א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עכט איך
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 9:36 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט איך »

יואל פעלזן האט געשריבן:
רבותי האט געשריבן:התאחדות הרבנים מיט א פרישע הוספה אויפן בריוו וועגן די סקוטער'ס מחזק זיין די איסור אז ס'האט א דין מזיק ואין היתר להשתמש בזה "לשום אדם"

עס איז פשוט אז די רעדע איז אויפן סיידוואלק.

די אריגינעלער צעטל רעדט "במקומות המיוחדים להילוך רבים".

זאת ועוד, איז פארשטענדליך אז קינדער האבן אן אנדער דין ווי יונגעלייט. עיין ערך קארס וכד'.

די מעשה מיט איינע פון די חשובסטע רבנים אין שטאט וואס אויף דעם ארויף איז ארויסגעקומען דער קול קורא, איז נישט געוען אויפן סייד וואלק, און אויך נישט דורך א קינד.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

איך מיין אז די מחלוקת הפוסקים גייט עס נאר מחזק זיין...
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

את פתח לו האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:מיין קליינע קאפ פארשטייט נישט וויאזוי איז אזא אשכול נאך אפן נאך א בפירושע פסק הלכה פון התאחדות
איז די התאחדות הרבנים'ס ווארט גארנישט ווערד?????
אתמהה....
------
הגם איך בין א גרויסער שטיצער פון דעם סקוטער, אבער אקעגן דעת רבנים שליט''א בטלה דעתי וכנלענד''ה


אזוי שנעל האסטו געטוישט דיין מיינוג?

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:אומר ועושה.
איינער מיט א לינק פון א גוטע סקוטער?
גרינג קלאסיש נישט צו טייער געמאכט בעיקר צו ליגן אין די קאר און ווערט גענוצט צו טרעוולען פון די פארקינג ספאט צו די ארבעט אד''ג
א דאנק פון פאראויס

אאוטש, כ'האב פארגעסן צו טוישן א ניק.... :oops:
--------
יואל פעלזן האט געשריבן:
רבותי האט געשריבן:התאחדות הרבנים מיט א פרישע הוספה אויפן בריוו וועגן די סקוטער'ס מחזק זיין די איסור אז ס'האט א דין מזיק ואין היתר להשתמש בזה "לשום אדם"

עס איז פשוט אז די רעדע איז אויפן סיידוואלק.

די אריגינעלער צעטל רעדט "במקומות המיוחדים להילוך רבים".

זאת ועוד, איז פארשטענדליך אז קינדער האבן אן אנדער דין ווי יונגעלייט. עיין ערך קארס וכד'.


נישט אז רבי יואל פעלזן איז מיין מורה דרך, נאר איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי אן אנדערע מורה ודאין וואס האט מתיר געווען לצורך פרנסה ופארקינג
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום דינסטאג יוני 07, 2022 7:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

שוין היינט געזעהן צוויי היימישע פרימע אינגעלייט פארן מיט א סקאטער, קוקט אויס ווי זיי ווארטן נישט אויף קיינעם.
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

איך לייג מיר שלאפן, ביטע וועקט מיר אויף ווען עס איז שוין דא דא בילדער פון די אינגעלייט מיט די סקוטערס.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...
אטעטשמענטס
Microsoft Word - מאמר השקפה - נשא תשפב (1).pdf
(239.59 KiB) געווארן דאונלאודעד 304 מאל
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

גרינוויל תושב האט געשריבן:ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...

איז דאס ר שמואל שלמה טעלער ?
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Wow a1 האט געשריבן:שוין היינט געזעהן צוויי היימישע פרימע אינגעלייט פארן מיט א סקאטער, קוקט אויס ווי זיי ווארטן נישט אויף קיינעם.

מיינסט ר' ישעי'הלס גבאי צדקה?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

גרינוויל תושב האט געשריבן:ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...

גראדע בין איך מיט אים... ס'פעלט נישט אויס צו טוישן א מענטאליטי פון א שטאט, אין מיין יעצטיגע וואוינארט, מאנטשעסטער, איז דא יונגעלייט וואס פארן אויף סקוטער'ס און אויף בייק'ס, אין מיין פאריגע וואוינארט, זשערסי סיטי, איז דא אינגעלייט מיט סקוטער'ס און בייק'ס, און קיינער קוקט זיי נישט אראפ אז זיי טוען עס.

דאס אז מ'דארף אויספילן אפליקאציעס אין וויליאמסבורג צו פארן מיט סקוטער'ס, איז אינטערסאנט און ס'האט א סיבה דערצו, חן מקום על יושביו, וויליאמסבורג האט א עקסטערע חן מיט אלע אירע מנהגים, איך האלט נישט אז מ'ברויכט עס טוישן.
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

גרינוויל תושב האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...

גראדע בין איך מיט אים... ס'פעלט נישט אויס צו טוישן א מענטאליטי פון א שטאט, אין מיין יעצטיגע וואוינארט, מאנטשעסטער, איז דא יונגעלייט וואס פארן אויף סקוטער'ס און אויף בייק'ס, אין מיין פאריגע וואוינארט, זשערסי סיטי, איז דא אינגעלייט מיט סקוטער'ס און בייק'ס, און קיינער קוקט זיי נישט אראפ אז זיי טוען עס.

דאס אז מ'דארף אויספילן אפליקאציעס אין וויליאמסבורג צו פארן מיט סקוטער'ס, איז אינטערסאנט און ס'האט א סיבה דערצו, חן מקום על יושביו, וויליאמסבורג האט א עקסטערע חן מיט אלע אירע מנהגים, איך האלט נישט אז מ'ברויכט עס טוישן.

ווען איך וואוין אין מאנטשעסטער וואלט איך אויך אזוי געהאלטען
(אויף וויליאמסבורג...)
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

מהיות טוב האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...

גראדע בין איך מיט אים... ס'פעלט נישט אויס צו טוישן א מענטאליטי פון א שטאט, אין מיין יעצטיגע וואוינארט, מאנטשעסטער, איז דא יונגעלייט וואס פארן אויף סקוטער'ס און אויף בייק'ס, אין מיין פאריגע וואוינארט, זשערסי סיטי, איז דא אינגעלייט מיט סקוטער'ס און בייק'ס, און קיינער קוקט זיי נישט אראפ אז זיי טוען עס.

דאס אז מ'דארף אויספילן אפליקאציעס אין וויליאמסבורג צו פארן מיט סקוטער'ס, איז אינטערסאנט און ס'האט א סיבה דערצו, חן מקום על יושביו, וויליאמסבורג האט א עקסטערע חן מיט אלע אירע מנהגים, איך האלט נישט אז מ'ברויכט עס טוישן.

ווען איך וואוין אין מאנטשעסטער וואלט איך אויך אזוי געהאלטען
(אויף וויליאמסבורג...)

איך האב געוואוינט 18 יאר אין וויליאמסבורג...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גרינוויל תושב האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...

גראדע בין איך מיט אים... ס'פעלט נישט אויס צו טוישן א מענטאליטי פון א שטאט, אין מיין יעצטיגע וואוינארט, מאנטשעסטער, איז דא יונגעלייט וואס פארן אויף סקוטער'ס און אויף בייק'ס, אין מיין פאריגע וואוינארט, זשערסי סיטי, איז דא אינגעלייט מיט סקוטער'ס און בייק'ס, און קיינער קוקט זיי נישט אראפ אז זיי טוען עס.

דאס אז מ'דארף אויספילן אפליקאציעס אין וויליאמסבורג צו פארן מיט סקוטער'ס, איז אינטערסאנט און ס'האט א סיבה דערצו, חן מקום על יושביו, וויליאמסבורג האט א עקסטערע חן מיט אלע אירע מנהגים, איך האלט נישט אז מ'ברויכט עס טוישן.


דאס, אז אין מאנטשעסטער, איז דא יונגעלייט וואס פארן אויף סקוטער'ס און אויף בייק'ס, אין מיין פאריגע וואוינארט, זשערסי סיטי, איז דא אינגעלייט מיט סקוטער'ס און בייק'ס, און קיינער קוקט זיי נישט אראפ אז זיי טוען עס, איז פשוט ווייל עס איז א נארמאלע זאך צו טוהן. און פשוט ווייל אין א קלענערע out of town community קוקט מען נישט אזוי שטארק וואס יענער וועט זאגן. מען לעבט און טוט וואס איז נארמאל, נישט וואס יענער האלטו איז נארמאל.

משא"כ דאס אז מ'דארף אויספילן אפליקאציעס אין וויליאמסבורג צו פארן מיט סקוטער'ס, איז אינטערסאנט א בושה אז מען דארף צו דעם צוקומען, אבער אפשר האט מען נישט קיין ברירה, און ס'האט א סיבה דערצו, ווייל מען שעמט זיך צו טוהן נארמאלע זאכן, וויליאמסבורג האט א עקסטערע חן מיט אלע אירע צדקה און גמילת חסדים, תורה ועבודה, אבער פעלט אינעם ענין פון טוהן וואס איז ריכטיג אויב איז עס ריכטיג, און נישט זיך זארגן אזויפיהל וואס וועט יענער זאגן, און מען זאל שוין אויפהערן נישט צו טוהן נארמאלע זאכן ווייל יענער מיינט עז איז פאני, און מען זאל שוין אויפהערן טוהן פאני זאכן, ווייל יענער מיינט עס איז נארמאל, איך האלט אז מ'ברויכט עס טוישן ווי שנעלער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אחשוורוש פארט שוין מיט זיין סקוטער און לאכט זיך אויס פון אלע וואס האלטן נאך ביים אויס פילן אפליקאציעס
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

גרינוויל תושב האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...

גראדע בין איך מיט אים... ס'פעלט נישט אויס צו טוישן א מענטאליטי פון א שטאט, אין מיין יעצטיגע וואוינארט, מאנטשעסטער, איז דא יונגעלייט וואס פארן אויף סקוטער'ס און אויף בייק'ס, אין מיין פאריגע וואוינארט, זשערסי סיטי, איז דא אינגעלייט מיט סקוטער'ס און בייק'ס, און קיינער קוקט זיי נישט אראפ אז זיי טוען עס.

דאס אז מ'דארף אויספילן אפליקאציעס אין וויליאמסבורג צו פארן מיט סקוטער'ס, איז אינטערסאנט און ס'האט א סיבה דערצו, חן מקום על יושביו, וויליאמסבורג האט א עקסטערע חן מיט אלע אירע מנהגים, איך האלט נישט אז מ'ברויכט עס טוישן.

ווער איז דאס שרייבער פון די צעטיל?

איז ער סעריעס?
די פארמלקייט פון ווילאמסבורג איז א מעלה גאר? אויב קויף איך נישט א באגי בא קעריטש צוברעך איך אויך די הייליגע וויליאמסבורגע פארמלקייט?
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

מערכות הקודש האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:ער פארפירט געפערליך קעגן די געדאנק...

איז דאס ר שמואל שלמה טעלער ?

Yes
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:אחשוורוש פארט שוין מיט זיין סקוטער און לאכט זיך אויס פון אלע וואס האלטן נאך ביים אויס פילן אפליקאציעס

קום אריין מיט דיין עקספיריענס.

וועלכע סארט נוצטו? וויפיל $?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

קען מיר איינער מסביר זיין? אויב דאס עצם פארן מיט א סקוטער איז אויסגעהאלטן, אפשר נאך מער ווי פארן מיט'ן קארס, און די גאנצע זאך איז נאר ווייל קיינער טוט דאס נישט. פארוואס זאל מען עס נישט מאכן פאר א "יעדער פארט מיט סקוטער'ס", און די וויליאמסבורגער פארמאל - וואס איז טאקע א גוטע זאך און האלט אידישקייט - וועט ווייטער אנגיין מיט אויבערשנטס הילף.
וואס פאר א פארגלייך איז דאס צו דורכברעכן איסורים אדער אפילו הנהגות טובות חלילה?
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

טשעבינער האט געשריבן:ראבאוטיי! איך האב געקויפט א עלעקטריק סקוטער פאר א חודש צוריק.
און יעצט זיץ איך אינדערהיים מיט א סלינק אויפ'ן האנט, נאך א אפעראציע...

ממילא די פראגע איז נישט צו ס'פאסט! נאר צו מ'מעג ע''פ ונשמרתם.

רפיע שעליימע
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טשעבינער האט געשריבן:ראבאוטיי! איך האב געקויפט א עלעקטריק סקוטער פאר א חודש צוריק.
און יעצט זיץ איך אינדערהיים מיט א סלינק אויפ'ן האנט, נאך א אפעראציע...

ממילא די פראגע איז נישט צו ס'פאסט! נאר צו מ'מעג ע''פ ונשמרתם.

אדרבה, פארצייל די מעשה. וויאזוי איז עס געשען? אפשר וועט מען זיך קענען לערנען געוויסע זיכערהייט מיטלען פון דעם.

מיט קאר'ס פאסירט אויך עקסידענטן, ס'מיינט נישט מ'דארף עס אינגאנצן בענען, מ'דארף פשוט זיך לערנען דערפון און זיין מער פארזיכטיג (שטייטזיך נאר אויב ס'שייך, אז נישט דארף מען עס טאקע אינגאמצן אוועקווארפן).

און פאר איך פארגעס, א רפואה שלימה בקרוב.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

פרעג האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין? אויב דאס עצם פארן מיט א סקוטער איז אויסגעהאלטן, אפשר נאך מער ווי פארן מיט'ן קארס, און די גאנצע זאך איז נאר ווייל קיינער טוט דאס נישט. פארוואס זאל מען עס נישט מאכן פאר א "יעדער פארט מיט סקוטער'ס", און די וויליאמסבורגער פארמאל - וואס איז טאקע א גוטע זאך און האלט אידישקייט - וועט ווייטער אנגיין מיט אויבערשנטס הילף.
וואס פאר א פארגלייך איז דאס צו דורכברעכן איסורים אדער אפילו הנהגות טובות חלילה?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:אחשוורוש פארט שוין מיט זיין סקוטער און לאכט זיך אויס פון אלע וואס האלטן נאך ביים אויס פילן אפליקאציעס

קום אריין מיט דיין עקספיריענס.

וועלכע סארט נוצטו? וויפיל $?

געקויפט א 600$ שטיקל
און איך וועל אי''ה אין די קומענדיגע פאר טעג אריין קומען מיט א באריכט
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

טשעבינער האט געשריבן:ראבאוטיי! איך האב געקויפט א עלעקטריק סקוטער פאר א חודש צוריק.
און יעצט זיץ איך אינדערהיים מיט א סלינק אויפ'ן האנט, נאך א אפעראציע...

ממילא די פראגע איז נישט צו ס'פאסט! נאר צו מ'מעג ע''פ ונשמרתם.

רפואה שלימה במהרה.
מ'מעג ע''פ ונשמרתם און מ'דארף פארן פארזיכטיג און ח''ו ספידן אויף פארנומענע סיידוואקן און זיכער נישט אויף סכנה'דיגע שאסייען
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

רעים האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:

ווער איז דאס שרייבער פון די צעטיל?

איז ער סעריעס?

ניין, ואכמ"ל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

אחד הרבנים האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:איך האב געוואוסט אז עס זענען דא מענטשן שקצים, אבער בייקס שקצים?? דאס איז שוין א חידוש...

#וואס איז דאס א "שגץ בייק"?

א בייק וואס פארוואנדעלט דעים דרייווער אין א שגץ….

און מסתמא איז אויך דא דרייווער וואס פארוואנדלען דעם בייק אין א שגץ, ניין?

אין קעיס די ווייסט טאקע נישט, א בייק מיט 2 רעדלעך הייסט א שגץ בייק (for some unknows reason) אין וויליפעסט, פארדעם פארן היינט די קינדער אדער מיט א ביג וויל וואס האט 3 רעדער אדער מיט א סקוטער וכדומה וויל דאס גייט נישט אריין אין די כלל.

די עלטערע מנהלים אין סאטמאר גיבן איבער אז זיי האבן אן הוראה פון הרה״ק מ׳סאטמאר זי״ע (בעל דב״י) אז מען זאל נישט פארן מיט קיין צוויי רעדעלדיגע בייקס.

די רבי האט געגעבן די הוראה פאר די מנהל אין ק"י צוליב די סכנה פאר קינדער נאכן זיך נאכפרעגן ביי איינער פון די חברה הצלה (כ'געדענק נישט די נאמען)

-אויב וואלט עס געווען א שגץ בייק וואלט זיך די רבי נישט נאכגעפרעגט איבער די סעיפטי דערפון
-די הוראה איז געווען פאר קינדער און נישט ערוואקסענע
-אין ק"י וואו די גאסן זענען שטארק בערגיג, משא"כ ווילי
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: א כולל אינגערמאן מיט א סקוטער??? אין וויליאמסבורג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

Rak Tov האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:א בייק וואס פארוואנדעלט דעים דרייווער אין א שגץ….

און מסתמא איז אויך דא דרייווער וואס פארוואנדלען דעם בייק אין א שגץ, ניין?

אין קעיס די ווייסט טאקע נישט, א בייק מיט 2 רעדלעך הייסט א שגץ בייק (for some unknows reason) אין וויליפעסט, פארדעם פארן היינט די קינדער אדער מיט א ביג וויל וואס האט 3 רעדער אדער מיט א סקוטער וכדומה וויל דאס גייט נישט אריין אין די כלל.

די עלטערע מנהלים אין סאטמאר גיבן איבער אז זיי האבן אן הוראה פון הרה״ק מ׳סאטמאר זי״ע (בעל דב״י) אז מען זאל נישט פארן מיט קיין צוויי רעדעלדיגע בייקס.

די רבי האט געגעבן די הוראה פאר די מנהל אין ק"י צוליב די סכנה פאר קינדער נאכן זיך נאכפרעגן ביי איינער פון די חברה הצלה (כ'געדענק נישט די נאמען)

-אויב וואלט עס געווען א שגץ בייק וואלט זיך די רבי נישט נאכגעפרעגט איבער די סעיפטי דערפון
-די הוראה איז געווען פאר קינדער און נישט ערוואקסענע
-אין ק"י וואו די גאסן זענען שטארק בערגיג, משא"כ ווילי

מקור?
מיין מנהל האט געזאגט אנדערש.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”