דער ענין פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בת עין

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רוב כוס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:15 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוב כוס »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:די נאמען פונעם קעפל געפעלט מיר נישט. איך נויטיג זיך יעצט אין א גרויסע ישועה איך האב היינט מנדב געווען אפאר הונדערט דאללער פאר א סעודה לע״נ דער הייליגער בת עין וואס הרה״ק מ׳טאהש האט מעיד געווען אז מ׳זעהט גרויסע ישעות

(פליז לצנות אין א זייט. קילט נישט אפ קיינעם. איר האלט נישט פונעם פרעס זייט מוחל, תיקף נאך עלינו כאפט אייער טלית און תפילין און פיצט ארויס פון שול און מאכט חוזק פון א צווייטן)
נישט געזארגט די אלע דא וואס מאכן חוזק האבן זיך פיין אנגעגעסן היינט אין שול
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

eller האט געשריבן:
ארבעטסגעבער האט געשריבן:די נאמען פונעם קעפל געפעלט מיר נישט. איך נויטיג זיך יעצט אין א גרויסע ישועה איך האב היינט מנדב געווען אפאר הונדערט דאללער פאר א סעודה לע״נ דער הייליגער בת עין וואס הרה״ק מ׳טאהש האט מעיד געווען אז מ׳זעהט גרויסע ישעות

(פליז לצנות אין א זייט. קילט נישט אפ קיינעם. איר האלט נישט פונעם פרעס זייט מוחל, תיקף נאך עלינו כאפט אייער טלית און תפילין און פיצט ארויס פון שול און מאכט חוזק פון א צווייטן)

חס ושלום קיינער מאכט נישט לצנות פון די גאר הייליגע סגולה פון מנדב זיין א סעודה לע"נ די הייליגע בת עין..
אונזער רעדע אי זנאר לגבי די פרעס וואס מ'שטעלט צו לעצטענס אזוי ווי ביי ר'ישעי'לע..
און הגם דורך די אשכול בין איך געוואר געווארן די חשיבות פון מנדב צו זיין די סעודה...

איך האב ח״ו נישט געמיינט צו אטעקירן אבער אויב מעגליך צו טוישן די נאמען פונעם קעפל
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אין בארא פארק איז שוין דא פאר א שיינע צאל יארן א גרויסע סעודה אין א שמחה זאל לכל הקהל הקודש ווער עס וויל קומען.

דאס מאכט א איד וועלכע האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ל"ע און ע"פ עצת זיין רב האט ער צוגעשטעלט א סעודה אינעם בת עין'ס יארצייט און ער איז געהאלפן געווארן.
טראצדעם וואס ער שטעלט צו אזויפיל פארציעס היינט צוטאגס, מאכט אבער זיי בני בית נאכאלץ די בילקעס אליין אין איר שטוב כדי אנצוהאלטן די זכות פון אליין צושטעלן א סעודה (און דאס איז אחוץ וואס ער איז עס מנדב און שטעלט עס אהער [בכלל נישט קיין פארמעגליכע]).

די טשערנאבלער רבי שליט"א האט זיך שוין עטליכע מאל באטייליגט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אור האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז ער געדענקט נאך די בת עין פאר ר'איז געגאנגן פאבליק...

די בת עין איז אלץ געווען פאבליק און יעדער האט אלץ געוואוסט פון אים. ווער וואס איז אין צפת'ע בית החיים קרוכט נישט אריין אינעם הייל צו כאפן א קאפיטל צוויי ביים הייליגן ציון?!

די סיבה נאר פארוואס מ'איז דא אביסל דערקעגן איז ווייל מ'האט לעצטענס אנגעהויבן געבן סעודות און דער עולם איז נישט געוואוינט דערצו. נו לאמיר אייך פרעגן, ביי דיין וואכנאכט האט דיין טאטע באשטעלט א שפילער? צו ביי דיין פדיון הבן איז געווען שיינע פורפלדיגע לייטס אויף די ווענט?

מסתמא נישט, נאר וואס דען, די סטאנדארטן בויען זיך אויף מיט די יארן, נו פארוואס לעילוי נשמת א צדיק זאל מען נישט מעגן צושטעלן מער ווי פאר 20 יאר צוריק?

אויב האלטסטו ס'איז א פרעס דעמאלטס גיי נישט צו א חתונה וואו מ'גיבט 3 קאלאר אייסעס מיט נאפאליאן ביי די ברעיק, ווייל ס'איז אויך א פרעס.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מיין פערספעקטיוו וואס איך האב געזאגט פאר עטליכע בשעת די גרויסע פרישטאג לע"נ דער הייליגער בת עין.

א פרישטאג אין גראסערי / רעסטאראנט קאסט היינט מער געלט ווי אפאר יאר צירוק.
ביודעי ומכירי מענטשן וואס קענען זיך נישט ערלויבן טעגליך צו קויפן א פרישטאג ווייל עס קען זיי אויסקומען א פופציגער א וואך צו מער, און זיי האבן נישט איבריג.

זיי עסן א פיינע פרישטאג אין שוהל און דער נדבן האט ריכטיג מקיים געווען צדקה ומתן בסתר.
אגב, די ארגינאלע 'תיקון' איז אהערגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק, צו אנפילן אידן מיט עסן פאר טאג.
גענוי דאס טוט דער פרישטאג, און די זכותים זאלן מגין זיין פאר אלע וואס נעמען אנטייל דעראין.

אז מען רעדט שוין, א חבר האט מיר היינט פארציילט א אפענע ישועה וואס ער האט געהאט 'נעכטן' נאכט 'בשעת' די סעודה וואס ער האט אפגעראכטן ביי זיך אין שטוב. (זיי געהערן צו טאהש). זיעועכי"א.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

eller האט געשריבן:אפילו א נייע ניגון שוין ארויסגעקומען..
https://drive.google.com/file/d/1qaCvCY ... sp=sharing

פלעין חוזק געמאכט פונ'ם צדיק
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
ארבעטסגעבער האט געשריבן:די נאמען פונעם קעפל געפעלט מיר נישט. איך נויטיג זיך יעצט אין א גרויסע ישועה איך האב היינט מנדב געווען אפאר הונדערט דאללער פאר א סעודה לע״נ דער הייליגער בת עין וואס הרה״ק מ׳טאהש האט מעיד געווען אז מ׳זעהט גרויסע ישעות

(פליז לצנות אין א זייט. קילט נישט אפ קיינעם. איר האלט נישט פונעם פרעס זייט מוחל, תיקף נאך עלינו כאפט אייער טלית און תפילין און פיצט ארויס פון שול און מאכט חוזק פון א צווייטן)

חס ושלום קיינער מאכט נישט לצנות פון די גאר הייליגע סגולה פון מנדב זיין א סעודה לע"נ די הייליגע בת עין..
אונזער רעדע אי זנאר לגבי די פרעס וואס מ'שטעלט צו לעצטענס אזוי ווי ביי ר'ישעי'לע..
און הגם דורך די אשכול בין איך געוואר געווארן די חשיבות פון מנדב צו זיין די סעודה...

איך האב ח״ו נישט געמיינט צו אטעקירן אבער אויב מעגליך צו טוישן די נאמען פונעם קעפל

צו ???
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כהאלטעס נישטאויס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 4:04 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאלטעס נישטאויס »

eller האט געשריבן:אפילו א נייע ניגון שוין ארויסגעקומען..
https://drive.google.com/file/d/1qaCvCY ... sp=sharing

נעבעך נעבעך
אייבערשטער העלף ס'זאל זיין גיט פאר אלע אידן בבני בריכי וחיי ארוכי ומזוני רויחי און הראינו ד' חסדיך און מ'זאל דערלעבן משיח'ן...אמן!
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

eller האט געשריבן:
ארבעטסגעבער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
ארבעטסגעבער האט געשריבן:די נאמען פונעם קעפל געפעלט מיר נישט. איך נויטיג זיך יעצט אין א גרויסע ישועה איך האב היינט מנדב געווען אפאר הונדערט דאללער פאר א סעודה לע״נ דער הייליגער בת עין וואס הרה״ק מ׳טאהש האט מעיד געווען אז מ׳זעהט גרויסע ישעות

(פליז לצנות אין א זייט. קילט נישט אפ קיינעם. איר האלט נישט פונעם פרעס זייט מוחל, תיקף נאך עלינו כאפט אייער טלית און תפילין און פיצט ארויס פון שול און מאכט חוזק פון א צווייטן)

חס ושלום קיינער מאכט נישט לצנות פון די גאר הייליגע סגולה פון מנדב זיין א סעודה לע"נ די הייליגע בת עין..
אונזער רעדע אי זנאר לגבי די פרעס וואס מ'שטעלט צו לעצטענס אזוי ווי ביי ר'ישעי'לע..
און הגם דורך די אשכול בין איך געוואר געווארן די חשיבות פון מנדב צו זיין די סעודה...

איך האב ח״ו נישט געמיינט צו אטעקירן אבער אויב מעגליך צו טוישן די נאמען פונעם קעפל

צו ???

די גרויסקייט פון מאכן א סעודה לע״נ דעם בית עין
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
בערענשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

וואלט נישט געווען א גרעסערע נחת רוח פארן צדיק ווען מען צאלט אויס איינעמס גראסערי ביל אדער פלייש ? פארוואס גראבע פרעס פרישטיגס?? פארוועם???
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

בערענשטיין האט געשריבן:וואלט נישט געווען א גרעסערע נחת רוח פארן צדיק ווען מען צאלט אויס איינעמס גראסערי ביל אדער פלייש פארוואס גראבע פרעס פרישטיגס?? פארוועם???

פיין, פון היינט און ווייטער וועט מען געבן בלויז פוטער ברויט פאר פרישטאג לע"נ בית עין
(--ווערטערלאז--)
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פאלט דיר נישט ביי, אז פון צווישן די יודן וואס קומען עסן זענען דא אזעלכע וואס קענען בכלל נישט קויפן קיין פרישטיג?
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

קען איינער דא מסביר זיין פונקטליך וואס מיינט פרעס? וואו הייבט זיך עס אן? ביי די הערינג, ברויט, אייער שפייז, ביי וועלכע עסן הייבט עס אן אריינצוגיין און די גדר פון פרעס?
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

קען מען אפשר סטאפט מיט די נער׳ישע זינלאזע מחאות דא?!
געבן סעודות לעילו נשמתו איז מסוגל פאר ישועות אזוי זאגן צדיקים!
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

וועגן די עסן חלק קען מען דעבאטירן און רעדן.

אבער דאס איז זיכער אז דער צדיק האט איבערגעלאזט א מורא'דיגע ספר 'בת עין', וואו עס איז דא געוואלדיגע דיבורים מעוררים את הלב צום אייבערשטן, צו פשוטע יראת שמים און אהבת ה', ענוה ושפלות ושמחה.

דאס וויל זיכער דער צדיק אז מען זאל עס לערנען און נתעורר ווערן דערפון צו עבודת ה'! דאס איז איז אים זיכער א נחת רוח.

און טאקע דער זעלבע טאהש'ער רבי וואס האט פארשפרייט דאס עסן חלק, האט אויך אזויפיל גערעדט פון די גרויסקייט פון לערנען דער ספר צו נתלהב ווערן צום אייבערשטן, און געהייסן די בחורים און אינגעלייט צו עס לערנען ווי מער, (ווי מען קען זען אין עבודת עבודה און אין די ספר 'אש קודש' פון זיין תולדות).

און עס שטייט דאך אז צדיקים וואס האבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער האבן מער אריינגעלייגט זייערע כוחות און קדושות אין זייערע ספרים.
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

בערענשטיין האט געשריבן:וואלט נישט געווען א גרעסערע נחת רוח פארן צדיק ווען מען צאלט אויס איינעמס גראסערי ביל אדער פלייש ? פארוואס גראבע פרעס פרישטיגס?? פארוועם???

געבן עסן פאר אידן איז א ריזיגע חסד און צאלן גראסערי בילס אין פלייש איז אויך א חסד
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובה דורך קענדי'ס »

yid האט געשריבן:

און די סעודה האט גארנישט מיט חסד
ס'איז א יארצייט סעודה

צאלן א ביל וועט די צדיק זיכער האבן א נחת רוח אבער ער וויל מאכן א יארצייט סעודה

Re:

קענדי'ס האט געשריבן:

געבן עסן אדער א סעודה פאר אידן איז א ריזיגע חסד

אמת אויך געבען א היטש

און אויך געבן א סעודה
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

וועל איך טאקע אראפברענגען א שטיקל פון דער וואך.

זאל עס זיין לעילוי נשמתו, און בעיקר אויב איינער וועט עס נעמען לעובדא למעשה.

ער רעדט ארום איבער די גרויסקייט פון ענוה און שפלות כדרכו, און ער זאגט אז פאר אונז פשוטע מענטשן איז דאך גאר גרינג צו באקומען די ענוה און שפלות פשוט דורכן זיך אביסל מתבונן זיין אין די מצב אונזערע...

זאגט ער אבער נאכדעם, אז די יצר הרע האט אבער א עצה אין דעם אויך צו אריינווארפן דעם מענטש אין עצלות און כבידות 'לאמר לו מי אתה לקרב ולגשת לקודש' צו דינען דעם אייבערשטן, ביסט דאך אין א נישט גוטע מצב.

איז די עצה אז מען דארף זיך משמח זיין און זיך דערמאנען אז די גאנצע בריאת העולם איז דאך געווען נאר צו מגלה זיין דעם אייבערשטנס רחמנות, בגין דיתקרי רחום וחנון, ''וזהו רחמיו יתברך שאדם שהוא בשר ודם בא מטפה וכו', אע''פ שאינו כדאי וראוי ואעפי''כ עובד אותו, ועי''ז יחזור לעבוד ה' בשמחה גדולה ובזהירות כראוי".

און ער טייטשט עס דארט אריין אין די מלחמה צווישן יעקב און עשיו.

איז לאמיר טאקע ארויסנעמען לעובדא למעשה, פון איין זייט וויסן אונזער מקום און שפלות, אבער פון די אנדערע זייט געדענקן אז טאקע דאס איז די גאנצע תכלית אז אונז דיקא זאלן דינען דעם אייבערשטן, און דורכדעם ווערט נתגלה דעם אייבערשטנס רחמנות און חסד, אז דיקא אונזער עבודה דארף ער טאקע פון דער מקום וואו אונז זענען יעצט!
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

yid האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
בערענשטיין האט געשריבן:וואלט נישט געווען א גרעסערע נחת רוח פארן צדיק ווען מען צאלט אויס איינעמס גראסערי ביל אדער פלייש ? פארוואס גראבע פרעס פרישטיגס?? פארוועם???

געבן עסן פאר אידן איז א ריזיגע חסד און צאלן גראסערי בילס אין פלייש איז אויך א חסד

און די סעודה האט גארנישט מיט חסד
ס'איז א יארצייט סעודה

צאלן א ביל וועט די צדיק זיכער האבן א נחת רוח אבער ער וויל מאכן א יארצייט סעודה

געבן עסן אדער א סעודה פאר אידן איז א ריזיגע חסד

אין א צענטראלע ביהמ"ד אין וומס"ב איז דא יעדן איינציגן טאג א ברייטע לחיים ביי מנחה-מעריב פאר די אידן וואס ארבעטן אין די געגנט, מיסודו פון הרה"ק ר' מענדל מ'רימנוב זי"ע נישט אהיים צו גיין הונגעריג.
אידן פארציילן אפענע ישועות (דורך עסן..) בפרט בעניני שלום בית!

די זכות פון די מנדבים איז געוואלדיג גרויס, ווי מ'זאגמיר יעדן טאג: אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעוה"ז והקרן קיימת לעוה"ב וכו' והבאת שלום וכו'.
בערענשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

אנכי הרואה האט געשריבן:

שוין זכעוכי''א!
בערענשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

שיין
ניס קראכער האט געשריבן:יאפ,
געהערט אז מ'ארבייט שוין אויף א בת עין קאך אין וויליאמסבורג...

דער עיקר איז אז אידן זאלן פועל'ן אלעס גוט'ס
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: בת עין, די נייע ר' ישעי'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

גראדע א שיין שטיקל די צווייטע שטיקל אויף די וואכעדיגע פרשה ער רעדט ארום דארט וועגן מותרות אז ס׳איז זייער נישט א גוטע זאך
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”