וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג מאי 20, 2022 12:32 pm

איך האב נישט קיין אוועקגעלייגטע געלט
76
25%
איך האב צווישן $5000 ביז $20,000
63
20%
איך האב צווישן $20,000 ביז $50,000
57
18%
איך האב צווישן $50,000 ביז $100,000
45
15%
איך האב צווישן $100,000 ביז $250,000
36
12%
איך האב צווישן $250,000 ביז $500,000
10
3%
איך האב צווישן $500,000 ביז א מיליאן דאלער
7
2%
איך האב מער ווי א מיליאן
16
5%
 
סך הכל שטימען: 310

אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

עולם הפוך האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:די מנהלים קענען זעהן ווער שטימט וואס?

די לעצטע צוויי אפציעס וואלטן שטארק צוניץ געקומען פאר די נעקסטע אייוועלט קאמפיין

די מנהלים זענן די מיליאנערן... :lol:

וויצן אין א זייט, די מנהלים קענען ווארשיינליך נישט זען ווער ס'האט געשטימט פאר וועלכע אפציע.

א פראבלעם.... מ'האמיר דא מיליאנערן
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

ממה נפשך האט געשריבן:אוי וויי, די ערשטע איז דערווייל די געוואונער.

די מצב האט זיך סטאביליזירט און פארבעסערט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

תגובה דורך ממוצע »

איך מיין אז די ריכטיגע נומער צו האבן אויב שייך, איז צווישן 10 און 20 טויזענט דאללער.

5000 איז צו ווייניג.
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

די אנקעטע ריפלעקטירט ווייט נישט די מצב אין כלל ישראל צוליב וואס עס נעמט נישט אין באטראכט די ריעל עסטעיט סעווינגס (עססעט וועליו מיינעס מארגעדש / לאונס אויף די פראפערטי)

יא, עס זענען דא טויזנטער אידן אן קיין גראצער אין באנק מיט א שיינע פאר רעדלעך אין ריעל עסטעיט סעווינגס, עס איז הא בהא תליא ווייל זיי קויפן קרקע איז די באנק לער

ווען די געלט וואלט געבליבן אין באנק וואלטן די סעווינגס נישט געווען בכלל אין דמיון ווי די סעווינגס אין ריעל עסטעיט.. אידן האט׳ס שכל...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:די אנקעטע ריפלעקטירט ווייט נישט די מצב אין כלל ישראל צוליב וואס עס נעמט נישט אין באטראכט די ריעל עסטעיט סעווינגס (עססעט וועליו מיינעס מארגעדש / לאונס אויף די פראפערטי)

יא, עס זענען דא טויזנטער אידן אן קיין גראצער אין באנק מיט א שיינע פאר רעדלעך אין ריעל עסטעיט סעווינגס

עס איז אבער נישט קיין ריכטיגע זאך פינאנציעל, און תורה'דיג שליש בקרקע אויך נישט.

א מענטש דארף האבן געלט אוועיליבל תיכף ומיד, אין פאל פון נויט. און נויט קען מיינען סיי אן אומגעראכטענע גרויסע הוצאה. און אויך אין פאל פון א פארלוסט פון אינקאם. לאמיר זאגן א מענטש פארלירט זיין דזשאב פון איין טאג אויפן צווייטן. ס'זאל זיך נישט מאכן. אז ער האט אוועקגעלייגט 10 טויזענט דאללער, קען ער ווייטער אנגיין מיטן לעבן, און זוכן א פרישע דזשאב מיט א רואיגקייט. און ער דארף נישט אריינפאלן אין א פאניק.
לעצט פארראכטן דורך ממוצע אום זונטאג מאי 15, 2022 3:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

צי די אידן וואס האבן געשטימט פון אפציע 4 און אראפ
וואס זוכן ענקער געלט אין באנק?? אריין אין קרקע אבער שוין...

איך רעדט נישט פון די אידן וואס אינוועסטירן זייער געלט אין א ביזנעס כמובן
נאר צי די וואס די געלט אין באנק אקאונט זאמעלט שטויב
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:צי די אידן וואס האבן געשטימט פון אפציע 4 און אראפ
וואס זוכן ענקער געלט אין באנק?? אריין אין קרקע אבער שוין...

איך רעדט נישט פון די אידן וואס אינוועסטירן זייער געלט אין א ביזנעס כמובן
נאר צי די וואס די געלט אין באנק אקאונט זאמעלט שטויב

אפשר איז טאקע נאר א שליש סעווינגס
#איך-פארק-מענטשליך
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

ממוצע האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:די אנקעטע ריפלעקטירט ווייט נישט די מצב אין כלל ישראל צוליב וואס עס נעמט נישט אין באטראכט די ריעל עסטעיט סעווינגס (עססעט וועליו מיינעס מארגעדש / לאונס אויף די פראפערטי)

יא, עס זענען דא טויזנטער אידן אן קיין גראצער אין באנק מיט א שיינע פאר רעדלעך אין ריעל עסטעיט סעווינגס

עס איז אבער נישט קיין ריכטיגע זאך פינאנציעל, און תורה'דיג שליש בקרקע אויך נישט.

א מענטש דארף האבן געלט אוועיליבל תיכף ומיד, אין פאל פון נויט. און נויט קען מיינען סיי אן אומגעראכטענע גרויסע הוצאה. און אויך אין פאל פון א פארלוסט פון אינקאם. לאמיר זאגן א מענטש פארלירט זיין דזשאב פון איין טאג אויפן צווייטן. ס'זאל זיך נישט מאכן. אז ער האט אוועקגעלייגט 10 טויזענט דאללער, קען ער ווייטער אנגיין מיטן לעבן, און זוכן א פרישע דזשאב מיט א רואיגקייט. און ער דארף נישט אריינפאלן אין א פאניק.

10 טויזנט דאללאר יא, און אפילו 20

אבער וואס זוכן אנשי שלומינו מיט 200 אלפים אין באנק רבש״ע?

אין בדרך כלל אידן וואס האבן קרקע האבן עקסעס צי געלט אפילו ווען די אקאונט איז ליידיג
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:צי די אידן וואס האבן געשטימט פון אפציע 4 און אראפ
וואס זוכן ענקער געלט אין באנק?? אריין אין קרקע אבער שוין...

איך רעדט נישט פון די אידן וואס אינוועסטירן זייער געלט אין א ביזנעס כמובן
נאר צי די וואס די געלט אין באנק אקאונט זאמעלט שטויב

וואס קען מען היינט טון אין קרקע מיט $50,000 און אראפ?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:

דיע זענען באטס...

עקסעס צו געלט דארף זיין אימידיעטלי.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

פולי אגרי מיט @לא ימושו
קרקע איז א בעסערע סעווינגס ווי קעש
נאכדערצו יעצט ווען קעש פארלירט וועליו יעדן איינציגן טאג
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

איך ווייס פין איינער וואס האט געשטימט צווישן 50 אין 100 אלעס פין די שטאטישע מתנות דארינג קאוויד וואס ער האט זיך אוועקגעלייגט
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

עולם הפוך האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:צי די אידן וואס האבן געשטימט פון אפציע 4 און אראפ
וואס זוכן ענקער געלט אין באנק?? אריין אין קרקע אבער שוין...

איך רעדט נישט פון די אידן וואס אינוועסטירן זייער געלט אין א ביזנעס כמובן
נאר צי די וואס די געלט אין באנק אקאונט זאמעלט שטויב

וואס קען מען היינט טון אין קרקע מיט $50,000 און אראפ?

מען קען... דארפסט עצות? אישי
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

לויב האט געשריבן:איך ווייס פין איינער וואס האט געשטימט צווישן 50 אין 100 אלעס פין די שטאטישע מתנות דארינג קאוויד וואס ער האט זיך אוועקגעלייגט

שוין א אלטע טענה, דער ארבייטסלאזער האט מער געלט ווי מיר שווערע ארבייטער
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

בלייב געזונט האט געשריבן:פולי אגרי מיט @לא ימושו
קרקע איז א בעסערע סעווינגס ווי קעש
נאכדערצו יעצט ווען קעש פארלירט וועליו יעדן איינציגן טאג

בעסער? הונדערט מאל בעסער

א רחמנות אויף די יונגעלייט וואס האבן שוין עטליכע יאר 70 - 80 טויזנט דאלאר אין באנק ווייל זיי גייען איין טאג קויפן א הויז, בעת די 70 אלפים בלייבט 70 אלפים אין דירות פרייזן שטייגן יעדע טאג

ווען די 70 אלפים גייט אריין אין קרקע 5 יאר צוריק וואלטן זיי געהאט א 3, 4, 5 מאות אויסגעצאלטע עסעטס
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:צי די אידן וואס האבן געשטימט פון אפציע 4 און אראפ
וואס זוכן ענקער געלט אין באנק?? אריין אין קרקע אבער שוין...

איך רעדט נישט פון די אידן וואס אינוועסטירן זייער געלט אין א ביזנעס כמובן
נאר צי די וואס די געלט אין באנק אקאונט זאמעלט שטויב

אפשר קומטסטו אריין מיט איידיעס
גם אני
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 1:10 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אני »

לויב האט געשריבן:איך ווייס פין איינער וואס האט געשטימט צווישן 50 אין 100 אלעס פין די שטאטישע מתנות דארינג קאוויד וואס ער האט זיך אוועקגעלייגט

גא"מ
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:פולי אגרי מיט @לא ימושו
קרקע איז א בעסערע סעווינגס ווי קעש
נאכדערצו יעצט ווען קעש פארלירט וועליו יעדן איינציגן טאג

בעסער? הונדערט מאל בעסער

א רחמנות אויף די יונגעלייט וואס האבן שוין עטליכע יאר 70 - 80 טויזנט דאלאר אין באנק ווייל זיי גייען איין טאג קויפן א הויז, בעת די 70 אלפים בלייבט 70 אלפים אין דירות פרייזן שטייגן יעדע טאג

ווען די 70 אלפים גייט אריין אין קרקע 5 יאר צוריק וואלטן זיי געהאט א 3, 4, 5 מאות אויסגעצאלטע עסעטס

טויזנט פראצענט
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

עולם הפוך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:אוי וויי, די ערשטע איז דערווייל די געוואונער.

די מצב האט זיך סטאביליזירט און פארבעסערט.

דיין טענה איז נישט אמת והוא פשוט, רעכען אויס אלע אנדערע צוזאמען קעגן די איינס
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

בלייב געזונט האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:צי די אידן וואס האבן געשטימט פון אפציע 4 און אראפ
וואס זוכן ענקער געלט אין באנק?? אריין אין קרקע אבער שוין...

איך רעדט נישט פון די אידן וואס אינוועסטירן זייער געלט אין א ביזנעס כמובן
נאר צי די וואס די געלט אין באנק אקאונט זאמעלט שטויב

וואס קען מען היינט טון אין קרקע מיט $50,000 און אראפ?

מען קען... דארפסט עצות? אישי

איך פרעג אין דזשענעראל לטובת ציבור וואס האט געשטימט אז זיי האבן $50,000 און אראפ.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בלייב געזונט האט געשריבן:פולי אגרי מיט @לא ימושו
קרקע איז א בעסערע סעווינגס ווי קעש
נאכדערצו יעצט ווען קעש פארלירט וועליו יעדן איינציגן טאג

מ'רעדט נישט יעצט פון אינוועסטירן ווערסוס פיילן אונטערן מאטראץ. מ'רעדט פונעם וויכטיגקייט פון האבן אן עמערדזשענסי פאנד פון 10 טויענט דאללער אוועקגעלייגט.

די איבעריגע זאל מען אוודאי אינוועסטירן.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

פחדים... רוב עולם האט ניטאמאל קיין $5000??? און רוב עולם גייט אין קאנטרי, וויאזוי באצאלט מען קעמפ פאר די קינדער??
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

ממוצע האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:פולי אגרי מיט @לא ימושו
קרקע איז א בעסערע סעווינגס ווי קעש
נאכדערצו יעצט ווען קעש פארלירט וועליו יעדן איינציגן טאג

מ'רעדט נישט יעצט פון אינוועסטירן ווערסוס פיילן אונטערן מאטראץ. מ'רעדט פונעם וויכטיגקייט פון האבן אן עמערדזשענסי פאנד פון 10 טויענט דאללער אוועקגעלייגט.

די איבעריגע זאל מען אוודאי אינוועסטירן.

ווען די עולם זאל אינוועסטירן זייער קעש מיינעס 10 אלפים פאר עמערדשענסי פאנד וואלט כלל ישראל בעסער געשטאנען
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

ממוצע האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:פולי אגרי מיט @לא ימושו
קרקע איז א בעסערע סעווינגס ווי קעש
נאכדערצו יעצט ווען קעש פארלירט וועליו יעדן איינציגן טאג

מ'רעדט נישט יעצט פון אינוועסטירן ווערסוס פיילן אונטערן מאטראץ. מ'רעדט פונעם וויכטיגקייט פון האבן אן עמערדזשענסי פאנד פון 10 טויענט דאללער אוועקגעלייגט.

די איבעריגע זאל מען אוודאי אינוועסטירן.

כ'גלייב נישט אז $10,000 איז היינט צוטאגס גענוג אויף צו לעבן מער ווי א חודש צוויי.

רעכן אריין רענט, עסן און שכ"ל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועכנטליכע אייוועלט אנקעטע #1 פר' בהר: וויפיל געלט האט איר אוועקגעלייגט אין סעווינגס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הײמישער זײגער האט געשריבן:פחדים... רוב עולם האט ניטאמאל קיין $5000??? און רוב עולם גייט אין קאנטרי, וויאזוי באצאלט מען קעמפ פאר די קינדער??

מ'רעדט פון 5000 נאך אלע הוצאות, ווי קעמפ וכדומה.

עס איז נאך אלץ זייער אנפארטשענעט אז ס'זענען דא אסאך אינגעלייט וואס האבן נישט קיין סך געלט אוועקגעלייגט, און פארן דאך אין קאנטרי... אבער דאס באלאנגט שוין נישט דא...
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”