זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

Of course האט געשריבן:א חבר האט מיר פארציילט אז ער האט פארקויפט א געוויסע פראדוקט פאר א קאמפעני, געאונט ביי היימישע אידן.
נאך שטיק צייט רופט אים א אינגערמאן פון די קאמפעני, איינער פון די בייערס מיט וועם ער פלעגט דילן, און איז אים מסביר אז ער זאל העכערן די פרייז!

אין זיינע ווערטער, "דו האסט געוואלט פאריאר אז אונז זאלן קויפן דיין פראדוקט, ביזטו געקומען מיט א משוגענע פרייז. יעצט איז שוין א יאר שפעטער און אונז זענען צופרידן מיט דיין אייטעם, קענסט מיך טשארדשן מער"!

איך בין ממש געשפרינגען ווען איך האב געהערט די מעשה.

אביסל קלארער, דער אינגערמאן האט פרובירט צו פארקויפן עפעס פאר א קאמפעני, פרובירט זיך אריינצוברעכן, האט ער געגעבן א קנאקעדיגע פרייז.
א יאר שפעטער רופט אים דער קאסטומער, עס איז צייט ארויפצוגיין מיט די פרייז. אין אנדערע ווערטער, איך וויל זאלסט מאכן געלט.

אין די גויעשע וועלט און ליידער ביי געוויסע אידישע קאמפעניעס איז די ווארט "מאכן געלט" טרייף.

יעדער קען א געשעפט וואס פארקויפט זיך אז ער לאזט קיינעם נישט מאכן קיין געלט אויף זיך.
אין די דרויסנדיגע וועלט הייסט דאס א מעלה.
ער מאכט נישט קיין סענט אויף מיר, איך דריק אים ביז די ערד אדער ביז ער ווערט צודריקט.

מען קען אבער נאך יא טרעפן מענטשן וואס האבן נישט מורא צו זאגן די ווערטער "איך האף אז דו -מאכסט געלט- אויף מיר
אדם ניכר בכיסו.
ווען ער לאזט דיך ארויפגיין מיט די פרייז איז איין זאך.
ווען ער "בעהט" דיך ארויפצוגיין מיט די פרייז, דאס איז שוין א מדריגה.

מי כעמך ישראל.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר די מי כעמך ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

בעסער אזוי האט געשריבן:ס'איז דא א איד אין א היימישע געגנט אין ניו יארק וואס האלט זיך צוריק פון אראפ ווארפן א בילדונג וואס באלאנגט צו אים ווייל איין אלמנה האט אנגעפאקט אז זי וויל דארט בלייבן וואוינען

ער וואלט געקענט מאכן עפרות זהב אויב ער ווארפט עס אראפ און ער בויעט א פרישן בילדונג, פאר יארן לאנג האט ער נישט געזעהן קיין דאלאר פון דעם אפארטמענט, קיינמאל האט ער זיי נישט געדריקט פאר געלט. דער איד האט נישט דעם בעסטן נאמען אין גאס מילד גערעדט

#מען קען נישט שאצן א אידישע קישקע

עפעס נישט אזוי ׳מי כעמך ישראל׳ געשטימט…
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Of course האט געשריבן:א חבר האט מיר פארציילט אז ער האט פארקויפט א געוויסע פראדוקט פאר א קאמפעני, געאונט ביי היימישע אידן.
נאך שטיק צייט רופט אים א אינגערמאן פון די קאמפעני, איינער פון די בייערס מיט וועם ער פלעגט דילן, און איז אים מסביר אז ער זאל העכערן די פרייז!

אין זיינע ווערטער, "דו האסט געוואלט פאריאר אז אונז זאלן קויפן דיין פראדוקט, ביזטו געקומען מיט א משוגענע פרייז. יעצט איז שוין א יאר שפעטער און אונז זענען צופרידן מיט דיין אייטעם, קענסט מיך טשארדשן מער"!

איך בין ממש געשפרינגען ווען איך האב געהערט די מעשה.

wow. א השגה אין נארמאלקייט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

ווען מען שטייט אין ליין אינעם גראסערי און א אינגל קויפט עפעס וואס די מאמע האט אים געהייסן אבער די קרעדיט קארד גייט נישט דורך אדער ער האט נישט גענוג געלט פאר סיי וועלכע סיבה, שוין געזען און אליין געטון צו צאלן יענעמ'ס פאר דאלער (און אפילו צענדליגער). דאס טוט נאר א ברידער פאר א ברידער.
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

ווען איך זעה א "פילטער אלערט" אויף אייוועלט
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אט טאקע די אשכול
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

האסטו וועסטו האט געשריבן:אט טאקע די אשכול

ייש"כ פאר די חיזוק

רבותינו האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:אט טאקע די אשכול

ייש"כ פאר די חיזוק

My pleasure
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

א מעשה נורא האב איך יעצט געהערט אויף קול מבשר בקיצור אין סשטייט באריכות מיט פונקטליכע משפחה נאמען אין די אוצר בקיצור נמרץ פארציילט רבי וועוויל שמעלצער אז סאיז דא 2 ברידער וואס זענען גוועהן חשוכי בנים אין די יונגערע ברידער ווען איז געגאנגען אינטער די חופה האט ער געבהטען אז ער זאל געהאלפון ווערין מיט קינדער אויבער נאר בתנאי אז זיין עלטערע ברידער וועט קודם געהאלפען ווערין סאיז שוין גוועהן 10 יאהר פון די אינגרע ברידער'ס חתונה אין אין מהאט אים געבעהטן ער זאל מוותר זיין אויף די תנאי וואס ער האט געבעהטן אינטער די חופה אין האט געזאגט ווי קען איך מוותר ? זיין מיין שמחה וועט נישט זיין בשלימות אויב איך אינגערע האט אין מיין עלטערע נישט . פאר יאהר זענען ביידע געהאלפען געווארען די עלצטע ברידער נאך 21 יאהר פון די חתונה מיט א מיידעל למז"ט אין א חודש דערנאך די אינגערע מיט א אינגעל
מי כעמך ישראל
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין ספר בדידי הוה עובדא שטייט בשם הגאון רבי אליהו מן שליט"א באריכות א מעשה א איד וואס האט איבער געלעבט די ביטערע צרות פון די צווייטע וועלט מלחמה וואס נעבעך ער האט פארלוירען זיין משפחה אלעס אין זיין ווייב מיט א קליין קינד האט ער ליידער איבער געלאזט די תו"מ אין חתונה געהאט מיט א גוי אין געהאט א קינד יאהרען זענען דורך אין ער איז שוין גוועהן היפש אלט האט ער זיך געמאכט א חשבון אז אין א"י איז דא א מוסד יד ושם אין דארט פאראייביגט מען די אלע 6 מיליאן קדושים די פונקטליכע נאמען פון יעדעם האט ער געוואר געווארען אז זיין זוהן איז קיינמאהל נישט געהארגעט געווארען נאר ער לעבט מהאט אים געברענגט צו א קינדער היים ביז סוף מלחמה אין נאך דעם האט ער נתגדל געווארען אין חרדישע שטוב ער האט געמאכט חקירות ודרישות ביז ער האט אים געכאפט אין אים אלעס פארציילט אז ער איז א חרדי אין האט א גרויסע משפחה אין ער לערנט אין כולל א גאנצע טאג אין די בשורה איז נישט גוועהן פרייליך סיי די קינד האט געהרט אז די טאטע האט חתונה געהאט צו א נישט אידישע אין סיי די שאק פון ביידע זייטען די קינד האט שוין יאהרען געמיינט אז זיין טאטע איז געהארגעט געווארען פון די דייטשען ימ"שו. אין די טאטע פון זיין זייט האט אפגעלאזט אידישקייט וועגין ער האט געמיינט אז מהאט געהארגעט זיין קליין קינד די טאטע איז ל"ע פשוט קראנק געווארען דערפון אין האט זייער געוואלט טרעפין זיין קינד פאר ער שטארבט אין מהאט אפגעשטימט א טאג ווען מגייט זיך טרעפין אין ווען מאיז אהן געקומען צו די באשטומטע פלאץ איז א גוי ארויס געקומען דאס איז גוועהן די קינד פון די צווייטע ווייב נישט אידישע מיט טרערן אין די אויגען אז פון די פלוצלינגעדיגע בשורה אין פגישה איז ער אזוי נתרגש אין קראנק געווארען אין איז ער געשטארבען אין האט מיר געזאגט אז האלב פון די ירושה גייט פאר דיר לייגט צו די ברידער די טאטע איז גוועהן א גרויסע עושר ער האט איבער געלאזט 50 מיליאן 25 איז דיינס אין 25 מיינס
פרעגט די זוהן ווי האסטו באגראבען די טאטע זאגט ער איך האב נאך נישט אין איך פלאן אים צו פארברענען וויבאלד ער גלייבט נישט בהשארת נפש די ברידער די איד איז דערציטערט געווארען אין האט זיך געבהטען אז ער זאל אים לאזען באגראבען נאך די אלע צרות זאל ער כאטש קומען לקבר ישראל אין נישט פארגעסין ווערין פאר אייביג די גוי האט זיך נישט געלאזט אין געזאגט סאיז נישט א אפציע אזוי גייט מען טוהן האט די איד זיך אן געריפען האלט דיך די געלד יא די גאנצע 25 מיליאן אין לאז מיר אים באגראבען ביי די אידען אין פארדעם האט די גוי שוין פיין מסכים גוועהן אין אזוי איז די טאטע געקומען לקבר ישראל
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

jd midia: ירושלים - איחוד הצלה וואלונטירן וועלכע האבן רעאגירט צו א רוף ארויסצוהעלפן מיט א געבורט פון א קינד זענען אויפגעשוידערט געווארן צו זעהן די נאכגעלאזטע צושטאנד אין דעם קעלער וואו די ארימע פאמיליע מיט 16 נפשות וואוינען. די וואלונטירן האבן געמאכט א קאמפיין און אין א קורצע צייט איז אריינגעקומען צענדליגער טויזנטער דאלער ווי אויך האבן פיל פראפעסיאנאלן געמאלדן זייער גרייטקייט צו אונטערנעמען די נויטיגע רענאוואציע און פארריכטונגס ארבייט אין דער דירה עס צו קענען אהערשטעלן אויף א לייטישן אופן. מי כעמך ישראל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך דערמאן זיך אז הגאון רבי שמואל דוד פריעדמאן שליט"א האט פארציילט אז נאך די באפרייונג פון רבי שלום מרדכי רובאשקין שי' באותו יום האט מען באפרייט א גוי וואס איז געזיצען איבער פערציג יאהר על לא עוול בכפו אין סאיז גוועהן אינגאנצען 2 צו 3 מענטשין איך מיין זיין קרוב אין די לויער עפעס אזוי האבון אים אפגעווארט אין להבדיל משא"כ ביי רבי שלום מרדכי ווייסט יעדער וואס פאר מצב אין איבערקערניש אין די גאנצע וועלט די טענץ וכו' וכו' האט זיך אפגעשפילט אין איך האב געפילט אז ווער ווייסט אפשר איז יענע גוי ארויסגעקומען נאר אינז דערמאנען די חילוק קוקט אהן די ישראל אשר בך אתפאר ממש ווי איין גרויסע משפחה
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 11:36 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יליד טאהש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2020 11:14 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד טאהש »

אייוועלט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

פון סקולענער רבי ז"ל האב איך געהערט בערך אזוי האט אמאהל פורים געזאגט אידען מאכען קידוש מען האלט א בעכער מיט וויין צו גרעפ זשוס וכו' פאר א שטיק צייט מעזאגט א שיינע לאנגע נוסח( אין סקולען זינגט מען נאך דערצו אפאר נגונים אינמטען הבדלה ) איך טראכט מקען צולייגען א חופה ברית ווי מגיט עס פאר א קינד צו פאר חתן וכלה וכו' אין אינז אידעלעך נישט געיאגט יעדער מיט זייער שיינע נוסח רוהיג יא מקען זיך איינהאלטען
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

אמאל האב איך געהערט אז די וואסער אין מקוה אויף 52 איז געווען קאלט און 53 האט גפראגרעמט אלע קארטלעך פון 52 זאלן קענען אריינגיין בדרך כבוד
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

זאג מיר איינער אז ער האט געבעטן זיין גראסערי אז ער וויל אריינלייגן געלט אויף די אקאונט פון אן אלמנה, האט דער גראסערי מאן איהם אזוי אגב געזאגט אז די אלמנה האט שוין טויזנטער דאלער 'קרעדיט' פון אידן בעלי צדקה #מי כעמך ישראל
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

האסטו וועסטו האט געשריבן:אט טאקע די אשכול

גאמ
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

איינער האט מיר פארציילט;
איך האב געזען א ’עד’ אין ’קול הציבור’ פון מאנסי, א איד וויל משמח זיין א אנדערע איד, וואס מ’האט אים צוגענומען חפצים צוליב לעגאלע סיבות, און זוכט א הערליכע שיינע ’מנורה’ פאר ביליג, אדער אוועקצוגעבן. ולמצווה גדולה יחשב.

כ’האב גלייך געטראכט צומיר; מיין מנורה האב איך נישט באקומען פון מיין שווער זז”ג. נאר כ’האב אליינס געהארעוועט דערויף.... (איז גרינגער אוועקצוגעבן...) לאמיר כאפן א מצווה, קיינער דארף נישט וויסן.
כ’האב אריינגעקאלט נאכמיטאג (נאכן זיך א’דורך’ רעדן מיט מיין יודענע), און נאך פאר איך הייב אן צו זאגן, זאגט ער מיר אז איינער האט שוין מנדב געווען און ס’פעלט נישט אויס מער....

אה!!! ”מי כעמך ישראל”.....

1. א איד זאל זיך אזוי אוועק געבן פאר א צווייטן, אריין לייגן אן ’עד’ וכו זיך מטריח זיין צו דערפרייען א צובראכענער איד לכבוד חנוכה...

2. א איד האט מנדב געווען! א מנורה! א טייערע זאך וואס קאסט אפאר אלפים! און נאך אין יענע טאג ’בו ביום’....

4. מי כעמך ישראל... ער וואלט געקענט נעמען מיינס אויך, און איך וואלט נישט געוואוסט דערפון.....

א פרייליכן חנוכה.
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

Wow x3
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב געהאט א נאנטער וואס איז ליידער געווען צוגעבינדן צו די ביטערע סחורה ל"ע. ער איז איינמאל געווען אין ריהעב אין לאס אנדזשעלעס און מען האט געהאפט אז ער וועט זיך אויסקורירן פון די סחורה און קענען צוריקקומען אלס נארמאלער מענטש. למעשה איז ער פארשיקט געווארן פונעם ריהעב נאכן פארלעצן איינע פון זייערע תקנות און ער האט זיך געדרייט נע ונד אויף די גאסן פון לאס אנדזשעלעס.

האט זיך איינמאל געמאכט אז ער איז געגאנגען אויפן גאס און זיך אנגעשטויסן אין א פרייער סירישער אידל, יענער האט מיט אים פארברענגט און געוואויר געווארן בתוך הדברים אז ער איז א אידיש קינד. באלד האט ער אים געגעבן א פאזיציע אין זיין געשעפט נישט פרעגנדיג קיין פראגעס.

ווען עס איז מיר אויסגעקומען צו האנדלען מיט דעם געשעפטסמאן האט ער מיר געבעטן אויב איך קען ערלעדיגן אז דער זאל שוין צוריקגיין אין ריהעב, ווייל ער האט אים געגעבן א פאזיציע אין זיין געשעפט זעענדיג אז ער ברויך א פרנסה זיך צו שטעלן אויף די פיס, אבער ער האט נישט געמאכט קיין פעני, פארקערט, ער האט אים געגעבן א פעי טשעק יעדן וואך פאר אן ארבעט וואס איז געווען גענצליך איבריג.

איך האב זיך צואוויינט פון התרגשות און געדאנקט דעם אויבערשטן אז אידישע קינדער פארמאגן פאמיליע איבער אלע פיר עקן פון דער וועלט. מי כעמך ישראל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

הערליך!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:איינער האט מיר פארציילט;
איך האב געזען א ’עד’ אין ’קול הציבור’ פון מאנסי, א איד וויל משמח זיין א אנדערע איד, וואס מ’האט אים צוגענומען חפצים צוליב לעגאלע סיבות, און זוכט א הערליכע שיינע ’מנורה’ פאר ביליג, אדער אוועקצוגעבן. ולמצווה גדולה יחשב.

כ’האב גלייך געטראכט צומיר; מיין מנורה האב איך נישט באקומען פון מיין שווער זז”ג. נאר כ’האב אליינס געהארעוועט דערויף.... (איז גרינגער אוועקצוגעבן...) לאמיר כאפן א מצווה, קיינער דארף נישט וויסן.
כ’האב אריינגעקאלט נאכמיטאג (נאכן זיך א’דורך’ רעדן מיט מיין יודענע), און נאך פאר איך הייב אן צו זאגן, זאגט ער מיר אז איינער האט שוין מנדב געווען און ס’פעלט נישט אויס מער....

אה!!! ”מי כעמך ישראל”.....

1. א איד זאל זיך אזוי אוועק געבן פאר א צווייטן, אריין לייגן אן ’עד’ וכו זיך מטריח זיין צו דערפרייען א צובראכענער איד לכבוד חנוכה...

2. א איד האט מנדב געווען! א מנורה! א טייערע זאך וואס קאסט אפאר אלפים! און נאך אין יענע טאג ’בו ביום’....

4. מי כעמך ישראל... ער וואלט געקענט נעמען מיינס אויך, און איך וואלט נישט געוואוסט דערפון.....

א פרייליכן חנוכה.

איז זעה אז דו האסט אויסגעלאזט נומער דריי וועל איך עס אריינלייגען:

3. א איד, א הייליגע זיידע, וויל אוועקגעבן זיין מנורה פאר איינעם וואס ער קען נישט, מיט א תירוץ אז ער האט דאס אליינס געקויפט! (אויך מיר א תירוץ)
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:איינער האט מיר פארציילט;
איך האב געזען א ’עד’ אין ’קול הציבור’ פון מאנסי, א איד וויל משמח זיין א אנדערע איד, וואס מ’האט אים צוגענומען חפצים צוליב לעגאלע סיבות, און זוכט א הערליכע שיינע ’מנורה’ פאר ביליג, אדער אוועקצוגעבן. ולמצווה גדולה יחשב.

כ’האב גלייך געטראכט צומיר; מיין מנורה האב איך נישט באקומען פון מיין שווער זז”ג. נאר כ’האב אליינס געהארעוועט דערויף.... (איז גרינגער אוועקצוגעבן...) לאמיר כאפן א מצווה, קיינער דארף נישט וויסן.
כ’האב אריינגעקאלט נאכמיטאג (נאכן זיך א’דורך’ רעדן מיט מיין יודענע), און נאך פאר איך הייב אן צו זאגן, זאגט ער מיר אז איינער האט שוין מנדב געווען און ס’פעלט נישט אויס מער....

אה!!! ”מי כעמך ישראל”.....

1. א איד זאל זיך אזוי אוועק געבן פאר א צווייטן, אריין לייגן אן ’עד’ וכו זיך מטריח זיין צו דערפרייען א צובראכענער איד לכבוד חנוכה...

2. א איד האט מנדב געווען! א מנורה! א טייערע זאך וואס קאסט אפאר אלפים! און נאך אין יענע טאג ’בו ביום’....

4. מי כעמך ישראל... ער וואלט געקענט נעמען מיינס אויך, און איך וואלט נישט געוואוסט דערפון.....

א פרייליכן חנוכה.

איז זעה אז דו האסט אויסגעלאזט נומער דריי וועל איך עס אריינלייגען:

3. א איד, א הייליגע זיידע, וויל אוועקגעבן זיין מנורה פאר איינעם וואס ער קען נישט, מיט א תירוץ אז ער האט דאס אליינס געקויפט! (אויך מיר א תירוץ)

איך האב אנגעהויבן; ”איינער האט מיר פארציילט”
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די גאנצע געלד געגייעכטס אויף א גרויסע פארנעם בשעת דאוונען דוקא נעמט מיר איבער אפילו נישט נאר חנוכה חנוכה איז דאך אפגרעדט א גאנץ יאהר די חסד אין די צדקה וואס גיסט זיך אויף א פארנעם וואס מזעהט נישט אין ערגעטץ אין מי כעמך ישראל מקוקט נישט אויף גארנישט מען גיט צדקה נאך אין נאך אפילו סקען זיך דאכטען אז מ'שטערט דאס דאוונען( ליינט ביז ען סוף וועט מען שוין זעהן די אמת ) די רחמנים בני רחמנים שטעלט זיך ארויס מיט די שטערקסטע פארבען הילפען א איד איז די היילגסטע פון אלעס אין
כדי צו צייכנען
איך האב פונקט געליינט א מעשה וואס שטייט אין ספר ניצוצי תומר א איד האט זיך אפגרעדט פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע אז די געלד גייערס שטערן די כוונה ביים דאוונען האט די רבי געבעהטן ער זאל איבערזאגען נאך א מאהל אין מיטען איבער זאגען רופט זיך אהן די רבי מיט א התרגשות ווער ווייסט צו די צדקה וואס מגיט ביים דאוונען זענען נישט ממתיק די תפלות אין עס איבער געחזרט די זעלבע לשון נאך א מאהל
אין איינער האט עס איבער דערציילט פאר רבי יודלע דזיקוב זי"ע האט ער געזאגט קוק אין ר"ן שטייט אז מזאגט עפעס צוויי מאהל איז עס א ענין פון שבועה האט ער מסביר גוועהן ווען די צדיק זאגט א שבועה אז דאס וואס מגייט נאך געלד ביים דאוונען איז מען ממתיק די תפלות
דאס איז א רבי'שע מעשה
אויבער איך מיין רוב מענטשין ווייסען ניט אמאהל פון די עובדא פשוט פון די אידישע מיט געפיל פאר א איד טוהט מען אזוי ווי סאיז נאטירליך די מציאות שיינט מיט די שענסטע פארבען מזעהט עס טאג טעגליך אין אלע היימשע געגנטער אין מווערט אזוי איינגעוואינט אז מכאפט ניט א מאהל די ריכטיגע התפעלות
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

רבותינו האט געשריבן:א מעשה נורא האב איך יעצט געהערט אויף קול מבשר בקיצור אין סשטייט באריכות מיט פונקטליכע משפחה נאמען אין די אוצר בקיצור נמרץ פארציילט רבי וועוויל שמעלצער אז סאיז דא 2 ברידער וואס זענען גוועהן חשוכי בנים אין די יונגערע ברידער ווען איז געגאנגען אינטער די חופה האט ער געבהטען אז ער זאל געהאלפון ווערין מיט קינדער אויבער נאר בתנאי אז זיין עלטערע ברידער וועט קודם געהאלפען ווערין סאיז שוין גוועהן 10 יאהר פון די אינגרע ברידער'ס חתונה אין אין מהאט אים געבעהטן ער זאל מוותר זיין אויף די תנאי וואס ער האט געבעהטן אינטער די חופה אין האט געזאגט ווי קען איך מוותר ? זיין מיין שמחה וועט נישט זיין בשלימות אויב איך אינגערע האט אין מיין עלטערע נישט . פאר יאהר זענען ביידע געהאלפען געווארען די עלצטע ברידער נאך 21 יאהר פון די חתונה מיט א מיידעל למז"ט אין א חודש דערנאך די אינגערע מיט א אינגעל
מי כעמך ישראל

איז עס דען בידו "נישט" צו האבן?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”