כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מיר שטייען שוין בשבוע שחל בו ל"ג בעומר, ווען אידן גרייטן זיך צו ל"ג בעומר מיט געמישטע געפילן, פון איין זייט גרייט מען זיך ווי אלע יארן מיט א שמחה וחדוה צום הייליגן טאג, אבער פון די אנדערע זייט קומט ארויף געפילן פון פאראיאר ל"ג בעומר וואס דער רבוש"ע האט געוואלט מיר זאלן האבן א צווייטע סארט ל"ג בעומר, א ל"ג בעומר אן קיין מוזיק, א ל"ג בעומר אן קיין טאנצן, א ל"ג בעומר אן קיין הדלקות, נאר א ל"ג בעומר פון לויות ר"ל.

עס איז שוין דורך א יאר זינט די שוידערליכע פאסירונג, און די געפילן האבן זיך שוין אנגעהויבן בארואיגן, במילא קענען מיר קוקן אויף די פאסירונג מיט א קלארע בליק, און זען וואס מיר קענען ארויסנעמען למעשה אויף ל"ג בעומר תשפ"ב.

אבער לאמיר זיך א מינוט קאנצעטרירן אויף ל"ג בעומר, וואס איז די שמחה? און וואס קענען מיר ארויסנעמען פון די שמחה? יעדער ווייסט אז ר' שמעון איז נסתלק געווארן ל"ג בעומר און וועגן דעם איז עס א יום שמחה, אבער פארוואס? פארוואס פונקט ר' שמעונ'ס יומא דהילולא איז א יום שמחה און אנדערע זענען א יום אבילות?

נאר לאמיר זיך א מינוט מתבונן זיין אין די לעבן פון ר' שמעון, דרייצן יאר איז ר' שמעון געווען אין א מערה, וואס האט ער דארט געלערנט? סתרי תורה. ווי מיר זינגען "החבא בתוך מערה מפני הגזירה, שם למד סתרי תורה" וואס איז פשט אז פונקט אין די מערה, אין די נידריגסטע מדרגה, אין די גרעסטע פיין, האט ער מגלה געווען נסתרות התורה?

צו פארשטיין דעם פשט, לאמיר זיך פרעגן א פראגע: וואס מיינט סתרי תורה? אויף דעם לערנען אונז די הייליגע תלמידי בעש"ט אז סתרי תורה לערנט אויס די מענטש צו טרעפן דעם אויבערשטן אין יעדע מצב, ווען עס גייט גוט פאר א מענטש איז נישט שווער צו טראכטן פונעם אויבערשטן, אבער ווען עס גייט שלעכט, דאן איז זייער שווער צו טרעפן דעם אויבערשטן. מען איז פארנומען מאכן חשבונות, ווען איך וואלט געטון אזוי, ווען איך וואלט געטון אנדערש וכו'. אבער צו טראכטן אז דער רבוש"ע האט אים געשיקט די שוועריקייט, און ער וויל זען וויאזוי דו וועסט זיך ספראווען, דאס איז זייער שווער.

ר' שמעון איז געווען אין די מערה, דרייצן יאר וואס ער האט נישט געזען קיין נברא פאר די אויגן, ער האט געקענט מאכן אלע חשבונות, א שאד איך האב געזאגט... א שאד אהער און א שאד אהין, אבער ער האט גענומען א צווייטע מהלך, ער האט זיך מדבק געווען אינעם רבוש"ע די מקור החיים, און אלעס איז אים געווען גוט, נישט עס איז אים געווען שלעכט אבער ער האט זיך פארלאזט אויפן אויבערשטן אז ער וועט עס מאכן גוט, ניין, נאר יעצט איז גוט!

מען קען טרעפן דעם אויבערשטן אין די בריאה, מען דארף נישט געווינען די לאטערי צו זען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, מען קען עס זען פון די שווערעקייטן! יא, ווען א מענטש גייט דורך א נסיון קען ער זיך מתבונן זיין אז דער רבוש"ע האט אים געשיקט די שוועריקייט, און ער שטייט און קוקט וויאזוי די וועסט עס דורכמאכן, וועסטו ביישטיין די נסיון אדער ח"ו נישט.

דאס איז וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון לערנט אונז, יא, אין די שוועריקייטן דארט איז די רבוש"ע, אפילו בהסתרה שבוך הסתרה, ווען אלעס גייט שלעכט, ווען עס זעט אויס ווי עס איז עק וועלט, דארט באהאלט זיך דער רבוש"ע און קוקט וויאזוי מיר וועלן ביישטיין די נסיון. און ער האפט אז מיר וועלן עס ביישטיין.

וועגן דעם איז די הילולא פון ר' שמעון א יו"ט פאר אונז, די גלות אידן, ווער נאך ווי אונז האבן אזעלכע נסיונות, וועלכע דור ביז אונז האבן געהאט אזויפיל הסתרות, מיר - די דור פון עקבתא דמשיחא - מיר דארפן די תורה פון ר' שמעון וואס זאל אונז דערהאלטן אין די ביטערע גלות.

שוין צענדליגע יאר וואס אידן גייען ארויף צו ר' שמעון ביום ל"ג בעומר און מען פועל'ט און מען טאנצט לכבודו של ר' שמעון, עס האבן געקענט זיין טויזענטער און הונדערטער טויזנטער אידן אויפן בארג, און מען האט געקענט זען בחוש ווי עס קומען פאר ניסים גלויים, בבחינת מיעוט המחזיק את המרובה. יא, ר' שמעון האט אונז געוויזן ניסים אין אונזער עולם השפל, אין די ת"ש יארן. אבער ל"ג בעומר תשפ"א האט ער עס גענומען צו א העכערע שטאפל, עס גייט נישט זיין קיין ניסים, מענטשן גייען טראגיש פארלירן זייער לעבן אין דעם טאג. און דארט וועלן מיר טרעפן דעם אויבערשטן!!!! נישט נאר ווען מען זעט ניסים, נישט נאר ווען אלעס גייט גוט, נאר אפי' ווען עס זעט אויס ווי אלעס גייט נישט גוט, עס זעט אויס ווי די טאג איז נתהפך געווארן צו א יום אבילות, עס זעט אויס ווי עס קומט פרעניות ח"ו, אין די מצב וויל ער מיר זאלן טרעפן דעם רבוש"ע.

דאס לערנט אונז רבי שמעון. טרעפן און מגלה זיין דעם רבוש"ע אין די שווערסטע מצב, ווען עס זעהט אויס ביטער.

כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17471
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גאר טרעפליך
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קולע אל השערה!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

הערליך!!
יישר כח
רעכט
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:25 am

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעכט »

זייער ריכטיג!
האב אונז אינזין ביי דיין פייערדיגע טענץ אז מיר אלע זאלן טאקע זוכה זיין צו די "מדרגה"
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

Holy holy
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

שטארק און צום פינטל
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארק געזאגט!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

א גרויסע שכח אלע באדאנקער’ס.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

שטארקע דברי הכנה לקראת לג בעומר ! טו א טובה שרייב נאך
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שטארקע חיזוק!!! ס'ווארימט אן לקראת היום הגדול והקדוש הבעל"ט
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”