מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מיין רייזע מיט סוחי - חלק א'

ס'איז דינסטאג 10 אזייגער צופרי (כ'דענק נישט צו ס'געווען גרין יענע טאג אדער נישט..), פיינעלי איך זעה שוין די סיין...קענעדי עירפארט…(בעיסיקלי א קארעקשאן עידזשענסי פאר מענטשן וואס זענען נאכנישט באגאנגען קיין קריים…)מיט'ן לעצטן אטעם קום איך אן צו די קאונטער פון לופטהאנזא, יאפ איך האב עס נאך געמאכט….ערשטע זאך דערלאנג איך ביים דעסק מיין פאספארט, די מיסיס וואס זיצט דארטן קוקט אויף מיין פנים, און דערנאך אין מיין פאספארט וחוזר חלילה, כאילו ווי צו זאגן, דאס בוזטו די משוגענער?….און איך נעם מיין רענצל און איך לייג עס שוין ארויף אויפן וויאזוי הייסטעס...און די פלונית'טע (איין מינוט, וואס איז די באקריוועדען די מענער? הא, פארוואס האבן די פרויען די מערהייט פון די פאזיציע? ווי זענען די ליבעראלן ווען מ'ברויך ענק?) פרעגט מיר, סיר דו האסט א באמבע אין דיין רענצל? סא'קשיא דעס...כ'מיין, לאמיר זאגן איך האב, נניח...טראכט זי איין רגע איך גיי איר זאגן? יא, איין מינוט, דא איז מיין באמבע….כ'מיין וואס איז די שאלה? עני עקספלאסיוו דיווייס אין יור לאגעדזש סיר? ס'רעדסטו, א גאנצע זאפאס פון אטעם באמבע'ס...גיימיר אויפרייסן דייטשלאנד יעצט, ווילסט מיטקומען? ס'נייעס די חברה..

איצטערט גייט מען צום רענצל...מען וועגט אים אפ...און איך פערד לייג עס נאך ארויף אזוי שטייטערהייט כאילו דאס גייט עפעס אויסמאכן...סיר, די רענצל איז איבערוואג'יג...יא! א רענצל קען זיין איבערוואגיג, נישט געוואוסט? יעצט געוואויר ווערן...אבער וואס ווילן זיי פון מיר? לייג עס אויף א דייעט... גענוג וואס איך מוטשע זיך מיט מיין אייגענע וואג, דארף איך מיר נאך ספראווען מיט די רענצל'ס וואג? דער וועט כאפן פון מיר דער רענצל, נאכאיינמאל דו נעמסט א ראגעלע אן רשות, בין דיך נישט מקנא….נו וואס טוט מען יעצט? סיר, דארפסט ארויסנעמען 4 פונט פון דיין רענצל...פיר פונט! כ'ווייס דאך נישט וויפיל פיר פונט איז, רבונו דעלמא כולא...איז דארף איך יעצט עפענען מיין רענצל לפני כל עם ועדה, זאל יעדער איינער זעהן מיין שמוץ וועש פון נעכטן?...כ'מיין שטייט דאך דא א רייע אונטער מיר פון אזוינע הונדערט פופציג מענטשן….שוין, זאל גיין א ריח, וועם שטערט עס...אבער ווי ווייס איך יעצט וויפיל איז פיר פונט?! שוין איך הייב אן נעמען, זאקן מיט די שבת'דיגע שיך, די הויזן, פיינעלי איך האב די פיר פונט מיט מיר וואס קען חס ושלום אראפברענגען דעם פליגער….שטייסט דער וואס שטייט יעצט אונטער מיר אריינצוטשעקן וועגט אזא 500 פונט זיכער, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר די פליגער...מיינע זאקן, דאס איז עס...געכאפט דעם טוטער...קודם ווייס איך שוין וויאזוי מ'ברענגט אראפ א פליגער...מיר האט מען איינגערעדט מ'דארף א באמבע, א פאריעריגע שניי…(איין מינוט איין מינוט, פאריאר האט געשנייעט? דעמאלט'ס סארי די היי יעריגע..) עטליכע פאר זאקן און דו האסט געמאכט די זאך….נו ווי לייג איך עס יעצט, פרעג איך די חברה? קענסט עס מיט נעמען אויבן אויפן פליגער, דא נישט, חוץ אויב דו ווילסט צו צאלן….שווערע מעטאמאטישע חשבונות דאס, אויבן ווען מ'טראגט אים ארויף איז עס קיין פראבלעם, משא''כ (קומט מיט די ליטווישע נוסח..) אונטן, דאס איז די חורבן….א דורכגעפאלענע באויאינג קאמפעני, אונטן ווי מ'דארף האלטן די שווערע פעקלעך קען עס נישט האלטן מיט פיר פונט מער, אויבן ווי ס'קומט נישט קיין פעקלעך, יע נעם וויפיל זאקן דו ווילסט….

פיינעלי איך בין פארטיג מיט זיי, איך הייב אן גיין מיט מיין טיקעט און האנט באגאדזש מיט מיינע זאקן אין די הענט….איך פיל מיר יעצט די גליקליכס'טע מענטש אין די וועלט....פצצצצצצ, שלום עליכם, ווי פאהרט א איד? קוק ווער ס'איז דא, ס'ווערט מיר גוט...עפעס א סוחי קומט מיט אויף מיין פליגער….הממממ, איך קען נאך ארויסטשעקן פון די פליגער? איז דא טרעוול אינשורענס אויף אזעלעכע פעלער? כ'מיין פאר א גוט יאר, פארוואס מעג איך נישט וויסן פארדעם וועלעכע מינע באשעפענישן גייען מיט מיר פארברענגען אזא 8 שעה אויפן פליגער?

דער סוחי בלייבט נישט ביים שולעם עליכעם, ער פרעגט מיר, זאג אנטשולדיגט, אבער מיין באגאדזש איז אביסל איבערוואגיג, וואלסט אפשר געקענט אריינעמען עטליכע זאכן פון מיר?

הרב סוחי, זאג, דו זעהסט נישט איך האלט מיינע זאקן אין די הענט? חוץ מזה, וואס איך ווייס נישט וויפיל חשק מיין רביצין האט אז דיינע זאקן זאלן אריינגיין אין מיין רענצל, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן פאר'ן רעדן אזוי שארף...אבער….ההכרח לא נגינה…

דער סוחי איז אבער אן אינטערסאנטע זאך, ער איז דא אפשר איין שעה אין עירפארט, און ער האט שוין איינגעקלאפט מיט יעדן גוי דא….יעדער ווייסט שוין אז ער פאהרט אויף רימענאוו צו עפעס א צדיק...און אז ער פאהרט צוזאמען מיט נאך א גרופע כאסידים...זיינע פרענדס….און אז ער האט א סטאטוס גרופע מיט 50 מענטשן וואס באקומען יעדן טאג אן אפדעיט ווען ער גייט זיך בראשן די נעקסטע מאל די ציין...יעצט האלט עס ביי 267 טעג, אויב ס'איז נוגע….ער האט שוין א פילע טאש מיט ביזנעס קארטלעך וואס ער האט באקומען פון מענטשן, ווייל ער איז ריזיג אין ביזנעס…

צוריק צו מיין רייזע, איך דארף גיין צו סעקיוריטי יעצט אויב וויל איך נאך 'כאפן' מיין פליגער...יעצט קומט פאהר אן אומ'אפציעלע רעיס אין עירפארט….יעדער פרובירט זיך אריינצוכאפן פונעם צווייטן...ווער גייט עס מאכן ערשט?! איז אזוי, די 40 יעריגע גראדע ווייסע יעקער'ס וואס שטייען שוין אויף א האלבע שעה פאר'ן עלות צו איינטשעקן, די גייען מיט די וועלט'ס געמיטליכקייט...פאר זיי האט מען געמאכט די אלע סטארס אינצווישן אויב האסטו דיר אמאל געוואונדערט….(סוחי פאלט אויך אמאל אריין דארטן מפעם לפעם…) די אינגע חברה ווייסן שוין צו גיין גאר שנעל...די מער געלונגענע גייען אויף די פארעדיגע טרעין..כמיין די ערד וואס לויפט אנשטאט דיר….און די מער געריבענע לויפן אויף די ריקעדיגע אזוי קענען זיי זיך אריינכאפן פון יעדעם איינעם...שטייצעך איך בין שפעט, איך ברויך כאפן מיין פליגער, נו גייט מען אויף די ריקעדיגע און מען גייט אין די זעלבע צייט אזוי רעד איך מיר כאטשיג איין אז איך גיי געווינען די רעיס...איך זעה שוין ריזיגע סקרין'ס סטוישט זיך די נעמען, כ'בין זיכער דארטן גייט מען מעלדן די געווינער...נע, קיין ווארט….פיינעלי איך קום שוין כמעט אן, מיטאמאל הער איך א פייפ....פיפ!..עפעס אזא קליינע ווייסע טרעקל האט געמאכט דעם וועג אריין, שטייט דערויף אין גרויס א בילד פון א ווילטשעיר, געמאכט פאר די וואס קענען נעבעך נישט….יא...און ס'מיינסטו וועם זעה איך זיצן דארטן? סוחי...נישט געוואוסט ער איז אן אינוואליד? ס'גארנישט, איך אויך נישט...ער האט זעהט אויס געמאכט אזא שנעלע לקדש שם שמים אקציע…..ערגעץ דארף מען דאך אנהויבן די נסיעה…

איך קום אן פאר די סעקיוריטי טשעק פוינט, א ריזיגע ליין….דא אזא בענדל וואס האלט יעדעם איינעם אין אזא מעיז, און מ'דרייט זיך ארום און ארום אזוי ווי די וועגן וואס מיר פלעגן מאכן אין חדר און דערנאך פארקויפט פאר 5 צענט….איך בין זיכער אז די חברה דא זענען פון די העכסט ראנגיגע אין די מיליטער, סוף כל סוף גייען זיי זיכער מאכן אז די פליגער מיט מענטשן זענען סעקיורד….א מכה, דרייען זיך דארטן ארום אלע ציגאנער'ס פון מיין בלאק...ביינאכט מאכט מען געשעפטן מיט די סחורה, און צופרי איז ער א טי עס עי אגענט, כאפסט? אבער נאך פאר איך קען האבן די זכי-ה אהינצוגיין דארטן ווי מ'מאכט פון דיר צו נער לפני כל העם...מוז איך קודם געבן מיין פאספארט מיט די טיקעט פאר אזא אגענט, וואס מער ווייניגער באשטעטיגט ער דאס זעלביגע וואס די מיסיס ביי די פראנט דעסק האט שוין באשטעטיגט, אז איך זעה אויס גוט משוגע אויפן בילד….און דא קומט סוחי צו גיין נאכאמאל...ער קען נישט גיין די געהעריגע וועג, ער הייבט אויף די בענדל, ווייזט פאר די גוים אז ער האט עפעס א כאווער דארטן...און אזוי געווינט ער די געים…

פארזעצונג מערצעשעם…

זאג, בוזט שוין אמאל געפארן מיט סוחי? אדרבה, געב איבער דיין אייגענע עקספיריענס...וויאזוי איז עס געווען….
לעצט פארראכטן דורך מאניש בנבנשתי אום מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:08 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
סוחי הויזנטראגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:36 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוחי הויזנטראגער »

אללוועי'ס פאר די קידוש השם...
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מממ.. אן ארטיקל פון מאניש'ל..
גיימער ליינען!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מז"ט
עס האט זיך געלוינט אז זאלסט האבן די סינדרום כדי צו האבן די ארטיקל..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

אופס… כהאב אזא ענדליכע ארטיקל אין דרעפטס…
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

אבער מאניש, די ביסט פיין!!!
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:מיין רייזע מיט סוחי - חלק א'

ס'איז דינסטאג 10 אזייגער צופרי (כ'דענק נישט צו ס'געווען גרין יענע טאג אדער נישט..), פיינעלי איך זעה שוין די סיין...קענעדי עירפארט…(בעיסיקלי א קארעקשאן עידזשענסי פאר מענטשן וואס זענען נאכנישט באגאנגען קיין קריים…)מיט'ן לעצטן אטעם קום איך אן צו די קאונטער פון לופטהאנזא, יאפ איך האב עס נאך געמאכט….ערשטע זאך דערלאנג איך ביים דעסק מיין פאספארט, די מיסיס וואס זיצט דארטן קוקט אויף מיין פנים, און דערנאך אין מיין פאספארט וחוזר חלילה, כאילו ווי צו זאגן, דאס בוזטו די משוגענער?….און איך נעם מיין רענצל און איך לייג עס שוין ארויף אויפן וויאזוי הייסטעס...און די פלונית'טע (איין מינוט, וואס איז די באקריוועדען די מענער? הא, פארוואס האבן די פרויען די מערהייט פון די פאזיציע? ווי זענען די ליבעראלן ווען מ'ברויך ענק?) פרעגט מיר, סיר דו האסט א באמבע אין דיין רענצל? סא'קשיא דעס...כ'מיין, לאמיר זאגן איך האב, נניח...טראכט זי איין רגע איך גיי איר זאגן? יא, איין מינוט, דא איז מיין באמבע….כ'מיין וואס איז די שאלה? עני עקספלאסיוו דיווייס אין יור לאגעדזש סיר? ס'רעדסטו, א גאנצע זאפאס פון אטעם באמבע'ס...גיימיר אויפרייסן דייטשלאנד יעצט, ווילסט מיטקומען? ס'נייעס די חברה..

איצטערט גייט מען צום רענצל...מען וועגט אים אפ...און איך פערד לייג עס נאך ארויף אזוי שטייטערהייט כאילו דאס גייט עפעס אויסמאכן...סיר, די רענצל איז איבערוואג'יג...יא! א רענצל קען זיין איבערוואגיג, נישט געוואוסט? יעצט געוואויר ווערן...אבער וואס ווילן זיי פון מיר? לייג עס אויף א דייעט... גענוג וואס איך מוטשע זיך מיט מיין אייגענע וואג, דארף איך מיר נאך ספראווען מיט די רענצל'ס וואג? דער וועט כאפן פון מיר דער רענצל, נאכאיינמאל דו נעמסט א ראגעלע אן רשות, בין דיך נישט מקנא….נו וואס טוט מען יעצט? סיר, דארפסט ארויסנעמען 4 פונט פון דיין רענצל...פיר פונט! כ'ווייס דאך נישט וויפיל פיר פונט איז, רבונו דעלמא כולא...איז דארף איך יעצט עפענען מיין רענצל לפני כל עם ועדה, זאל יעדער איינער זעהן מיין שמוץ וועש פון נעכטן?...כ'מיין שטייט דאך דא א רייע אונטער מיר פון אזוינע הונדערט פופציג מענטשן….שוין, זאל גיין א ריח, וועם שטערט עס...אבער ווי ווייס איך יעצט וויפיל איז פיר פונט?! שוין איך הייב אן נעמען, זאקן מיט די שבת'דיגע שיך, די הויזן, פיינעלי איך האב די פיר פונט מיט מיר וואס קען חס ושלום אראפברענגען דעם פליגער….שטייסט דער וואס שטייט יעצט אונטער מיר אריינצוטשעקן וועגט אזא 500 פונט זיכער, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר די פליגער...מיינע זאקן, דאס איז עס...געכאפט דעם טוטער...קודם ווייס איך שוין וויאזוי מ'ברענגט אראפ א פליגער...מיר האט מען איינגערעדט מ'דארף א באמבע, א פאריעריגע שניי…(איין מינוט איין מינוט, פאריאר האט געשנייעט? דעמאלט'ס סארי די היי יעריגע..) עטליכע פאר זאקן און דו האסט געמאכט די זאך….נו ווי לייג איך עס יעצט, פרעג איך די חברה? קענסט עס מיט נעמען אויבן אויפן פליגער, דא נישט, חוץ אויב דו ווילסט צו צאלן….שווערע מעטאמאטישע חשבונות דאס, אויבן ווען מ'טראגט אים ארויף איז עס קיין פראבלעם, משא''כ (קומט מיט די ליטווישע נוסח..) אונטן, דאס איז די חורבן….א דורכגעפאלענע באויאינג קאמפעני, אונטן ווי מ'דארף האלטן די שווערע פעקלעך קען עס נישט האלטן מיט פיר פונט מער, אויבן ווי ס'קומט נישט קיין פעקלעך, יע נעם וויפיל זאקן דו ווילסט….

פיינעלי איך בין פארטיג מיט זיי, איך הייב אן גיין מיט מיין טיקעט און האנט באגאדזש מיט מיינע זאקן אין די הענט….איך פיל מיר יעצט די גליקליכס'טע מענטש אין די וועלט....פצצצצצצ, שלום עליכם, ווי פאהרט א איד? קוק ווער ס'איז דא, ס'ווערט מיר גוט...עפעס א סוחי קומט מיט אויף מיין פליגער….הממממ, איך קען נאך ארויסטשעקן פון די פליגער? איז דא טרעוול אינשורענס אויף אזעלעכע פעלער? כ'מיין פאר א גוט יאר, פארוואס מעג איך נישט וויסן פארדעם וועלעכע מינע באשעפענישן גייען מיט מיר פארברענגען אזא 8 שעה אויפן פליגער?

דער סוחי בלייבט נישט ביים שולעם עליכעם, ער פרעגט מיר, זאג אנטשולדיגט, אבער מיין באגאדזש איז אביסל איבערוואגיג, וואלסט אפשר געקענט אריינעמען עטליכע זאכן פון מיר?

הרב סוחי, זאג, דו זעהסט נישט איך האלט מיינע זאקן אין די הענט? חוץ מזה, וואס איך ווייס נישט וויפיל חשק מיין רביצין האט אז דיינע זאקן זאלן אריינגיין אין מיין רענצל, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן פאר'ן רעדן אזוי שארף...אבער….ההכרח לא נגינה…

דער סוחי איז אבער אן אינטערסאנטע זאך, ער איז דא אפשר איין שעה אין עירפארט, און ער האט שוין איינגעקלאפט מיט יעדן גוי דא….יעדער ווייסט שוין אז ער פאהרט אויף רימענאוו צו עפעס א צדיק...און אז ער פאהרט צוזאמען מיט נאך א גרופע כאסידים...זיינע פרענדס….און אז ער האט א סטאטוס גרופע מיט 50 מענטשן וואס באקומען יעדן טאג אן אפדעיט ווען ער גייט זיך בראשן די נעקסטע מאל די ציין...יעצט האלט עס ביי 267 טעג, אויב ס'איז נוגע….ער האט שוין א פילע טאש מיט ביזנעס קארטלעך וואס ער האט באקומען פון מענטשן, ווייל ער איז ריזיג אין ביזנעס…

צוריק צו מיין רייזע, איך דארף גיין צו סעקיוריטי יעצט אויב וויל איך נאך 'כאפן' מיין פליגער...יעצט קומט פאהר אן אומ'אפציעלע רעיס אין עירפארט….יעדער פרובירט זיך אריינצוכאפן פונעם צווייטן...ווער גייט עס מאכן ערשט?! איז אזוי, די 40 יעריגע גראדע ווייסע יעקער'ס וואס שטייען שוין אויף א האלבע שעה פאר'ן עלות צו איינטשעקן, די גייען מיט די וועלט'ס געמיטליכקייט...פאר זיי האט מען געמאכט די אלע סטארס אינצווישן אויב האסטו דיר אמאל געוואונדערט….(סוחי פאלט אויך אמאל אריין דארטן מפעם לפעם…) די אינגע חברה ווייסן שוין צו גיין גאר שנעל...די מער געלונגענע גייען אויף די פארעדיגע טרעין..כמיין די ערד וואס לויפט אנשטאט דיר….און די מער געריבענע לויפן אויף די ריקעדיגע אזוי קענען זיי זיך אריינכאפן פון יעדעם איינעם...שטייצעך איך בין שפעט, איך ברויך כאפן מיין פליגער, נו גייט מען אויף די ריקעדיגע און מען גייט אין די זעלבע צייט אזוי רעד איך מיר כאטשיג איין אז איך גיי געווינען די רעיס...איך זעה שוין ריזיגע סקרין'ס סטוישט זיך די נעמען, כ'בין זיכער דארטן גייט מען מעלדן די געווינער...נע, קיין ווארט….פיינעלי איך קום שוין כמעט אן, מיטאמאל הער איך א פייפ....פיפ!..עפעס אזא קליינע ווייסע טרעקל האט געמאכט דעם וועג אריין, שטייט דערויף אין גרויס א בילד פון א ווילטשעיר, געמאכט פאר די וואס קענען נעבעך נישט….יא...און ס'מיינסטו וועם זעה איך זיצן דארטן? סוחי...נישט געוואוסט ער איז אן אינוואליד? ס'גארנישט, איך אויך נישט...ער האט זעהט אויס געמאכט אזא שנעלע לקדש שם שמים אקציע…..ערגעץ דארף מען דאך אנהויבן די נסיעה…

איך קום אן פאר די סעקיוריטי טשעק פוינט, א ריזיגע ליין….דא אזא בענדל וואס האלט יעדעם איינעם אין אזא מעיז, און מ'דרייט זיך ארום און ארום אזוי ווי די וועגן וואס מיר פלעגן מאכן אין חדר און דערנאך פארקויפט פאר 5 צענט….איך בין זיכער אז די חברה דא זענען פון די העכסט ראנגיגע אין די מיליטער, סוף כל סוף גייען זיי זיכער מאכן אז די פליגער מיט מענטשן זענען סעקיורד….א מכה, דרייען זיך דארטן ארום אלע ציגאנער'ס פון מיין בלאק...ביינאכט מאכט מען געשעפטן מיט די סחורה, און צופרי איז ער א טי עס עי אגענט, כאפסט? אבער נאך פאר איך קען האבן די זכי-ה אהינצוגיין דארטן ווי מ'מאכט פון דיר צו נער לפני כל העם...מוז איך קודם געבן מיין פאספארט מיט די טיקעט פאר אזא אגענט, וואס מער ווייניגער באשטעטיגט ער דאס זעלביגע וואס די מיסיס ביי די פראנט דעסק האט שוין באשטעטיגט, אז איך זעה אויס גוט משוגע אויפן בילד….און דא קומט סוחי צו גיין נאכאמאל...ער קען נישט גיין די געהעריגע וועג, ער הייבט אויף די בענדל, ווייזט פאר די גוים אז ער האט עפעס א כאווער דארטן...און אזוי געווינט ער די געים…

פארזעצונג מערצעשעם…

זאג, בוזט שוין אמאל געפארן מיט סוחי? אדרבה, געב איבער דיין אייגענע עקספיריענס...וויאזוי איז עס געווען….

מיינע באקן טוען וויי פון לאכן
אוי וועט סוחי כאפן פון מיר
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

אוואדי שעלסטו אויף אים. איך ווארט נאר צו הערן וואס ער האט געטון אויפן פליגער. מנינים/הכנות/ אריינגעקראכט און סטוארטס, און אוודאי וועגן זיין סיט נעבן א נישה


שרייב נאך מיר שפאנען מיט טריט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16945
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שיגענער די.... מיין גאנצע הויז געזינד איז אויף פון די קולת.....
ביסטעך נישט מיט אלעמען!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

מאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאננננננננננננננננננננננננננננננננננננננננננננננננננייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

ש'טאקיינווערטער

פשוט ש'טא

________

ש'כח @מומחה פארן צואווייזן
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

:lol: :lol: :lol:

;l;p-

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

;l;p-
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

:lol: :lol: :lol:

יוש איז דעס גוט...

האביך געוואוסט אז פון ליינען א ארטיקל פון מאניש וועט מען נישט חרטה האבן... אויב עפעס האבן מיינע שכנים חרטה...

סוחי איז מחיה כלל ישראל..

אונז ווארטן געשפאנט פאר די נעקסטע קאפיטל!
חחח...
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:שוין איך הייב אן נעמען, זאקן מיט די שבת'דיגע שיך, די הויזן, פיינעלי איך האב די פיר פונט מיט מיר וואס קען חס ושלום אראפברענגען דעם פליגער….שטייסט דער וואס שטייט יעצט אונטער מיר אריינצוטשעקן וועגט אזא 500 פונט זיכער, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר די פליגער...מיינע זאקן, דאס איז עס...געכאפט דעם טוטער...קודם ווייס איך שוין וויאזוי מ'ברענגט אראפ א פליגער...מיר האט מען איינגערעדט מ'דארף א באמבע, א פאריעריגע שניי…(איין מינוט איין מינוט, פאריאר האט געשנייעט? דעמאלט'ס סארי די היי יעריגע..) עטליכע פאר זאקן און דו האסט געמאכט די זאך….נו ווי לייג איך עס יעצט, פרעג איך די חברה? קענסט עס מיט נעמען אויבן אויפן פליגער, דא נישט, חוץ אויב דו ווילסט צו צאלן….שווערע מעטאמאטישע חשבונות דאס, אויבן ווען מ'טראגט אים ארויף איז עס קיין פראבלעם, משא''כ (קומט מיט די ליטווישע נוסח..) אונטן, דאס איז די חורבן….א דורכגעפאלענע באויאינג קאמפעני, אונטן ווי מ'דארף האלטן די שווערע פעקלעך קען עס נישט האלטן מיט פיר פונט מער, אויבן ווי ס'קומט נישט קיין פעקלעך, יע נעם וויפיל זאקן דו ווילסט….


זייער א שיינע ארטיקעל, אבער דרך אגב איך האב אמאל געפרעגט איינעם פון די ווייסערס פשט האט ער מיר געזאגט עס האט גארנישט מיט די חשבונות,.
עס איז פשוט וויבאלד אין די פליגער זענען מענטשן עס מסדר מיט די הענט, און עס איז פשוט שווער פאר א מענטש צו אויפהייבן מער ווי 50 פונט
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

מאניש דא האסטו מיין רעאקציע
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מ'לאכט פיין!

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

איך הייס נישט סוחי, אבער איך וויל מיטפארען מיט דיר אויף דיין נעקסטע טריפ.
קיעפ איט אפ.
Can't wait for cheilek bais
;l;p- ;l;p- ;l;p-
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

dinrap האט געשריבן:איך הייס נישט סוחי, אבער איך וויל מיטפארען מיט דיר אויף דיין נעקסטע טריפ.
קיעפ איט אפ.
Can't wait for cheilek bais
;l;p- ;l;p- ;l;p-

ער וויל דיך נישט נעמען ער וועט נאך האבן אן ענליכע סיפור צו דערציילן.....
דזאסט קידדינג...
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol: :lol: :lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-

כ'הייב שוין אן צו טרכטן אז כ'קען דעם סוחי..

איימענוט.. דו ביסט דער חכם וואס הערט איהם נאך אויס זיינע בויכוויי.. דער אשה איז דאך טאקע גערעכט...שיגענער דו!!!!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צו דו האסט אויפגעריסן צום סוף דייטשלאנד העל איך ברויכן שפאנען מיט ווארטונג אויף ס'פארזעצונג, אבער מיר האסטו זיכער אויפגעריסן קנעפלעך זענען געפלויגן זאקן האבן עקספלאדירט שייגעץ וואדי בוזט........................... שיגענער איינער..

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 2:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מפוזר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:17 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און קיטוב

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפוזר »

מיט מיין סוחי האמער געהאט א נקמה
נאכדעם וואס דער פארלוירענע נשמה איז געקראכן א גאנצע וועג אויף די גראדע ווענט םון מיינע נערווון
האט מען אים נישט אריינגעלאזט מטעם קאראנע
ער'ט פארברענגט א שבת אין אררט מיט אפאר נייע בעסטע פרענדס....נעבעך פאר זיי
כ'בין דא צוריק!!!!!
ווערציך געגלייבט....
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יוש יוש אזא פארלאכטע לאך פארלאכערט מאניש אז ס'קען זיך גארנישט פארשטעלן
יישר כח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”