שאגת ארי האט געשריבן:א זייטיגע קרישקעלע
אין די אנקעטע האט ער יעדע מאל געשריבן ער/זי, בחורים - מיידלעך, איך מיין אז דאס קומט פון אסאך ליינען אומגעפילטערטע זאכן.
שרייטס נישט, איך האב גארנישט שלעכט געזאגט
איך גיי נישט שרייען אויף דיר איך גיי נאר מסביר זיין פארוואס ער האט אזוי געשריבן (בכלל דו האסט דאך א שאגת ארי און דו קענסט דאך שרייען העכער פון מיר...)
ער האט אזוי געשריבן ווייל די אנקעטע איז אויך וועגן מיידלעך. און פאר עטס הייבטס דו אויגן ברעמען, לאמיך ענק פארציילן א מעשה.
ס'געווען א 12 יעריגע מיידל וואס האט אריינגעברענגט אן אומגעפילטערטע כלי און סקול. ביז וואו וואס ווען האבן האלב פון די קלאס זיך אנגעזען כל מיני שטותים און ווידיאוס (מילד געזאגט). עס האט אפאר חדשים ביז די הנהלה האט דאס געכאפט (!), און דערנאך זענען אלע מיידלעך פון קלאס דורכגעגאנגען ספעציעלע חינוך/טעראפיע סעסיעס זיך צו קענען אויסהיילן די שאדן וואס דאס האט אנגעמאכט. אפאר זענען געפלויגן פון סקול, און כאטש איין מיידל איז צום סוף אראפ פון וועג.. דערנאך האט מען אנגעזאגט אלע עלטערן צו מאכן א שתיקה (מ'האט זיי געווארנט אז מ'גייט ארויסווארפן זייערע קינדער פון סקול), מ'האט גענומען די פרשה און עס אריינגעשטופט אין די טיפסטע קעלערן כדי עס זאל חס וחלילה נישט שאטן די רעפוטאציע פון די סקול.. איצט די ערגסטע חלק: דאס האט פאסירט 7 יאר צוריק, גיי ווייס וואס די מצב איז היינט.. איך האב פערזענליך מיט געהאלטן די גאנצע פרשה צוליב געוויסע סיבות, און ווייס אלע דעטאלן (איך וועל קיין שום דעטאלן ארויסגעבן אין אישי, אויסדרוקליך נישט).
איך האלט שוין היינט נישט מיט וואס עס קומט פאר אין סקולס/ישיבות, איז עס געווארן בעסער?! דעמאלט האט מען אויך געשריגן "אויב מ'טוט עפעס דערוועגן קען עס ווערן ערגער", "ס'נאר איין פאל..", און די אלע אנדערע ראציאנאלע חשבונות פארוואס נישט צו אפיציעל אנערקענען די פראבלעם..
ציילט נישט די צאל פון בחורים/מיידלעך וואס האבן אומגעפילטערטע כלים, פאר יעדע בחור/מיידל וואס האט א כלי איז דא 'כאטשיג' 5 אנדערע וואס "בארגן" די כלי אויף אפאר שעה. די שאדן וואס דאס מאכט אן ברויך איך נישט מסביר זיין.. זאג נישט אז די בחורים/מיידלעך וואס האבן די כלים זענען נאר די פארדארבענע וכו'.. קיינער ווערט געבוירן פארדארבן! ערגעץ הייבט זיך עס אן, און דאס מאכט זיך ביי אלע סארט משפחות פון די רבי'שע ביז די עמך אידן... מ'ברויך צו גיין צום שורש פון די פראבלעם אז קיינער זאל אריינפאלן דערין און מיטשלעפן נאך פינעף.. וואס פארדינט מען פון סתם זאגן די אפנזיכטליכע פאקט אז א בחור/מיידל וואס האט אן אומגעפילטערטע כלי האט אינערליכע אידישקייט פראבלעמען? זה פשוט הוא.. פרעג: ווי אזוי האט זיך דאס געמאכט? וויפיל אנדערע האלטן איצט פאר'ן באקומען אזוינס? ווי אזוי קען מען פארשטאפן די לאך וואס זינקט די שיף?
לאמיר רעדן וועגן טעכנעלאגיע: מ'דעבאטירט דא 4G פאונס. רבותי, 5G עקזיסטירט שוין 3 יאר! די עקספערטן זאגן אז עס גייט טוישן די גאנצע מהלך פון אינטערנעט איבער דער גארער וועלט (איך האב שוין געליינט אפאר ארטיקלען דערוועגן, אבער איך כאפ נאכאלס נישט ווי אזוי דאס גייט ארבעטן), ווער ווייסט ווי גרעסער די פראבלעם גייט דאן זיין! אילאַן מאָסק האט שוין ארויפגעשיקט 30,000 סעטעלייטס אין ספעיס וואס גייט דעקן די גאנצע וועלט מיט אינטערנעט! מ'קען שוין איצט האבן אינטערנעט אין די נארט פאול! איך טרייב נישט איבער. דער פלאנט נאך צו שיסן צענדליגער טויזנט סעטעלייטס ביז עס וועט זיין קיין אמה אויפ'ן כדור הארץ וואו עס גייט נישט זיין אינטערנעט. איך פארשטיי נישט, פארוואס זארגט מען זיך איבער 6 יעריגע טעכנאלאגיע ווען מיר ווייסן אלע אז טעכנאלאגיע מאכט פארשריט אין סעקונדעס? מארגן גייט זיין פרישע טעכנאלאגיע וואס גייט פארלייגן א פרישע, סאך גרעסערע פראבלעם, און מ'וועט זיך ברעכן קאפ "וואס טוט מען?", "פון וואנעט איז דאס געקומען?", "ווי אזוי איז דאס איינגעריסן ביים היימישן ציבור?"
קאמפיוטערס עקזיסטירן שוין 50 יאר. ווער ס'געדענקט נאך, מ'האט גע'אסר'ט קאמפיוטערס נאכפאר די אינטערנעט האט עקזיסטירט. איך גיי נישט זאגן ווי סאך עס האט געהאלפן.. אינטערנעט עקזיסטירט שוין איבער דרייסיג יאר, ווי לאנג האט עס גענומען ביז מען האט געמאכט פילטערס? קודם האט מען גע'אסר'ט די אינטערנעט לגמרי, און ווער עס האט א קאמפיוטער אינדערהיים אהן א שלאס אויף די קלאזעט האט געהאט א שווערע פראבלעם צו טרעפן מוסדות פאר זייערע קינדער. ס'האט נישט געדויערט לאנג ביז די ערשטע סארט קאמפיוטערס וואס מ'קען ארומטראגן, וואס איינשפארן אין קלאזעט העלפט נישט.. נאכדעם איז "פלוצלינג" געקומען סאשעל מידיא, אביסל שפעטער איז "פלוצלינג" געקומען מעסעדזש פלאטפארמעס, און אזוי ווייטער.
יעדע פאל האט מען געזאגט "נע, דאס גייט נישט אנקומען צום היימישן ציבור, נאר גוים נוצן דאס, לאמיר עס שנעל אפ'אסר'ן, לאמיר זיך איינרעדן אז די זאכן עקזיסטירן נישט און פטור אן עסק".. די תוצאה ברויך איך נישט מסביר זיין..
פאר ווער עס שלאפט נאך, וועקטס ענק אויף!!!
מיר זענען איצט אין א זמן אין היסטאריע וואס גייט אפמאכן די צוקונפט פון אידישקייט אינעם היימישן ציבור, אזוי אין די צייטן פון די משכילים. דאן איז עס געווען אין פארעם פון פילאזאפן מיט ביכער וואס האבן אוועקגעריסן 90% פון פון די אידישע פאפולאציע! היינט איז עס אין פארעם פון טעכנאלאגיע און אפענקייט.
די וועלט ווארט נישט און שטעלט זיך נישט צו פאר אונז. פארקערט, עס איז קריטיש. די רעגירונג וויל טוישן חינוך וכל מיני גזירות.. מ'באשמיצט אונז און אלע סארט מידיא. מ'מאכט פילמס פון אונז וואס פארבט אונז אפ מיט אלע סארט איבערגעטריבענע שטותים.. עס גייט קומען א צייט בקרוב ווען האבן אינטערנעט וועט זיין אזוי וויכטיג ווי עלעקטריק. די וועלט גרייט זיך צו פארדעם רוב זאכן וואס מ'בויט הייזער זענען שוין היינט קלוג, צב"ש טערמאסטאטס.. מ'גייט אויפהערן צו מאכן מאשינען וואס ארבעטן נאך אהן אינטערנעט. די גאנצע וועלט גרייט זיך פאר דעם. די אמעריקאנע רעגירונג ארבעט איצט צו דעקן גאנץ אמעריקע אפילו פארמס מיט ווייערס פאר שנעלע אינטערנעט, און ווי אויבנדערמאנט די סעטעלייטס.
איך וועל זיך וואגן צו זאגן אפאר זאכן וואס יעדער ווייסט אבער וויל דאס הויך נישט זאגן. אומגעפער אין תש"י האט מען גע'אסר'ט 'טעלעוויזשן', און אוי האט דאס פיין געארבעט. מ'האלט שוין זיבעציג יאר שפעטער און ס'נאכאלס נישט דא א היימיש שטוב וואס האט א טעלעוויזשן! ליידער האט היינט אסר'ן נישט די זעלבע געוויכט. מ'אסרט רעכטס און לינקס אבער דער שטן איז איז שוין א שטאפל פאראויס. אסר'ן טוט אביסל אבער נישט גענוג (געדענקטס ווען מ'האט גע'אסר'ט ליפא שמעלצער מיט ריזיגע פלאקאטן?...).
עס צייט צו מחנך זיין אלע קינדער, בחורים/מיידלעך, יונגעלייט/פרויען, און אלע יארגאנגן וואס די אינטערנעט איז מיט אלע אירע כלים, און ווי גרויס די סכנה איז און אז מ'מוז האבן א פילטער. מ'דארף מאכן דרייווס אין ישובות/סקולס וואו יעדער קען ברענגען זייערע כלים צו לייגן א פילטער אהן פרעגן סיי וועלכע קשיות.. ווייל אז נישט וועט שוין באלד קיינער ווילן א פילטער..
איך טרייב איבער? פיין. קומטס און ליינטס די דאזיגע תגובה אין 5-10 יאר ארום (ווענדט זיך ווי שנעל טעכנאלאגיע וועט לויפן), און זאגט מיר דאן אז איך בין נישט געווען גערעכט!
אני הקטן היכי תמצא