דו ביסט גרייט צום יום טוב!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

דו ביסט גרייט צום יום טוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

מען האלט קורצליך פארן אנקום פונעם הייליגן יום טוב סוכות, און צומאל קען זיין אז א מענטש פילט ווי ער איז נאך בכלל נישט גרייט צום דערהויבענעם טאג וואס קומט שוין אט אט.
צו איז עס ווייל ער פילט ער האט נאכנישט געלערנט גענוג פון די ספרים הק', צו איז עס ווייל ער שפירט סתם א קאלטקייט, אבער אזוי שפירט ער, און ער איז צובראכן ביי זיך, ס'קומט אזעלכע גרויסע מצוות, סוכה, לולב ואתרוג, קדושת היום ועוד און ער איז נישט געהעריג גרייט דערפאר.

דארף מען געדענקן, אז וויפיל די ספרים הק' זענען נאר מאריך אויף די גרויסקייט פון יום טוב מיט אלע כוונות און געדאנקן, איז אבער קודם דא די אלף בית, די ערשטע זאך איז אז מען האט פשוט א כשר'ע סוכה ווי מען גייט זיצן אויף יום טוב און עסן די סעודות, דאס איז א דאורייתא און די עיקר, בסוכות תשבו שבעת ימים! ווי אויך האט מען א כשר'ע לולב ואתרוג וואס מען גייט שאקלן און פשוט מקיים זיין דעם מצוה פון ולקחתם לכם!

און דאס אליין, אפילו מען ווייסט גארנישט, מען האט נישט קיין שום טיפערע ידיעה אין די מצוה נאר די עצם קיום המצוה, איז דאס אליין די גרעסטע שמחה און חיות, מען קען זיך באמת מקשר זיין דערצו און אריינגיין אין א גאר גרויסע שמחה און חיות דערפון, די עצם זאך מען איז זוכה צו טון די רצון ה', מען איז מקיים אזעלכע מצוות!! אשרינו!!

און באמת, אלע כוונות און אורות המצוה ליגן דאך טאקע אין די פשוטע קיום המצוה, די כוונות איז נאר די עמקות און פנימיות פון די פשוטע טריקענע קיום המצוה בגוף, איז אוודאי אשרי מי שזוכה אז ער ווייסט טאקע די עמקות הכוונה, אבער למעשה ווען א איד טוט עס טאקע געשעט ממילא די אלע תיקונים און כוונות, ווייל אלעס איז דאך נכלל אין די מצוה וואס מען איז מקיים, אז מען זיצט אין א סוכה כהלכה באקומט מען אלע אורות און השפעות וואס איז מבואר אין אלע ספרים אז די מצוה פון סוכה ברענגט אפילו מען ווייסט עס נישט, און די זעלבע מיט לולב ואתרוג, און בעצם אלע מצוות פונעם יאר.

און באמת שטייט אין די ספרים אז אפילו אויב מען ווייסט גאר אסאך, איז אבער ווען ס'קומט למעשה דארף מען אלעס אוועקלייגן און עס טון מיט א תמימות ופשיטות און מיט א פשוטע כונה און שמחה אז מען טוט א מצוה כרצון ה'! און ווי מען זאגט פון צדיקים אז די גרעסטע כונה איז 'אשר קדשנו במצוותיו וציונו' און אין דעם איז שוין נכלל אלעס, און נאך אפילו סאך מער ווי וואס מען ווייסט.

און דער נקודה קען מען טאקע אויך מיטנעמען א גאנצע יאר, די שמחה פון די עצם מצוה, אשר קדשנו במצוותיו, מען איז זוכה צו טון א מצוה דא אויף דעם נידריגן עולם השפל וויאזוי מען קוקט נאר אויס איז מען זוכה צו אנטון תפלין, היטן שבת, לערנען תורה, עסן אין א סוכה, שאקלן לולב ואתרוג, עסן כשר'ס, זיך היטן פון עבירות וכו'.

און ווי עס איז מבואר אין די ספרים (כך מובא בשיחות הר''ן ומהנועם אליעזר מסקולען) איז טאקע כדאי צו ארויסזאגן פאר יעדע מצוה 'הריני מקשר עצמי לכל הצדיקים שבדורינו ולכל הצדיקים שוכני עפר', וואס דאן נעמען עס די צדיקים און זענען עס מעלה מיט די ריכטיגע שלימות און מיט אלע כוונות הראויים.

זאל מען טאקע זוכה זיין צו טון אלע מצוות פונעם יום טוב כדבעי און טאקע באקומען די אלע אורות און קירבת אלקים וואס זענען באהאלטן אין די מצוות, און זוכה זיין טאקע צו א גאנץ יאר ריכטיג דינען דעם אייבערשטן כראוי בשמחה ובנחת בהרחבת הדעת.
לעצט פארראכטן דורך גראזעלעך אום מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 5:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דו ביסט גרייט צום יום טוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

גאר שטארק
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: דו ביסט גרייט צום יום טוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שטארק, קום ארויף אפטער
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דו ביסט גרייט צום יום טוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

זייער שטארק. איך האב זייער הנאה געהאט.

ש'כח כבוד הרב.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דו ביסט גרייט צום יום טוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א מחי’ צו הערן אזוינע וויכטיגע זאכן
יישר כח ניחמתנו
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דו ביסט גרייט צום יום טוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שכח
ריכטיגע ווערטער..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: דו ביסט גרייט צום יום טוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער שיין, אוי רבי רבי רבי, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר..............
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”