צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הרב יצחק טובי', דיין פרישע שפראך איז גאר איינגענעם. עס האט א היימישע, ביילויפיגע געפיל מיט שיינע פראזן וואס גיבן א שמייכל און גיבט צו טעם.

איך גלייך די שפאן. די אנעקדאטן וואס דו קלויבט אויס, און די קורצקייט פון די תגובות.

דו דרוקסט זיך אויס וועגן ערנסטע זאכן וואס האט דיר געבאדערט, אבער אויך מער גלייכגילטיגע חלקים.

ס'דא מערערע פראזן וואס איך האב ספעציעל געגליכן אבער איך וועל נאר ברענגן צוויי:
יצחק טובי' האט געשריבן:באשטעלט דעם עלעוועיטאר, און אויפגעפראלט די טיר.

דער זייגערל פראוועט הקפות און מיינע נערוון טאנצן מיט.

אייזערנע ארבעט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נו, עד כאן?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

סאכדעס האט געשריבן:נו, עד כאן?

תן לאנשים לנשום, זאגט מען ביינונז אין צפת, געב צייט צו אטעמען א ביסקאלע...
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

יצחק טובי' האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:נו, עד כאן?

תן לאנשים לנשום, זאגט מען ביינונז אין צפת, געב צייט צו אטעמען א ביסקאלע...

דער ציבור האלט איין דער אטעם, ברענג זיי שוין צוריק דער אטעם... אבער זאפארט
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

JD Media האט געשריבן:צפת - א משפחה וועלכע איז געגאנגען צום בית החיים אין מירון זענען פלוצים ווילד איבערגעפאלן דורך די פאליציי דער טאטע אין עלטער פון 76 יאר איז פארוואונדעט געווארן און זיין זוהן איז שטארק צוקלאפט געווארן. נאכן אנפרעגן די פאליציי וואס זיי ווילן איז קלאר געווארן אז די פאליציי האט געמאכט א אידענטיפיקאציע טעות און בטעות האבן זיי געכאפט דעם נישט ריכטיגן מענטש. און כאטש דער טעות האט נישט געפאסט פאר די פאליציי צו אויפגעבן און האבן געהאלטן די אידן אין ארעסט ביז די משפחה לויער איז געגאנגען קלאגן אין קארט וואס דעמאלטס זענען זיי געצווינגען געווארן זיי צו באפרייען. די משפחה האפט צו קענען קלאגן די פאליציי.

לאז נישט אויס דעם חלק אינעם באשרייבונג, ס'הערט זיך היפש שרעקעדיג..
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אוי האט ער א שפראך

דער איז מיר געווארן אן אמשניבער מהאלט שוין מיטוואך און ביי עם איז נאך שבת

יצחק טובי ווי ביסטו נאך אויפן באס יענער האט דיך פארכאפט?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נארמאליזעם האט געשריבן:אוי האט ער א שפראך

דער איז מיר געווארן אן אמשניבער מהאלט שוין מיטוואך און ביי עם איז נאך שבת

יצחק טובי ווי ביסטו נאך אויפן באס יענער האט דיך פארכאפט?

יצחק טייערער, נארמי האט א גוטע קשיא.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

מ'הערט נישט פונעם כ'האב מורא ער האט פארזיכט מסממני צפת
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

מי כעמך האט געשריבן:מ'הערט נישט פונעם כ'האב מורא ער האט פארזיכט מסממני צפת

חלילה.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

סאכדעס האט געשריבן:נו, עד כאן?

זילבערווערק האט געשריבן:דער ציבור האלט איין דער אטעם, ברענג זיי שוין צוריק דער אטעם... אבער זאפארט

נארמאליזעם האט געשריבן:יצחק טובי ווי ביסטו נאך אויפן באס יענער האט דיך פארכאפט?

היכי תמצא האט געשריבן:יצחק טייערער, נארמי האט א גוטע קשיא.

מי כעמך האט געשריבן:מ'הערט נישט פונעם כ'האב מורא ער האט פארזיכט מסממני צפת

צפת'ער השראות ח"ג - א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

צפת'ער השראות ח"ג - א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

מיין שינת הסוס האט זיך איבערגעריסן מיט א שנארכעץ הסוס וואס איינער פון די מיטרייזנדע האט משמיע געווען. האלב פארשלאפן דריי איך זיך ארום נאכצוגיין די מקור פון דער גערודער, ס'ווערט גאנץ לייכט אנטפלעקט. צוויי זיצן הינטער מיר ליגט ער אויסגעצויגן, איבערגעדעקט מיט א גרינעם צודעק, די דאכענע זיינע איז באצירט מיט א לילא (פּערפּיל) קראנץ טוליפּס, אט די מאדנע סחורה איז ווארשיינליך די טייערסטע זאך וואס ער פארמאגט, און מיין נישט, צופיל נכסים זענען אין זיין באזיץ נישט פארהאן, זיין גאנצע רכוש באשטייט פון א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס.

גרין מיט לילא… מיינע אויגן האלטן נאך אינמיטן פארדייען דעם מאדנעם קאליר צוזאמשטעל ווען זייערע ווינקלען פאלן אויף א צווייטער רייזנדער, צו זיין זייט ליגט א געל-גרוי געשטרייפטע טאשקע, און אויף זיין לייב טראגט ער א שווארצע העמד מיט פינקע אויפשריפטן. דור ישרים וואלט אזעלכע שידוכים בשום אופן נישט אדורכגעלאזט. און גערעכט זענען זיי, ווער ווי איך קען מעיד זיין אויף די חולאת וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם שידוך...

[שפעטער וועל איך אבער געוואויר ווערן אז די צפת'ער איינוואוינער האבן גאר א ספעציעלע געפיל צו קונסט; גאנצע גאסן אין אלטשטאט זענען באוואוינט מיט ארטיסטן, און צענדליגער ארט גאלעריען באשיינען אירע פענסטער.]

כ'האף ארויפצושטעלן א לענגערע קאפיטל אין די קומענדיגע שעות בעזרת השם.
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: צפת'ער השראות ח"ג - א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

יצחק טובי' האט געשריבן:כ'האף ארויפצושטעלן א לענגערע קאפיטל אין די קומענדיגע שעות בעזרת השם.

איך אויך
א געזונטן זומער
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ער השראות ח"ג - א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

גרינע בלעטעלע האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:כ'האף ארויפצושטעלן א לענגערע קאפיטל אין די קומענדיגע שעות בעזרת השם.

איך אויך

גייסט מיט מיר אין קאמפעטישן?

אין וויסטן חלום פאלט מיר דאס נישט איין ... פשוט איך קען נישט...

איך האף נאר מיט דיר אינאיינעם
א געזונטן זומער
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ער השראות ח"ג - א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

:smile:

די קומענדיגע קאפיטל איז שוין געשריבן, ס'ברויך נאר אדורכגיין א הגהה.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: צפת'ער השראות ח"ג - א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יצחק טובי' האט געשריבן:די קומענדיגע קאפיטל איז שוין געשריבן, ס'ברויך נאר אדורכגיין א הגהה.

ער גייט עפעס נישט דורך...
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: צפת'ער השראות ח"ג - א גרינע קאלדרע, סטעילד קרעקערס, און א צעעפנטע פושקע חומוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

סארא שפראך... קוקט אויס ס'האט זיך אנגעשטעקט אין דיר אביסל פון די צפת'ער קונסט..

מיר ווארטן אויף נאך.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

צפת'ער השראות ח"ד - בא ללמד ונמצא חוזק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

דער מאנגל אין זיץ-פלייש דא אויפ'ן באס, איז מרמז אז די רייזע קומט באלד צו אן ענדע. אט אט גרייכט מען מירון און פון דארט איז מען ממשיך קיין צפת, בעזר השם. א קורצע טעלעפאנישע געשפרעך מיט די ב"ב וואס איז שוכן אין די הינטערשטע טייל פונעם באס באשטעטיגט מיין השערה.

- "סליחה, יש לך פלאפון?" [זאג, זעסטו דען נישט אז כ'האב עס יעצט פארענדיגט נוצן? נ'עוואדע האב איך…]

- "כן."

- "אני יכול לעשות שיחה קטנה?"

- "בשמחה, גם ארוכה."

שוין בתחילת הדרך איז מיין אויג אויף אים געפאלן, ער האט זיך מיישב געווען ממש פארנט פון מיר. א גאנצע וועג איז ער געזעצן איינגעקורטשעט אין זיך, צוגעקלעבט צום פענסטער און געקלאצט. יא, פשוטו כמשמעו, געקלאצט. נישט קיין עירפאונס, נישט קיין דרימל, נישט קיין ספר'ל, נישט קיין גארנישט, בלויז געקלאצט און געקלאצט. ווארשיינליך איז ער אביסל פאר'תם'ט - האב איך משער געווען. ביי אייך אין אמעריקע וואלט מען געזאגט אז ער איז SLOW, און מיינע ליטווישע שכנים וואלטן אים גערופן א 'טמבל'.

'בכמה דקות אני מגיע' איז ער מודיע פאר מיין סעלפאון. 'הייסט עס אז ער איז דא אליין', מאך איך א שנעלע חשבון. מיינסט אז ער וואוינט אין מירון? ער גייט באקליידעט מיט א פולע חסיד'ישע טראגע. נו, ווער זאגט אז ס'איז א סתירה? בכל אופן וואלט געווען אינטערעסאנט צו פארפירן מיט אים א שמועס.

'אתה נוסע לבד?' פרעג איך אים. ער שאקלט יא. 'יש לך קרובים שם במירון?' בין איך ממשיך. 'לא, אנחנו גרים באור הגנוז.' - 'ואתה לומד בירושלים במשך השבוע' ערגענץ איך דעם בילד. ער שאקלט מיט אלס הסכמה.

[אור הגנוז איז א דערפל בשכינות פון מירון.]

"וויאזוי איז דאס לעבן אין אור הגנוז?". א פינק פון שטאלץ דערקענט זיך אין זיינע אויגן. "די לעבן דארט איז זייער שיין, אונז האבן א מוסדות, א ביהמ"ד און א מקוה." אויב אין אנהייב האט ער גערעדט גאנץ טרוקן האט זיין שטימע יעצט באקומען א חיות.

- "אזוי גאר? א חסידישע מוסד אדער א ליטווישע?"

- "די רוב איז חסידיש, ס'זענען דא אפאר ספרדישע משפחות אויך, אבער זיי זענען ממש א מועט."

- "וואו, זייער שיין."

ער זעט מיר אויס צו זיין גאנץ באקוועם מיטן שמועס, די אייז האט זיך לייכט אויפגעלאזט, ער האט מיר שוין אפי' פארגינט א שמייכל, אלזא, די צייט איז אנגעקומען, די ציל איז ערייכט, כ'קען מיט אים רעדן אפן. כ'קען מיט אים רעדן איבער עפעס וואס נייגערט מיר שטארק...

- "זאג, דו לערנסט אין ירושלים, ריכטיג? אין וועלעכע ישיבה לערנסטו?" אקעי, ס'פארט פיין, לא נס שמייכלו, זעט אויס אז איך בין אויפן ריכטיגן טרעק.

- "עמלה של תורה."

- "האסט אמאל באמערקט אז דו זאלסט זיין אנדערש פון דיינע שטאטישע חברים?"

- "אוודאי אזוי."

- "וואו דערקענט זיך עס?"

- "ס'דערקענט זיך אין אסאך הינזיכטן, אבער בעיקר דערקענט זיך עס אין די בליק אויף די וועלט."

- "וואס הייסט?"

"הירושלמים הם בתוך ריבוע" זאגט ער מיר במתק לשונו. "זייער גאנצע לעבן דרייט זיך ארום פאליטיק, זאל עס זיין וועלטליכע פאליטיק, זאל עס זיין חסידישע פאליטיק. געלט מיט פאליטיק איז ביי זיי אלעס, ס'קען זיך אמאל דאכטן אז זיי האבן נישט קיין משפחה. מ'קען מיינען אז זיי האבן נישט קיין תכלית דא אויף דער וועלט. האסט אמאל געזען א ירושלימער (לייען: שטאטישער) זיצן און טראכטן? טראכטן איבער זיך? איבער זיין משפחה? איבער זיין לעבן? אלס איז ער פאריאגט און פארנומען. און מיט וואס איז ער פארנומען? מיט הוילע הבלים וואס מאכן גארנישט אויס אין זיין לעבן"

און דא איז די באס געקומען צו אן אפשטעל, כהאב זיך ווארעם געזעגנט פון מיין נייע פריינט - דער בחור'ל וועס האט מצליח געווען מיט אויפצושאקלען ביז די טיפעניש פון מיין נשמה - ער האט געכאפט זיינע געפעק, מיר געשאנקען א געזעגנונגס שמייכל, און ער איז אראפ פון די באס.

די איבריגע שטיקל וועג ביז קיין צפת בין איך געזעצן איינגעקורטשעט אין זיך, צוגעקלעבט צום פענסטער און געטראכט. יא, פשוטו כמשמעו, געטראכט. נישט קיין עירפאונס, נישט קיין דרימל, נישט קיין ספר'ל, נישט קיין קול מבשר, נישט קיין גארנישט, בלויז געטראכט און געטראכט. מיינע ארומיגע האבן מיר ווארשיינדליך אנגעקוקט ווי א פאר'תם'טער אדער ווי מ'זאגט ביי אייך אין אמעריקע SLOW, וואס מיינע ליטווישע שכנים רופן אן א 'טמבל', אבער איך האב נישט געהאט קיין צייט צו טראכטן איבער דעם, איך בין געווען פארנומען מיט אנדערע מחשבות. מחשבות איבער מיך, מחשבות איבער מיין לעבן.

איך האב אלס געוויסט אז די דארפישע איינוואוינער זענען אין א קעסטל, אבער אז איך בין גאר דער מצומצם דאס איז מיר נישט איינגעפאלן. זעט אויס אז איך האב נאך וואס זיך צו לערנען...

ווי זאגט סאכדעס אין אזא פאל? בא ללמד ונמצא חוזק...

שוין, כ'בין אביסל פארקראכן פון צפת, אבער דאס איז געווען א טייל פון מיין איבערלעבעניש, האב איך עס מיטגעטיילט. המשך יבא בעזרת השם.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: צפת'ער השראות ח"ד - בא ללמד ונמצא חוזק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מאסיוו! אזוי זיס אראפצולייגן די נקודה...
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: צפת'ער השראות ח"ד - בא ללמד ונמצא חוזק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Wow

שוין אריינגעכאפט א מוסר פארציע אינאיינוועגס..

(תרתי משמעי)
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: צפת'ער השראות ח"ד - בא ללמד ונמצא חוזק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

איבערגענומען! שפתים ישק! זיסע פעדער! ייש''כ.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

אייזן! דיינע אבזערוואציעס,
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

בשעה שיש האט געשריבן:אייזן! דיינע אבזערוואציעס,

:smile: ב"ה
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ער השראות ח"ד - בא ללמד ונמצא חוזק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

בניהו האט געשריבן:מאסיוו! אזוי זיס אראפצולייגן די נקודה...

איש האשכולות האט געשריבן:Wow

שוין אריינגעכאפט א מוסר פארציע אינאיינוועגס..

(תרתי משמעי)

בשעה שיש האט געשריבן:איבערגענומען! שפתים ישק! זיסע פעדער! ייש''כ.

א דאנק אייך אלע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”