ומניח טאנץ

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטומפיג האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט פונעם ארטיקל @פאק פעק
(איך האב אויך ענדזשויט די קליפס פון ומניח... סאו איי געס איך ענדזשוי אסאך מיני זאכן)

;l;p- ;l;p- :grin:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

פאק פעק האט געשריבן:
א סטאטאס פון חיזוק!
א זינגער וואס גיט מוסר פאר רבנים!
דערהויבענע VIP נסיעות צו מקומות הקדושים!
סושי אין מעזיבוז!
א שוויץ אין אומן!
הלל מיט גיטארס!
חנוכה פארטיס!
גרויסע באלאנס אין שעיפ פון א מנורה מיט א דריידל אין פארנט פון דיין הויז! (נישט נאר די גויים האבן קריסמעס דעקערעישן אונז אויך)
ליל שישי!

דאס אלעס איז בקדושה לעם מדושני עונג!

"טבעתי ביון מצולה"


פיינע ליסטע דאס..
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לכבוד ר' פאק פעק, פאק נישט קיין פעק, נאר בלייב דא צו לאזן הערן אביסל ניכטערע רייד פאר אזא משוגע'נע וועלט.

לאמיר זאגן, אז ס'האט זיך אריינגעמישט א טראפ עקסטרעמיזם, אבער אין א וועלט וואו עקסטרעם משוגע איז נארמאל, מעג עקסטרעם נארמאל אויך זיין נארמאל. מ'מעג אביסל ארויסגיין פון די כלים פון די גשמיות און עקל אין וועלכן א חלק פון 'אונזערע' חברים און ברידער זענען נעבעך פארכאפט.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מחמוד על זאגארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:56 pm
לאקאציע: מיטל מזרח

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחמוד על זאגארי »

וויל זיין גוט האט געשריבן:לכבוד ר' פאק פעק, פאק נישט קיין פעק, נאר בלייב דא צו לאזן הערן אביסל ניכטערע רייד פאר אזא משוגע'נע וועלט.

לאמיר זאגן, אז ס'האט זיך אריינגעמישט א טראפ עקסטרעמיזם, אבער אין א וועלט וואו עקסטרעם משוגע איז נארמאל, מעג עקסטרעם נארמאל אויך זיין נארמאל. מ'מעג אביסל ארויסגיין פון די כלים פון די גשמיות און עקל אין וועלכן א חלק פון 'אונזערע' חברים און ברידער זענען נעבעך פארכאפט.

;l;p-
مرحبا لجميع الأصدقاء هنا في العالم
من فضلك لا تخافوا مني ، أنا لست عربيًا ، أنا يهودي أصلي فخور
اتمنى لك يوم جيد
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

פאק פעק האט געשריבן:ערהאלטן פון א חבר:

דאס איז יון!
דאס זענען די מתיוונים!
א קריסמעס בוים מיט א מנורה!
א טערעפיסט וואס איז א חסידישע איד!
א סטאטאס פון חיזוק!
א זינגער וואס גיט מוסר פאר רבנים!
דערהויבענע VIP נסיעות צו מקומות הקדושים!
סושי אין מעזיבוז!
א שוויץ אין אומן!
הלל מיט גיטארס!
חנוכה פארטיס!
גרויסע באלאנס אין שעיפ פון א מנורה מיט א דריידל אין פארנט פון דיין הויז! (נישט נאר די גויים האבן קריסמעס דעקערעישן אונז אויך)
ליל שישי!

דאס אלעס איז בקדושה לעם מדושני עונג!

"טבעתי ביון מצולה"

זייער שיין געשריבן, כ'בין געווארן באמת אנגעווארימט,


אבער דא צום סוף ביי דעם טשולענט האסטו מיר פארלוירן,
האסט אגענדעס וועגן טעראפיסטן?
האסט אגענדעס וועגן חנוכה פארטיס?
כ'הער, אבער מה ענין שמיטה?
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

מקץ האט געשריבן:ס'איז דא אלע סארט מענטשן ביי כלל ישראל, פארהאן איידעלע אידן, פארהאן מגושמים, ווילסט מעורר זיין אויף א געוויסן טאנץ אז ס'איז אביסל צו שטארק מגושם פאר דיין טעיסט, זייער ריכטיג.

פראבלעם איז אז לעצטנס ליידט מען פון ראדיקאל עקסטרעמע מענטשן, ביי זיי איז נישטא קיין גרעי עיריע, אלעס איז יהרג ואל יעבור, יונים, קריסטן, נאציס.

קוקט מען אויס וויאזוי מ'קוקט אויס.

וויאזוי קוקט מען אויס?
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

פאק פעק האט געשריבן:ערהאלטן פון א חבר:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4016
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פעיק ניוז. האט געשריבן:
שטומפיג. האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט פונעם ארטיקל @פאק פעק
(איך האב אויך ענדזשויט די קליפס פון ומניח... סאו איי געס איך ענדזשוי אסאך מיני זאכן)

;l;p- ;l;p- :grin:

;l;p- ;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

וויל זיין גוט האט געשריבן:לכבוד ר' פאק פעק, פאק נישט קיין פעק, נאר בלייב דא צו לאזן הערן אביסל ניכטערע רייד פאר אזא משוגע'נע וועלט.

לאמיר זאגן, אז ס'האט זיך אריינגעמישט א טראפ עקסטרעמיזם, אבער אין א וועלט וואו עקסטרעם משוגע איז נארמאל, מעג עקסטרעם נארמאל אויך זיין נארמאל. מ'מעג אביסל ארויסגיין פון די כלים פון די גשמיות און עקל אין וועלכן א חלק פון 'אונזערע' חברים און ברידער זענען נעבעך פארכאפט.

די פראבלעם איז נאר אז א סאך פון די מענטשען וואס "גייען ארויס פון די כלים" זענען ס"ה א טראפ ווייניגער מגושם ווי די מענטשען אויף וועם זיי וויינען.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אויך הנאה געהאט פון פאקפעק'ס ארטיקעל כאטשיג לדעתי קייט ער פלעין לופט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יא, א גוט פעדער האט ער. ס'איז טאקע אביסל אריבער די גרעניצן.. איך וויל אבער וויסן צו די שרייבער ענזשויד נישט א שטיקל ליזענסקע הערינג אין אומאן...

איך וואלט נישט געשימפט אזוי, ווייל איך ווייס אז ס'איז עניוועי נישטא וואס צו טוהן, יעדער מיט זיינס.. זאל ער דאס לאזן פאר די רבנים צו מעורר זיין און ער זאל גיין פראקטיצירן און לערנען א פרק אין אהבת ישראל.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

עירוב תבשילין האט געשריבן:יא, א גוט פעדער האט ער. ס'איז טאקע אביסל אריבער די גרעניצן.. איך וויל אבער וויסן צו די שרייבער ענזשויד נישט א שטיקל ליזענסקע הערינג אין אומאן...

.


בעומק הענין איז שרייען, שרייבן, און האקן אויף אייגן געקליבענע פירצות א ספארט און ענזדשוימענט פונקט ווי די פירצה אליינס, און א יצר הרע דאס צו טוען פונקט ווי די פירצה אליינס אליינס,
איינער טוען עס במעשה און איינער בכתיבה און איינער במחשבה.
אויסער אויב עס קומט פון א גדול בישראל וואס האט גע'ארבעט אויף זיינע מדות, אויסגעריסן תאות, רייסט אוועק פון זיין שלאף און אנדערע תאות צו העלפן אידן און העלפן דעם אויבערשטן, גיבו אוועק זיין גאנצע זיך פארן אויבערשטן און פאר אידנס וועגן.
וזה ברור, וגם ידוע למבינים, והמבינים אינם נתפעלים מכל אלו חדשים מקרוב באו יום יום, ופושטים טלפיהם ואומרים.... וכו', ודוק כי עמוק הוא
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7924
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

וויל זיין גוט האט געשריבן:לכבוד ר' פאק פעק, פאק נישט קיין פעק, נאר בלייב דא צו לאזן הערן אביסל ניכטערע רייד פאר אזא משוגע'נע וועלט.

לאמיר זאגן, אז ס'האט זיך אריינגעמישט א טראפ עקסטרעמיזם, אבער אין א וועלט וואו עקסטרעם משוגע איז נארמאל, מעג עקסטרעם נארמאל אויך זיין נארמאל. מ'מעג אביסל ארויסגיין פון די כלים פון די גשמיות און עקל אין וועלכן א חלק פון 'אונזערע' חברים און ברידער זענען נעבעך פארכאפט.
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דער ומניח טאנץ ספעציפיש איז געווען א צופאל. ליפא איז געטאנצן, א חכם האט רעקארדירט, א טיפש האט נאכגעמאכט, און גולמים טאנצן נאך.

אבער דאס שפיגלט אפ דעם שפל המצב, אז בחורים'לעך און אינגעלייטלעך, טאטעס און זיידעס, מאכן זיך 'געשמאק' דורך א נארישער טאנץ וואס איז באזירט אויף א וואנזיניגער ווידעא פון אן הייפעראקטיווע טאנץ. חוץ פון דעם וואס דאס צייגט ווי ווייט סאושעל מידיא איז איינגעריסן (אויפגעריסן) אין די חסידישע קרייזן, אז אפילו ווייסע בערד האבן געפלאטערט צו דעם משוגעת.

איך גיי נישט קומען פארפירן אז עס איז אסור, איך גיי נאר רעאגירן מיט א קרעכציגע 'נעבעך' קלאנג. עס איז נישט גוי'יש, עס איז נישט אסור, עס איז קראנק, נעבעך.

עס וואקסט אונטער א דור פון פאראזיטן און אנאלפאבעטן, וואס ווייסן נישט צו שעצן חכמה, זיי ווייסן נישט צו שעצן תורה ועבודה, זיי ווייסן ניטאמאל צו שעצן וויסנשאפט. חוץ טראמפיסטישע צווישנרופן פראקטיצירן זיי נישט קיין שום אינטערסאנטע זאך, און דאס איז שטארק פארשפרייט ביי די יונגווארג וואס זייערע זיידעס לעקן די פינגער ביים אריבערווישן 'חיימא' סטאטוס. נעבעך.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

טישטוך האט געשריבן:דער ומניח טאנץ ספעציפיש איז געווען א צופאל. ליפא איז געטאנצן, א חכם האט רעקארדירט, א טיפש האט נאכגעמאכט, און גולמים טאנצן נאך.

אבער דאס שפיגלט אפ דעם שפל המצב, אז בחורים'לעך און אינגעלייטלעך, טאטעס און זיידעס, מאכן זיך 'געשמאק' דורך א נארישער טאנץ וואס איז באזירט אויף א וואנזיניגער ווידעא פון אן הייפעראקטיווע טאנץ. חוץ פון דעם וואס דאס צייגט ווי ווייט סאושעל מידיא איז איינגעריסן (אויפגעריסן) אין די חסידישע קרייזן, אז אפילו ווייסע בערד האבן געפלאטערט צו דעם משוגעת.

איך גיי נישט קומען פארפירן אז עס איז אסור, איך גיי נאר רעאגירן מיט א קרעכציגע 'נעבעך' קלאנג. עס איז נישט גוי'יש, עס איז נישט אסור, עס איז קראנק, נעבעך.

עס וואקסט אונטער א דור פון פאראזיטן און אנאלפאבעטן, וואס ווייסן נישט צו שעצן חכמה, זיי ווייסן נישט צו שעצן תורה ועבודה, זיי ווייסן ניטאמאל צו שעצן וויסנשאפט. חוץ טראמפיסטישע צווישנרופן פראקטיצירן זיי נישט קיין שום אינטערסאנטע זאך, און דאס איז שטארק פארשפרייט ביי די יונגווארג וואס זייערע זיידעס לעקן די פינגער ביים אריבערווישן 'חיימא' סטאטוס. נעבעך.


גענאגלט, פינטל!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

מקץ האט געשריבן:
פאק פעק האט געשריבן:דאס איז יון!
דאס זענען די מתיוונים!
א קריסמעס בוים מיט א מנורה!
"טבעתי ביון מצולה"


ממש ככה ?

די יונים מיט די קריסטן פלעגן זינגען ומניח, רח"ל.

מיין מנהל פלעגט זאגן אז גיין מיט קליינע קאפלעך קומט פון די גוים
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

טישטוך האט געשריבן:דער ומניח טאנץ ספעציפיש איז געווען א צופאל. ליפא איז געטאנצן, א חכם האט רעקארדירט, א טיפש האט נאכגעמאכט, און גולמים טאנצן נאך.

אבער דאס שפיגלט אפ דעם שפל המצב, אז בחורים'לעך און אינגעלייטלעך, טאטעס און זיידעס, מאכן זיך 'געשמאק' דורך א נארישער טאנץ וואס איז באזירט אויף א וואנזיניגער ווידעא פון אן הייפעראקטיווע טאנץ. חוץ פון דעם וואס דאס צייגט ווי ווייט סאושעל מידיא איז איינגעריסן (אויפגעריסן) אין די חסידישע קרייזן, אז אפילו ווייסע בערד האבן געפלאטערט צו דעם משוגעת.

איך גיי נישט קומען פארפירן אז עס איז אסור, איך גיי נאר רעאגירן מיט א קרעכציגע 'נעבעך' קלאנג. עס איז נישט גוי'יש, עס איז נישט אסור, עס איז קראנק, נעבעך.

עס וואקסט אונטער א דור פון פאראזיטן און אנאלפאבעטן, וואס ווייסן נישט צו שעצן חכמה, זיי ווייסן נישט צו שעצן תורה ועבודה, זיי ווייסן ניטאמאל צו שעצן וויסנשאפט. חוץ טראמפיסטישע צווישנרופן פראקטיצירן זיי נישט קיין שום אינטערסאנטע זאך, און דאס איז שטארק פארשפרייט ביי די יונגווארג וואס זייערע זיידעס לעקן די פינגער ביים אריבערווישן 'חיימא' סטאטוס. נעבעך.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

טישטוך האט געשריבן:

Wow! יו מעיד מיי דעי! אזוי גוט ארויסצוברענגן.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

טישטוך האט געשריבן:דער ומניח טאנץ ספעציפיש איז געווען א צופאל. ליפא איז געטאנצן, א חכם האט רעקארדירט, א טיפש האט נאכגעמאכט, און גולמים טאנצן נאך.

אבער דאס שפיגלט אפ דעם שפל המצב, אז בחורים'לעך און אינגעלייטלעך, טאטעס און זיידעס, מאכן זיך 'געשמאק' דורך א נארישער טאנץ וואס איז באזירט אויף א וואנזיניגער ווידעא פון אן הייפעראקטיווע טאנץ. חוץ פון דעם וואס דאס צייגט ווי ווייט סאושעל מידיא איז איינגעריסן (אויפגעריסן) אין די חסידישע קרייזן, אז אפילו ווייסע בערד האבן געפלאטערט צו דעם משוגעת.

איך גיי נישט קומען פארפירן אז עס איז אסור, איך גיי נאר רעאגירן מיט א קרעכציגע 'נעבעך' קלאנג. עס איז נישט גוי'יש, עס איז נישט אסור, עס איז קראנק, נעבעך.

עס וואקסט אונטער א דור פון פאראזיטן און אנאלפאבעטן, וואס ווייסן נישט צו שעצן חכמה, זיי ווייסן נישט צו שעצן תורה ועבודה, זיי ווייסן ניטאמאל צו שעצן וויסנשאפט. חוץ טראמפיסטישע צווישנרופן פראקטיצירן זיי נישט קיין שום אינטערסאנטע זאך, און דאס איז שטארק פארשפרייט ביי די יונגווארג וואס זייערע זיידעס לעקן די פינגער ביים אריבערווישן 'חיימא' סטאטוס. נעבעך.


גענאגעלט
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2639
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אינטרעסאנט, מער ווייניגער די זעלבע מעסעדזש, אויב רעדט מען נארמאל איז עס מתקבלים על הלב און עס טוט אױף, אויב פארפירט מען, גוים! שייגעץ! טוט עס אויף פונקט די פארקערטע.....
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

טישטוך האט געשריבן:דער ומניח טאנץ ספעציפיש איז געווען א צופאל. ליפא איז געטאנצן, א חכם האט רעקארדירט, א טיפש האט נאכגעמאכט, און גולמים טאנצן נאך.

אבער דאס שפיגלט אפ דעם שפל המצב, אז בחורים'לעך און אינגעלייטלעך, טאטעס און זיידעס, מאכן זיך 'געשמאק' דורך א נארישער טאנץ וואס איז באזירט אויף א וואנזיניגער ווידעא פון אן הייפעראקטיווע טאנץ. חוץ פון דעם וואס דאס צייגט ווי ווייט סאושעל מידיא איז איינגעריסן (אויפגעריסן) אין די חסידישע קרייזן, אז אפילו ווייסע בערד האבן געפלאטערט צו דעם משוגעת.

איך גיי נישט קומען פארפירן אז עס איז אסור, איך גיי נאר רעאגירן מיט א קרעכציגע 'נעבעך' קלאנג. עס איז נישט גוי'יש, עס איז נישט אסור, עס איז קראנק, נעבעך.

עס וואקסט אונטער א דור פון פאראזיטן און אנאלפאבעטן, וואס ווייסן נישט צו שעצן חכמה, זיי ווייסן נישט צו שעצן תורה ועבודה, זיי ווייסן ניטאמאל צו שעצן וויסנשאפט. חוץ טראמפיסטישע צווישנרופן פראקטיצירן זיי נישט קיין שום אינטערסאנטע זאך, און דאס איז שטארק פארשפרייט ביי די יונגווארג וואס זייערע זיידעס לעקן די פינגער ביים אריבערווישן 'חיימא' סטאטוס. נעבעך.


;l;p- גוט געזאגט. צום פינטל.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7924
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

טישטוך האט געשריבן:איך גיי נישט קומען פארפירן אז עס איז אסור, איך גיי נאר רעאגירן מיט א קרעכציגע 'נעבעך' קלאנג. עס איז נישט גוי'יש, עס איז נישט אסור, עס איז קראנק, נעבעך.

זייער שטארק!
ארויס געברענגט מיט ווערטער דאס וואס אסאך פון אוז האבן געפילט און זיך נישט געקענט מסביר זיין!
א דאנק!.
פאק פעק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:34 am

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאק פעק »

ברוך פייבול האט געשריבן:
פאק פעק האט געשריבן:ערהאלטן פון א חבר:

דאס איז יון!
דאס זענען די מתיוונים!
א קריסמעס בוים מיט א מנורה!
א טערעפיסט וואס איז א חסידישע איד!
א סטאטאס פון חיזוק!
א זינגער וואס גיט מוסר פאר רבנים!
דערהויבענע VIP נסיעות צו מקומות הקדושים!
סושי אין מעזיבוז!
א שוויץ אין אומן!
הלל מיט גיטארס!
חנוכה פארטיס!
גרויסע באלאנס אין שעיפ פון א מנורה מיט א דריידל אין פארנט פון דיין הויז! (נישט נאר די גויים האבן קריסמעס דעקערעישן אונז אויך)
ליל שישי!

דאס אלעס איז בקדושה לעם מדושני עונג!


"טבעתי ביון מצולה"

זעכציגער האט געשריבן:[דער תגובה באציט זיך צו א תגובה וואס איז פארמעקט געווארן, צוליב דעם וואס דער שרייבער האט דאס איבערגעשטעלט אין מערערע אשכולות]
כבין אביסל צומישט מיט זיינע פראבלעמען....
די יונים האבן אריינגעברענגט חנוכה פארטיס, דאס ווייס איך שוין לאנג.
דאס אז דער ערשטער חסידישער טעראפיסט איז געווען א מתיוני מיט א לעדערנע תפילין בייטל איז אויך ידוע.
סושי אין מעזיבוש האט דאך לכתחילה נאר די הכשר פון ביד"ץ היוונים.
און ווער רעדט נאך וועגן די דריידל באלונס? אנטיוכס אליינס בלאזט דאך דאס אן רייטנדיג אויפן עלעפאנט!

אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דער שיינער ומניח ניגון איז א פראבלעם מיסודה. אן אלטער שיינע ניגון וואס הבחור ר' אברהם פריעדמאן האט אראפגעזינגען אויף אן אלטן קאסעטע.
און וואס איז דער פראבלעם אז ישיבה בחורים טאנצן דערויף?? איז דאס עפעס אן אומאיידל טאנץ? אדער גאר ווערטער וואס קומט פון די עבודה זרה??

אין מיינע אויגן איז דאס פיל שענער ווי אלע אלע היינטיגע טרענדס.

האסט טענות אויפן עצם זאך פון א טרענד אויף סטאטוס? אקעי, דאס איז נישט יוונים, נאר ליבערשט משוגעים. אויף וועמען האסטו טענות? אויף משוגעים? מעגסט. כוויל נאר וויסן...

דער ליל ששי עד האט מיר אויך געציפט. אבער ביי דעם הייבט זיך עס אן און ביי דעם ענדיגט זיך עס. דער גאנצער רעשט פונעם מעסעדזש איז א וויץ.

זייער שיין געשריבן, כ'בין געווארן באמת אנגעווארימט,


אבער דא צום סוף ביי דעם טשולענט האסטו מיר פארלוירן,
האסט אגענדעס וועגן טעראפיסטן?
האסט אגענדעס וועגן חנוכה פארטיס?
כ'הער, אבער מה ענין שמיטה?


זיין תשובה:
איך האב באקומען אין די לעצטע פאר שעה גאר אסאך פידבעקס אויף מיין בריוו, אסאך פאזעטיווע, געוויסע האבן געפרעיגט, געוויסע האבן קריקעטירט, וואו נארמאל.

צו געוויסע פיל איך אז איך דארף בכלל נישט מגיב זיין, ווייל זיי זענען בכלל נישט אינטערסירט צו הערן, און צו געוויסע מיז איך מגיב זיין, ווייל צו זיי איז מיין בריוו געווען געאייגנט.

זייער אסאך האבן זייער שטארק קאנעקטעט מיט די ווערטער פון די בריוו, אפי' אזעלכע וואס האבן ביזן ליינען די בריוו בכלל נישט געזען קיין פראבלעם מיט די "מניח" טרענד אין עדווערטייזמענט, אדער אנערקענט נאר די פראבלעם מיט די עדווערטייזמענט אין נישט געמאכט בכלל דעם היקש צו די טאנץ טרענד, אין נאר ביים ליינען מיין בריוו האבן זיי געכאפט אביסל וואס גייט פאר, אין וואו אונז ווערן פארפארן.

אבער א גרויסן טייל פונעם ציבור ליינער האב איך פארלוירן ביי די ליסטע אין די ענד פון מיין בריוו, עס האט זיי אויסגעקוקט וואו א ליסט פון איין גרויסן קוגל פון אלע זאכן וואס יעדער קנאי וואס זוכט וואו צו האבן קריטיק, נישט קיין חילוק וואו און וואס, אבי קריטיק, אזא איינער האט דאס געשריבן.

נאך ווייניגער האט די עולם פארשטאנען, ווען איך האב גענוצט יון, כאילו איך האב געזוכט וואס איז די גרעסטע גנאי ווארט, האב איך געשריבן יוונים, מתייוונים, פשוט ווייל דאס איז די סיזאן יעצט, ווען עס וואלט ווען געווען פורים צייט יעצט וואלט איך פינקט אזוי געשריבן המן, צו פסח צייט וואלט איך געשריבן מצריים.

וועל איך פראבירן אביסל צו מסביר זיין אויפן שפיץ גאפל, (ועוד חזון למועד), אז דאס איז נישט געווען סתם א קנאות בריוו וואס איז געשריבן געווארן מתוך ריתחא, מיט לשונות וואס זענען פשוט געווען בהישג יד, האב איך זיי גענוצט, נאר איך האב געמיינט יעדעס ווארט (כמעט) וואס איך האב געשריבן, אין איך וועל מסביר זיין.

יעדער חדר אינגל קען די מעשה פון די יוונים, "כשעמדה מלכות יון הרשעה על עמך ישראל להשכיחם תורתך" די יונים האבן געמאכט גיפערלעכע גזרות אויף אידן, מען האט נישט געלאסט היטן "שבת" "חודש" אין "מילה", ווער עס האט געוואלט היטן תורה ומצוות האט געדארפט אנטלויפן אין די מדבריות, אסאך אידן זענען נישט ביי געשטאנען די נסיונות און פון רוב פיין אין דריק זענען זיי געווארן "מתייוונים", ביז מתתיהו בן יוחנן כוהן גדול האט זיך אויף גישטעלט מיט זיינע קינדער אין ארויס אויף א מלחמת חרמה, אין דער אייבישטער האט עם געהאלפן, "מסרת גיבורים ביד חלשים, רבים ביד מעטים, וכו, ולך עשית שם גדול וקדוש".

דער אמת איז, אז דער מעשה איז סאך סאך א לענגערע מעשה, עס האט זיך נישט אנגעהויבן בימי אנטיוכוס, אז די וועסט אביסל מישן אין די היסאריע פון מלכות - תרבות יון, וועסטו זייער שנעל טרעפן אז די מושג התיוונות איז נישט נאר געזאגט געווארן כלפי אידישע היסטאריע.

(אדרבה, גוגל דאס)

איך וועל באשרייבן זייער אינקארצן די השתלשלות העניינים וואס איז נוגע לענייננו, אין אזוי וואו געשריבן פארדעים בסוגריים, עוד חזון למועד. (כאפ מיר נישט מיטן ווארט אויף א טעות אין טעכנישע פרטים היסטוריה...)

דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן בימי אלכסנדר מוקדון, אלכסנדר איז געווען א אינגער געלאנגענער קעניג וואס איז ארויס אויף א בליץ מלחמה, ער האט איינגענומען לאנד נאך לאנד פון מוקדון (פון דארט שטאמט ער) ביז יון, איטלי', גאנץ פרס אימפעריא, גרויסע שטחים אין אסיא, אין אזוי אויך גרויסע שטחים אין אינדיע.

אלכסנדר איז געווען זייער א געלערנטער, א שוחר ידע, ליב געהאט נאלידזש, ער האט ליב געהאט נייע קאלטארן, אין ער זייער אינספאייערט געווארן פון תרבות יון, די יונים דעמאלץ זענען געווען די מערסטע פארגעשריטענע פאלק, סיי מיט אינטערטעימענט וואו תיאטראות, אמפיתיאטראות, מוזיעמס, מיוזיק, פילוסופי', ספארטס, דראמא, קאמעדיע, אין נאך זאכן וואס די פרימיטיוווישע וועלט (רוב וועלט בימים ההם), ספעשעלי אין די מידל איסט האט נאך נישט געהערט פון זיי.

אלכסנדר האט געשטרעבט אז אלע לענדער וואס זענען אינטער זיין מלוכה זאלן זיין פארגעשריטן, גילערנטע, אזוי וואו די מוסטער זיינע, יון.

ער האט נישט געהאט קיין אדזשענדע ארויף צו צווינגען א געוויסע רעליגיע, נאר טאשן די קאלטאר, בעסער געזאגט, משלב זיין קאלטארן, די וועלט זאל זיין א בעסערע וועלט, א פארגעשריטענע וועלט, און טאמער שטימט דאס מיט דיין רעליגיע מה טוב ומה נעים.

ער האט געוואלט אז די וועלט זאל זיין א גלאבאלע וועלט, "שפה אחת ודברים אחדים".

פאר דעם האט ער געטוהן אפאר פעולות:

* יעדער לאנד וואו ער האט איינגענומען, האט ער זיך צום ערשט פארבינדן מיט די מענטשן וואס זענען געווען די העכסטע אטאריטעט מטעם די דעליגיע, זיי האט ער גישטעלט אויף די געלט זאכן, מאנען טעקסעס פון דעם עולם, וכדו', און זיי זענען געווען די וועג וואו אזוי די קעניגרייך האט גיהאט קשר מיטן ציבור, העכער זיי איז געווען א קאמיסיע מטעם המלכות וואס האט געקענט וויטאוען אדער גארדן וואס ווען און וואו, אבער באופן כללי זענען די ממונים געווען די מענטשן מיט די מערסטע פאאוער אין יעדער לאנד, דהיינו די רעליגיעזע מאכט.

* אזוי אויך האט ער געבויט אין יעדער שטאט תיאטראות, מיוזיאמ'ס, סטעטשאס, אין נאך סימבאלישע יוונישע קאלטאר עלעמענטן.

* ער האט אויפגעשטעלט סקאלס מיט יוניווערסעטיס אין יעדער פלאץ וואו יוונישע פילוסופן אין חכמים האבן געטיטשט.

* ער האט באוואוינט יוונים אין יעדער לאנד.

* ער האט איינגעפירט אז איינוואוינער פון איין לאנד זאלן חתונה האבן מיט איינוואוינערס פון אנדערע לענדער, וואו ער אליינס איז געווען א מאסטער און האט פארהיירעט א פרוי פו א צוויטע לאנד אין קאלטאר, א זאך וואס איז נישט געווען איינגעפירט אין יענע צייטן.

* אזוי אויך האט ער געמישט קאלטארן, למשל, אפגעטער פון יעדער פלאץ האט ער געטראפן געוויסע זאכן וואס זענען געווען ענדליך צו יוונישע אפגעטער, און ער האט געמאכט א מיש מיט זייער נעמען אין מיט די וועגן ווי אזוי מען דינט זיי. (יענע צייטן זענען רובא דרובא וועלט געווען עובדי אלילים, עס איז כמעט נישט געווען קיין אטאיסטן וואס האבן נישט געגלייבט אין א העכערע פאוער איבער די וועלט)

בעיקר וואס ער האט געטוהן איז געווען אריין מישן די יונישע קאלטאר אין יעדער פלאץ, יעדער פלאץ האט ווייטער גיהאט זיינע מנהגים, זיינע ספעציעלע זאכן, אבער מיט א יוונישע ספייס.

אין ארץ ישראל האט אלכסנדר נישט געפירט קיין גרויסע מלחמות, על כל פנים נישט אין די אידישע געגנטער, ער האט נאר געשיקט אהין א קליינע בארגעיד צו האבן אן שליטה דארט, אין צושפרייטן די נייע קאלטאר, ער איז אפילו געווען גאנץ "נייס" צו די אידן, למשל בשנת השמיטה האט ער נישט געמאנט קיין טעקס ווייל אידן בארבעטן נישט זייער פעלדער דעמאלץ. אבער די יוונישע קאלטאר האט דעמאלץ אנגעהויבן אריין קומען קיין ארץ ישראל אזוי וואו אין די גאנצער וועלט.

אזוי אויך האט אלכסנדר געגעבן פאר די אידן א ליסטע פון רעכטן וואס זיי האבן גיהאט זיך צו פירן לויט די רעליגיע וואס זיי האבן גיהאט פון זייערע "פאונדינג פאדערס".

יענע צייט איז נולד געווארן די נאמען מתיוון, ווער עס האט זיך אנגעהויבן צו פירן מיט יוונישע עלעמענטן, און ערדאפטעט די יוונישע קאלטאר אין עפעס א וועג האט זיך געריפן מתיוון. ס'איז נישט געווען קיין גנאי וואס פרימע אידן האבן גיגעבן, דאס איז געווען א שטאלטס.

אלכסנדר איז געשטארבן זייער יונג, 33 יאר אלט(!), און נאך עם האט זיך זיין מלוכה צוטיילט לכמה ראשים, זיין לעגעסי איז געבליבן, תרבות (קאלטאר) יון האט זיך צושפרייט מער אין מער איבער די גאנצע וועלט, יווניש איז געווען די איינציגער שפראך וואס מענטשן פון איין לאנד האבן געקענט קאמיאניקעטן מיט מענטשן פון אן אנדערע לאנד, אין יעדער גרויסע שטאט האט זיך אנגיזעהן די יוונישע קאלטאר, סיי אין די לבוש, סיי אין די ארכיטעקטערע בניינים, סיי אין די אפ געטער, סיי אין די שפראך (הגם, יעדער לאנד האט געהאט זייער עקסנט מיט זייער שטרכן צו דער שפראך), אין סיי אין די נעמען פון די מענטשן.

איבער הינדערט יאר זענען פארגעקומען מלחמות צווישן אלכסנדר'ס יורשים איבער ארץ ישראל, ארץ ישראל איז געווען א פלאץ וואס האט זיך זייער געלוינט פיינענשעלי צו וועלטיגן אויף, עס איז געווען א דארעך גאנג וואו מען האט געפירט סחורה (בעיקר בשמים) צווישן סוריה אינדיע אין מצרים, עס איז געווען דארט א שפע פון אויל מיט תבואה, ועוד.

במשך די גאנצע צייט, אינטער אלע וועלטיגערס וואס האבן זיך געטאשט במשך די יארן אין ארץ ישראל, האבן די אידן גיהאלטן מער ווייניגער די אטונומיה אין די רעכטן וואס זיי האבן באקומען פון אלכסנדר מוקדון.

די גרעסטע מאכט אין פאוער אין ארץ ישראל (יהודה), האבן געהאט די כוהנים גדולים, זיי זענען געווען גישטעלט דארעך די מלכים, פון אלכסנדר אין ווייטער צו מאנען די טעקסעס פונעם ציבור, הגם זיי זענען געווען אינטער א קאמיטי פון די גאווערמענט, אבער זיין א כוהן גדול יענער צייט איז געווען גאר א געגליסטע פאסטן.

אסאך פאלעטיקס, געלט, אין מלחמות זענען געווען ארום די פאסטן, חוץ פון די פאוער וואס די כוהן גדול האט גיהאט באקומען פון די גאווערמענט, האבן זיי אויך גיהערשט אויף די אוצרות פון בית המקדש,וואס האט פארמאגט גאר אסאך געלט.

עס איז געווען צייטן וואס נאר געוויסע משפחות האבן גיהאט א שליטה אויף די פאסטן, אין עס זענען געווען תקופות וואס משפחות האבן זיך געטאשט דארעך דעם וואס אנדערע האבן געצאלט גרויס געלט פאר די גאווערמענט, אדער געטוהן אנדערע זאכן בכדי צו גיפעלן פאר די מלוכה אין פאר די גענעראלן.

די התיוונות האט זיך יענער צייט מוירעדיג שטארק צושפרייט איבער ארץ ישראל, אסאך אידן האבן געהאט יוונישע נעמען, פילוסופיה איז שטארק אריין געקומען, אין מען האט אנגיהויבן אנעלעזירן מצוות שבין אדם למקום ובין אדם לחבירו מיט פארשידענע פילוסופישע מענטשלעכע פארשטיינד, אין מען האט אנגעהויבן בייגן אין קנייטשן די תורה רעכטס אדער לינקס.

איבריג צו צייכענען אז רוב כוהנים גדולים זענען געווען מתייוונים, מקורבים למלכות. א מתיוון איז לאו דוקא געווען איינער וואס האט אויס געריפן אין לי חלק באלוקי ישראל, פארקערט, ער איז געווען א כוהן גדול אין בית המקדש, געדינט די עבודה, נאר זיך געפירט מיט די יוונישע קאלטאר.

בדרך כלל, אין די גאנצע וועלט, נישט נאר אין ארץ ישראל, איז התיוונות געווען בעיקר אין די גרויסע שטעט, אין די דערפער איז נישט אנגעקומען די יוונישע שטאטישע קאלטאר, דארט האבן געוואוינט די פרימיטווישע מענטשן וואס זענען געבליבן פארצייטיש, צו ווייל עס איז נישט אנגעקומען צו זיי, צו ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט טאשן, אין וואו געשמיסט מען האט נישט געצווינגען קיינעם.

אין ארץ ישראל איז געווארן א מצב אז אין די גרויסע שטעט האט גיוועלטיגט התייוונות זייער שטארק, דארט האבן געוואוינט די אליטה, די בעסערע מענטשן, די גבירים ומקורבים למלכות, אפי' די נעמען פון געוויסע שטעיט וואס זענען דעמאלץ געגרינדעטגעווארן זענען גיגעבן געווארן לויט יוונישע נעמען אין באדייטן.

מאידך, אין די דערפעלעך, און אזוי אויך אין די מדבריות האבן געוואוינט פארנאטישע פרימיטווישע משפחות וואס האבן נישט אריין געלאסט תרבות יון אין זיך, אין זיי האבן זיך זייער שטארק גיהאלטן צו די ארגינעלע אידישע מסורה אן קיין פשרות, און אן קיין שום יוונישע שטריך, זיי זענען געווען אסאך ווייניגער וואו רוב עולם, מען האט געלאכט פון זיי, אבער זיי זענען שטארק געווען ביי זיך.

נאך א בליטיגע מלחמה וואס האט זיך בעצם אנגעהויבן דארעך א אינערלעכע מלחמה צווישן צווי משפחות איבער די כהונה גדולה, האט אנטיוכוס איבער גענומען די שליטה איבער יהודה אין ירושלים, ווען ער איז אריין געקומען קיין ירושלים האט ער די ערשטע מאל אין וועלט היסטוריה אנגעהויבן צו מאכן דיירעקטע געזעצן אקעיגן אידישע רעליגיע, (דאס איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס איינער האט געמאכט גיזעצן קעיגן א רעליגיע בכלל - לאו דוקא אידישע רעליגיע) אזוי אויך האט ער איינגעבראכן אין בית המקדש אין באראבעוועט די אוצרות אין כלי המקדש, איבערלאזן נאך זיך א גיפערלעכע חרבן.

אט דאן זענען די פרימיטיווישע אידן ארויס געקומען פון זייערע לעכער, ובראשם גאר א פאנאטישע משפחה, משפחת חשמונאים, וואס האבן נישט געקוקט אויף גארנישט, נאר אויף כבוד שמים, אין זיי האבן געפירט מיט זיי א גרילה מלחמה, א פרימיטיווישע טעראריסטישע מלחמה, אן אויפשטאנד קעגן די יוונישע אימפעריע, זיי האבן אנגעהויבן צוזאם נעמען ארום זיך אידן פון אלע עקן ארץ ישראל, צווישן זיי אויך אידן וואס האבן שוין אנגעהויבן צו טינקען אין די יוונישע בלאטע, אבער יעצט נאך אנטיוכוס גזרות האבן זיי זיך געכאפט אז דאס איז נישט סתם עפעס א קאלטאר זאך, נאר כלל ישראל האט במשך הונדערטע יארן געזינקען צישטאטלעך אין די בלאטע פון "יון מצולה" אימערקעדיק, איינשלאפנדיק אויפן וואך.

גרויסע ניסים זענען דעמאלץ געשעהן פאר כלל ישראל, די עיקר נס איז געווען אז כלל ישראל האט זיך געקענט ארויס דערזעהן פון די בלאטע און בכלל צו הערן צו דעם הייזעריגע געשריי פון דער פארנאטישע דארף'ס מענטש מתתיהו וואס איז ארום געלאפן וואו א פאנאט אין געשריגן "מי לה' אלי", אין כלל ישראל האט זיך וואו פון א שלעכטע טינקעלע חלום אויפגעוועקט און ארויס מאפילה לאורה.

אבער דער גלות יון איז ווייט ווייט פון פארטיג, יון איז דא, אונז זעמער אין גלות אדום וואס איז יונק פון חכמת יון, אין יון וואו יון פראבירט איינצונעמען די וועלט דארעך א קאלטאר מלחמה, דאס איז נישט קיין מלחמה אויף גופים, דאס איז א מלחמה אויף דעת, אויף נשמה.

יון זאגט דיר, בלייב מיט דיין רעליגיע, בלייב מיט דיינע מנהגים, אבער לייג אריין א יונישע ספייס, אין די ענדע וועסטו זיין מיינס.

א קריסמעס בוים מיט א מנורה!
ווען די גייסט אריין אין א גוישע גישעפט אין די זעהסט א קריסמעס בוים, אנשטאט עקל, זאלסטו פילן גאווה דקדושה אז לעבן דעם האבן זיי געלייגט א מנורה, קוק וואו די גוי איז מכבד מיין רעליגיע.

א טערעפיסט וואס איז א חסידישע איד!
ווען די האסט א פראבלעם מיט א קינד, צו מיט א בחור, צו גאר א שלום בית פראבלעם, זאלסטו נישט זיין אינטערסירט צו הערן וואס דער "חובת התלמידים", איינס פון די רייכסטע חיבורים וואס זענען געשריבן געווארן אין די לעצטע דורות, נאר וועסט גיין צו דער אינגערמאן וואס האט זיך גילערנט אין סקאהל איינס פון די 400 שיטות וואס זענען ארויס געקומען פון פרויד'ס תלמידים ותלמידי תלמידיו, ער וועט דיר זאגן וויאזוי דיין אינגעלע וועט האבן א שמחה של מצווה אין אהבת תורה, וויל ער האט זיך גילערנט אין יון. (ועוד חזון למועד)

א סטאטוס פון חיזוק!
הער אויס חיזוק ווערטער, שמועסן פון משפיעים, אבער זאל זיין דארעך א סמארט פאון, אזוי וועל איך דיר מזכה זיין "בין הסדרים" מיט נאך אפאר "דברי חיזוק". אדרבה צושפרייט אידישקייט אויף סאושל מידיע, יון איז אוקיי דערמיט וואו לאנג די שלאפסט איין.

א זינגער וואס גיט מוסר פאר רבנים!
אז די ביסט שוין באקאנט מיט תרבות יון, ווייסטו שוין אז מיר געבן אפ א גרויס פלאץ אין אונזערע קאלטאר פאר טאלאנטן און אינטערטעימענט, אמת די רב איז אויך חשוב, אבער דער זינגער האט אויך א מיינאנג, הער עם צו, אפשר ווייסט ער בעסער? דערסייד.

דערהויבענע vip נסיעות צו מקומות הקדושים!
דא וועל איך נאר נאך זאגן א באוויסטע ווערטל: "וויאזוי זאגט מען אויף אידיש (יווניש) אינדזשאוי דיין טריפ"? פויל אויס אלעס גוטס! א ביטער גילעכטער.

סושי אין מעזיבוז!
פאר קיין מעזיבוז, צום הייליגן בעל שם טוב, רעד חסידות, דערוועק דער אלטע מסורה, קאך אין א שבחי בעל שם, פארצייל וואו די בעל שם הק' האט זיך מוסר נפש געווען אויף נטילת ידים, צו אויף יעדער מנהג, טוה דערעך מיט די יונגוואר וואו ווער עס איז נאר געקומען צום בעל שם איז פארמיסט געווארן פון עם דער עולם הזה, די בחירה איז ציגענומען געווארן פון עם, אבער באשטעל סושי.

א שוויץ אין אומן!
פאר צו רבי נחמן, כאפ אן הרהור תשובה, לערן ספר המידות, דערמאנדעך וואו אלטע חסידים האבן זיך מוסר נפש געווען אויף א מקוה אין געבראכן אייז, אבער אז עס איז נישטא קיין שוויץ פאר דעם צו נאך דעים, בעסער בלייב אינדערהיים!

הלל מיט גיטארס!
יון האט נישט קיין שום פראבלעים מיט דעם אז דו פלאקערסט אריין אין א הלל פאר א האלבע שעה, אין די פילסט עכט דערהויבן, ספעשעלי נישט ווען די פאפסט אן אויף א חרם וואס דער הייליגער חתם סופר האט געמאכט מיט נאך ר"נ רבנים אויף די וואס ברענגען אריין א כלי עוגב אין בית מדרש בשעת'ן דאווענען.

חנוכה פארטיס!
יא, די עיקר המצוה איז בהלל והודאה, אז די ווילסט יוצא זיין די רמב"ם אויך אין מרבה זיין בסעודות, דעמאלץ האט שוין יון יא א פרבלעם, ווייל אז די וועסט מאכן סעודות וועט דאס דאך זיין אזוי וואו יעדער יו"ט, מען וועט זיצן אין פארציילן, אין פארברענגען, אין עס קען גאר זיין אז די וועסט נאך אויסגעפונען די סוד פון יון, אבער נישט גיזארגט, יון האט אויף דעם אויך אן עצה, ריף עס אן פארטי, דעמאלטס קענסטו זיצן משפחות משפחות, אנשים נשים וטף, ביי א פארטי אנדערש פון א סעודה, דארף מען שפילן געימס, טיילן מתנות, יון איז אוקיי דערמיט.

גרויסע באלאנס אין שעיפ פון א מנורה מיט א דריידל אין פארנט פון דיין הויז! (נישט נאר די גויים האבן קריסמעס דעקערעישן אונז אויך)
אדרבה ואדרבה, פרסומא ניסא איז א געוואלדיגער ענין, לעכטעלעך ביים פענסטער איז גיט געווען פאר צוויי טויזנט יאר, יעצט קעמער מאכן אזוי וואו דער גוי, אזוי וואו יון, חכמה בגויים תאמין!

ליל שישי!
"ומניח בקדושה לעם מדושני עונג"

די רמב"ם שרייבט אין הלכות חנוכה, "גזרו גזרות על ישראל, ובטלו דתם".
וויאזוי איז מען מבטל א דת? דת איז אין הארץ, ס'איז דא עפעס א פעולה וואס מען קען מאכו אין מבטל זיין א דת?

די תירוץ איז יא, דארעך איינשלעיפן דעם דעת, שטייטעלעך שטייטעלעך וועסו אריין זינקען.

צורת האותיות פון יון איז דעס, קודם י' אביסל אראפ, דערנאך ו', נאך אביסל אראפ, צום סוף ן', טיף אינדער ערד אריין.

וואס איז די פרסומא ניסא פון קליינע לעכט ביי די פענסטער? ספעציעל אין די צייטן וואס חז"ל האבן מתקן געווען? איבערייל איז געווען לעכט?

נאר די פרסומי ניסא איז וואו מענטשן וואס זענען אין א מלחמה ווינקען איינעם צום צווייטן באהלטענערהייט, יא אונז האבן זיי געווינען אין רשות היחיד, זיי האבן נישט באזיגט כלל ישראל, אבער אין גאס זענען זיי די געווינערס יעצט, דער מלך איז נאך פארטריבן פון זיין בענקל, און וואו לאנג אונז גיימער נישט פארפירן און לוחם זייל און מתחנן זיין ער זאל צוריק קומען, איז ער אין גלות, אין מיר זענען אין געפאר....
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

פאק פעק האט געשריבן:
פאק פעק האט געשריבן:ערהאלטן פון א חבר:

זיין תשובה:

בד"וו - וואס איז דיין אפיניאן אין די נושא? וואס וואלסטו געענטפערט אלץ תשובה אין אזא פאל? האלטסט ווי דיין חבר אדער ביסט מחולק?
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

ומניח טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

פאק פעק האט געשריבן:
זיין תשובה:
איך האב באקומען אין די לעצטע פאר שעה גאר אסאך פידבעקס אויף מיין בריוו, אסאך פאזעטיווע, געוויסע האבן געפרעיגט, געוויסע האבן קריקעטירט, וואו נארמאל.




מאסיוו. ;l;p-
(נישט אייביג ווען מטוט די זאכן וואס די זאגסט, מיינט עס מיט די כוונה וואס די שרייבסט עספעשלי אין טערפי, אבער די זאגסט גוט.) שרייבסט פיין
לעצט פארראכטן דורך נישט פשוט אום דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 12:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
!!THANK YOU BANAA#
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”