פארוואס פונקט איך?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א טינקעלער געשטאלט דערווישט זיך אריין ביי די טינקעלקייט פון די נאכט הונטער דער שענסטע הויז אין פיונגיאנג, דער הויפטשטאט פון נארט קארעא. דער מאן, אן עקספערט אין זיך אהערשטעלן אומבאמערקט, איז אנגעטון אינגאנצן שווארץ און דרייעט זיך צווישן די ביימער, און אפילו זיין שאטן קען מען נישט באמערקן. די געשטעלטע וועכטער וואס באוואכן דעם גאנצען ארום, פאטראלירן אן אויפהער דעם גאנצן געביט אפצוהאלטן אריינדרינגער. אבער דער מאן, וואס מאכט יעצט זיין וועג צום פענסטער פונ'ם הויז, איז געווען א פיפיגער מיט אויסערגעווענטליכע פעהיגקייטן און האט באוויזן איבערצוקומען די מאסיווע באוואכונגען און גלייך צוגעגאנגען צום פענסטער פון הונטערן הויז און זיך אריינגעשלייכט אינעווייניג אינ'ם הויז, וואס האט באלאנגט פארן אינערן מיניסטער פון נארט קארעא, וואס נוצט זיין הויז אלס טייל פון זיין רעגירונג אפיס, און אסאך דאקומענטען מיט געהיימע אינפארמאציע ווערן דארט אוועק געלייגט.

אין יענער צייט וואס דער טינקעלער האט זיך אריינבאקומען אין זיין הויז, איז דער מיניסטער געווען פארנומען אין אן אנדערען צומער מיט זיין געווענליכע ארבעט. ער האט געשריבן בריווען, געזיגעלט דאקומענטן. אבער דאס האט אינגאנצען נישט אפגעהאלטען דעם אריינדרינגער צוצוגיין צו די קלאסיפיצירטע ארכיווען וואס איז געווען פלאצירט אינ'ם דערנעבנדיגן צימער. דעם שלאס, וואס דארף דאס צו באשיצען, איז ער בייגעקומען אן קיין באזונדערע שוועריגקייט, און אין א קורצע צייט האט ער געהאט אין זיין האנט די דאקומענטען וואס ער האט געזוכט. ער האט זיך אונטערגעלאכט פון אונטער זיין שווארצע מאסקע, אריינגעשטעקט די דאקומענטען אין זיין רוק זאק וואס ער האט אנגעהאט, און זיך געוואנדען צום פענסטער ארויסצוגיין פון דארט.

אבער דעמאלס האט אים אפגעווארט אן אומאנגענעמע איבערראשונג: פון הונטערן פענסטער, ממש גלייך נעבן אים, זענען געשטאנען א גרופע וועכטער מיט זייער אויסגעשטרעקטע געווער געציהלט פונקט אויף אים.

באקענטס אייך מיט דזשאנג דזשין-סאק. ער איז געווען דער אגענט וואס יעדע אינטעליגענס אגענטור האט זיך געוואונטשען צו האבן. און ווער עס האט באוויזן אים צו באקומען איז געווען די סאוט קארעא אינטעליגענס אגענטור. דזשאנג האט געארבעט פאר דעם אגענטור יארן לאנג, און זיין טאלאנט האט זיך ארויסגעשטעלט ספעציעל זיך אריינצובאקומען אין אפגעהיטענע ערטער. פון מאל צו מאל איז ער געשיקט געווארן אויף אזעלכע מיסיע'ס וואס האט פארלאנגט זיין עקפערטיז זיך אריינצוזען געשיקטערהייט צו אפגעהיטענע ערטער, אן ווערן באמערקט דורך קיינעם, און נעמען די פארלאנגטע שטאף, און ארויסגיין שנעל און גלאטיג אן קיין אינצידענט. דזשאנג איז קיינמאל נישט דארכגעפאלן מיט זיין מיסיע, און איז קיינמאל נישט געכאפט געווארן. ביז יעצט.....

דזשאנג קוקט אויף צוריק, שאצט אפ זיינע אפציעס, אבער דאן קומען צו דריי וועכטער מיט אויסגעשטרעקטע געווער. דזשאנג איז געקומען צום באשלוס: איך האב נישט קיין וועג מיך ארויסצוזען פון דא! ער האט טאקע געקענט שיסן אויף די וועכטער, אבער ער האט געוואוסט אז מיט דעם ענדיגט ער אויך זיין לעבן.

דזשאנג האט אויפגעהויבן זיינע הענט צו ווייזן אז ער גיבט זיך אונטער, און די וועכטער האבן אים געקייטעלט. 'ווער האט זיי אויסגעזאגט אז איך בין דא?' האט ער געטראכט צו זיך בשעת זיי האבן אים ארויסגעפירט. 'איך בין זיכער אז קיינער האט מיך נישט באמערקט דא אריינקומען' האט ער ווייטער געטראכט. 'דאס מוז זיין איינער פון אינעווייניג, איינער וואס האט געוואוסט פון דעם באהאלטענעם מיסיע וואס איז געגאנגען און פארציילט פאר די נארט קארעא'ר'.

ער האט נישט געהאט קיין סאך צייט צו טראכטן. די נארט קארעא'ר האבן זיך געפריידט אויף דעם פעטן ביינדל וואס איז אריינגעפאלן אין זייער הענט, און נאך א קורצע אויספארשונג אים אריינגעשליידערט אין טורמע, וואס איז געווען באוואכט מיט די שטערקסטע זיכערהייט מיטלען.

דזשאנג האט נישט פארברענגט קיין מינוט, און פון די סעקונדע וואס מען האט אים אריינגעפירט אין זיין טורמע צעל, האט ער אנגעהויבן צו גרינטליך דורכקוקן דעם גאנצען ארום, אויפצומערקן שוואכע פונקטן, זיך צו אויסלערנען די צייטן ווען די וועכטער טוישן זיך, איינצוהאנדלען עטליכע פריינט, אויסצוגעפינען פון זיי אויף וואס עס גייט פאר אינ'ם טורמע. 'איך וועל ארויסגיין פון דא, זאל זיין וואס' האט ער באשלאסן מיט א כאראקטעריסטישע פעסטקייט.

נאר דאן האט דזשאנג געהערט א בשורה וואס האט אים געמאכט ארויסלאזען די לופט פון די באלאנען. דאס איז געווען איינער פון די אויספארשער וואס האט זיך בארימט אין זיינע אויערן: 'דער וואס האט דיך איבערגעגעבן אין אונזער הענט איז נישט קיין צווייטער ווי דיין קאמאנדיר'. און אויסגעשאסן אין א ווילדע געלעכטער. פאר דזשאנג האט דאס גארנישט געמאכט לאכעדיג, פארשטייט זיך. 'אויב מיין היימלאנד האט מיך פארראטן' האט ער געטראכט צו זיך מיט ווייטאג 'צו וואס זאל איך אנטלויפן? איך האב דאך סייווי נישט ווי צוריק צו גיין'. און מיט די יאוש'דיגע געדאנקען האט ער זיך ארום געדרייעט דורכאויס די קומענדיגע טעג.

אבער פלוצלינג האט זיך דער שיסל קאפויער געשטעלט... דאס איז געווען ביי מיטאג, ווען דזשאנג איז געזעצן און געגעסן זיין מאגערע מאלצייט. א האנט לייגט זיך ארויף אויף זיין פלייצע, און א שטימע הערט זיך פון הונטער אים: "קוקט'ס ווער ס' דא...דזשאנג דזשין-סאק בכבודו ובעצמו!".

ווען דזשאנג האט זיך אויסגעדרייעט צו קוקן ווער איז דער וואס רעדט, איז ער שטארק ערשטוינט געווארן. זיין לאנג יעריגע פריינט ביי די אגענטור, דזשי טשע-יאן, שטייט דארט און שמייכעלט. "טשע-יאן! וואס טוסטו דא?" איז דזשאנג דערשטוינט געווארן. "איך האב געמיינט אז דו ביזט געהרג'ט געווארן ביי יענע מיסיע א האלבע יאר צוריק!". דזשאנג'ס פריינט האט אויסגעזען אויפגעלעבט: "יא, יעדער האט טאקע געמיינט אזוי. די נארט קארעא'ר האבן ענק געמאכט גלייבן אז דאס איז וואס איז געשען, אבער אין אמת'ן האבן זיי מיר דא איינגעשפארט צו קענען ארויסמעלקן פון מיר געהיימע אינפארמאציע".

דזשי טשע-יאן זעצט זיך אוועק און רוימט אריין אין דזשאנג'ס אויערן: "פאר א פאר טעג צוריק האט מען אויסגעפונען ביי די אגענטור אז איך לעב און איך בין דא איינגעשפארט, און זיי האבן מיר אריבערגעשיקט א געהיימע מעלדונג אז זיי פלאנירן צו שיקן הילף מיך ארויסצוזעהן פון דא. איך האב געטראכט אז עס גייען קומען צענדליגע אגענטן וואס וועלן זיך אריינברעכן דא אויף עפעס א וועג מיך ארויסצונעמען. אבער אז זיי גייען דיר שיקן, און נאר דיר, אז דו זאלסט מיר ארויסנעמען, דאס איז מיר נישט בייגעפאלן. און יעצט אז איך טראכט פון דעם, איז טאקע נישטא קיינער מער פאסיג ווי דיר פאר דעם מיסיע".

און א וואך דערויף זענען די צוויי סאוט קארעא'ר אגענטן געווען אינדרויסן פונ'ם טורמע, אויף דער פריי.

************************************************************************************************
אסאך מאל שטעלט אונז דער באשעפער אויס צו געוויסע מצבים, נישט אזעלכע באטעמ'טע אין אונזער פליישיגע אויגן, שווערע מצבים, ווי מיר וואלטן דאס גערופן.
דא איז א בחור, וואס עס גייט דארך עטליכע יאר ביז ער ווערט ענדליך א חתן, האט חתונה, און ווערט ליידער געוואהר אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מוצא.
אדער אז עס ווערט רח"ל געבוירן ביי איינעם א נישט געזונט קינד, וואס גייט פארלאנגען אסאך פלעגונגען דארך אויס די לעבנס יארן.
צו ווען מען האט דירות צו פארדינגען און א טענענט איז מחליט אז ער האט דא קונה שביתה געווען און האט מיט קיינעם גארנישט. מאכט זיך ווי ער ווייסט נישט אז עס האט א בעל הבית. רענט גייט מען נישט זען פון אים קיינמאל.
און אזוי קען זיין דוגמאות און דוגמאות וואס עס קען זיך אלס מאכן, און מיר פרעגן זיך: פארוואס, רבונו של עולם? פארוואס פונקט איך?
און דער ענטפער איז: יא! פונקט דו! דיר האט דער באשעפער אויסדערוועלט צו שטיין אויף דעם מיסיע, ווייל זעט אויס, דו ביזט דער מערסטע פאסיג דערצו, מער פון יעדעם. און ער ערווארט טאקע פון דיר, אז דו וועסט אויספירן דעם מיסיע וואס איז באשערט געווארן פאר דיר, אויף די בעסטע וועג וואס עס קען נאר זיין.
און פארשטייט זיך אז דער באשפער וועט באצאלן דעם פולן שכר פאר'ן דאס אויספירן ווי עס דארף צו זיין. נאמן הוא לשלם שכר.
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 10:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הערליך! אויסטערליש גוטע מעשה און מוסר השכל!
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

זייער גוט געשריבען,
כ'האב קודם געמיינט עס קומט א נייע פארזעצונג
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

הערליך שיין יישר כח! דער מוסר השכל איז מורא'דיג!

וועט נאך קומען א פארזעצונג וויאזוי דזשאנג האט מצליח געווען זיך ארויסצוזעהן פון טורמע? (טרעף עפעס א מוסר השכל פאר יענס אויך....)
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

עומד מן הצד האט געשריבן:הערליך שיין יישר כח! דער מוסר השכל איז מורא'דיג!

וועט נאך קומען א פארזעצונג וויאזוי דזשאנג האט מצליח געווען זיך ארויסצוזעהן פון טורמע? (טרעף עפעס א מוסר השכל פאר יענס אויך....)

הלא הם כתובים על ספר דברי הימים.
עס איז דא גענוג נאוועל ביכער מיט אזעלכע מעשיות. פיק דיך אויס איינס.
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

מורה'דיגע מורהד'יג אבער די מוסר השכל דארף מען אביסל מער אויסשמועסן
\
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א פיינעם שריפט, און זייער געשמאק אראפ געלייגט!

עכט נארמאל האט געשריבן:מורה'דיגע מורהד'יג אבער די מוסר השכל דארף מען אביסל מער אויסשמועסן

איך האב געפילט פארקערט, ווען ער פירט ווען אויס קורץ און שארף וואלט בעסער געווען
לאזנדיג דעם מח לויפן און נעמען דעם נמשל צו אסאך פלעצער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין, שטארק הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך אזוי הנאה געהאט פונעם נמשל, (און נאכמער פונעם משל).
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
WTC
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:55 pm

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך WTC »

;l;p- ;l;p- הערליך אראפ געלייגט! די נמשל איז נאך בעסער!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פארוואס פונקט איך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
יא! פונקט דאס האב איך יעצט געדארפט ליינען!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”