עוולות און משוגעת'ן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

"זאג, מ'מעג שוין גיין מיט א קאוט אויפן גאס?"

"אויב דו גייסט זומער מיט א שאל ווייל דו דארפסט דאווענען ימים נוראים, מעגסטו שוין יעצט גיין, אויב נישט דארפסטו אויסווארטן ביז דיינע טישוס פיטן שוין נישט אין דיין רעקל טאש, און דו ברויכסט דעם מאנטל פשוט פאר די ספעיס."

לעצטנס האב איך געדארפט א קאר סיעט, און כ'האב נישט גארנישט געקענט באקומען חוץ א פראגע "האסט נישט קיין 'דאָאָנע'?" און וואס האב געזאלט ענטפערן? אז איך דארף קודם טרעפן א קונה פאר מיין 'באגעבאא' וואס איך האב געלייגט אין סטארעדזש ווייל כ'האב געדארפט קויפן א "יאָיעֶ"?

אין אמת'ן אריין, דאס איז נאך גארנישט. סתם הבלי עולם הזה. אבער מאכט זיך אמאל אז איך בין אויפגעשטאנען תיכף נאכן ערשטן 'סנוז', און דעריבער האב איך געהאט צייט, ממילא ווען איך בין געגאנגען אין מקוה, האב איך זיך פארגלאצט נעבן די טרעפ, זיך אנליינענדיג אויף די רעילינגס. תוך כדי מחשבה האב איך א טייערער איד שטיין נעבן מיר, און ער פרעגט מיר "צו אלעס איז מסודר". איך קוק אים אזוי אָן, נישט כאפענדיג וואס ער וויל. "דו זעהסט אויס אזוי פארטראכט" זאגט ער מיר. "פארטראכט? וואס איז דער פראבלעם?" פרעג איך אים. "איך ווייס נישט. איך זעה קיינעם נישט אזוי טוען" איז מיר מסביר מיט געדולד.

פארשטייסטו? אז יעדער איז נערוועז און יאגעדיג, מוז איך אויך אזוי זיין! וואס איז דאס זיין רואיג אזש ביזן זיך פארקלאצן?!

דאס איז איין זאך. אבער צו די מלחמות האב איך נישט קיין כח. איך האב נישט קיין כח צו די מאטערנישן און ספיקות. דאס נישט קענען מחליט זיין, צו איך זאל יא צוגיין צום 'עמוד' אדער נישט. ווייל ממה נפשך טויג נישט. וועל איך יא צוגיין, איז קודם כל גייט 'יעדער' זאגן אז איך גלייך דאס ברעטל. און עס איז אן עוולה נוראה!! צו גלייכן דעם עמוד! ממש א פארברעך! און נאכדעם, אויב גיי איך דאווענען שטאט, גייט יעדער זאגן אז איך בין א שיינער איד אויף יענעמ'ס חשבון. ווידעראום דער סילוק פון דעם צדיק נאכן דאווענען גיך, זוך איך אויך נישט.

און דאס מערסטע פון אלעם האב איך נאך מורא, אז יעדער וועט זעהן אז איך ציטער ביים עמוד. יעדער וועט זעהן ווי אנקאמפארטעבל איך בין. ווי איך זאג אזוי ציטערדיג און שטיל די שמונה עשרה. און עס איז דאך אן עוולה נוראה!!!! צו ציטערן ביים עמוד!

און וואס וועל איך טוען אויב איך וועל זיך צוקעקעצן? יעדער גייט מיר אויסלאכן. ווייל עס איז א "משוגע'נע פאָני זאך זיך צו צוקעקעצן". מ'טאר זיך נישט צוקעקעצן! ס'שטייט אין אלע פוסקים אזוי! נאר איינער וואס האט נישט קיין סעלף קאנפידענס קעקעצט! און אויב איינער האט נישט קיין סעלף קאנפידענס איז ער א געהעריגער עבריין. און אויך א צעדרייטער.

פון די אנדערע זייט, נישט צוצוגיין צום עמוד איז אויך נישט קיין אפציע. קודם כל, איך יאג מיך. און נאכדעם וועט נאך יענער זאגן אז ס'פאסט מיר נישט צוצוגיין צום עמוד. און "עס איז א משוגע'נע פאני און צודרייטע זאך, און אויך אן עוולה נוראה!! אויב איינעם פאסט נישט צוצוגיין צום עמוד.

איך דערמאן זיך יעצט אן ענליכער מערכה, ביי די כפרות שלאגן. צי זאל איך אנטוען הענטשיך אדער נישט. ווייטער, וויאזוי איך טוה איז צרות. אויב טוה איך יא אן הענטשיך, גייט יעדער זאגן אז איך האלט מיך פאר א בעסערער מענטש. און דאס איז דאך ממש א צעדרייטע זאך! אויב טוה איך נישט אן, דעמאלטס עקל איך מיך.

--

איז וואס איז די עצה ארויס פון די אלע פראבלעמען? נעה, איך מיין נישט אזוי ווייט די אויבנדערמאנטע פראבלעמען. איך מיין דאס גאנצע "סטרעס" פון דארפן לעבן אונטער יענעם'ס שאטן. איך רעד פון די טיפע "בושה" און "שעם" וואס דאס ברענגט פאר מענטשן. איך רעד פון די לאו סעלף קאנפידענס וואס דאס ברענגט.

דער אמת איז אבער, אז מיר אליין שאפן דעם פראבלעם הנקרא "פיער פרעשור". מיר אלע ליידן דערפון אזוי שטארק, אבער מיר זעלבסט קריעטן דעם פראבלעם.

אין איין ווארט:

לאמיר אויפהערן צו זיין דזשאדזשמענטאל אויף מענטשן! לאמיר אויפהערן צו דן זיין כסדר מענטשן אויף זייער אויפפירונג. לאמיר אנפאנגן צו "מכבד זיין מענטשן וויאזוי זיי זענען". לאמיר אנערקענען אז יעדער מענטש האט זיך זיינע געפילן און שוואכקייטן, יעדער אנטלויפט פון יעדעם, און יעדער טרייט זיך צוצושטעלן צו יעדעם. לאמיר אנערקענען אין דער זאך וואס הייסט "מענטש", מיט אלע זיינע חסרונות, און עס אקצעפטירן. לאמיר אויפהערן זיך צו פאפן אז מיר טארן נישט האבן קיין שוואכקייטן, און מאכן טעותים. לאמיר איינמאל פאר אלעמאל אנערקענען אז דער מענטש איז מכובד און ארויפגעקוקט, פשוט פארן זיין א מענטש, א איד, און דאס נעמט אריין חסרונות. אוודאי דארף מען ארבעטן אויף חסרונות. אבער אזוי איז דער מענטש. נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט.

און קומענדיגע מאל, ס'קומט דיר אויס צו מאכן א ווערטל פון יענעם'ס דורכפאל, פון יענעם'ס שוואכקייט, טראכט אריין, אז דו ברענגסט אויף דיר אליין פראבלעמען! לאמיר פארשפרייטן דעם חשיבות פון דורכפעלער, פשוט ווייל עס קומט פונעם מענטש, דער מבחר הבריאה.

און יעצט טאקע אין איין ווארט: לאמיר אויפהערן זיך צו אונטערהאלטן מיט אנדערע מענטשן'ס נאטורליכע שוואכקייטן! אפילו נישט ביי זיך אין דיינונג רום! א מענטשליכע פלאפ איז גארנישט פון וואס צו מאכן א צימעס! ואיזה מכובד המכבד את הבריות.
--

קוק אהער, דו שרייבסט אזוי נעגעטיוו! דו שרייסט! פארוואס שרייסטו? דו ווייסט ווי משוגע ס'איז צו זיין נעגעטיוו! יעדער וועט נאך מיינען אז דו נעמסט עס פערסענעל. און ס'איז אזוי פאני צו נעמען זאכן פערסענעל! און נאכדעם, פארוואס בכלל שרייבסטו דעם ארטיקל? ווייל דו דארפסט אטענשאן! דו ווייסט אז יעדער פילט עס? און עס איז א משוגע'נע זאך צו דארפן עטענשאן? און אפילו אויב מ'וועט איינזעצן אז דו שרייבסט דעם ארטיקל ווייל דו ווילסט אויפטוען.. ווילסטו דאך נאר אויפטוען ווייל דו דארפסט א גוטע געפיל. און עס איז אזא פאני זאך צו דארפן א גוטע געפיל!

אקעי, סטאפ שוין!!!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

פיין. גוט. ריכטיג.
מיין חלק אינעם שמועס...
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער שטארק!!
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

;l;p-
אוועטאר
WTC
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:55 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך WTC »

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

גאר שטארק, און א שטארקע פעדער
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

ממוצע האט געשריבן:

איך האב נישט קיין כח צו די מאטערנישן און ספיקות. דאס נישט קענען מחליט זיין, צו איך זאל יא צוגיין צום 'עמוד' אדער נישט. ווייל ממה נפשך טויג נישט. וועל איך יא צוגיין, איז קודם כל גייט 'יעדער' זאגן אז איך גלייך דאס ברעטל. און עס איז אן עוולה נוראה!! צו גלייכן דעם עמוד! ממש א פארברעך!

פון די אנדערע זייט, נישט צוצוגיין צום עמוד איז אויך נישט קיין אפציע. קודם כל, איך יאג מיך. און נאכדעם וועט נאך יענער זאגן אז ס'פאסט מיר נישט צוצוגיין צום עמוד. און "עס איז א משוגע'נע פאני און צודרייטע זאך, און אויך אן עוולה נוראה!! אויב איינעם פאסט נישט צוצוגיין צום עמוד.

:lol: :lol:
אזוי קלאר ארויסגכברענגט
חינוך האט געזיגט!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געהערט אמאל פונעם מלאך המגיד: א איד איז אמאל געווען אין ס'מדרש און אויפגעפאסט ווי יענקל האט שוין נאך שטילע שמונה עשרה אנגעטוהן רבינו תם און ביי תקע בשופר שוין ציזאמגעלייגט זיין טלית און ביי מודים דרבנן שוין געקושט די מזוזה פון די אנדערע זייט

ער קען דאך יענקלן נישט פון היינט, אבער די היינטיגע התנהגות איז געווען עפעס וואס פאסט נישט, ער טראכט און קלערט אריין און פלוצים זיין אהבת ישראל צעשפילט זיך אינעם, ער איז מקיים דעם הוי דן את כל האדם לכף זכות! מסתמא האט ער א גאר וויכטיגע דאקטערס אפוינטמענט

אבער עס באדערט אים פארט פארוואס האב איך אפילו חושד געווען אזא יונגערמאן ווי יענקל? ווי קומט עס צו מיר?

נאכן דאווענען גייט דער איד צו צום סקולענער רבי ר' אליעזר זוסיא זצ"ל און רעדט זיך אויס וויאזוי ער איז נכשל געווארן אין דן זיין א איד לכף חובה

דעם רבינ'ס אנטווארט איז געווען שארף און טריקען: פארוואס האסטו בכלל דן געווען???
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

וואף א שטארק שטיקל!!! אי״ה מארגן גייט מען צו צו מנחה ווער ס׳וויל לאכן קען לאכן!!!
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

וואףףף… די נקודה, די שפראך, די קריעטיוועטי, אריין אין דזשורנאל!

צום ענין, פאר דעם האמיר טאקע געמופט צו צפת עיר הקודש.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארק!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ממוצע האט געשריבן:אין איין ווארט:

לאמיר אויפהערן צו זיין דזשאדזשמענטאל אויף מענטשן!

זייער א שיינע שפראך.

אבער איך מיין אז דאס איז די פראבלעם, מען קען נישט יענעם פארעכטן מען דארף אנהייבן ביי זיך. די עבודה דארף זיין "וואס גייט מיר אן וואס יענער דזשאדזשט". איך מען מען וועט ווייטער אנקומען מיט דע מהלך, און איין מאל סגייט שוין אן וואס יענער דזשאדזשט, דזשאדזשט מען יענעם שוין אויך נישט
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נישטאמת האט געשריבן:

יישר כח.
--

קודם כל, איך רעד דאך אויך פון 'זיך' פארריכטן. פארריכטן די וועג וויאזוי מ'קוקט אן אנדערע מענטשן, און דער וועג וויאזוי מ'רעדט פון אנדערע מענטשן'ס שוואכקייטן.

אבער בעיקר. איך האלט אז באופן כללי ארבעט נישט דיין מהלך, און אפילו ווען יא, ווייס איך נישט ווי א געזונטע זאך עס איז. אויב אין פאקט גייט פאר דעם מענטש אן וויאזוי אנדערע מענטשן קוקן אים אן, פארוואס זאל ער צוקוועטשען דעם געפיל? פארוואס זאל ער זיך איינרעדן אז עס גייט אים נישט אן? עס גייט דאך אים יא אן!

ועוד, אז א גרויס חלק פון דאס וואס גייט אן פאר איין מענטש מער ווי פארן צווייטן, דהיינו, למשל, איינער האט יא א פראבלעם צוצוגיין צום עמוד, און א צווייטער נישט, האט נישט צוטוען מיט דעם אז פאר איינעם גייט נישט אן וואס אנדערע מענטשן זאגן, און פאר א צווייטן יא. נישט דאס איז געווענליך דער פוינט. עס איז אלעס סובקאונשעס זאכן. ס'איז אן אריכות. אבער בכל אופן, מיין איך, אז אויב מיר קענען טוישן אונזער 'ענווייראמענט' צו זיין מער 'עקסעפטעבל' פאר 'מענטשהייט' וויאזוי זיי זענען, קען מען אסאך גרינגער טוישן דער מציאות.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

חלקי האט געשריבן:פיין. גוט. ריכטיג.

ש'כח!

איך גלייך דעם קאמפלימענט. איך מיין אז איך וואלט ווען אויך אזוי געוואלט שרייבן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

קרייסלער האט געשריבן:געהערט אמאל פונעם מלאך המגיד: א איד איז אמאל געווען אין ס'מדרש און אויפגעפאסט ווי יענקל האט שוין נאך שטילע שמונה עשרה אנגעטוהן רבינו תם און ביי תקע בשופר שוין ציזאמגעלייגט זיין טלית און ביי מודים דרבנן שוין געקושט די מזוזה פון די אנדערע זייט

ער קען דאך יענקלן נישט פון היינט, אבער די היינטיגע התנהגות איז געווען עפעס וואס פאסט נישט, ער טראכט און קלערט אריין און פלוצים זיין אהבת ישראל צעשפילט זיך אינעם, ער איז מקיים דעם הוי דן את כל האדם לכף זכות! מסתמא האט ער א גאר וויכטיגע דאקטערס אפוינטמענט

אבער עס באדערט אים פארט פארוואס האב איך אפילו חושד געווען אזא יונגערמאן ווי יענקל? ווי קומט עס צו מיר?

נאכן דאווענען גייט דער איד צו צום סקולענער רבי ר' אליעזר זוסיא זצ"ל און רעדט זיך אויס וויאזוי ער איז נכשל געווארן אין דן זיין א איד לכף חובה

דעם רבינ'ס אנטווארט איז געווען שארף און טריקען: פארוואס האסטו בכלל דן געווען???

ש'כח פאר דער מעשה.

דארט רעדט מען גראדע ווען מ'זעט אז יענער טוט אן עוולה. דאס איז אן אנדערער סוגיא.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שלמה מולכו האט געשריבן:וואףףף… די נקודה, די שפראך, די קריעטיוועטי, אריין אין דזשורנאל!

צום ענין, פאר דעם האמיר טאקע געמופט צו צפת עיר הקודש.

ש'כח!

אונזער האמיר נאכנישט קיין צפת דאמעריקא.. אפשר קענסטו דאס איפארטירן? אפשר מאנסי איז א גוטע איידיע...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח אלע קאמאנטירער! כל אחד בניקו הטוב יבורך!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שלמה מולכו האט געשריבן:וואףףף… די נקודה, די שפראך, די קריעטיוועטי, אריין אין דזשורנאל!

צום ענין, פאר דעם האמיר טאקע געמופט צו צפת עיר הקודש.

הההממממ... נישט אזוי גוט.....

דארט "מוז" מען זיין משוגע
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ממוצע האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:פיין. גוט. ריכטיג.

ש'כח!

איך גלייך דעם קאמפלימענט. איך מיין אז איך וואלט ווען אויך אזוי געוואלט שרייבן.

רצונו של אדם
זהו...
לאמיר אייך נישט צונעמען אייערע לעבער
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:וואףףף… די נקודה, די שפראך, די קריעטיוועטי, אריין אין דזשורנאל!

צום ענין, פאר דעם האמיר טאקע געמופט צו צפת עיר הקודש.

הההממממ... נישט אזוי גוט.....

דארט "מוז" מען זיין משוגע

זאגסט עפעס, נישט אוועקצומאכן...

אבער דאך איז געשמאקער צו זיין משוגע אין צפת ווי נארמאל אין ברוקלין.

ס׳איז גרינגער און ביליגער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ממוצע האט געשריבן:און קומענדיגע מאל, ס'קומט דיר אויס צו מאכן א ווערטל פון יענעם'ס דורכפאל, פון יענעם'ס שוואכקייט, טראכט אריין, אז דו ברענגסט אויף דיר אליין פראבלעמען! לאמיר פארשפרייטן דעם חשיבות פון דורכפעלער, פשוט ווייל עס קומט פונעם מענטש, דער מבחר הבריאה

גוט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שלמה מולכו האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:וואףףף… די נקודה, די שפראך, די קריעטיוועטי, אריין אין דזשורנאל!

צום ענין, פאר דעם האמיר טאקע געמופט צו צפת עיר הקודש.

הההממממ... נישט אזוי גוט.....

דארט "מוז" מען זיין משוגע

זאגסט עפעס, נישט אוועקצומאכן...

אבער דאך איז געשמאקער צו זיין משוגע אין צפת ווי נארמאל אין ברוקלין.

ס׳איז גרינגער און ביליגער.

;l;p- :lol: :lol:
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: עוולות און משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

ממוצע האט געשריבן:מאכט זיך אמאל אז איך בין אויפגעשטאנען תיכף נאכן ערשטן 'סנוז',

Wow! קאנגראטולאציעס!!!!!!!!!
ואני בתומי אלך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”