פסק דין: פופציג שלעק!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

עס איז ניין אזייגער אויף די נאכט, די בני החבורה פון בית המדרש בית דוד קומען זיך צוזאם צום טעגליכן שיעור, דער מגיד שיעור ר׳ ברוך שטייט שוין אויף זיין פלאץ מיט א גלעזל וואסער שוין האלב אפגעטרינקן, און מאכט זיך גרייט זיינע פאפירן מיט די פארגעשריבענע חידושים פארן היינטיגן שיעור.

אלעס גייט אן ווי געווענליך, יששכר האט שוין אויפגעסעט די מייק, משולם׳ס ריקארדער איז אנגעצינדן, חיים זאנוויל טיילט אויס גמרות, ישעי ריקט אראפ די עיר קאנדישאן וואס נחום האט ארויפגעריקט… יעדער זיצט שוין אויף זיין באשטימטע פלאץ ווען די טיר עפענט זיך און מיכאל קומט אריין ווי זיין שטייגער, גייט צו צום לעצטן באנק און זעצט זיך אנידער, ער עפענט זיין גמרא, און פאלט אריין אין א זיסע שלאף.

נאכט נאך נאכט, יאר נאך יאר, גייט דאס שוין אן, דער זיבעציג יעריגער מיכאל קומט אן צום שיעור נאך א טאג ארבעט אין זיין זייגער געשעפט, און די איינע זאך וואס ער טוט דארט איז פראווענען א געשמאקע שלאף, צו די ווינדער פון אלע באטייליגטע.

יעדער ווייסט דאס, אבער קיינער ווייסט נישט פארוואס

היינט, האט איינע פון די אינגעלייטלעך - יעקב שלמה - באשלאסן אז נאכן שיעור גייט ער כאפן א שמועס מיט מיכאל׳ן און עם פרעגן פשט אויף זיין מאדנע מנהג.

די פינעף און פערציג מינוטיגע שיעור קומט שוין צו א ענדע, בענק און טישן הייבן זיך אן רוקן, און מיכאל געט זיך א כאפ אויף גרייט אהיים צו גיין.

יעקב שלמה גייט צו צי מיכאל און פרעגט עם איידעלערהייט: ״איך קען אייך פרעגן א שאלה?״
״זיכער״ ענפערט מיכאל, ״מיט וואס קען איך דיר העלפן?״

״ איז אזוי, איר ווייסט מן הסתם אז יעדער ווינדערט זיך אויף אייער פירונג, איר קומט אין בית המדרש יעדע נאכט צום שיעור און ניטאמאל פראבירט איר צו הערן וואס די מגיד שיעור זאגט. נאך פאר וואס ווען ווי און איר זענט שוין אין א זיסן דרימל. אויב מעג מען פרעגן, וואס איז פשט דערפון?״

מיכאל קוקט עם אן, ער שמייכלט נישט, זיינע אויגן איז ערענסט, ער זעצט זיך צוריק אראפ און הייבט אן פארציילן א מעשה.

———
אין א האלב באלאכטענע זאל אינעם טרויריג באקאנטן שטאט סיביר זיצן עטליכע סאלדאטן און ווארטן צו הערן די אורטייל וואס ווארט אויף זיי.

נעכטן ביינאכט נאך א טאג ארבעט זענען זיי געגאנגען אביסל טרינקן און ווי די שטייגער פון רוסישע גופים ווערט פון א קליינע גלעזל א גרויסע באטל און די אויסגעמוטשטע סאלדאטן זענען פארגאנגען אין אן ערענסטע שיכרות.

פון א ווארט דא, א ווארט דארט, ביז מען האט אנגעהויבן בארעדן די אויבערהארן. פון די לאקאלע אפיצירן איז עס געפארן צו די העכערע גענערעלער, און פון דארט גענומען א לינקס צו די גאנצע רוסישע פירערשאפט און עס האט נישט לאנג געדוירט ביז מען האט זיך גענומען גיסן פעך און שוועבל אויפן סטאלין אליינס.

ווי יעדער ווייסט איז אזא זאך די סאמע ערגסטע זאך וואס א בן אדם קען טון אין די מאמע רוסלאנד, אבער די סאלדאטן האבן אין זייער טיעפן שיכרות נישט אינאכט גענומען וואס זיי טוען.

דארט אין די זייט אינעם שענק, זיצט א סאלדאט, מיכאל הייסט ער, ער איז אינגאנצן פון א אנדערע טייג געקנאטן, ער נעמט נישט אנטייל אין זייערע שמעוסערייען און הוליערייען, ער זיצט זיך אין זיין ווינקל און רעדט נישט צו קיינעם. קיינער דא פארשטייט נישט זיין שפראך, ער באלאנגט צו א העכערע פאלק און טאקע פאר דעם איינעם זונד זיצט ער דא אין דעם פארשאלטענעם סיביר און ארבעט עבודת הפרך. ער זיצט טאקע אין דעם שענק אבער ער האלט נישט מיט וואס קומט פאר ארום עם ווען פלוצלינג שפאצירט אריין א גרופע סאלדאטן און שפיץ פונעם העכסטן גענעראל, ווי עס שיינט האט א געטרייע רוס גע’מוסר’ט פאר די באאמטע אז אן ערענסטע פארלעצונג קומט פאר אין דעם ווערצהויז.

״יעדער ארעסטירט!״ שרייט ער אויס.

די סאלדאטן שטייען געפרוירן, זייער שיכרות האט געוועפט אין א מילי סקונדע, זיי ווייסן דעם ביטערן פאקט אז יעדער פון זיי גייט יעצט ליידן פאר דעם זינד פון רעדן אויף מאמע רוסלאנד, עס איז נישטא קיין וועג ארויס, און מיט די קאפ געבויגן פירט מען ארויס יעדן פון דארט גלייך אריין אין א שמוציגן קעלער ווי מען וועט זיי מארגן ארויסנעמען און שטעלן פאר א געריכט.

אויך מיכאל איז פון די ארעסטירטע, ער האט טאקע נישט מיטגעשמועסט מיט די סאלדאטן דארט, אבער דאס האט עם נישט געהאלפן זיך ארויסדרייען פון ווערן איינגעשפארט.

״דאס אז די האסט גארנישט געזאגט וועסטו ענפערן פארן שופט״ האט אים דער אפיציר געזאגט ביים אריינלייגן אין קעלער ״אבער יעצט מוזטו דא ווארטן ביז צופרי.״

אזוי זיצן די סאלדאטן אינעם זאל און ווארטן צו הערן וואס זייער שטראף וועט זיין. זיי ווייסן אלע אז די מצב איז ביטער און טויט שטראף איז בכלל נישט אויסגעשלאסן.

איינער וויינט, איינער קרעכצט, איינער פראבירט צו בעטן חמנות אבער די האפענונגען זענען גאר שוואכע.

מיכאל זיצט דארט אין די זייט, ער ווייסט אז ער האט בכלל נישט געהאט עפעס מיט די גאנצע זאך, דער שופט ווייסט דאס אויך, און ער ערווארט צו ווערן גלייך באפרייט.

אט איז שוין עלעוו אזייגער, די טיר עפענט זיך אויך, דער שופט קומט אריין און זעצט זיך אנידער.

דער אפיציר שטעלט זיך אויף און נעמט זיך דערציילן פארן שופט וואס דא האט פאסירט, און ווי אזוי די דאזיגע סאלדאטן האבן גערעדט אויף סטאלין און אויף מאמע רוסלאנד.

דער שופט נעמט איבער דאס ווארט און נעמט זיך ארויסגעבן אורטיילן.

״ווילאדאמיר, פעטראוו, סערגיי, אלעקסיי, דימיטרי, איוואן, און איגאר, די וואס האבן אנגעפירט די רעדערייען זאל מען שוין הענגען ביי א צערמאניע וואס די גאנצע לאגער גייט מיטהאלטן. אלכסנדר, ניקאליי, סטעפאן, און גרעגארי, די וואס האבן מיטגעלאכט אין הנאה געהאט דארפן באקומען טויט שטראף דורכן שיסן אינדרויסן פון לאגער!

״און דו מיכאל פארן זיצן דארט אין די זייט באקומסטו פופציג שלעק מיט א פייערדיגע ריט!״

———
״אינגערמאנטשיק״, פירט מיכאל אויס. ״פארן בלויז זיצן אין א פלאץ ווי מען האט גערעדט קעגן סטאלין אפילו איך האב גארנישט געהערט און גארנישט צוגעלייגט האב איך באקומען פופציג געבראטענע שלעק, על אחת כמה וכמה וויפל וועט זיין מיין שכר פארן זיצן דא אין בית המדרש בשעת ווען אידן זיצן אין לערנען די הייליגע תורה אפילו איך פארשטיי גארנישט און גיב גארנישט צו!״
לעצט פארראכטן דורך פרישע קוגל אום דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:53 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

הערליך טרעפליך, שטארקע חיזוק,

קיעפ איט קאמינג
The Divided States Of America
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאוערפול!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Wow, נישט סתם די נקודה.

אגב איך וואלט געטוישט פון צאר צו סטאלין אז די מעשה זאל בעסער שטימען מיט די יארן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

פרישע, זינט די ארטיקל מיט די שפאנישע בחור ווארט איך געשפאנט אויף נאך א 'פרישע קוגל ארטיקל, גיימיר זיך זעצן ליינען.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

בלויז פארן אריינקומען אין דעם אשכול מיטצוהאלטן ווי אידן ווערן מחוזק פון די הערליכע דיבורים פון @פרישע קוגל, אפילו אן צוגעבן עפעס, ווארט אונז א גרויסער שכר...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שלמה מולכו האט געשריבן:
אגב איך וואלט געטוישט פון צאר צו סטאלין אז די מעשה זאל בעסער שטימען מיט די יארן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p- ;l;p- ;l;p- אייזן שטארק!
און ס'איז נאך מדה טובה מרובה ממידת הפורעניות
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בחבורתינו נרפא לנו
אז מ’דרייט זיך מיט גוטע אידן, שטייט מען שוין גוט!!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דיינע לשונות :lol:
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

געוואלדיג! ;l;p-
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיג.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

פעיק ניוז האט געשריבן:פאוערפול!!
שש ושמח

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

בס''ד
שיין, דערהויבען!
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

זייער שיין.

(כ׳בין געווען זיכער אז ס׳איז א פסק דין פאר פופציגער פארן אונז פארלאזן...)
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

פיין!
שכח פארן מהנה זיין.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער געוואלדיג!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך בין געווען זיכער אז עס האט עפעס צוטון מיט פופציגער'ס ארויסגיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

wאט עי סטארי. און נאך מיט זאפט אראפגעלייגט
גיי אן ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

שטארק! פיין געשריבן.

נו שוין, שלאפן איז אויך עפעס...
לינק?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

חוח בין השושנים האט געשריבן:בלויז פארן אריינקומען אין דעם אשכול מיטצוהאלטן ווי אידן ווערן מחוזק פון די הערליכע דיבורים פון @פרישע קוגל, אפילו אן צוגעבן עפעס, ווארט אונז א גרויסער שכר...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זייער שיין געשריבען
איך האב שוין געהערט דאס אמאל פון א בעל דרשן, סאיז לכאורה א אמת'דיגע מעשה
ווייסט א מקור?
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

פשיהא אזאנע חיזוק!
לעצט פארראכטן דורך חלקי אום דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
זלאטניק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:11 am

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטניק »

קאפעלע האט געשריבן:שטארק! פיין געשריבן.

נו שוין, שלאפן איז אויך עפעס...


עפעס??
די וועלט שטייט אויף דעם

יישר כח @פרשיע קוגל זייער שיין באשריבן
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פסק דין: פופציג שלעק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זייער שיין ארויסגעברענגט די משנה אנפאנג מס' מכות
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”