סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אין א פרעצעדענטלאזער שריט האבן די סופרים קאורט ריכטער ענדע פאריגע וואך באשטעטיגט צו ענדיגן פרעזידענט ביידען'ס ביזנעס וואקסין מאנדאט, זאגנדיג אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל און די בירגער זאלן אליין באשליסן ווען עס קומט צו געזונטהייט באשלוסן.
עקספערטן דרוקן אויס זארג אז דער אורטייל וואס פאלגט דעם קאנסטיטוציע איז געפארפול און סקאנדאליעז, און די ריכטער וואלטן נישט געטארט לאזן אמעריקאנער בירגער אליין פאסן געזונטהייט באשלוסן.
ווי עס דרוקט זיך אויס א מאמע פון 6 הונט און 4 קעץ: "וואס דארף איך יעצט טון אז די פריוואטע פירמעס וועלן מער נישט לאביאירן אין וואשינגטאן אז איך זאל נעמען א וואקסין? דאס איז מסוכן און אידיאטיש. וויאזוי וועל איך בלייבן א געזונטע מאמע?" פרעגט זי מיט זארג.
א צווייטער מצורע זאגט מיט קענטיגע אנטוישונג אז ער דערקענט מער נישט זיין אמעריקע. "דאס איז נישט די זעלבע אמעריקע וואו מען האט אמאל געדארפט צווינגען יעדעם זיך אכטונג צו געבן אויף די אייגענע געזונט. ווער וועט מיך צווינגען צום נעמען דעם נעקסטן באסטער שאַט?"
אין רעאקציע צום געריכט אורטייל, האבן א גרופע פראטעסטירער זיך פארזאמלט פארנט פונעם סופרים קאורט געביידע, און געשריגן לאזונגען מיט היסטעריע: "פייזער ווייסט בעסער! עבאוליש דע סופרים קאורט" זיי האבן דערביי פארברענט קאפיעס פונעם אמעריקאנעם קאנסטיטוציע אין אויפברויז צום אורטייל וואס ערלויבט די קאנסטיטוציע אנצוגיין אין צייט פון א פאנדעמיע.
"מען קען נישט געבן אויסוואלן פאר בירגער" זאגט א זשורנאליסט פאר די EDP נייעס קוואל. "וואס איז אויב זיי מאכן דעם נישט ריכטיגן באשלוס? וואס טוט מען אויב איינער טוט אנדערש ווי איך וויל אז יענער זאל טון? די נעקסטע זאך וואס מענטשן וועלן טון איז צוריקשיקן זייערע קינדער אין שולעס און צוריקגיין ארבעטן אין פערסאן און קיינער וועט מער נישט שטארבן"
דאקטאר פאוטשי האט מיט ביטערניש אראפגעריסן דעם געריכט אורטייל סטראשנדיג גאנץ פדן ארם: "מיין נעקסטע וויירוס גייט זיין דאפלט שטערקער און מער מסוכן, אויב אמעריקע גייט נישט צווינגען יעדן אמעריקאנער צו נעמען דעם אמיקראן וואקסין וואס וועט זיין גרייט ביז 3 מאנאטן"
פאוטשי באציט זיך צום אמיקראן וואקסין וואס וועט זיין גרייט קומענדיגן מערץ און וועט פארטיילט ווערן פאר די אלע וואס האבן נאכנישט געכאפט דעם אמיקראן וועריאנט. דאס קומט ארויס פונקט אין צייט, ווען ארום 12 מענטשן וועלן דאס נאכנישט האבן געכאפט, דערקלערט פייזער מיט פאטאס.
"מיר מוזן ראטעווען לעבנס, אמיקראן פליט אזוי שנעל אז רוב וועלט וועט עס שוין האבן געכאפט, אבער דאך וועט דאס ראטעווען די דאזען מענטשן וואס מען וועט נאך קענען ראטעווען פון באקומען דעם קאלד פאר א וואך"
אנדערע פייזער איינגעשטעלטע האבן אויך אויסגעדרוקט זארג אז זיי וועלן זיך מער נישט קענען ערלויבן טייערע וואקאציעס ארום די וועלט, אין רעזולטאט פון דעם סופרים קאורט אורטייל. "מען וואלט זיך געמעגט רעכענען אביסל מער מיט די מולטי-ביליאנערן וואס פארפיגן איבער די דראג פירמעס וואס וועלן מער נישט שארן קיין מיליאנען"
מערקווירדיג, האט די געריכט אין די זעלבע צייט באשלאסן אז העלט קעיר ווארקערס זענען נישט ערלויבט אליין צו מאכן באשליסן פאר זייער געזונט. זיי זענען ווארשיינליך נישט גענוג קלוג דערפאר און זיי דארפן דאס לאזן פאר ביידען און העריס צו באשליסן.
"גאנץ אמעריקע קען מאכן אזעלכע באשלוסן, אבער געזונטהייט ארבעטער האבן נישט קיין אהנונג ווען עס קומט צו געזונטהייט באשלוסן. זיי מוזן לאזן אזעלכע באשלוס פאר ביידען און העריס, וויבאלד זיי זענען נישט גענוג באהאווענט ווען עס קומט צו אזעלכע לעבנסוויכטיגע באשלוסן" האבן די ריכטער אויסגעפירט מיט די גלעזער אויפ'ן שפיץ נאז.

- גיי פארשטיי
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6790
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
וועלקאם בעק סאדי, העמיר דאס באלד אדורכליינען.
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
סאדער סטראשעט אן גאנץ פדן ארם מיט זיין הומאר!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ווי עס דרוקט זיך אויס א מאמע פון 6 הונט און 4 קעץ:
שיגענער דו! איך קען מער נישט ליינען מחמת סכנה...
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אסדר! דיינע אויסדרוקן…
אני הוא הנער, נער המדבר
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אסדר סטאפ צו העצן!
פדן פאליס דיפארטמענט גייטעך ארויפלייגן אויף זייער מאסט וואנטעד ליסט.

וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
- א נייניקל
- שר האלפיים
- תגובות: 2002
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
- לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
גוט איז גוט.
אוי ביסטו גערעכט, און זייער שטארק מיט די נקודה אז די העלט wארקערס קענען נישט אליינס באשליסן

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:"מען קען נישט געבן אויסוואלן פאר בירגער" זאגט א זשורנאליסט פאר די EDP נייעס קוואל. "וואס איז אויב זיי מאכן דעם נישט ריכטיגן באשלוס? וואס טוט מען אויב איינער טוט אנדערש ווי איך וויל אז יענער זאל טון? די נעקסטע זאך וואס מענטשן וועלן טון איז צוריקשיקן זייערע קינדער אין שולעס און צוריקגיין ארבעטן אין פערסאן און קיינער וועט מער נישט שטארבן"
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
דער איז געהעריג אומשאצבאר! אסדר פאר פרעזידענט פון פדן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
פיינע נייעס דער
יישר כח
יישר כח
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
אסדר אורטיילט געפארפולע געלעכטערס:
אמעריקאנער קענען מער נישט אליין באשליסן ווען אויסצושיסן אין א הילכיגן געלעכטער, מ'ווערט זעלבסט געצווינגען דערצו דורך דעם באקאנטן מסדר פון פדן ארם!

---
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
One in a million
פאני...
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
-
- שר העשר
- תגובות: 29
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 10:54 pm
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
Edp נייעס קוואל... פיינע נייעס
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
פלוץ פלצתי....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
א דאנק אסדר פארן מאכן שמייכלען אזוי פיל אידן
גיי אן מיט א פרישקייט
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
יישר כח פאר דעם פיינעם לאך
- פרינדזשעס..
- שר האלף
- תגובות: 1535
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
- לאקאציע: מונקאטש
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
בעל מנוחה האט געשריבן:
א דאנק אסדר פארן מאכן שמייכלען אזוי פיל אידן
גיי אן מיט א פרישקייט
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!
ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!
ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
ליסענינג טא @סאדי עט קרעטשמע צוויבל אגענטור..
לייקט & פאלאוד!
איי העוו סעקסעספולי סובסקרייבט טא דיס טשענעל!

ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15468
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: סופרים קאורט אורטיילט געפארפולע באשלוס: אמעריקאנער זאלן אליין פּאַסן געזונטהייט באשלוסן
דער אסדר איז חרוב צעגרונד, פאני עז אלוועיס...