א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

אין ליכט פון מיין גרייכן טויזענט תגובות, האט מיך וויכי איינגעזאמעלט, און געזאגט, קום אידישליך, לאמיר כאפן א שפאציר אין די וועלט בארימטע קרעטשמע נייעס אגענטור, מער באקאנט מיט אירע בוכשטאבן ק.נ.א. זעה וויאזוי די ווירטשאפט גייט דארט צו, און וואס שפילט זיך דארט אפ.

אין א קאלטע פארטאגס האבן מיר זיך געטראפן, קוים מיט צרות האב איך באוויזן צו עפענען די טיר פון וויכי'ס אלטע שעווראלעט, וואס איך האב אבער באמערקט אז די לעלוס ארבעטן שארף, טראץ וואס אממיינסטענס פונעם קאר שוין נישט.

ריק אראפ דעם קאפל אויף די אויגן זאגט ער, כ'וויל נישט זאלסט זעהן די וועג, וועסטיך נאך מארגן אנריקן אומגעלאדענט... איך פאלג ווי א גוט קינד, און מ'פארט. כ'שפיר יעדעס באמפ אויף די ראוד, און נאך א שיינע שטיקל מהלך זאגט ער מיר, היידא, מ'זעמיר דא.

איך בין געווען זיכער אז די איינגעשטעלטע וועלן מיר אויפנעמען מיט בייזע בליקן, מיר אפווארטן מיט שטעקענעס און ארויס פירן פון דארט מיט בזיונות, אבער וויכי האט מיר גענומען אונטער זיינע פליגלען, און צו מיין איבעראשונג איז געווען פונקט פארקערט, די אלט געזעסענע אגענטור איינגעשטעלטע האבן מיר אויפגענומען מיט אפענע ארעמעס און געצייגט דאס פלאץ און די אקטיוויטעטן.

מ'קום מיר אן צום טשעק פוינט, וויכי האט נישט געדארפט צייגן זיינע קרידענשעלס, יעדער קען זיין קאר, אבער למעלה משבעים האט געשיקט שארפע בליקן צו מיין זיץ, כלומר, ווער איז דער וואס כאפט זיך אריין דא מיט וויכי אינעם הויפטקווארטיר... כא כא...

צום ערשט פירט ער מיר צו צו א הערליך געשניצטע טיר, א גאלדענע בלעך הענגט דארט אויף וועלכע עס שטייט "ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט", וויכי זאגט מיר האלט דיך שטיל, מ'טאר נישט שטערן, און ער געבט אן איידעלע קלאפ, זאגט: וויכי הער, און געבט א באז און די טיר עפנט זיך שטייט.

וואס דארט האט זיך אפגעשפילט... שווער צו באשרייבן אבער כ'וועל פרובירן... א העל באלאכטענע ברייטע שטוב, פונקט אינמיטן זיצט הכל הבל אויף אזא ריזיגע בענקל, א טייערע מעהאגעני דעסק מיט בלויז א קיבארד אויף דעם, פון די דאך קומט אראפ זעקס ריזיגע סקרינס, איינס איז צוטיילט אין צוויי, דארט שפילט לייוו קאנגרעס און סענאט, איינס שפילט לייוו פארשידענע געריכט סעסיעס, און די אנדערע פאר ווארפט נאכאנאנד אינפארמאציע וואס כ'האב ניטאמאל פארשטאנען און געוויסט וויאזוי צו ליינען, פון אינטער דעם דעסק קומט ארויף דריי קאמפיוטער מאניטערס, צוויי זענען אפן אויף אייוועלט, און די דריטע שפילט א לייוו רעדע פונעם פרעזידענט.

הבל האט קודם בכלל נישט באמערקט אז אונז האבן אריינגעפאפט, נאך א קורצע וויילע דרייט ער זיך אויס, מיט א מינע אויפן פנים ווי צו פרעגן ווער איז דאס, אידישליך זאגט וויכי, אהה, א לייכטע שמייכל שפרייט זיך אויס אויף זיין פנים, און שאקלט מיטן קאפ, גוט דיך צו זעהן... איך פארנויג מיין קאפ מיט א רויטליך פנים, און זאג, כ'וויל דיר נישט שטערן חלילה, הצלחה, ביסט מאסיוו!

שטייטערהייט שפאנען מיר ארויס פון דארט, אזוי אין די ברייטע האלוועי זעהן מיר קאפעלע דרייווט א גאלף קאר, אין בעק איז דא א באנק, און זיצט דארט אן עלטערע פרישע אידל, א ליין אויף זיין נאז, און אין איין האנט א פענסיל, און אין איין האנט א גרויסע גראבע מעקער, וואסיז דאס פרעג איך וויכי, אהה דאסיז יאנאש, ער איז צו אלט ארום צו לויפן סאו קאפעלע דרייווט אים... און וואס איז דאס אויף זיין נאז? אה, איין האלב איז אחד מהמנהלים, און די צווייטע האלב מיט די גרויסע פענסיל איז אחד מהיאנאשים... און אזוי קריכט ער פון אשכול צו אשכול און לאזט אראפ זיינע בליציגע רעיונות און קאמענטארן.

גיימיר ווייטער, קומען מיר אן צו א טיר, ענליך צו די פריערדיגע, ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדענט שטייט אויפן בלעכל, וכמעשיהו בראשונה, נאכן זיך אידענטיפיצירן, עפנט ער שטייט אויף די טיר, נקדימון שטייט דארט און שפאצירט ארום מיט אן אייפער ארויף און אראפ דעם צימער, ער האט אזא העדסעט אויפן קאפ, אין איין האנט א טעבלעט אינעם צווייטן א פאון, פונעם דאך אויף די סקרינס שפיגלען אפ פארשידענע לענדער און ערטער, וויכי זאגט ער, נאך גוט אז ביסט דא, כ'האב דיר יעצט געוואלט רופן, זעה אז די דזשעט זאל זיין גרייט זיך צו הייבן אין א שעה, כ'פאר צוריק קיין אוקריינע. וויכי פרעגט נישט קיין קשיות, איי ער איז קוים צוריקקומען פון קאזאכסטאן, טעקסאס, ענגלאנד און נאך פארשידענע פלעצער, אבער אויב נקדימון זאגט פאלגט מען, וויכי זאגט עפעס אריין אין זיין וואלקי טאלקי וואס כ'האב פריער נישט באמערקט, און זאגט פאר נקדימון, אז עס וועט זיין גרייט אין א שעה, דערווייל שארט זיך נקדימון צוריק צום דעסק, קלאפט אריין עפעס א פרישע באריכט וואס ער האט נארוואס באקומען פונעם פראנט.

ביידעוועי זאגט וויכי, דעי גאסט דא איז אידישליך, אהה לאכט נקדימון, כ'האב אים נישט באמערקט, ער ווייזט מיך מיט די הענט אזא פריינטליכע וועיוו, און איז צוריק צו די עבודה קשה.

קוים וואס איך קען מיך איבערקומען פון וואס דא טוט זיך אפ, און איך הער פינג פינג פינג, כ'האב מיך א טראפ דערשראקן, און כ'פרעג וויכי מה זה? ווארט וועסט שוין זעהן, ברררררר כ'דריי אויס מיין קאפ, כ'זעה א מאטערסייקל רייסט דורך, כ'זעה אויף די לייסענס פלעיט שטייט 'שר החסד', אה דאסיז קנאפער... וואס גייט פאר פרעג איך וויכי, אה, אין עפעס א פארשטיפטע אשכול האט איינער געבעטן הילף, און קנאפער האט באקומען א פינג און רייסט אהין מיט זיין טאלבאקס און גייט ארויס העלפן דעם איד.

גיימיר ווייטער, קומער אן צו נאך א טיר, כ'זעה ווי וויכי פארשלינגט א טרער, וואסיז פרעג איך אים, אן זאגן א ווארט עפנט ער אויף די טיר, א טינקעלע קאלטע צימער נעמט אונז אויף, ער צינדט אן די לייט, כ'זעה א ליידיגע בענקל, די פעקס מאשין ביי די זייט האלט אין איין שפייען פאפירן און פארפלייצט דעם צימער, די האלב טינקעלע סקרינס בליצן מיט נומערן און סטעיטמענטס, שטייטערהייט הייב איך אויף איין פאפיר פון די ערד, און איך זעה דארט א פונקטליכע באריכט פון א מיזורי קאנגרעסמאן, וויפיל זיין קאמפיין קאסע האט געמאכט, די טעלעפאן האלט אין איין קלינגען, אויף די ענסערינג מאשין הער איך: דא רעדט מען פון די אפיס פון סענעטאר בלא בלא און מיר וואלטן געוואלט וויסן ווען מיר קענען רעדן מיט אייך, אבער אין קול ואין עונה.

איך האב שוין גלייך פארשטאנען פון וואס מען רעדט דא, קוק? פרעג איך אים, א שטילע שאקל, יאפ דא פלעגט זיצן קוק אויף דיר אליינס... שוין לאמיר רעדן פון שמחות זאגט ער.

גיימיר ווייטער, קומענדיגע טיר עפנט ער אויף, זיצן דארט עטליכע ענערגישע אינגעלייט און סקענען יעדע אוטלעט איבער די וועלט, דער עולם זיצט פארטין, 'עפעס אנדערש' האלט אינמיטן באשטעטיגן מיט דעלטא אן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט אויף זייער פליגער, און אלעקסיי דער דריטער שטייט ביים אויוון דארט און ענדיגט צו א גאר רייכע און געשמאקע קאקאש.. די חברה האבן נישט קיין צייט, ארבעטן פלייסיג קוים וואס זיי באמערקן וויכי און מיך...

פון די זייט זעהן מיר א טינקעלע זאל, פארשלאסן און פארהאקט, 'פאלעקס נייעס אגענטור' שטייט אויפן סיין, און אזוי באטראכענדיג עס לאזט וויכי ארויס א זיפץ, אויך ליידער פרי זיך געענדיגט זאגט ער צובראכן.

אזוי ביי די זייט זעה איך איינער שוויצט אויף היילאו, א סקיט פאליטישע קליפס זיצן מיט פראכט, דאס איז ר' זעקל, ער ארבעט העפטיג דא, דארפסט מיר זאגן פרעג איך אים?

נאכדעם האמיר געכאפט א בליק אריין אין קאך לעפל, וואס דארט האט זיך אפגעטון... שוין... העמיר נישט מאריך זיין, איינער איז געשטאנען דארט מיט עטליכע פלעשער ספרעי פעינט און געפירקלט ריזיגע און פיצי קאלירטע אותיות, און א גרופע ניקים האבן שווער מוחה געווען... כאפצעם האט אריינגעריקט אזא פיצי ציפ פאר פון אמעריקע און אפגעיאגט פון שטח, פעיק איז געשטאנען דארט און פאליטיזירט עפעס מיט פאלעקס מיט א רואיגקייט, וכו'... אפשר העמיר נאך איינמאל געבן א באריכט איבער דעם...

זעסטע וואס דא טוצעך פרעגט מיר וויכי מיט שטאלץ און א שמייכל פון פאה צו פאה באדעקט זיין געזיכט, איך האב נאך נישט געקענט צוזאמקראצן די ריכטיגע ווערטער אויס צו דריקן מיין התפעלות, כ'בין נאך געווען שפראכלאז, ווען מיטאמאל באקומט וויכי א ביפ, אלערט: איינער האט געשריבן אין ק.נ.א. וועטער אשכול... ביי זאגט ער מיר, יאג ארויס, כ'דארף לויפן קער נעמען, העמיר רעדן, וואז נייס טו מיט יו. און מעכל קנעכל איז געקומען מיט זיין יפ"א, אויפגעפיקט וויכי און זיי זענען ביידע פארשווינדן געווארן, און מיך געלאזט אליינס.

איינער ווייסט די וועג צוריק?
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
האסט מיך אריינגעטראגן אין א אנדערע וועלט
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

:lol:
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פיינע ווארע, זייער געשמאק און גוט אראפגעלייגט, ממש געשפירט ווי איך בין דארט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

חא חא חא האבן זיך די רויבער צולאכט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

:lol: :lol: :lol:
יו קרעקד מי אפ :twisted:
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

חחחחח זיס!
מזל טויבי צום טויזענטער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חחחחחחח! שיגענער דו! אייזן אראפגעלייגט און דו ביסט אייזן גוט בכלל ובפרט!

טויזענט הערליכע תגובות, א פראכט פאר אייוועלט און א געשמאק פאר יעדן אויף אייוועלט.

האלט אן!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

:lol: :lol:

מזל טוב צום טויזענטער
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אידישלעך, ווי האסטו אריינגעוואנדערט?

געדענק גיט יעדע דריי, מיר וועלן אנקומען אהין דיר אפנעמען, מאך נאר זיכער אז די קענסט זיך פון דארט קאנעקטן צי אייועלט.

;l;p- ;l;p-

מזל טוב, מזל טוב.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אויפגעקראכט! יוי ביסטו גוט :lol:
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

:lol: :lol:

גאר גוט!! ווייט פון שקר...
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מזל טוב מזל טוב !
פיינע געדאנק פארן טויזענסטע !
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

מזל טוב!!
געשפירט דארט!
זייער פיין!

ווען ענדיגסטו דיין אפיציעלע טרייטאוט? ווען באקומסטו א אייגענע אפיס?
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

. Congrats!! This is a good one
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

;l;p- :lol:

מאסיווען ארבעט אידישלעך.
מזל טוב פארן טויזענטער.
יו אר סאמטינג ספעשל.
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

גוט גוט

און מזל טוב צו די טויזענסטע תגובה

זאלסט שנעל אנקומען צו די נעקסטע טויזנט
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

:lol: :lol: :lol:

וויכי ס׳איז מיט דיר? נישט געוויזן די קרית יואל נייעס אשכול אפיס?

אידישלעך, אז די ביסט יא דארט כאפ א בליק אין פארברענגען אפיס, קען זיין אינטרעסאנט.

האסט נישט געקוקט אינדערהייעך ווי נארמי פליעט ארום מיט אן עף 35 סטעלט פליגער?
יענעמס נאז איז גרינער…
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

וואף!! דער איז פיינע נייעס!!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

מזל טוב אידישליך!

זיס ווי צוקער די ארטיקעל!

נאך א מאל שכוח פאר דיינע באריכטען, ממש א נחת צו ליינען, קיפ איט אפ (יעצט אז מיר ווייסען די סוד וואס נאך די קענסט, איז די עקספעקטעישאן געוואקסן, אבער איך ווייס די וועסט אונז נישט אנטוישען).

אגב, עקסטערע שכוח פאר'ן מיר אריינשטעלן דארט ערגעץ אינעם אנגענטור!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו מאסיו קרעזי... אזוי זיס אראפ געלייגט

מאך נאכנישט די וועג צוריק - ווארט דיר נאך אפ אסאך סופרייזעס.....

ביי דעי וועי - מזל טוב מזל טוב צו די טויזענעטער תגובות,,
זאלסט האבן הצלחה מרובה אין אסאך סייעתא דשמיא בלי שום מכשול
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

וואו, דאס איז געווען א דרייוו!!!!!!
אוועטאר
ים המלח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:59 pm

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים המלח »

מזל טוב! גיי אן ווייטער, איך דארשט מיט שלינג דיינע באריכטען!
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: א בליץ באזוך אין קרעטשמע נייעס אגענטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אייזן שטארק!!!!
קיפ איט קאמונג
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”