארויסגענומען דריי צימערן (כ'מיין אז צוויי צימערן האט מען באשטעלט פון פאראויס, און א דריטע צימער האט מען יעצט צוגענומען אויפ'ן פארלאנג פונעם דרייווער וועלכער האט גע'טענה'ט אז אים קומט אויך א צימערל פאר זיין זעקל ביינער).

אנקומענדיג אין די צימערן, האט מיין באגלייטער באמערקט אז אין דער שטוב וואס ער האט זיך געקליבן עפענען זיך די פענסטער צו א דערנעבנדע קירכע, דאס האט אים שטארק נישט געשמעקט וויבאלד ער האט זיך געוואלט שטעלן דאווענען ביים אפענעם פענסטער. זיי האבן טאקע געטוישט צימער מיט יושע מנחם, וועלכער האט גערן גענומען יענעם צימער פאר זיין נאפעץ. יושע מנחם איז ווארשיינליך גלייך אנטשלאפן געווארן, ווייל ער איז די ערשטע אויפגעשטאנען פון שלאף [מעגליך אז זיין עלטער האט צוגעגעבן דערצו, ער שיינט צו זיין אין די זעכציגער-זיבעציגער יארן, בעת מיר זענען היבש יונגער און קענען בעסער שלאפן].

כאטש מיר האבן נישט געהאט קיין מנין, האט מען אפגעשמועסט צו דאווענען אינאיינעם - ברב עם הדרת מלך. יעדער האט זיך אביסל צוזאמגעקליבן, געוואשן נעגל וואסער און געזאגט ברכת התורה מיט קריאת שמע, און נאכ'ן טרינקן אביסל וואסער וואס דער האטעל האט צוגעשטעלט אין א פלעשל און מאכן די נויטיגע הכנות, האב איך זיך אנגעטון טלית ותפילין און געוואנדן מיינע טריט צום שכינות'דיגן צימער וואו דער 'ציבור' האט זיך געשטעלט. צו מיין שאק האט שוין דער 'עולם' געהאלטן ביי ישתבח ווען איך בין אריינגעקומען מיט א פרישקייט האלטנדיג ביי ברכות... אבער איך בין דארט געבליבן דאווענען ביז זיי האבן געענדיגט, און דאן בין איך אריבער צו מיין צימער און ממשיך געווען וואו איך האב געהאלטן.

פון די אפענע פענסטער האבן מיר מיטגעהאלטן א שטאט וואס וועקט זיך צוביסלעך אויף. פאר די בחורים איז געווען אינטערעסאנט צו באטראכטן א געלע מיסט טראק וואס האט אפגענומען די מיסט פארנט פונעם האטעל, און מיר איז געווען אינטערעסאנט צו באטראכטן די מאסן פויגל וועלכע האבן גערוט אויף די דעכער פון די אור אלטע הייזער, וואס רוב פון זיי זענען נאך פון בעפאר'ן ביטערן קריג און האבן ווארשיינליך געהערט צו אידישע בעלי בתים, וועלכע האבן זיך געווייקט ביים הייליגן צאנזער זיידן זי"ע און זיינע קינדער און אייניקלעך.

ארום זיבן אזייגער איז געווארן נאכט אין די צוויי האטעל צימערן, דער עולם האט זיך אראפגעלייגט פאר א שלאף אן אנשטעלן א וועק-זייגער; ווען מען וועט זיך אויפכאפן אויסגערוט וועט מען ממשיך זיין דער נסיעה. איך האב נאך פרובירט צו לערנען אפאר מינוט מיט די תפילין של רש"י ורבינו תם, אבער גלייך דערנאך האב איך זיך אונטערגעגעבן צום שר החלומות און אריין אין בעט מיט די נאכט קליידער. איך האב זיך אויפגעכאפט ארום חצות היום, זיך אנגעטון און ארויס פון צימער צו כאפן א בליק אויב די אנדערע צימערן לעבן זיך שוין. יושע מנחם'ס טיר איז געווען פונקט קעגן מיינס, און איך האב אים געזען זיצן קעגן דעם אפענעם טיר מיט א גרויסע צייטונג אין די האנט. ער האט זיך געפרייט צו טרעפן אן אויפגעשטאנענעם פון די גרופע, און מיר געמאלדן אז פון זיין זייט איז ער גרייט פארצוזעצן דעם רייזע. אריבערגייענדיג דעם טיר פון די אנדערע האלב גרופע, האט זיך שוין אויך עטוואס גערודערט אינעווייניג, און מיר האבן אפגעשמועסט אז מען גייט זיך צורעכט מאכן און קורצליך אנהייבן דעם טאגס ארדענונג.

פערטל נאך איינס מיטאג האבן מיר זיך ארויסגעלאזט פונעם פאנאראמע האטעל אויפ'ן וועג צום הכנסת אורחים פון "בוני צאנז" - וואס געפינט זיך הארט קעגנאיבער דער בית החיים, וואו מיר וועלן כאפן א טבילה און א קאווע מיט אביסל צובייס אלס הכנה צום עלייה לציון הקדוש.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

wow wow
מעכטיגע שפראך..
איך ווארן דיר אויב סגייט נאכאמאל נעמען אזוי לאנג פון איין קאפיטאל צום צווייטן!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

עעעענדליך, (ליין כאילו איך שריי,)
שכויעך (דאס ליין ביטע מיט א קוועטש-גאר א שטארקע-) פארן ממשיך זיין,

אגב אויב איך מעג פרעגן פארוואס זענט איר נישט געגאנגען צום פאנאראמע האטעל?
ס'איז גאר א שיינע געשמאקע האטעל
כ'מיין די בעסטע אין יוראפ,
נאנט צו די הכנסת אורחים, און ביליג,
כ'מיין אפי' אז ס'איז דא דארט א פענסטער צו א קלויסטער אזוי אז אפי' פאר טאג-בוך פוירפעסעס איז ער גוט,

איי איי איי צאנז, ריין נאסטאלגיע,
צאנז מיין פלאץ,

עניוועי שכוח נאכאמאל זייט ביטע ממשיך ווי אמשנעלסטן
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”