צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

די צפת'ער לופט האב איך שוין עטליכע מאל געאטעמט, געלויבט גא-ט, אבער יום שבתון האב איך נאכנישט זוכה געווען דארט צו זינגען. פון שטוב האט מען אבער מודיע געווען אז דער צייט איז געקומען און מ'האט געטראפן א שיינע דירה'לע ארויסצודינגען אויף א וויקענד. קיין סאך האט מען נישט געצעגערט, די צפת'ער נשמות זענען נאך ווערד אזויפיל אז יצחק טובי' זאל אפירקראצן 600 שקל אויף זיי צו באזוכן, טא וואס איז נאך דא זיך צו ספק'ענען? "רוף שוין צוריק זאגן אז מ'נעמט עס" האב איך רעאגירט, ווען אין תוך פארגעס איך נישט צוצולייגן "נישט געבן קיין קרעדיט קארד נומער, מיט די צפת'ער מפוקפקים קען מען גארנישט וויסן".

פון דארט און ווייטער איז דער טאג געפארן ווי אבק פורח, איידער וואס-ווי-ווען בין איך געווען אויפ'ן וועג אהיים, און תיכף שוין אין טרעפן צימער, אויסגעלערט די פאסט קעסטל, באשטעלט דעם עלעוועיטאר, און אויפגעפראלט די טיר.

נאך איידער די רעבעצין האט געהאט א געלעגנהייט מיר צו פנים יפות'ן מיט איר רוטינער א גוטן, האב איך תיכף קלארגעשטעלט אז אויף איר טשולענט געב איך בשום אופן נישט אויף, יהי' מה שיהי' און א טשולענט וועט זיין. ווי ס'שיינט האט די קאמפלימענט איר גאנץ פיין געשמעקט, אזוי אז זי האט באוויליגט צו פארציכטן אויף די באקוועמליכקייט פון גרייטע מאכלים דעליווערט צום טיר, און אין איינוועגס מיר געשפארט א היבשע הוצאה.

די איבריגע הכנות זענען אריבער אן אינצידענטן, די רענצלעך געזיפערט, די לעקטערס פארלאשן, די קעש אין פריזער, ויסעו…

ווייטערדיגע באריכטן וועלן בעזר ד' נאכפאלגן.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

ווי די קעש ליגט ווייס איך שוין, יעצט געב מיר נאר פליז דיין אדרעס....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

חחח...
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובה דורך הר גריזים »

גאר געשמאק! זיי ממשיך
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

הר גריזים האט געשריבן:גאר געשמאק! זיי ממשיך

מיטן אויבערשטנס הילף ווען ס'וועט זיין מיט וואס, גיי'מיר זיך באלד ארויסלאזן.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צו פארן קיין צפת דארף מען איינפרירן די אקאונטס??

יצחק געוואלדיגע פארשפייז
האף מיר נאך דעם קומענדיגן שבת צו שפירן א מעין שבת צפת
אויב מ’וועט ווייטער הערן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

יצחק טובי' האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:גאר געשמאק! זיי ממשיך

מיטן אויבערשטנס הילף ווען ס'וועט זיין מיט וואס, גיי'מיר זיך באלד ארויסלאזן.

אופפססס כ'האב געמיינט באשרייבסט א געוועזענע נסיעה, נישט געוויסט אז מיר האלטן יעצט מיט די נסיעה לייוו....

ביטע האלט דעם עולם אינפארמירט מיט יעדע אפדעיט, און פארגעס נישט צו באריכטן וויאזוי די טשולענט איז געלונגען..
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:צו פארן קיין צפת דארף מען איינפרירן די אקאונטס??
"מיט די צפת'ער מפוקפקים קען מען גארנישט וויסן..."

יצחק געוואלדיגע פארשפייז
ב"ה.
האף מיר נאך דעם קומענדיגן שבת צו שפירן א מעין שבת צפת
אויב מ’וועט ווייטער הערן
בעזרת השם.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

הר גריזים האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:גאר געשמאק! זיי ממשיך

מיטן אויבערשטנס הילף ווען ס'וועט זיין מיט וואס, גיי'מיר זיך באלד ארויסלאזן.

אופפססס כ'האב געמיינט באשרייבסט א געוועזענע נסיעה, נישט געוויסט אז מיר האלטן יעצט מיט די נסיעה לייוו....

ביטע האלט דעם עולם אינפארמירט מיט יעדע אפדעיט, און פארגעס נישט צו באריכטן וויאזוי די טשולענט איז געלונגען..

די טשאלענט שמעקט גאר פיין ב"ה, אפדעיטס וועט זיך ווענדן אויב איך וועל דארט האבן קאמפיוטער עקסעס, סייווי וועט די חלק הארי נאכפאלגן קומענדיגע וואך בעז"ה.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

גוט גוט!!!

זאפטיגע שפראך!

(באזונדער א גרינע פאר דיין שיר הנדחת...)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

פופציגער האט געשריבן:גוט גוט!!!

זאפטיגע שפראך!

(באזונדער א גרינע פאר דיין שיר הנדחת...)

פון פופציגער גאר... שמעקט מיר גאנץ פיין... שכח.

(אויך פאר דעם.)
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

יצחק טובי' האט געשריבן:די צפת'ער לופט האב איך שוין עטליכע מאל געאטעמט, געלויבט גא-ט, אבער יום שבתון האב איך נאכנישט זוכה געווען דארט צו זינגען. פון שטוב האט מען אבער מודיע געווען אז דער צייט איז געקומען און מ'האט געטראפן א שיינע דירה'לע ארויסצודינגען אויף א וויקענד. קיין סאך האט מען נישט געצעגערט, די צפת'ער נשמות זענען נאך ווערד אזויפיל אז יצחק טובי' זאל אפירקראצן 600 שקל אויף זיי צו באזוכן, טא וואס איז נאך דא זיך צו ספק'ענען? "רוף שוין צוריק זאגן אז מ'נעמט עס" האב איך רעאגירט, ווען אין תוך פארגעס איך נישט צוצולייגן "נישט געבן קיין קרעדיט קארד נומער, מיט די צפת'ער מפוקפקים קען מען גארנישט וויסן".

פון דארט און ווייטער איז דער טאג געפארן ווי אבק פורח, איידער וואס-ווי-ווען בין איך געווען אויפ'ן וועג אהיים, און תיכף שוין אין טרעפן צימער, אויסגעלערט די פאסט קעסטל, באשטעלט דעם עלעוועיטאר, און אויפגעפראלט די טיר.

נאך איידער די רעבעצין האט געהאט א געלעגנהייט מיר צו פנים יפות'ן מיט איר רוטינער א גוטן, האב איך תיכף קלארגעשטעלט אז אויף איר טשולענט געב איך בשום אופן נישט אויף, יהי' מה שיהי' און א טשולענט וועט זיין. ווי ס'שיינט האט די קאמפלימענט איר גאנץ פיין געשמעקט, אזוי אז זי האט באוויליגט צו פארציכטן אויף די באקוועמליכקייט פון גרייטע מאכלים דעליווערט צום טיר, און אין איינוועגס מיר געשפארט א היבשע הוצאה.

די איבריגע הכנות זענען אריבער אן אינצידענטן, די רענצלעך געזיפערט, די לעקטערס פארלאשן, די קעש אין פריזער, ויסעו…

ווייטערדיגע באריכטן וועלן בעזר ד' נאכפאלגן.

שיין שיין
נישט געוואוסט אז מ'קען האבן א דירה'לע פאר 600 שקל, איך האב געצאלט פיל מער, אבער די שפעזן איז ווערט געווען, וועל מיר זען וואס דו האסט הנאה געהאט
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

תג נוצער האט געשריבן:שיין שיין

מסתם האסטו גענומען א דירה אין אלטשטאט, ריכטיג?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יצחק טובי' האט געשריבן:די צפת'ער לופט האב איך שוין עטליכע מאל געאטעמט, געלויבט גא-ט, אבער יום שבתון האב איך נאכנישט זוכה געווען דארט צו זינגען.

מסתם האסטו געוואלט מקיים זיין דעם 'ושם ינוחו יגיעי כח'.. (עם האותיות והכולל גימטריא צפ"ת עה"א)...
די קשיא איז נאר, ווי קומט עס צו
יצחק טובי' האט געשריבן:אז יצחק טובי' זאל אפירקראצן 600 שקל אויף זיי צו באזוכן,

צפ"ת איז דאך נאר 570...
נאר הוא מותיב והוא מפרק..
יצחק טובי' האט געשריבן: מיט די צפת'ער מפוקפקים קען מען גארנישט וויסן".
חוח בין השושנים האט געשריבן:
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

יצחק טובי' האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:שיין שיין
נישט געוואוסט אז מ'קען האבן א דירה'לע פאר 600 שקל, איך האב געצאלט פיל מער, אבער די שפעזן איז ווערט געווען, וועל מיר זען וואס דו האסט הנאה געהאט

מסתם האסטו גענומען א דירה אין אלטשטאט, ריכטיג?

נכון
דאס איז דאך די שיינקייט
אונטער שאטן פון א מילגרוים בוים
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

אוראייניקל האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:די צפת'ער לופט האב איך שוין עטליכע מאל געאטעמט, געלויבט גא-ט, אבער יום שבתון האב איך נאכנישט זוכה געווען דארט צו זינגען.

מסתם האסטו געוואלט מקיים זיין דעם 'ושם ינוחו יגיעי כח'.. (עם האותיות והכולל גימטריא צפ"ת עה"א)...
די קשיא איז נאר, ווי קומט עס צו
יצחק טובי' האט געשריבן:אז יצחק טובי' זאל אפירקראצן 600 שקל אויף זיי צו באזוכן,

צפ"ת איז דאך נאר 570...
נאר הוא מותיב והוא מפרק..
יצחק טובי' האט געשריבן: מיט די צפת'ער מפוקפקים קען מען גארנישט וויסן".

דער בחור איז פאר די ביכער...
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

תג נוצער האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:שיין שיין
נישט געוואוסט אז מ'קען האבן א דירה'לע פאר 600 שקל, איך האב געצאלט פיל מער, אבער די שפעזן איז ווערט געווען, וועל מיר זען וואס דו האסט הנאה געהאט

מסתם האסטו גענומען א דירה אין אלטשטאט, ריכטיג?

נכון
דאס איז דאך די שיינקייט
אונטער שאטן פון א מילגרוים בוים

כ'האפ דו האסט נישט געהאט קיין מילגרוים בוים אין דיין דירה...
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

ווארט מיר פאר די אפדעיטס! יישר כח! זיסע שפראך! אורי דיר קומט זיך אן עקסטערע גרינע.. יצחק איר זענט אן אמעריקאנער?
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

כ׳האף אז די האסט מיטגענומען נ נח מיט
יחי אדונינו קאפלעך
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

או הא, אז דו פארסט אויף צפת, דארף איך דיך שיקן צו א גוטן איד דארט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיין שיין, ווארטן מיר אויפ'ן המשך
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פופציגער. האט געשריבן:גוט גוט!!!

זאפטיגע שפראך!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

לכאורה האט געשריבן:שיין שיין, ווארטן מיר אויפ'ן המשך

א דאנק אייך טייערע מנהל אויף די צייט וואס איר האט אוועקגעגעבן עס מגי' צו זיין.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

סאכדעס האט געשריבן:או הא, אז דו פארסט אויף צפת, דארף איך דיך שיקן צו א גוטן איד דארט.

לעבעדיגע גריסן פון סאכדעס, האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה בלויז אויף דעם פאון קאלל...
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: צפת'ע השראות - א שבת אויף די צפת'ע לופט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

בשעה שיש האט געשריבן:ווארט מיר פאר די אפדעיטס! יישר כח! זיסע שפראך! אורי דיר קומט זיך אן עקסטערע גרינע.. יצחק איר זענט אן אמעריקאנער?

פון געבורט אויס? יא.
חמרא האט געשריבן:כ׳האף אז די האסט מיטגענומען נ נח מיט
יחי אדונינו קאפלעך

:lol:
היסטאריש האט געשריבן:
פופציגער. האט געשריבן:גוט גוט!!!

זאפטיגע שפראך!

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”