30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7050
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
די קינדער פרעגן איבער שמחת בית השואבה פארברענגענס, און מיך געפרעגט וואס פלעגט זיין אין מיינע צייטן ווען איך בין געווען זייער יאהרגאנג...
איז דען געווען?
אבער טאטי, עפעס איז געווען! ההמממ. איין נאכט פלעגט זיין א צוזאמקום אין גרויסן בית המדרש אין ק"י און שוין. איינער האט אביסל געשפילט אויף א ארגאן און אויב איינער האט געוואלט, האט מען יענעם געגעבן די מיקראפאון צו זינגען. ביידעWעי, איך דערמאן מיך טאקע, אז מיכאל שניצלערהאט גענומען דעם מיקראפאון אין די האנט "פאר די פאן אוו איט" און געזינגען! ענד די רעסט איז היסטארי!
אברהם הערש קליין איז דאן צוגעגאנגען צו אים און געגעבן א טיפ! לויט מיין חשבון איז דאס געווען אקוראט 30 יאהר צוריק.
האט איר אזא סארט דערהער מיטצוטיילן?

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2452
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
יא טאקע אמאל געהערט פון אים ערגעץ די מעשה, אז אלעס האצעך אזוי אנגעהויבן.
צו איך קען אזא מין מעשה איך קען עטליכע… אבער נישט מיט אזא ענדע ווי מיכאל…
צו איך קען אזא מין מעשה איך קען עטליכע… אבער נישט מיט אזא ענדע ווי מיכאל…
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5382
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
צום פותח האשכול, איך קען א ענליכע מעשה.... נאכער ווי מיכאל שניצלער איז געווארן באקאנט און געזונגען אויף כמעט אלע חתונות און מעמדים, האט אן אנדערע איד גערופן ר' משה יודא גאלדבערגער גענומען דעם מייק אין די האנט, און והוא פלאי, מענטשן האבן זיך געשוואוירן אז זיי הערן יעצט מיכאל.... און די רעסט איז היסטערי.....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
יאפ, שווער צו גלייבן אז שוין 30 יאר אריבער מיט מיכאל. ב.ד.וו. איך האב לעצטענס געהערט א קאסעטע פון איינע פון די ערשטע חתונות מיט מיכאל, נישט קיין טאון נישט קיין ביעט. איינער זאל זיך היינט אויפשטעלן ביי א חתונה און זינגען אזוי, טראגט מען אים ארויס בשתי ידים, אדער קוקט מען אים ווי א חסר דעה ר״ל. נישט צו גלייבן ווי מיכאל איז למעשה אנגעקומען. די נשמה פלאם סידיס איז א חידוש וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די מוזיק היסטערי. ב.ד.וו. מען האט פריער דערמאנט ר׳ משה יודא, סתם נייגעריג צו ער זינגט נאך.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
איך געדענק אין די מ"ם יארן פלעגט זיין שמחת בית השואבה אין ויואל משה, אין קינגס טערעס, און אויך אין קליימער שול (כמדומה). עס פלעגט זיין פאר די בחורי חמד, ר' בנציון משה ראזענבערג האט געשפילט מיט זיין פיר אדער פינף מאן בענד, ער פלעגט שפילן אויף עטליכע כלי נשיפה (בעיקר קלארינעט, און סעקסעפאון), עס איז נישט געווען קיין זינגערס, אבער ס'האט געבאכעכט ביז אין די שפעטע נאכט שעות נאך חצות.
מיט די יארן האט זיך עס אויפגעהערט, מעגליך ס'האט געהאט צוטון מיט די שיינע אויפשטייגונג פונעם ברך משה'ס טישן, אין די סוכה הגדולה אויף בעדפארד אין די אנהייב נו"ן יארן.
מיט די יארן האט זיך עס אויפגעהערט, מעגליך ס'האט געהאט צוטון מיט די שיינע אויפשטייגונג פונעם ברך משה'ס טישן, אין די סוכה הגדולה אויף בעדפארד אין די אנהייב נו"ן יארן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 286
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
האבן מיר טאקע אנגעצינדן מיכאל'ס שמחת בית השואבה טעיפ אינדערהיים און געהאפקעט מיט די קינדער א-ווי מיכאל קען הייבן!
דאכצעך אז די ניגון "אוי ושמחת! אוי בחגך!" האט ער אריינגעברענגט, אזוי אויך והראנו בבנינו און נאך.
דאכצעך אז די ניגון "אוי ושמחת! אוי בחגך!" האט ער אריינגעברענגט, אזוי אויך והראנו בבנינו און נאך.
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
אוודאי געדענקן מיר, און די ליין וויאזוי מהאט געטאנצן, אריין און ארויס.
ר דוד כהן ז"ל האט זיכער געמאכט אלעס קלאפט
ר דוד כהן ז"ל האט זיכער געמאכט אלעס קלאפט
- אטעטשמענטס
-
- animate-stroke-full.gif (8.89 KiB) געזען 3320 מאל
#בשיטה נישט
- ראש המערכה
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
- לאקאציע: Upstate
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
איך האב אמאהל ציגענומען די מייק פונעם רעדנער ביי א פראטעסט אינמיטן די הויכע טעינער...
די רעסט איז היסטערי...
די רעסט איז היסטערי...
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5382
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
נא_שכל האט געשריבן:איך געדענק אין די מ"ם יארן פלעגט זיין שמחת בית השואבה אין ויואל משה, אין קינגס טערעס, און אויך אין קליימער שול (כמדומה). עס פלעגט זיין פאר די בחורי חמד, ר' בנציון משה ראזענבערג האט געשפילט מיט זיין פיר אדער פינף מאן בענד, ער פלעגט שפילן אויף עטליכע כלי נשיפה (בעיקר קלארינעט, און סעקסעפאון), עס איז נישט געווען קיין זינגערס, אבער ס'האט געבאכעכט ביז אין די שפעטע נאכט שעות נאך חצות.
מיט די יארן האט זיך עס אויפגעהערט, מעגליך ס'האט געהאט צוטון מיט די שיינע אויפשטייגונג פונעם ברך משה'ס טישן, אין די סוכה הגדולה אויף בעדפארד אין די אנהייב נו"ן יארן.
ריכטיג...קליימער שול האט נישט מאריך ימים געוועזן נאר ממש 2-3 יאר.....דענקעך פיינע שלעגעריי'ען מיט א שפילער וואס האט געהאט ארויפגעלייגט א כתובת קעקע אויפן ארעם....אוי איז געווארן טעגלאש'דיג דארטן....
פאר די ויואל משה שמחת בית השואיבה פלעגט מען צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור.... מיט די יאר'ן האט זיך עס אויפגעהערט ווייל די געלט איז שוין נישט אריינגעקומען צו דעקן די לעכער....און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס איז היינט דא מער לעכער אין אלע בעקערייען בריוח עיין ב'פארברענגען ותמצא חלות..... דאכטציך איין יאר געדענק איך ווי ר' יואל סאנדעל ע''ה בן ר' שלום זייענדיג א יונג בחור האט זיך צוגעזעצט צום דראם סעט, אוי האט ער געזעצט דארטן..... ר' יצחק בערנאטה פלעגט זיך אויך משתתף זיין דארטן מידי שנה בשנה.....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
- לאנגער שטעקן
- שר מאה
- תגובות: 192
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 16, 2023 5:54 pm
- לאקאציע: צווישן קאסוב און וויזשניץ...
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
ס'איז שווער צו שרייבן איבער אזא יוד ווי מיכאל ע''ה זיין גאנץ לעבן האט ער אוועק געגעבן צו משמח זיין יודישע קינדער כאטש ער אליינס האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן
יהא זכרו ברוך
יהא זכרו ברוך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 798
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm
Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?
ר׳ משה יודא איז און די פעקעדש פון פרדסא גוטן האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 01, 2021 12:32 amיאפ, שווער צו גלייבן אז שוין 30 יאר אריבער מיט מיכאל. ב.ד.וו. איך האב לעצטענס געהערט א קאסעטע פון איינע פון די ערשטע חתונות מיט מיכאל, נישט קיין טאון נישט קיין ביעט. איינער זאל זיך היינט אויפשטעלן ביי א חתונה און זינגען אזוי, טראגט מען אים ארויס בשתי ידים, אדער קוקט מען אים ווי א חסר דעה ר״ל. נישט צו גלייבן ווי מיכאל איז למעשה אנגעקומען. די נשמה פלאם סידיס איז א חידוש וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די מוזיק היסטערי. ב.ד.וו. מען האט פריער דערמאנט ר׳ משה יודא, סתם נייגעריג צו ער זינגט נאך.