שטותים מיט לאקשען

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

לאמיר זיך ארויסלאזען אויף א שפאציר אין פעלד און אביסל זיך איינהערן און די סודות וואס די נאטור שושקעט ארום צווישען זיך.

גיי מיר נעמען דער זאמטיגער וועג וואס טראגט אהין דארט צום פעלד, עס איז א שמאלער וועג אנגעלייגט מיט פיצינקע שטיינדלעך, זיי זענען נאך דא פון ווער וויסט ווען, אזוי שפאנען מיר ראוגערהייט שטעלענדיג א טריט נאך א טריט, ווען צו מיינע אויערן דערגרייכט א שמועס וואס קומט פאר צווישען צוויי שטיינדלעך, וואס זאגסטו צו דעם שטאלצען מאן, פרעגט זי איר שכן, מיר רוען שוין דא, שטיינער מיט יארן עס האט זיך נאך קיינער נישט דערוואגט צו שטעלן דא מענטשישע פוס טריט, און דא קומט ער זיך אן און מיט חוצפה טרעט ער אויף אונז און דעקט אונז איבער מיט זיינע הארטע פוס טריט! הער איך ווי דער אנדערער ענטפערט צוריק מיט שטימע פיל מיט ווייטאג, ניט דא וואס צו טון, זיי זענען די פאקטישע געוועלטיגערס אויפען באשאף, מען האט עס פאר זיי איבערגעגבן! דאס מזל האט אונז פשוט געשפילט ביז יעצט אז קיינער האט פון דעם וועג נישט געוואוסט!

שוין, מיר שפרייזען ווייטער ווען פונדערווייטענס זעהט זיך אן א הערליכער געוואקסעניש, מיר פארשנעלערן די טריט אונזערע און באגעגענען דארט הערליכע פרוכט בוימען, עס שיינט אונז די קאלירען און פנים, גרין, רויט, ברוינלעך. די שמעק וואס די ביימער געבן ארויס - שלא בכוונה - פילט אן אונזערע לונגען מיט גן עדן"דיגער לופט, אהההה! שטאלץ, פעסט מיט גאווה שפרייטען זיי אויס זייערע פליגלען - צוויגען. ארום שפאצערנדיג אינעם פעלד, האט זיך מיינע אויגן באגעגנט מיט א בוים וואס עס שרייט פון איר ארויס יאוש, נאקעט, אנע פירות, עס טראגט זיך פון איר ארויס א נישט אזא בעטעמטן גערוך, די צווייגלעך זענען מיטען פיטם אראפ.

איך גיי נענטער צו, און בייג צו מיינע כלי שמיעה און איך הער ווי זיפצעט שטיל צו זיך, וויי ווי איז מיר פארוואס קומט זיך מיר דעס! זי רעדט ווי צו זיך מיט נאסטאלגיע, איי ווי שיין בין איך געווען אמאל, נישט אזוי לאנג צוריק, איך בין געווען פון די שענסטע סאלדאטן דא, אלע האבן געקוקט אויף מיר מיט קנאה און שעצונג, זיך כסדר געקומען שואל עצה זיין מיט מיר ארויסצודערווישען דער סוד וואס איך טו צו זיין אזוי שיין! זי גיבט זיך א דריי אויס צום שכן דארט אויף די לינקע זייט און פרעגט, זאג נאר ערעב מאראנץ בוים, איר האלט אז עס איז נאך נאך עפעס האפענונג פאר מיר? דער מאראנצער גיבט זיך א צעוויג, און אלע אירע אברים שאקלען זיך שנעל און הויבט אן שרייען מיט א דיקער אראנזשער קול, וואס פארפירסטו דא? פארוואס הערסטו נישט אויף צו האלטען הספדים דא? פארוואס צושטערסטו די בוימער וואקאציע? וויסטו דען נישט אז דער שומר הפרדסים דא האט שוין אויף דיר געמאכט א סיום און געזאגט קדיש יתום נאך דיר? גענוג איז גענוג!!!!

און דערזייט שטייט דארט ערעב עפל בוים און זינגט זיך אונטער אן עפל ליד, ער קען נישט איינהאלטען זיין פרייליכקייט אז ענדליך, ענדליך גייט ער פטור ווערן פון דעם יעניגען וואס פלעגט שטעלן זיין מציאות און שאטן!

שוין, גענוג שטותים פאר איין טאג!!!
לעצט פארראכטן דורך יקשן אום מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 3:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יקשן האט געשריבן:שוין, גענוג שטותים פאר איין טאג!!!

יעצט געב אהער די לאקשן! כ'מיין די יקשן!

זיס געשריבן!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער זיס..

עצה טובה: מאך א ספעיס צויישן יעדער פאראגראף, עס מאכט עס גרינגער צו ליינען
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

עירוב תבשילין האט געשריבן:זייער זיס..

עצה טובה: מאך א ספעיס צויישן יעדער פאראגראף, עס מאכט עס גרינגער צו ליינען

פאראכטען!
שכח, נאר פון אזעלעכע עצות לערנט מען זיך צו ווערן בעסער!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איך האב נארוואס פארענדיגט אפרעכטן מיין הייליגע ליכט צינדען, הינגעריג בינעך ווי אן אלטען טיגער, ס"וויל זיך מיר צושארען און איינשליגען א סעודות יאפטשיק אבער דער טיש איז ליידיג אזוי ווי ערב פסח נאך שריפת חמץ. פרעג דאס ווייבל נישטא קיין נאכטמאל היינט? וואס הייסט ענטפערט זי אינגאנצען פארווינדערט, מגייט דאך היינט נאכט צו מיין מאמע! היינט איז דאך די חנוכה פארטי!! האסט פארגעסן!!, זיכער האבעך געדענקט שפיי איך שנעל ארויס, איך בין שיון עקסייטעד פון מוצאי שבועות(?)

ווען איז עס גערופען פאר? פרעג איך, לאמיך קאלען מיין שוועסטער, זי קאלט, זיי פארברענגען אויפען פאן פאר פיפצען מינוט, מען דיסקאסד מיט נאסטאלגיע האו מאטש פאן די פארטי פראם טא יערס עגא יאז. און איך זיץ דארט ביים פסחדיגען טיש שליגענדיג טרוקענע שפייעכטץ פון הינגער. נאכן פארענדיגען די הארצרייסענדער אסיפה פרעג איך, סא ווען דארף מען דארט זיין... אויש כהאב פארגעסן צו פרעגן, זי קאלט סשוועסטער צום צוויטען מאל - איך שעפשע א תפלה שטיל אז איך זאל חאטשיג דעסמאל מצליח זיין צו באקומען א תשובה – מיין שוועסטער זאגט אז מיין טאטע עסט יעצט סאפיר און ער וועט זיין גרייט און שעה ארום, אבער אונז דארפן שוין יעצט גיין!! איך דארף העלפן אנגרייטען, האבעך סיי ווי נישט קיין זעקס ברירות טו זיך אן דאס מאנטל ענד איי עם רעדי טא גאו.

קום אהער! הער איך א אנגעצויגענער שטימע ארויסלויפען פון קאך איך דארף דא העלפ! פאסטענדיגערהייט אנגעפעלצט מיטען מאנטל לויף איך אהין און עס ווארט מיר דארט אפ א טיש באדעקט מיט משלוח מנות, יעדער זאל נעמען איין זאך און האלטען גראד עס זאל ח"ו נישט קומען לידי נפילה, הייבעך אן צו דערלאנגען פאר סגאנצער געזינדל, יעדער טראגט אראפ איין זאך צום קאר.

סגאנצע מיליטער באוואפנט מיט די געבעקסען און איך בראש המחנה מיטען פנים צו זיי מיטען ריקן צו די וועלט צו קענען בעסער אבאכט געבן אויף די געטראגעריי..

שוין מען קומט אן צום שווער פארשטייט זיך אז קיינער איז נאך נישט דארט געווען, אבער אונז זענען דאך געקומען אנגרייטען. עס גייט אדורך א שטייטע שעה און דער עולם הויבט אן צוביסעלעך אנקומען מען זעצט זיך ארום די הערליכע בלויע געדקטע טישעריי און יעצט הייבט זיך אן די פאן.

מיין שוועגערן וואס איז עקסטרימילי טעלענטעד נעמט איבער דאס ווארט איך האב א מעסיוו געים באט איטס אנלי פאר די מען, מיר אלע זיצען מיט הכנעה אזוי ווי סאייזל פארן בעל הבית זיינער. מיט א זיכערקייט איז זי מצווה אז יעדער זאל נעמען א פען און א פעיפער און פיקען עני אות און שרייבען סמערסטע ווערטער וואס הייבט זיך אן מיט יענץ אות, און נאכדעם זאל מען אויסטוישען צעטלעך מיטן שכן ענד קריעט עי סטארי מיט יענעמס ווערטער, באט יא אר נאט עלאוד טא ליוו אוט עני אות, ענד הא איז גאונג טא העיוו די נייסעסט סטארי, הי איזס די יונער! ענדיגט זי צו פראטעסטירען.

ביי די פרויען איז יעצט פלוצלינג שא שטיל, אלע אויגן זענען פארגליווערט צו די מענער זייט, און קוקען צו ווער עס גייט דא ארויסקומען אלץ דער וואס יעדער גייט אויף אים זאגען אשרי אשתו!

דער קלימאקס פונעם פארטי איז געווען, ווען אלע אייניקלעך שטורעמען אריין זיגענדיג דעם אין קצבה מארטש מיט א ריזיגער שאכטל פארבינדען מיט גלאנציגע פאפירען און דער עלצטער שטעלט זיך אויף און נעמט ארויס א צעטעלע פון טאש און גראמט אויס די שוויגער. די שוויגער זיצט דארט אין א זייט אראפגעגנבט סברילען פונעם פנים אירע און ווישט זיך די טרערן מתוך געגועים....

יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, ונשמע ונתבשר בשורות טובות!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שוין גארנישט קיין שטותים! איך האב שטארק הנאה פון דיין זיסע לאקשן קוגל, עס ברענגט בליצן אין מוח.

גוט'ן קעפל.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יקשן! שוין גארני (ע''פ שטומפיג'ס דרך) קיין לאקשען!!

שרייבסט גאר גוט, קום אריין אפטער!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אי אפשר ל'חנוכה אשכול בלי דרבי שוויגער.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6215
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יקשן, איך האב מורא מיר זענען שוואגערס… ממש גענוי ביינונז אין די משפחה מיט די נארישע געימס
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

בניהו האט געשריבן:יקשן, איך האב מורא מיר זענען שוואגערס… ממש גענוי ביינונז אין די משפחה מיט די נארישע געימס

א צרת הכלל. :cry:
שוין לאנג נישט גערעדט
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

איר קענט יענקל וואס דאווענט מיט מיר אין איין שול? ניין? אקעי, עמער אים פארשטעלן, יענקל גייט אנגעטון מיט א האלבן רעקל, און שפיגלדיגער שיך וואס זעהן אייביג אויס ווי זיי זענען נאר וואס אדורך א פסחדיגען שיך וואש, די הויזען זיינע גרייכן נאר ביז א טפח העכרן זויל, דאס העמדל זיינער באשטייט פון שיינע געמעלעכטצער, ברילען אזוי גרויס אז זיי הענגען אראפ ביז אריבערן חתימת זקן, אן אויסגעביגעלטער בארד, קנאיין האר האט נישט די חוצפה זיך אוועקצורירען פונעם מקום קביעתו.

ער איז גראדער זעהר א צוגעלאזענער, אבער אויך אן איינגעהאלטענער, טוט וואס מדארף און ציילט זיינע ווערטער. זיין סדר היום צופרי זעהט אויס עפעס אזוי:

קומט אן אין שול אזוי פינף מינוט נאך זעקס, קיינע פאסקונדע פארדעם און בייזוויליג ח"ו נישט קיין רגע שפעטער, אזוי קומט ער האלטענדינג זיין באוואקסענע מיט האר טלית בייטל און אין דער אנדערע האנט זיין קליינע בלוי אטסקרול גמרא, און מיט שנעלע אבער אויסגערעכנטע טריט בלאזט ער זיך אריין אין מקוה נעמען א שאוער און איינוועגס אויך א טבילה, קומט ארויס געיאגטערהייט, סבארד זיינער לייכט מיט געשמירעכצער, און לווויייפט חאפן דעם מנין דארט ווי אלע צעיאגטישע פערזאנען שפייען שנעל ארויס סדאווענען.

ער קומט אן דארט אויף זיין מקום און זעהט אז עס איז שוין פארהיידזשעקט, עפעס א בחורל וואס איז נאך אינטער די איינפלוס פונעם בר מצוה פשעטל זיינער, האט זיך אן קיין שום בושה דארט אנידעגעשטעלט, דאס בלוט הויבט אן קאכן אין אים אזוי ווי א טאפ וואסער גרייט צום כשרן, ער גייט צו שרעקעדיג נאנט און הויבט אן היסען און ברימען אטעמען הויעך אבער דער תינוק חאפט נישט, שוין בלית ברירה טוט ער דאס אומגלויבליכע, אזאך וואס ער האט נישט געטון סלעצטע פיפצען יארע, ער זעצט זיך אויף נאנדערען מקום.

ער עפנט דעם טלית בייטל, שלעפט ארויס פון דארט זיין טלית, ווייס ווי דעם אומגעפאלענער שניי און דערלאנגט ארויס א להתעטף בציצית!!

ער דריזעלט אפ סגאנצע דאווענעריי, פארפאקט צוריק דעם חתן סידור זיינער מיטן טלית צאמגעלייגט און פארהאקט. און שווימט שנעל ארויס פון שול
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

וואס איז שוין דען א געפיל? עס איז דאך נישט קיין הארטע גשמיותדיגער אביעקט וואס מען קען איר אנכאפן, מען קען איר נישט זעהן, שמעקן אדער הערן, זי איז עפעס וואס מען קן נאר שפירען - פילען, און דאס איז די איינציגסטער שייכות וואס מיר קענען מיט איר האבן.

לאמיר אביסל אריינטראכטען ווי אזוי סמענטשהייט וואלט אויסגעקוקט ווען זיי וואלטען נישט עקזעסטטירט. דער מענטש שטייט אויף אינדערפרי און זעהט אז ער איז פארשלאפען, היפש פארשלאפען, און וואלט שוין איצט געדארפט ווען האלטען לאחר התפלה, אבער ער ווערט נישט גערעגט - רעגן איז דאך א געפיל, ניין? ער טוט זיך אן מאכט זיך גרייט און גייט דאווענען - ער לויפט נישט, ער שפאצירט מיטן גרעסטען מאס ראוגקייט, ער דאווענט אפ און גייט צום ארבעט, ער טרעפט דארט סבעל הבית זיינער וואס ווארט שוין אויף אים איבער צוויי שטונדען, און ער פרעגט אים מיט א ראבאטישען קאלטקייט, ווי ביסטו געווען אזוי לאנג? ענפערט ער, איך בין פארשלאפען! דער בעל הבית איז נישט גערעגט און אויך נישט רואיג, גארנישט... דער ארבעטער פילט נישט פארשעמט, פילט נישט דערנידערט... זערא..

שוין, איך האב שוין נישט קיין געדולד צו שרייבען ווייטער....
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

יקשן האט געשריבן:וואס איז שוין דען א געפיל? עס איז דאך נישט קיין הארטע גשמיותדיגער אביעקט וואס מען קען איר אנכאפן, מען קען איר נישט זעהן, שמעקן אדער הערן, זי איז עפעס וואס מען קן נאר שפירען - פילען, און דאס איז די איינציגסטער שייכות וואס מיר קענען מיט איר האבן.

ווער עס קען שפינען ווייטער איז העפליך געלאדענט....
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

שטותים מיט לאקשען..?! נע...
שטותים מיט געהאקטע לעבער...
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יקשן האט געשריבן:
יקשן האט געשריבן:וואס איז שוין דען א געפיל? עס איז דאך נישט קיין הארטע גשמיותדיגער אביעקט וואס מען קען איר אנכאפן, מען קען איר נישט זעהן, שמעקן אדער הערן, זי איז עפעס וואס מען קן נאר שפירען - פילען, און דאס איז די איינציגסטער שייכות וואס מיר קענען מיט איר האבן.

לאמיר אביסל אריינטראכטען ווי אזוי סמענטשהייט וואלט אויסגעקוקט ווען זיי וואלטען נישט עקזעסטטירט. דער מענטש שטייט אויף אינדערפרי און זעהט אז ער איז פארשלאפען, היפש פארשלאפען, און וואלט שוין איצט געדארפט ווען האלטען לאחר התפלה, אבער ער ווערט נישט גערעגט - רעגן איז דאך א געפיל, ניין? ער טוט זיך אן מאכט זיך גרייט און גייט דאווענען - ער לויפט נישט, ער שפאצירט מיטן גרעסטען מאס ראוגקייט, ער דאווענט אפ און גייט צום ארבעט, ער טרעפט דארט סבעל הבית זיינער וואס ווארט שוין אויף אים איבער צוויי שטונדען, און ער פרעגט אים מיט א ראבאטישען קאלטקייט, ווי ביסטו געווען אזוי לאנג? ענפערט ער, איך בין פארשלאפען! דער בעל הבית איז נישט גערעגט און אויך נישט רואיג, גארנישט... דער ארבעטער פילט נישט פארשעמט, פילט נישט דערנידערט... זערא..

שוין, איך האב שוין נישט קיין געדולד צו שרייבען ווייטער....

ווער עס קען שפינען ווייטער איז העפליך געלאדענט....

רופט א קאסטומער זאגנדיג מיט א קאלטקייט אז די דאך וואס ער האט אים געבויעט איז איינגעפאלן.

ער ענטפערט אז אין 3 וואכן וועט ער עס פאריכטן דערווייל זאל עס רעגענען און שנייען.

די קאסטומער ענטפערט, קאלט און טרוקן "אקעי"
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

היכי תמצא האט געשריבן:

:lol: :lol:
און דערווייל פרירט ער אוועק פאר קעלט און ווערט דורך געווייקט נאס, אבער ער רעגט זיך נישט!!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

און ער פרעגט פארוואס דארף עס געדורען גאנצע דריי וואכן ביזן פארעכטען, ענטפערט ער אים אז ער וויל פשוט זיצען און קלאצען פאר דריי וואכן!
און דער קאסטאמער פילט בכלל נישט גערעגט!
לעצט פארראכטן דורך יקשן אום דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

@היכי תמצא, ליינענדיג דיין מעשה, בין איך געווארען גערעגט פארוואס דער קאסטומער איז אזוי קאלט און רעגט זיך גאאארררנישט!!!
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

עס איז אמאל געווען א איד וואס האט געהאט זייער א נאנטען ידיד זיין ליבשאפט צו אים איז געווען אין לשער כסדר האט ער געזיכט אופנים ווי אזוי יענעם צו מהנה זיין. האט ער מחליט געווען אז ער וויל טון עפעס אויסטערליש וואס דער ידיד זיינער זאל באמת הנאה האבן, איז ער געגאנגען זיך אינטערעסירן וואס עס קען זיין עפעס וואס יענער וויל שטארק האבן, האט ער געהערט אז שיינעם קאר איז עפעס וואס ער וויל זעהר שטארק אבער קען זיך נישט דאס ערלויבן האט ער מחליט געווען אז ער גייט אהער שטעלן אן אויטא וואס אזאנס איז נאכנישט געווען.

געטראכט און געטון, ער האט אפגעקויפט א ריזן שטח און געלאזט דארט אויפבויען א מאיעסטעטישע פעקטארי אויסגעשטעלט מיט אלע סארט מאדערנע מאשינעריי און אויפגענומען א גאנצע שטאב מיט צענדליגע ארבערטערס - ארבעטערס וואס זענען געלערנטע מומחים און דעם פעלד און זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן אהערשטעלן דעם אויטא אז עס זאל זיין אויסגעשטאטעט מיט די העכסטע סארט טעכנעלאגיע.

ער האט אויך אויפגענומען ספעצילע אינדזשונירען וואס האבן א ספעציעלן ידיעה אינעם תחום פון בויען פליגערס און זיי בייאויפטראגט אז זיי זאלן שטיין אין שפיץ פונעם פראיעקט און פרובירען אריין צו שטעלן אינעם אויטא וואס מער לוקסעס וואס פליגערס פארמאגען.

ויהי היום, און די ארבעטערס דערזעהן זיך אז זיי פארמאגען נישט איינע פון די כלים וואס עס פעלט זיך אויס צו קענען אנגיין מיטן פראיעקט. האט ער מחליט געווען אז מען גייט אויפשטעלן א פעקטארי וואס וועט זיין געווידמעט אהער צו שטעלן אלע נויטיגע כלים וואס עס זאל זיך נאר נישט אויספעלן אזוי אז די ארבעט זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.

עס איז אדורך געלאפען א פאר יאר און די גליקליכער טאג איז אנגעקומען, דער אויטא איז געווארען פערטיג, עס איז געווען ממש אזוי ווי ער האט זיך פארגעשטעלט - אויסגעשטאטעט מיט די בעסטע סארט טעכנעלאגיע און דערצו אויך אייזן באקוועם. ער רופט אריבער דעם ידיד זיינער און זאגט אים אט דאס איז דיינס נוץ עס געזינטערהייט.

דער ידיד זיינער האט נישט געקענט קומען צו זיך ער האט געפילט דאס ליבשאפט וואס זיין חבר האט צו אים איז אומבאשרייבלעך, טייטש ער איז געגאנגען אויפשטעלן א גאנצן פעקטארי אויפגענומען צענדליגע ארבעטערס זיך געלאזט קאסטען סוועלטס געלט געלאזט אויפבויען א צווייטע קאמפלעקס נאר פאר די כלים אלעס געלייגט אין א זייט און געווען פארנומען נאר מיט דעם און אלעס נאאאאר פאר מיר!!!!

די משנה זאגט: "כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם"

דעס הייסט אזוי, דער בורא כל העולם האט באשאפען א גאנצע וועלט מיט טריליאנע שטערנס טריליאנע אביעקטן וואס פליען ארום אין די ספערן, גאנצעטע שטחים ימים, מיליאנע מיילן וועלדער, טריליאנע שטיינער, בהמות און חיות עד אין שיעור, און אלעס איז כדי געווען אז די זאלסט באשאפען ווערן.

קען מען דען משיג זיין די אהבה וואס דער באשעפער האט כלפי דיר!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יקשן האט געשריבן:@היכי תמצא, ליינענדיג דיין מעשה, בין איך געווארען גערעגט פארוואס דער קאסטומער איז אזוי קאלט און רעגט זיך גאאארררנישט!!!

יקשן, נאכאמזל אז דו ביסט געבוירן מיט געפילן, ווען נישט וואלסטו נישט געשריבן די שיינע רעיונות און הערליכע פאעזיע.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

עס איז זייער אינטערעסאנט ווי אזוי חתונות גייען צו:

צום ערשט קומט פאר די קבלת פנים אויפען טיש זיצען שטיינענע טריקענע געבעקסן וואס שטייען איין אין אזוינע ווייסע פיר עקעדיגע טעצלעך מיט אלקאהאלישע געטראנקען וואס מען קען נאר קויפען אין היימישע מקוה שטיבלעך.

רעולם הויבט אן צוביסעלעך אנפילען דעם זאל, איצט קומען נאר די גאר נאנטע משפחה מיטגלידער און געלט גייערס, מען קומט פונעם נארוואס פריצייטיגטער פארענדיגטער ארבעטס טאג, טייל קומען אנגעטון אינגאנצען פריש אויסגעטאן די ארבעטס פיאות און אהערגעשטעלט - אנשטאט - ביאטיפול פרישע סחורה, ביי אנדערע דערקענט זיך נאך די פינגער אפדריקען פונעם פארגאנגענעם ארבעטס טאג סצענע, ארויפגעווארפען סשטריימעל בעקישע און זיך אהער דערלאנגט.

די מחותנים דרייען זיך ארום מיט געקניפטע בויך וויי אנגעצויגען ווי ווי א שנעל פארענדיגער אויטא, דער עולם גייט צו ווינטשען... באשעפער זאל העלפן... מיטן רעכטן פיס...

יעצט שטעלט זיך אויף דעם חתן"ס חבר גריטצעלען אביסל דברי הספד, הויבט אן מיטן באקאנטען דברי כבושין ניגון.... טרוי רוי רוי רוי... טרוי רוי רוי... חתן טייערער הער מיך צו, הט אזנך לי, אפתחה פי....
רעולם זיצט ארום די טישן יעדעמס הענט זענען טריד מיטן מכרכר און מפרר זיין די היסטארישע געבעקסן און זיכן מיט ליכט עפעס פון די אלטע ארכיוון פון וואס צו שמועסן. אונזער חתן זיצט דארט בראש המסובין און שאקעלט זיך מיט א קאך איבער א ספר מיט א שייער פון טישוס צו דער זייט.

און איצט קומט אן דער שמש - חופה שטעלער אויסגעהינגערט פארן מי בן שיח שטיקל און פאר די פאר רובל פון די מחותנים... און הויבט אן זינגען... ויהי בשושן פורים בהתאסף ראשי עםם יחץ יחץ שבטי ישראל.
די חופה הויבט זיך אן... אלע עלטער פעטערס שטעלן זיך ווייט ווייט אוועק פונעם חופה, מיינענדיג אויסצושרייען נע... איך ווארט נישט פאר א ברכה.. איי אינדערהיים ביסטו געשטאנען מיטן זאגערל זיך איינצוחזרן די ברכות אז עס זאל דיר זיין שגור בפיך...

המשך יבא!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

איי אינדערהיים ביסטו געשטאנען מיטן זאגערל זיך איינצוחזרן די ברכות אז עס זאל דיר זיין שגור בפיך...

האהא שלעכט....
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

האסטו וועסטו האט געשריבן:איי אינדערהיים ביסטו געשטאנען מיטן זאגערל זיך איינצוחזרן די ברכות אז עס זאל דיר זיין שגור בפיך...

האהא שלעכט....

שטיי נישט, ביטע זיי מסביר
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

:lol: :lol: :lol:

ווארט מיר אויפן המשך..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: שטותים מיט לאקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

יקשן האט געשריבן:עס איז אמאל געווען א איד וואס האט געהאט זייער א נאנטען ידיד זיין ליבשאפט צו אים איז געווען אין לשער כסדר האט ער געזיכט אופנים ווי אזוי יענעם צו מהנה זיין. האט ער מחליט געווען אז ער וויל טון עפעס אויסטערליש וואס דער ידיד זיינער זאל באמת הנאה האבן, איז ער געגאנגען זיך אינטערעסירן וואס עס קען זיין עפעס וואס יענער וויל שטארק האבן, האט ער געהערט אז שיינעם קאר איז עפעס וואס ער וויל זעהר שטארק אבער קען זיך נישט דאס ערלויבן האט ער מחליט געווען אז ער גייט אהער שטעלן אן אויטא וואס אזאנס איז נאכנישט געווען.

געטראכט און געטון, ער האט אפגעקויפט א ריזן שטח און געלאזט דארט אויפבויען א מאיעסטעטישע פעקטארי אויסגעשטעלט מיט אלע סארט מאדערנע מאשינעריי און אויפגענומען א גאנצע שטאב מיט צענדליגע ארבערטערס - ארבעטערס וואס זענען געלערנטע מומחים און דעם פעלד און זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן אהערשטעלן דעם אויטא אז עס זאל זיין אויסגעשטאטעט מיט די העכסטע סארט טעכנעלאגיע.

ער האט אויך אויפגענומען ספעצילע אינדזשונירען וואס האבן א ספעציעלן ידיעה אינעם תחום פון בויען פליגערס און זיי בייאויפטראגט אז זיי זאלן שטיין אין שפיץ פונעם פראיעקט און פרובירען אריין צו שטעלן אינעם אויטא וואס מער לוקסעס וואס פליגערס פארמאגען.

ויהי היום, און די ארבעטערס דערזעהן זיך אז זיי פארמאגען נישט איינע פון די כלים וואס עס פעלט זיך אויס צו קענען אנגיין מיטן פראיעקט. האט ער מחליט געווען אז מען גייט אויפשטעלן א פעקטארי וואס וועט זיין געווידמעט אהער צו שטעלן אלע נויטיגע כלים וואס עס זאל זיך נאר נישט אויספעלן אזוי אז די ארבעט זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.

עס איז אדורך געלאפען א פאר יאר און די גליקליכער טאג איז אנגעקומען, דער אויטא איז געווארען פערטיג, עס איז געווען ממש אזוי ווי ער האט זיך פארגעשטעלט - אויסגעשטאטעט מיט די בעסטע סארט טעכנעלאגיע און דערצו אויך אייזן באקוועם. ער רופט אריבער דעם ידיד זיינער און זאגט אים אט דאס איז דיינס נוץ עס געזינטערהייט.

דער ידיד זיינער האט נישט געקענט קומען צו זיך ער האט געפילט דאס ליבשאפט וואס זיין חבר האט צו אים איז אומבאשרייבלעך, טייטש ער איז געגאנגען אויפשטעלן א גאנצן פעקטארי אויפגענומען צענדליגע ארבעטערס זיך געלאזט קאסטען סוועלטס געלט געלאזט אויפבויען א צווייטע קאמפלעקס נאר פאר די כלים אלעס געלייגט אין א זייט און געווען פארנומען נאר מיט דעם און אלעס נאאאאר פאר מיר!!!!

די משנה זאגט: "כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם"

דעס הייסט אזוי, דער בורא כל העולם האט באשאפען א גאנצע וועלט מיט טריליאנע שטערנס טריליאנע אביעקטן וואס פליען ארום אין די ספערן, גאנצעטע שטחים ימים, מיליאנע מיילן וועלדער, טריליאנע שטיינער, בהמות און חיות עד אין שיעור, און אלעס איז כדי געווען אז די זאלסט באשאפען ווערן.

קען מען דען משיג זיין די אהבה וואס דער באשעפער האט כלפי דיר!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p- געוואלדיג א מוראדיג משל האימיר דאך יא געפילן זאגן מיר שכוח יקשן
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”