חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
די קיאסק איז יעדעמס, יענער אינגערמאן צאלט די זעלבע פאר דאללער פער שעה צו קענען נוצען זיין קיוביקל פאר זיינע צרכים. האסט א פראבלעים דערמיט, נישט קיין פראבלעים היינטיגע צייטען. מקען שוין היינט דינגען א פריוואטע אפיס פאר דיר אליינס.
אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.
גראדע פיין געשריבען, הגם מיט די פוינט דיסאגרי איך מיט דיר
און גא'מ אז מדארף זיך נאך רוימען, און נישט איבער לאזען דאס פלאץ ווי נאך א האריקעין
אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צוויבל קוגעל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 319
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
דער עולם נוצט די קיאסקן אריינצוטשעקן דא?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
שארפע הומאר!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- דעת בעל הבית
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7924
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:.
אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.
כ’מיין ס’האט א גבול, דו פרשטייסט אז ס’קען נישט קומען איינער און אנהייבן שניידן צוויבל ’נאר אין זיין קיוביקל’ און יעדעם אויגן זאל ציפן,
אבער לאמיר אפילו זאגן אז ער האט די ’רעכט’ איז עס ווייט נישט מענטשליך, מילד גערעדט.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
בקיצור, עס איז דא אזא זאך ווי 'רעכטן', מען מעג יא אדער מען מעג נישט. דערנאך איז דא אזא זאך ווי 'נימוס' און 'אנושיות'. די צוויי מוזן נישט האבן קיין שייכות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4021
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
פעיק ניוז האט געשריבן:בקיצור, עס איז דא אזא זאך ווי 'רעכטן', מען מעג יא אדער מען מעג נישט. דערנאך איז דא אזא זאך ווי 'נימוס' און 'אנושיות'. די צוויי מוזן נישט האבן קיין שייכות.
צום פינטל..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
פעיק ניוז האט געשריבן:בקיצור, עס איז דא אזא זאך ווי 'רעכטן', מען מעג יא אדער מען מעג נישט. דערנאך איז דא אזא זאך ווי 'נימוס' און 'אנושיות'. די צוויי מוזן נישט האבן קיין שייכות.
דאס האב איך געמיינט
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
די קיאסק איז יעדעמס, יענער אינגערמאן צאלט די זעלבע פאר דאללער פער שעה צו קענען נוצען זיין קיוביקל פאר זיינע צרכים. האסט א פראבלעים דערמיט, נישט קיין פראבלעים היינטיגע צייטען. מקען שוין היינט דינגען א פריוואטע אפיס פאר דיר אליינס.
אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.
בערל: שמערל האסט געהערט וואס ברוך האט געטון?? ער איז דאך אזא פערד, ממש...
שמערל: שא, נו, בערל, מ'זאגט נישט אויף א איד אז ער איז א פערד!
בערל: אה, הייסט ער מעג זיין א פערד, און איך טאר עס נישט זאגן?!?
די אינגערמאן וואס פירט זיך אויף ווי א פערד, ער מעג, פאבליק ספעיס. איך וואס לייד פון די פערד, איך טאר גארנישט זאגן? איך טאר אים נישט זאגן דו פירסט דיך אויף ווי א אימערצויגענע דבר אחר? איך דארף גאר גיין דינגען א אפיס ווייל יענער האט נישט די מינימאלסטע מענטשליכע סקילס? פליז.
דאס איז פארשטייט זיך נאך פאר'ן אריינגיין אינם עצם טענה צו א קיאסק איז א פאבליק פלאץ, און צו א פאבליק פלאץ מיינט אז מ'מעג טון וואס מ'וויל. נאר לשיטתך אז יא, בלייבט ער נאך אלץ א פערד.
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:בקיצור, עס איז דא אזא זאך ווי 'רעכטן', מען מעג יא אדער מען מעג נישט. דערנאך איז דא אזא זאך ווי 'נימוס' און 'אנושיות'. די צוויי מוזן נישט האבן קיין שייכות.
דאס האב איך געמיינט
דו מיינסט יעצט אז דאס האסטו געמיינט. פון דיינע ווערטער קוקט נישט אויס אזוי, נו שוין.
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:גראדע פיין געשריבען, הגם מיט די פוינט דיסאגרי איך מיט דיר
און גא'מ אז מדארף זיך נאך רוימען, און נישט איבער לאזען דאס פלאץ ווי נאך א האריקעין
א גרויסן יישר כח ר' חאצקיל פאר די קאמלימענט, און ש'כח אויך פאר די אנדערע חברים וואס האבן איבערגעלאזט א גוט ווארט אויף מיין שרייבעריי. אלס איינע פון מיינע ערשטע אשכולות, און אלס גאנץ א נייע מיטגליד דא אין וועלטל בכלל, האב איך א שטארקע הנאה צו זעהן אז מענטשן אנערקענען אז ס'איז אריינגעגאנגען צייט אפצושרייבן מיינע ווערטער אויף א ליינבארע און פארשטענדליכע פארמאט, און מ'פארגינט א גוט ווארט פאר יענעם. (יא, כ'האב שוין אויך געפילט די אנדערע זייט אויך ווען אין א אנדערע אשכול האב איך אויך אריינגעלייגט אסאך צייט און קוים וואס מ'האט עס אנגעקוקט...)
פארט וויל איך ארויסברענגען, אז מיין ציל איז בעיקר נישט געווען צו שרייבן א שיינע ארטיקל, נאר ווייל כ'האב געהאפט ס'זאל אנקומען צו די ריכטיגע אויערן און ס'זאל זיך אויפהערן. כאטש זאלן עס די אייגענטומער פון די קיאסקן זעהן און טון עפעס דערצו. 'די קאמפיוטער סטאר' אין וויליאמסבורג האט שוין לאנג איינגעשטעלט א No Food Or Drinks Allowed פאליסי און מיט דעם אלעם איז ער ב"ה פיין מצליח. ער שטעלט אפי' צו א וואסער מאשין, מיט קאפס וואס מ'קען נישט אראפלייגן ווייל ס'האט א שפיץ פון אינטן אזוי ווי די מזרקות אין בית המקדש, מ'זאל עס גלייך מוזן אויסטרינקען. וואס וועט זיין שלעכט אז יעדער טוט אים נאך?
נאכאמאל, ס'דא נאך זאכן וואס שטערן זייער שטארק אין א קיאסק. למשל, ס'איז טאקע א מיעוט שבמיעוט, אבער ס'דא מאמעס וואס קענען לאזן זייער קינדער ארימשפרינגען אדער וויינען און קוויטשענען בשעת זיי גייען שאפינג. אדער למשל, כ'טראכט נאך צו כ'זאל זאגן די נאמען פון די קיאסק, ס'דא א קיאסק דא אין שטאט וואס יעדער וואס איז דארט אפי' נאר אביסל אפט ווייסט שוין, אז ס'דא א אינגערמאן דארט וואס זיצט און רייסט זיך פאר געלעכטער א גאנצן צייט אז ממש מ'קען משוגע ווערן. (מסתם קוקט ער דארט לאנגזאם-פעלדמאן ווידיאס) יא, מ'האט שוין געשישקעט און געהאקט, אבער קיינער האט נישט די דרייסטקייט אים אנצוכאפן ביי די אויער און ארויסטראגן. פארט מיין איך אז די איממענטשליכקייט פון עסן ברבים אפי' מיט א פארמאכטע מויל שטייגט אלעס איבער (יא, ווען ס'שטיל הערט מען אפי' מיט א פארמאכטע מויל), ממילא האב איך מיך צו דעם באצויגן, אבער ס'דארף ווען זיין נאך תיקונים דא.
לעצט פארראכטן דורך ברעיסעס אום דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
דעת בעל הבית האט געשריבן:דאס איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם, נישט נאר אין קיואסק, נאר דארט ברענט עס ממש, קודם ווייל ס’איז מסתמא שטיל און חוץ דעם גרויליגען נויז פון דער פא”ד פראסעסע”ר הערט מען גארנישט, און מ’צאלט נאך פאר די צייט אויך, און מ’איז איינגעבינדן, מ’קען גיין אין אן אנדערע שטוב צו וואס,
איך האלט שוין לאנג אז מ’מיז עפעס זעהן צו טון, עלטערן מיזן מחנך זיין די קינדער צו עסן איידל,
אסאך מאל ביי אן איווענט אדער דרשה, ווען ס’ווערט שטיל יעדער וויל צו הערן די בעל דרשן, דאן נעמט ער זיך עסן... ווער?? איך ווייס נישט אבער איינער אין דיע זאל, ס’דינערט און ס’בליצט, ס’ממש ’רואים את הקולות’ (בעסער: רועים את הקולות..)
איך בין אמאל געזיצן ביי א מלוה מלכה, און בשעת די פרעזענטאציע איז געלאפן האט איינס פון די אנפירער געטראפן צייט זיך ענדליך צו אפרוען, און ער האט זיך גענימען איבער א סלייס פיצא, איך זאג דיר... ”ווען ער וואלט געביסן א לעבעדיגע מענטש וואלט יענער נישט געמאכט אזעלכע קולות ווי די פיצא!...”
און דאן אינמיטן עסן האט ער זיך געגעבן א שטעל אויף, און מיך געמיזט עפעס פרעגן אריין אין אויער נישט צו שטערן יעדעם איינעם, אבער צו רעדן מיט עסן אין מויל איז דאך נישט קיין דרך ארץ... סאו האט ער געענדיגט צוקייען און אראפ שלינגן אין מיין אויער אריין... אזש איך האב געפילט ווי איך גיי אראפ פונעם גראדן זינען.
פעך... קענסט נישט עסן נארמאל? בעט א רב א היתר צו עסן אין ביה”כ, (אפשר מיט לעזער קרויס’ס צורת הפתח...)
איך פארשטיי עס באמת נישט.
יעצט אויב ווייסטו נישט וואס מ’רעדט, דאן מאך נאר זיכער אז דו עסט איידל ווי א איד, און פארגעס דערפון, אויב באבערט מען צופיל מיט דער נושא קען מען ווערן שרעקליך סענסעטיוו, און ס’שטערט לעבן מיט א רוהיגקייט.
עכ”פ דער נישכיזער איז געווען א גוטע איד.
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט. אוי מיין בויך טוט מיר וויי.
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך
חוץ שטערן אנדערע. און דאס רעכענט אריין הויכע לאנגע טעלעפאון דיסקוסיעס. ער האט טאקע געצאלט פאר זיין צייט אינעם קיאסק, אבער ער האט נישט געצאלט פארן גאנצן קיאסק.
- הערינג מיט ברוינפען
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3589
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
גא"מ צו דברי ברעיסיס, איך זעה נישט וואס חאצקיל בעל עגלה'ס טענה איז, ווילאנג איך האב א וועג ארויס מעג יענער טוהן וואס ער וויל? אויב אזוי איז דאך אין לדבר סוף.
איך האב שוין כמה פעמים געהאט וואס מענטשען האבן געמאכט נויז ווען איך בין געזעצן אין א קיוסק און א גוטע שישקע האט געהאלפען.
איך האב שוין כמה פעמים געהאט וואס מענטשען האבן געמאכט נויז ווען איך בין געזעצן אין א קיוסק און א גוטע שישקע האט געהאלפען.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
אוי ווי ריכטיג, דער עולם זאגט מען דארף מחנך זיין די קינדער, און יאך זאג מען דארף זיך זעלבסט מחנך זיין, מען רעדט פון די זופ און מעמיינט די קניידלעך.
אלס א טעמפארערי עצה פאר דיר, הרב ברעיסעס, טו דיר אן די העדפאונס און צינד אן עפעס א רואיגע ניגון אדער בעקגראונד מוזיק, אדער ברענג דיר מיט א נויז מאשין...........
אסאך מאל טראכט איך, מיר האבן אינגעלייט בתוכינו אזוי אוממענטשליך, הלואי מען קען זיי צאמנעמען לפונדק אחד און זיי לערנען בלק פנחס מטות, און ווי יאנאש האט שוין געשריבן דא איז עס די טישוס, דא איז עס די באנדאזש, אסאך מאל איז עס די דרייוון, די פארקן אן זיך רעכענען מיט יענעם, אריינכאפן אין א שורה, אריינרעדן אין יענעמ'ס נאז מיט דיין ריח הפה, זיך קראצן די פוס אין מקוה, איבערלאזן דיין קאווע אויפן ביהמ"ד טיש האלב פול, אדער אויסגעליידיגט און צעריסן די קאפ אויף פיצלעך, און נאך אן א שיעור דוגמאות אשר הנייר יכלה והם לא יוכלו.... דאס מין סעלפישנעס אן זיך רעכענען מיט א צווייטן איז א גרויליגע מדה.

- מארבעל קעיק
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 6:13 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
זעהט אויס אז נישט אלע קיאסקס האלטן אזוי, אין די קיאסאק אין וויליאמסבורג ווי איך בין, האט מען היינט אינסטעלירט א גרויסע ווענדיג מאשין, וואס ווי ס'זעהט אויס וועט דארט זיין צו קויפן פילע עסנווארג צו טועם זיין עפעס בשעתן ארבעטן.
מ'בעהט אז די אלע מפנקים וואס קענען נישט פארנומען צו הערן ווי א צווייטער בייסט עפעס איבער, זאלן נישט אריינטרעטן דארט...
מ'בעהט אז די אלע מפנקים וואס קענען נישט פארנומען צו הערן ווי א צווייטער בייסט עפעס איבער, זאלן נישט אריינטרעטן דארט...
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
אז איך נעם שוין די פעדער וויל איך מודיע זיין פאר אלע עס’ערס, אין ווילאמסבורג איז דא א קיאסק מיט’ן נאמען kiosks מיט א 2’טע גאר שטילע שטאק ממש געאיינוגט פאר א מחיה’דיין פרושטיג
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
אביגדור האט געשריבן:אז איך נעם שוין די פעדער וויל איך מודיע זיין פאר אלע עס’ערס, אין ווילאמסבורג איז דא א קיאסק מיט’ן נאמען kiosks מיט א 2’טע גאר שטילע שטאק ממש געאיינוגט פאר א מחיה’דיין פרושטיג
* מחיה’דיגע פרושטיג
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
אביגדור האט געשריבן:אביגדור האט געשריבן:אז איך נעם שוין די פעדער וויל איך מודיע זיין פאר אלע עס’ערס, אין ווילאמסבורג איז דא א קיאסק מיט’ן נאמען kiosks מיט א 2’טע גאר שטילע שטאק ממש געאיינוגט פאר א מחיה’דיין פרושטיג
* מחיה’דיגע פרושטיג
The Kiosko
https://maps.app.goo.gl/CL1yCjWRZGckzdmY9
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14561
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
אין לי מה להוסיף על דברי ברעיסעס כלום.
שטארק געשריבן. אבער ווען ביסט הונגעריג, עס, אבער רוים אויף דערנאך.
שטארק געשריבן. אבער ווען ביסט הונגעריג, עס, אבער רוים אויף דערנאך.
- נעמטאָדאָם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 452
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אוי ווי ריכטיג, דער עולם זאגט מען דארף מחנך זיין די קינדער, און יאך זאג מען דארף זיך זעלבסט מחנך זיין, מען רעדט פון די זופ און מעמיינט די קניידלעך.
אלס א טעמפארערי עצה פאר דיר, הרב ברעיסעס, טו דיר אן די העדפאונס און צינד אן עפעס א רואיגע ניגון אדער בעקגראונד מוזיק, אדער ברענג דיר מיט א נויז מאשין...........
אסאך מאל טראכט איך, מיר האבן אינגעלייט בתוכינו אזוי אוממענטשליך, הלואי מען קען זיי צאמנעמען לפונדק אחד און זיי לערנען בלק פנחס מטות, און ווי יאנאש האט שוין געשריבן דא איז עס די טישוס, דא איז עס די באנדאזש, אסאך מאל איז עס די דרייוון, די פארקן אן זיך רעכענען מיט יענעם, אריינכאפן אין א שורה, אריינרעדן אין יענעמ'ס נאז מיט דיין ריח הפה, זיך קראצן די פוס אין מקוה, איבערלאזן דיין קאווע אויפן ביהמ"ד טיש האלב פול, אדער אויסגעליידיגט און צעריסן די קאפ אויף פיצלעך, און נאך אן א שיעור דוגמאות אשר הנייר יכלה והם לא יוכלו.... דאס מין סעלפישנעס אן זיך רעכענען מיט א צווייטן איז א גרויליגע מדה.
גא"מ לדבריך האמתיים,
בינעך געווען אין א רעגנדיגן ליל שישי אין הצלחה אין מאנסי, אזוי ווי איך קום ארויס פון גראסערי מיט מיין גראסערי קערידזש, גייענדיג צו מיין קאר. פליט אריין א אינגערמאן מיט א געדינגענעם קאר פון EZ Rental און פארקד אזוי שיף צו בלאקן די איינקויפער פון ארויסקומען (זע בייגעלייגטן בילד). נישט האבנדיג קיין אויסוועג האב איך מיך געבראכן די בושה און אנדערש ווי מיין שטייגער זיך אנגערופן , אנטשולדיגט אבער אפשר םארקסטו גראד נישט צו בלאקן די דורכגאנג. דער אינגערמאן האט געגעבן א קוק אויף זיין שיפן קאר, אויף מיך, און געכאפט זיין היט און אריינגעלאפן אין גראסערי...
אגב, געדענק איך נאך אז א פרוי אויפן מאנסי טרעילס פלעגט וועגן 153 פונט אבער זי איז שוין ב"ה אויפן וועג אראפ...
- אטעטשמענטס
-
- Capture 5.PNG (372.99 KiB) געזען 440 מאל
ווייסעך נישט
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
דעת בעל הבית האט געשריבן:חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:.
אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.
כ’מיין ס’האט א גבול, דו פרשטייסט אז ס’קען נישט קומען איינער און אנהייבן שניידן צוויבל ’נאר אין זיין קיוביקל’ און יעדעם אויגן זאל ציפן,
אבער לאמיר אפילו זאגן אז ער האט די ’רעכט’ איז עס ווייט נישט מענטשליך, מילד גערעדט.
א מענטש האט די ׳רעכט׳ צו עסן אין גאס. אבער ער איינער וואס טוט אזוי איז פסול לעדות, ווייל ער איז חשוב ככלב... כמבואר בשו״ע חו״מ סימן ל״ד
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
זאג אים אז דו גייסט כאפן א פיקטשער אין לייגן אויף סטאטוס, אפילו דו פלאנסט נישט עכט אזוי, מ׳דארף די אומ-מענטשן רעדן זייער שפראך
- נעמטאָדאָם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 452
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
יקוש פייוויש האט געשריבן:זאג אים אז דו גייסט כאפן א פיקטשער אין לייגן אויף סטאטוס, אפילו דו פלאנסט נישט עכט אזוי, מ׳דארף די אומ-מענטשן רעדן זייער שפראך
וואס איז דאס סטאטוס...
ווייסעך נישט
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
נעמטאָדאָם האט געשריבן:יקוש פייוויש האט געשריבן:זאג אים אז דו גייסט כאפן א פיקטשער אין לייגן אויף סטאטוס, אפילו דו פלאנסט נישט עכט אזוי, מ׳דארף די אומ-מענטשן רעדן זייער שפראך
וואס איז דאס סטאטוס...
ס׳בעסער דו ווייסט נישט… פלעין זאג אים
- נעמטאָדאָם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 452
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
יקוש פייוויש האט געשריבן:נעמטאָדאָם האט געשריבן:יקוש פייוויש האט געשריבן:זאג אים אז דו גייסט כאפן א פיקטשער אין לייגן אויף סטאטוס, אפילו דו פלאנסט נישט עכט אזוי, מ׳דארף די אומ-מענטשן רעדן זייער שפראך
וואס איז דאס סטאטוס...
ס׳בעסער דו ווייסט נישט… פלעין זאג אים
ס'יז א בחינה ווי "מיין טאטע האט א בלוטעדיגע פאסיק?"
ווייסעך נישט
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים
ניין דו אליינס..