דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בת עין

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

טעמפל שירה האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
נישט צום גלייבן ווי מענטשן פארגינען פשוט נישט אז מטיילט עסן פאר אנדערע יודן, ר' יוד, אנשטאט זיין ביזי מיטן אראפרייסן די אלע עסן טיילערס, און הייסן לערנען די אדער די שטיקל פונם הייליגן בת עין, זיי מוחל און ארבעט דיך אויס דיינע מידות, און פארגין אז א צווייטע יוד געבט צו עסן.
בארואיגט איך ערעב איד, איינער וואס האלט אנדערש ווי אייך ווערט ער נאכנישט קיין אומפארגינער פאר דעם, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג, איר מעגט עס פארגינען פאר אים
איך בין זייער רוהיג, און די וואס רייסן אראפ די עסן געטיילעכץ, זעה איך נישט קיין אנדערע סיבה חוץ אומפארגינישקייט, וואס שטערט זיי אז משטעלט צו צו עסן פאר אנדערע יוד? ממש איך פארשטיי עס נישט.
אוועטאר
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

בדידי הוה עובדא

נעכטן האט מיר איינער גערופען מיט א בקשה אז ער מאכט א יארצייט סעודה לעילו נשמת דעם בת עין און געפרעגט אויב איך קען משלים זיין צום מנין, איך האב עס אנגענומען על אף איך בבין געווען היפש פארנומען און איך האב מיך משתתף געוווען.

היינט צופרי האב איך באקומען א מעלדונג פון באנק אז איינער וואס שלעפט שוין ארום אפאר חדשים מיט מיר האט נעעכטן נאכט אריינגעשיקט זיין חוב, א קיימא לן פון א שיינע פאר אלפים.
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

טעמפל שירה האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
נישט צום גלייבן ווי מענטשן פארגינען פשוט נישט אז מטיילט עסן פאר אנדערע יודן, ר' יוד, אנשטאט זיין ביזי מיטן אראפרייסן די אלע עסן טיילערס, און הייסן לערנען די אדער די שטיקל פונם הייליגן בת עין, זיי מוחל און ארבעט דיך אויס דיינע מידות, און פארגין אז א צווייטע יוד געבט צו עסן.
בארואיגט איך ערעב איד, איינער וואס האלט אנדערש ווי אייך ווערט ער נאכנישט קיין אומפארגינער פאר דעם, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג, איר מעגט עס פארגינען פאר אים
מען פירט זיך צו לערנען דעם שטיקל פארן זיך וואשן
אטעטשמענטס
בת עין קודם הסעודה.jpg
בת עין קודם הסעודה.jpg (138.85 KiB) געזען 951 מאל
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

יא יא, משטעלט צו אביסל קעיק, הערינג, אדער סענדוויטשעס, ממש א פרעסעריי, און מקומט נאך מיט א פארפרומטע פנים זאגן, העי,מדארף קודם דורכלערנען דעי שטיקל, פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות.

אבא, היאך מעשרין את המלח?
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

קארן האט געשריבן:
יא יא, משטעלט צו אביסל קעיק, הערינג, אדער סענדוויטשעס, ממש א פרעסעריי, און מקומט נאך מיט א פארפרומטע פנים זאגן, העי,מדארף קודם דורכלערנען דעי שטיקל, פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות.

אבא, היאך מעשרין את המלח?
דעציט, ריין רשעות, רשעות לשם רשעות!!!

טשיל מיין פריינט.
זונדל'ס א ברודער
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

איך בין זייער רוהיג.

טשיל מיין פריינט :lol:
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

קארן האט געשריבן:
טעמפל שירה האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
נישט צום גלייבן ווי מענטשן פארגינען פשוט נישט אז מטיילט עסן פאר אנדערע יודן, ר' יוד, אנשטאט זיין ביזי מיטן אראפרייסן די אלע עסן טיילערס, און הייסן לערנען די אדער די שטיקל פונם הייליגן בת עין, זיי מוחל און ארבעט דיך אויס דיינע מידות, און פארגין אז א צווייטע יוד געבט צו עסן.
בארואיגט איך ערעב איד, איינער וואס האלט אנדערש ווי אייך ווערט ער נאכנישט קיין אומפארגינער פאר דעם, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג, איר מעגט עס פארגינען פאר אים
איך בין זייער רוהיג, און די וואס רייסן אראפ די עסן געטיילעכץ, זעה איך נישט קיין אנדערע סיבה חוץ אומפארגינישקייט, וואס שטערט זיי אז משטעלט צו צו עסן פאר אנדערע יוד? ממש איך פארשטיי עס נישט.
ס.דא אידן וואס האלטן אז מ'איז צופיל ביזי מיט עסן און ס'ווערט אזא גאנצע פרעס מצב, דו קוקט עס אן פון איין פוינט אףף וויא און ער קוקט עס אן פון א אנדערע, און ער האט רעכט אזוי צו האלטן און ער דארף זיך נישט אויסארבעטן די מידות פאר דעם ע"כ
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

קארן האט געשריבן:
טעמפל שירה האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
נישט צום גלייבן ווי מענטשן פארגינען פשוט נישט אז מטיילט עסן פאר אנדערע יודן, ר' יוד, אנשטאט זיין ביזי מיטן אראפרייסן די אלע עסן טיילערס, און הייסן לערנען די אדער די שטיקל פונם הייליגן בת עין, זיי מוחל און ארבעט דיך אויס דיינע מידות, און פארגין אז א צווייטע יוד געבט צו עסן.
בארואיגט איך ערעב איד, איינער וואס האלט אנדערש ווי אייך ווערט ער נאכנישט קיין אומפארגינער פאר דעם, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג, איר מעגט עס פארגינען פאר אים
איך בין זייער רוהיג, און די וואס רייסן אראפ די עסן געטיילעכץ, זעה איך נישט קיין אנדערע סיבה חוץ אומפארגינישקייט, וואס שטערט זיי אז משטעלט צו צו עסן פאר אנדערע יוד? ממש איך פארשטיי עס נישט.
איי דאונט טינק איינעם שטערט אז מ'שטעלט צו תיקון אין ביהמ"ד אין טאג פון א יארצייט, אדער אז איינער מאכט א יארצייט סעודה פאר א מנין יודן.
וואס שטערט יא, איז דער מאוומענט וואס ווערט אינטער דעם.
ווען איך האב געלערנט אין ישיבה האט א בחור באשטעלט ביי א רעסטוראנט א באקס מיט אייערשפייז סענדווישטן ביי פרישטאג, און פעסטראמי סענדוויטשן ביי נאכטמאל, אין טאג פון בת עין'ס יארצייט.
אין ישיבה האט מען יעדן טאג צוגעשטעלט פרישטאג מיט נאכטמאל געהעריג.
אבער היות ס'איז דעם בת עין'ס יארצייט קען מען נישט עסן פלעינע ברויט מיט פיטער און אייער סעלעד ביי פרישטאג, און פלעינע טשיקן באדאם'ס מיט קארטאפל ביי נאכטמאל.. נעה! בת עין'ס יארצייט? מ'וועט האקן אייער שפייז סענדוויטשעס מיט פעסטראמי סענדוויטשעס...

דער בחור האט אוודאי נאר געמיינט גוטס.
ער האט דאך ארויסגענומען געלט פון טאש, און פארטיילט פאר אנדערע בחורים.
אבער פון ערגעץ נעמט זיך די מאדנע השגה... און אויף דעם ברויזן געוויסע.

און ווען א קאאל יונגערמאן שטורעמט אריין אין ביהמ"ד און זעהט אז ס'איז ל"ע נישטא היינט קיין תיקון, און שיסט אויס מיט א ברויזנדע וואונדער 'הא?! נישטא גארנישט?? סידאך ג' אייר / דעם בת עין'ס יאר צייט??'
און ווער רעדט נאך אויב איז יא דא אביסל קיפעלעך מיט ברוינפן אבער דר'עולם וויל עס נישט אקצעפטירן 'דאס אלעעעעס??? ג' אייר???'

אויף דעם ווינט איז שוין איינמאל פארשטענדליך דאס אראפגערייסעכץ, און ס'האט מיט אומפארגינערישקייט דאס וואס די פרעס האט מיט ר' ישעי'לע אדער דעם בת עין...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובה דורך בעסער אזוי »

;l;p-
(--ווערטערלאז--)

ישי כץ האט געשריבן:
די ענין איז מנדב זיין אדער עסן א סעודה?
לויט ווי איך פארשטיי איז די ענין אליין זיך צו וואשן צו א סעודה לעילו נשמתו, שטייצעך אז מען קען מזכה זיין אנדערע אויך איז עס מה טוב ומה נעים

זוי מיינעך
(--ווערטערלאז--)
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

בעסער אזוי האט געשריבן:
ישי כץ האט געשריבן:
די ענין איז מנדב זיין אדער עסן א סעודה?
לויט ווי איך פארשטיי איז די ענין אליין זיך צו וואשן צו א סעודה לעילו נשמתו, שטייצעך אז מען קען מזכה זיין אנדערע אויך איז עס מה טוב ומה נעים

זוי מיינעך
געווענטליך ביי די זאכן איז דער ענין 'צושטעלן א סעודה פאר א מנין' אדער פאר א מנין לומדי תורה.
כאניש קיין אנונג וואס די מקור אויף דעם ענין דא ביים בת עין'ס יארצייט איז, במילא קען איך נישט נאכקוקן נוגע דעם פאל.
אבער אין אלגעמיין ביי די סגולות פון א סעודה איז עס אזוי.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
טעמפל שירה האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
נישט צום גלייבן ווי מענטשן פארגינען פשוט נישט אז מטיילט עסן פאר אנדערע יודן, ר' יוד, אנשטאט זיין ביזי מיטן אראפרייסן די אלע עסן טיילערס, און הייסן לערנען די אדער די שטיקל פונם הייליגן בת עין, זיי מוחל און ארבעט דיך אויס דיינע מידות, און פארגין אז א צווייטע יוד געבט צו עסן.
בארואיגט איך ערעב איד, איינער וואס האלט אנדערש ווי אייך ווערט ער נאכנישט קיין אומפארגינער פאר דעם, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג, איר מעגט עס פארגינען פאר אים
איך בין זייער רוהיג, און די וואס רייסן אראפ די עסן געטיילעכץ, זעה איך נישט קיין אנדערע סיבה חוץ אומפארגינישקייט, וואס שטערט זיי אז משטעלט צו צו עסן פאר אנדערע יוד? ממש איך פארשטיי עס נישט.
איי דאונט טינק איינעם שטערט אז מ'שטעלט צו תיקון אין ביהמ"ד אין טאג פון א יארצייט, אדער אז איינער מאכט א יארצייט סעודה פאר א מנין יודן.
וואס שטערט יא, איז דער מאוומענט וואס ווערט אינטער דעם.
ווען איך האב געלערנט אין ישיבה האט א בחור באשטעלט ביי א רעסטוראנט א באקס מיט אייערשפייז סענדווישטן ביי פרישטאג, און פעסטראמי סענדוויטשן ביי נאכטמאל, אין טאג פון בת עין'ס יארצייט.
אין ישיבה האט מען יעדן טאג צוגעשטעלט פרישטאג מיט נאכטמאל געהעריג.
אבער היות ס'איז דעם בת עין'ס יארצייט קען מען נישט עסן פלעינע ברויט מיט פיטער און אייער סעלעד ביי פרישטאג, און פלעינע טשיקן באדאם'ס מיט קארטאפל ביי נאכטמאל.. נעה! בת עין'ס יארצייט? מ'וועט האקן אייער שפייז סענדוויטשעס מיט פעסטראמי סענדוויטשעס...

דער בחור האט אוודאי נאר געמיינט גוטס.
ער האט דאך ארויסגענומען געלט פון טאש, און פארטיילט פאר אנדערע בחורים.
אבער פון ערגעץ נעמט זיך די מאדנע השגה... און אויף דעם ברויזן געוויסע.

און ווען א קאאל יונגערמאן שטורעמט אריין אין ביהמ"ד און זעהט אז ס'איז ל"ע נישטא היינט קיין תיקון, און שיסט אויס מיט א ברויזנדע וואונדער 'הא?! נישטא גארנישט?? סידאך ג' אייר / דעם בת עין'ס יאר צייט??'
און ווער רעדט נאך אויב איז יא דא אביסל קיפעלעך מיט ברוינפן אבער דר'עולם וויל עס נישט אקצעפטירן 'דאס אלעעעעס??? ג' אייר???'

אויף דעם ווינט איז שוין איינמאל פארשטענדליך דאס אראפגערייסעכץ, און ס'האט מיט אומפארגינערישקייט דאס וואס די פרעס האט מיט ר' ישעי'לע אדער דעם בת עין...
;l;p-
געשריבן דורך: נעכטן
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

קארן האט געשריבן:
יא יא, משטעלט צו אביסל קעיק, הערינג, אדער סענדוויטשעס, ממש א פרעסעריי, און מקומט נאך מיט א פארפרומטע פנים זאגן, העי,מדארף קודם דורכלערנען דעי שטיקל, פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות.

אבא, היאך מעשרין את המלח?
העי, דו האסט נאך נישט געגעסן היינט, איא?
נו, היתכן? אינעם בת עין'ס יארצייט פאסטן???
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

נישט קיין נערווען צו אלע טענה'רייען דא. למעשה.. האט אייינער געברענגט דא א מקור מוסמך פאר דעם סעודה אדער נישט?
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »

.
איך הער.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פייטל שעפסילקאוו האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
לע״נ דעם בית עין
לדעתי איז דאס א גרויסער צומישעניש,
זייער פיין אז אידן באצאלן בילס און גראסערי, אבער דאס קומט נישט דא אריין,
רבי ישעי'לע האט געוואלט אידן זאלן האבן צו עסן, דאס איז געווען זיין עבודה זיין ענין, דעריבער איז דבר בעתו מה טוב אריינצוגיין אין באצאלן פאר מענטשען זייער ביל אין גראסערי, וואס דאס מיינט זיי געבן צו עסן - בדרך כבוד,

גאנץ אנדערש איז אבער ביי די יארצייט פון צדיקים, זאל זיין סיי ווער, ווען ס'קומט בנוגע מאכן א יארצייט סעודה,
פונקט ווי מ'פארשטייט אז ביים יארצייט פון האדמו"ר זצ"ל (יעדער זאל אריינלייגן זיין נאמען) אדער ביים ראש השלשלת (כנ"ל) מאכט מען א יארצייט סעודה, און מ'זאגט נישט לאמיר ענדערש צאלן בילס לעילוי נשמתו, אדער לאמיר ענדערש לערנען אין זיין ספר ווען מען מער אויפטוהן, (העכטסענס טוט מען ביידע),
די זעלבע זאך דא ביים יארצייט פונעם בת עין זצ"ל,
א יארצייט סעודה האט זיך אירע כוחות און אירע ענינים, וזמן סעודה לחוד וזמן צדקה לחוד,
;l;p-
;l;p- ;l;p-

עצת היצר, אוועק צו מאכן אלעס, און מאכן איין גרויסע קוגל פון אלעס...
הימלישע וואסער האט געשריבן:
נישט קיין נערווען צו אלע טענה'רייען דא. למעשה.. האט אייינער געברענגט דא א מקור מוסמך פאר דעם סעודה אדער נישט?
קוק אפאר בלעטער צוריק
מקורה מהרה"ק מטאהש זיע"א (אויב איז ער גענוג מוסמך פאר דיר) און רבי אלימלך בידערמאן וואס פאמפט דאס יעדע'ס יאר (אויב איז ער אויך גענוג מוסמך פאר דיר).

הערה בעלמא, מען גייט קיינעם נישט שמייסן אויבן אין הימל פארן נישט עסן אדער מאכן / מנדב זיין, א סעדוה לע"נ דעם בת עין, ס'איז פלעין א געלעגנהייט צו באקומען ישועות, אבער קיינעם צווינגט מען נישט...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
naftula shia
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:51 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך naftula shia »

נישט קיין ספק אז דאס געבן צי עסן פאר אידן גרויסע סעודת די לעצטע פאר יאר לע”נ א צדיק אין מען דערציילט גרויסע מופתים אין די זכות פון געבען צי עסן פאר אידן איז געהעריג געווארן ”עבודה זרה” אין עס ווערט ערגער אין ערגער מען האט קיינמאל נישט גהערט פון די אלע מופתים(חלומות) אינז שטאמען נישט פון קיין גריים מען מאכט משוגע די נייע דור מיט הבלים
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

naftula shia האט געשריבן:
נישט קיין ספק אז דאס געבן צי עסן פאר אידן גרויסע סעודת די לעצטע פאר יאר לע”נ א צדיק אין מען דערציילט גרויסע מופתים אין די זכות פון געבען צי עסן פאר אידן איז געהעריג געווארן ”עבודה זרה” אין עס ווערט ערגער אין ערגער מען האט קיינמאל נישט גהערט פון די אלע מופתים(חלומות) אינז שטאמען נישט פון קיין גריים מען מאכט משוגע די נייע דור מיט הבלים
עס איז אסאך בעסער צו געבן עסן פאר אנדערע אידן

ווי ................ וד"ל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

naftula shia האט געשריבן:
נישט קיין ספק אז דאס געבן צי עסן פאר אידן גרויסע סעודת די לעצטע פאר יאר לע”נ א צדיק אין מען דערציילט גרויסע מופתים אין די זכות פון געבען צי עסן פאר אידן איז געהעריג געווארן ”עבודה זרה” אין עס ווערט ערגער אין ערגער מען האט קיינמאל נישט גהערט פון די אלע מופתים(חלומות) אינז שטאמען נישט פון קיין גריים מען מאכט משוגע די נייע דור מיט הבלים
פון הבלים ביז עבודה זרה איז דא א שטיקל מרחק..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

אוראייניקל האט געשריבן:
naftula shia האט געשריבן:
נישט קיין ספק אז דאס געבן צי עסן פאר אידן גרויסע סעודת די לעצטע פאר יאר לע”נ א צדיק אין מען דערציילט גרויסע מופתים אין די זכות פון געבען צי עסן פאר אידן איז געהעריג געווארן ”עבודה זרה” אין עס ווערט ערגער אין ערגער מען האט קיינמאל נישט גהערט פון די אלע מופתים(חלומות) אינז שטאמען נישט פון קיין גריים מען מאכט משוגע די נייע דור מיט הבלים
פון הבלים ביז עבודה זרה איז דא א שטיקל מרחק..
אז מ'גלייבט אין וואס ס'איז נישט, גלייבט מען נישט אין וואס ס'איז יא.
(נישט געזאגט געווארן אויפן נושא האשכול דווקא, דער טאהשער רבי זצ"ל האט דאך געזאגט אז ס'איז א סגולה, אבער אין אלגעמיין מאכן א בעליווינג פון א שטות איז נישט בלויז 'הבלים' נאר מער פון דעם).
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בת עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

יעצט געהערט פון איינעם א איינוואוינער אין קרית טאהש,
אין קרית טאהש איז מאנטאג נאכט געווען איבער 30 סעודות,
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בת עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

קען איינער ארויפלייגען די ראקאדירונג פונעם יארצייט סעודה בראשות הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

naftula shia האט געשריבן:
נישט קיין ספק אז דאס געבן צי עסן פאר אידן גרויסע סעודת די לעצטע פאר יאר לע”נ א צדיק אין מען דערציילט גרויסע מופתים אין די זכות פון געבען צי עסן פאר אידן איז געהעריג געווארן ”עבודה זרה” אין עס ווערט ערגער אין ערגער מען האט קיינמאל נישט גהערט פון די אלע מופתים(חלומות) אינז שטאמען נישט פון קיין גריים מען מאכט משוגע די נייע דור מיט הבלים
וואס טוט דיר וויי שעפעלע? עפעס באדערט דיר. רעד זיך אויס.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

Bissli האט געשריבן:
naftula shia האט געשריבן:
נישט קיין ספק אז דאס געבן צי עסן פאר אידן גרויסע סעודת די לעצטע פאר יאר לע”נ א צדיק אין מען דערציילט גרויסע מופתים אין די זכות פון געבען צי עסן פאר אידן איז געהעריג געווארן ”עבודה זרה” אין עס ווערט ערגער אין ערגער מען האט קיינמאל נישט גהערט פון די אלע מופתים(חלומות) אינז שטאמען נישט פון קיין גריים מען מאכט משוגע די נייע דור מיט הבלים
וואס טוט דיר וויי שעפעלע? עפעס באדערט דיר. רעד זיך אויס.
זיברע'לע, ס'זעהט אויס וואו איהם באדערט דער מאוומענט צו אפקויפן מיט אן ערנסקייט יעדע סגולה, ענין, מנהג, מופת, וכו' וואס ווערט געליפטערט אויף גליונות או האטלייענס, ספעציעל אויב ס'אנטהאלט אין זיך עפעס מיט 'עסן'...
און אין א געוויסע זין נעמען עס געויסע אן שטערקער ווי עכטע מנהגי ישראל המקובל לנו מדור דור, און אפשר אפי' פון הלכות בשו"ע וכדו'.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בת עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

משה צימערינג האט געשריבן:
יעצט געהערט פון איינעם א איינוואוינער אין קרית טאהש,
אין קרית טאהש איז מאנטאג נאכט געווען איבער 30 סעודות,
און קיין איין פון די סעודות זענען נישט געווען זיך צו אויפרייסן מיט דיקע בקר.
אלע זענען געמאכט געווארן דורך יוד'ן המצפים לישועה וואס נוצן די סגולה וואס די רבי זי"ע שרייבט אין עבודת עבודה, וואס -ווי @נארמאליזם האט שוין געשריבן- איז באוואוסט אין שטעטל צו זיין בדוק ומנוסה

אגב אין טאהש איז נישט דא צו קויפן קיין מיעט באורדס
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”