היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל.

וואס איז געשען? הערט א מעשה. די ד' מינים סוחרים פלעגן זיך אפרעדן פאר די האלסעילער אז זיי צאלן טבין ותקילין פאר יעדן אתרוג, און זיי בלייבן למעשה איבער מיט סחורה. זענען די האלסעילער פאראיין ארויסגעגאנגען מיט א גוט פארשלייערטן PR קאמפיין אז יעדער זאל קויפן ד' מינים פאר די בחורים און אינגלעך, וואס דאס פארקויפט מען געווענליך אין די ענדע אזוי ארום בלייבט מען נישט איבער מיט סחורה. נישט קיין פראבלעם. אבער דאס אוועקמאכן און אפחוזק'ן פון אונזערע עלטערן און זיידע'ס פארוואס זיי האבן נישט געקויפט ד' מינים פאר די בחורים און אינגלעך, דאס האט מיך ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט.

מיין זיידע האט געצאלט אן אתרוג 8 מיאות, און מיין טאטע זז"ג צאלט נאענט צו דעם. דאך איז זיי קיינמאל בייגעפאלן צו קויפן פאר זייער קינד ד' מינים. פארוואס? איך ווייס נישט. און ס'אינטערעסירט מיר נישט. אבער צו גיין זאגן צווישן די שורות אז דאס קומט צוליב א געוויסע גייציגקייט?

איך טו נישט אלעס ממש וואס מיין טאטע טוט, אבער ווען עמיצער פראוואקירט מיר דערקעגן, דאן וועל איך קיינמאל נישט טון אנדערש.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואו מאכט מען חוזק? א קאמפיין האב איך געזעהן.

און סהאט טאקע עכט נישט קיין פשט פאר א בחור נישט צי האבן א סעט. א יונגל נא מילא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עכט עכט ברויך א בחור האבן א סעט. יעצט א אינגל האט באקומען א סעט ווייל די ערשטע טאג קענסטו אים טאקע מקנה זיין דיין אתרוג, אבער צוריק גייט עס נישט, מה שאין כן א בחור וואס קען דיר עס צוריק מקנה זיין. רעד צו א מורה הוראה, ער וועט דיר בפשטות שטופן צו קויפן א סעט סיי פאר אינגלעך, און סיי פאר בחורים
אוועטאר
שרייבען
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 8:49 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבען »

[quote="ענדע צדיק!"]וואו מאכט מען חוזק? א קאמפיין האב איך געזעהן.

און סהאט טאקע עכט נישט קיין פשט פאר א בחור נישט צי האבן א סעט. א יונגל נא מילא.[/quot

אוודא האט עס א פשט אונזרע עלטרין האבן נישט געקויפט
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז מפורש אין די גמרא און שו"ע אז מען דארף יא איינהאנדלען פאר די קינדער סעטס, און בד"וו עס דארף זיין כשר עכ"פ, אז נישט איז מען נישט יוצא די ענין פון חינוך (הגם לגבי לכם די ערשטע טאג איז יא דא וואס זאגן אז מ'איז יוצא חינוך אפילו אן עס מקנה זיין).

דו ווילסט דוקא נישט טון וואס מען דארף צוליב די מארקעטער? זעהט שוין אויס ווי דער בחור אין ישיבה וואס לערנט נישט וועגן די מנהל אדער סטעף האט אים בא'עוול'ט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

שרייבען האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:וואו מאכט מען חוזק? א קאמפיין האב איך געזעהן.

און סהאט טאקע עכט נישט קיין פשט פאר א בחור נישט צי האבן א סעט. א יונגל נא מילא.[/quot

אוודא האט עס א פשט אונזרע עלטרין האבן נישט געקויפט


מען קען מיינען אונזערע עלטערן האבן דא נאכגעפאלגט עפעס א מסורה צי וואס. א נעכטיגן טאג, אונזערע עלטער (אדער עלטער עלטער) זיידעס האבן נישט געהאט קיין אייגענע ד' מינים בכלל, און אפילו ווען עס איז שוין ערמעגליכט געווארן פאר יעדן יחיד באזונדער צו קויפן איז דאס געווען גאר טייער. רבנים האבן טאקע מעורר געווען במשך הזמן, און מדקדקים האבן טאקע יא פרובירט צו קויפן פאר די קינדער אויך ווען עס איז שייך געווען, קיינער האט נישט "דוקא נישט" געקויפט פאר די קינדער.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מיין טאטע פלעגט מיר אלע יארן אלס אינגל און בחור קויפן ד' מינים, טראץ דעם וואס זיין טאטע האט אים נישט געקויפט ד' מינים, און איך פלאן אויך צו קויפן אי"ה (ווען זיי גייען אונטערוואקסן)

איך זעה נישט פארוואס נישט. עס איז אכשר דרא און עס איז היינט דא א שפע פון ד' מינים - נישט אזוי ווי אינדערהיים אמאל וואס מ'האט גענוצט 1 אתרוג פאר די גאנצע שטאט, און מ'דארף נישט אויסגעבן צופיל געלט - מ'קען באקומען פאר א בחסד'יגע פרייז א סעט, לאמיר זאגן 100 דאלער צו 150 דאלער,

א מנורה קויפסטו? ציצית? תפילין? א מחזור צום דאווענען? וואס איז דעס אנדערש? די סוחרים ווילן מאכן געלט, אקעי. ס'מיינט אבער נישט אז ס'איז נישטא קיין ענין צו קויפן.

איך בין נישט קיין דיין, און איך ווייס נישט צו ס'איז דא א חיוב צו קויפן, אבער א שיינע זאך איז עס זיכער. די קינדער וועלן זיך שפירן אסאך בעסער אז זיי האבן זייער אייגענע לולב און זיי קענען אויך שאקלען ביי הלל און ארום גיין די בימה ביי הושענות.

האקט.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך קען פארשטיין די פראסטעראציע צום קאמפיין ווייל עס זעהט אפשר אויס ווי די סוחרים פירן דעם קאמפיין און זוכן צו לייזן נאך א דאלער
איך בין אבער נישט זיכער אז די סוחרים מאכן דעם קאמפיין עס איז דא מורי הוראה וואס שטיפן עס צו טון ווי פריער דערמאנט עס איז גארנישט אנדערש פון עני אנדערע מצוה וואס בחורים זענען מחויב

ווען איך בין געווען א בחור פלעג איך בארגן פון מיין שכן א אינגערמאן די ד מינים ביי יעדן שאקל אבער עס איז נישט פראקטיש

איך זעה נישט די קאמפיין רעדן פון געלט גייציגקייט פון אונזערע עלטערן זיי שרייבן אז אמאל איז נישט געווען אזויפיל ד מינים בכלל און אויך אז דער עולם האט נישט געהאט אזויפיל געלט ווי היינט וואס איז ביידע אמת
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

צ"ק

ביי כפרות זאלסטו אויך שלאגן די גאנצע פאמיליע מיט בלויז צוויי הינדלעך אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטוהן. נישט אז ס'איז א פראבלעם, אבער איינער וואס קויפט אן עקסטער הינדל פאר יעדע קינד באזונדער האט נאכנישט אפגעשטעמפעלט זיינע עלטערן אלץ גייציג.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ר' יום טוב האט געשריבן:היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל.
מיין זיידע האט געצאלט אן אתרוג 8 מיאות, און מיין טאטע זז"ג צאלט נאענט צו דעם. דאך איז זיי קיינמאל בייגעפאלן צו קויפן פאר זייער קינד ד' מינים.

איך טו נישט אלעס ממש וואס מיין טאטע טוט, אבער ווען עמיצער פראוואקירט מיר דערקעגן, דאן וועל איך קיינמאל נישט טון אנדערש.

דאס קויפן פאר קינדער אדער כאטש פאר בחורים האט נאך אזא פשט ווי אן אתרוג פאר 800, און די משנה זעהסטו אז קינדער (בחורים אפגערעדט) האבן געהאט זייער אייגענע ד' מינים, אינזערע עלטער זיידעס פון דערהיים האבן אפילו נישט געשאקלט מיט די אייגענע ד' מינים? די מציאות איז אז ס'איז נישט געווען אזא סופליי און ווען יא האט עס געקאסט ממון ודמים אז די גאנצע שטעטל האט געקויפט צוזאמען אן אתרוג מיט מסירות נפש,
קויפן פאר דיין בחור אן אתרוג איז נאך עני טיים אזא חינוך ווי א הדר שבהדר, מיין טאטע פלעגט אויך נישט קויפן, ווייל אינז האמיר קיינער נישט געדארפט, ווייל קיין איין בחור האט נישט (איך דארף אייך נישט ערקלערן מיין געבורטס זיפקאוד, ערגעץ נעבן וואסער א שעה אוועק פון מאנסי, דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס רוב ציבור דא האט נישט געהאט און קויפט נישט פאר די קינדער)
פאטאש
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 11:31 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאש »

איינער קען ביטע ארויפלייגן בילדער פון די מארקעטינג וואס מרעדט דא
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

וויסעכנישט צו מיקען עס אנרופן מארקעטינג, בכל אופן, געטריבן דעם ענין דאס יא, מיט מקורות וכו', וואטעווער.

אבער איין זאך זיכער נישט, אפגעחוזקט? קיינמאל. געלט גייציגקייט? קיינמאל. סידא תירוצים, נישט געווען גענוג סעטס, גאנעצ שטעט געהאט איין צוויי סעטס, נאך מלחמה, די רבנים אליינס זאגן דאס איז די סיבה וכו', וער האט געמאכט חויזעק?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

עירוב תבשילין האט געשריבן:מיין טאטע פלעגט מיר אלע יארן אלס אינגל און בחור קויפן ד' מינים, טראץ דעם וואס זיין טאטע האט אים נישט געקויפט ד' מינים, און איך פלאן אויך צו קויפן אי"ה (ווען זיי גייען אונטערוואקסן)

איך זעה נישט פארוואס נישט. עס איז אכשר דרא און עס איז היינט דא א שפע פון ד' מינים - נישט אזוי ווי אינדערהיים אמאל וואס מ'האט גענוצט 1 אתרוג פאר די גאנצע שטאט, און מ'דארף נישט אויסגעבן צופיל געלט - מ'קען באקומען פאר א בחסד'יגע פרייז א סעט, לאמיר זאגן 100 דאלער צו 150 דאלער,

א מנורה קויפסטו? ציצית? תפילין? א מחזור צום דאווענען? וואס איז דעס אנדערש? די סוחרים ווילן מאכן געלט, אקעי. ס'מיינט אבער נישט אז ס'איז נישטא קיין ענין צו קויפן.

איך בין נישט קיין דיין, און איך ווייס נישט צו ס'איז דא א חיוב צו קויפן, אבער א שיינע זאך איז עס זיכער. די קינדער וועלן זיך שפירן אסאך בעסער אז זיי האבן זייער אייגענע לולב און זיי קענען אויך שאקלען ביי הלל און ארום גיין די בימה ביי הושענות.

האקט.

אויב אלע בחורים וועלן האבן אן אייגענע סעט וועט ווערן א פראבלעם ווער וועט האלטן די ספר ביי די הושענות...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איש האשכולות האט געשריבן:צ"ק

ביי כפרות זאלסטו אויך שלאגן די גאנצע פאמיליע מיט בלויז צוויי הינדלעך אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטוהן. נישט אז ס'איז א פראבלעם, אבער איינער וואס קויפט אן עקסטער הינדל פאר יעדע קינד באזונדער האט נאכנישט אפגעשטעמפעלט זיינע עלטערן אלץ גייציג.


;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

נישטאמת האט געשריבן:אויב אלע בחורים וועלן האבן אן אייגענע סעט וועט ווערן א פראבלעם ווער וועט האלטן די ספר ביי די הושענות...

ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ איינער דארף עס האלטן. אין אסאך פלעצער לייגט מען עס סתם אראפ אויפן בימה
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

די וואָלט געבן דיין תפילן פֿאַר דיין זון אזווי ד מינים?
"hate will never ever win"
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געקויפט א הערליכע סעט פאר מיין זון, איך זעה בכלל נישט דא דעם פראבלעם פון ר' יומטול, יא אמאל איז נישט געווען צוגעשטעלט און היינט יא, איז וואס?
אמאל האט מען געמאכט א סוכה אויפן פייער עסקעיפ איז וואס?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

וועגן קינדער ווייס איך נישט אבער פאר בחורים איז נישטא קיין שום פשט נישט צו קויפן, די מצוה פון נענועים ביי הלל שטייט אין די משנה, אויב אן ענין פון חסידיש'ע ספרים ווילסטו דיין בחור'ל זאל טוען ק''וו דאס.
סייג לחכמה שתיקה....
תימני
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:18 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תימני »

אביסל דורך גערעדט מיט א ת"ח און ער זאגט אז עס איז גארנישט אזא גראדע הלכה
סאיז דא א סברא אז א בחור זאל שאקלען ענדערש מיט זיין טאטנס אלס "הדר"
די בחור קויפט דאך א סעט פאר 75 דאלער און ס'האט א שיינע פאר פלעקן און שווארצע פינטלעך
אבער די דיין וועט דיר זאגן ס'איז....כככשר משא"כ ווען ער שאקלט מיטן טאטנס און די טאטע זאגט פארדעם מתנה ע"מ להחזיר
איז מען יוצא לויט אלע שיטות און אפשר בעסער אלס הדר , אבער ביי נענועים (חול המעוד זיכער ) איז נישט אזוי גרינג צו ניצן דעם טאטנס
ממילא אפשר אלס דעם אויס וואלט מען יא געדארפט קויפן פארן בחור
וואס דער דיין האט מיר יא געזאגט אז פארן קינד וואלט יא זיכער גוט געווען ווען די וואלסט געקויפט א אייגנעם אתרוג,
ער זאגט אז די זאך איז נישט אן הלכה למעשה פאר מיר (שוין יעצט טריי די צו קויפן נאר פארן אינגל און נישט פארן בחור )
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

תימני האט געשריבן:אביסל דורך גערעדט מיט א ת"ח און ער זאגט אז עס איז גארנישט אזא גראדע הלכה
סאיז דא א סברא אז א בחור זאל שאקלען ענדערש מיט זיין טאטנס אלס "הדר"
די בחור קויפט דאך א סעט פאר 75 דאלער און ס'האט א שיינע פאר פלעקן און שווארצע פינטלעך
אבער די דיין וועט דיר זאגן ס'איז....כככשר משא"כ ווען ער שאקלט מיטן טאטנס און די טאטע זאגט פארדעם מתנה ע"מ להחזיר
איז מען יוצא לויט אלע שיטות און אפשר בעסער אלס הדר , אבער ביי נענועים (חול המעוד זיכער ) איז נישט אזוי גרינג צו ניצן דעם טאטנס
ממילא אפשר אלס דעם אויס וואלט מען יא געדארפט קויפן פארן בחור
וואס דער דיין האט מיר יא געזאגט אז פארן קינד וואלט יא זיכער גוט געווען ווען די וואלסט געקויפט א אייגנעם אתרוג,
ער זאגט אז די זאך איז נישט אן הלכה למעשה פאר מיר (שוין יעצט טריי די צו קויפן נאר פארן אינגל און נישט פארן בחור )

קיינער האט נישט געצווינגען צו קויפן גאבידש פאר בחור.

כ'מיין ס'איז אויך מער מהודר צו בארגן דיין תפילין פארן בחור ווי איידער ער זאל לייגן עפעס ביליגע תפילין מיט א שוואכע השגחה
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

וכתימני ועוד לקרא, מיין טאטע האט אונז נאר געקויפט ביז די בר מצוה, זאגנדיג אז אלס בחור איז ענדערש אז מיר זענען יוצא אויף אן עכטן הדר, וכן נהג אביו, מורה הוראה מובהק.
געשטימט פאר ראשעק הול
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

צ"ע אויף דעם מורה הוראה מובהק, ער האט זיי געזאלט קויפן עקסטער א סעט פאר הלל נענועים און הושענות, און עקסטער זאלן זיי שאקלען יוצא צו זיין מיט זיינס, העכסטנס זאלן זיי דאס נעמען צום ערשט יוצא צו זיין, אבער נישט בכלל נישט קויפן א באזונדערע סעט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איש האשכולות האט געשריבן:צ"ק

ביי כפרות זאלסטו אויך שלאגן די גאנצע פאמיליע מיט בלויז צוויי הינדלעך אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטוהן. נישט אז ס'איז א פראבלעם, אבער איינער וואס קויפט אן עקסטער הינדל פאר יעדע קינד באזונדער האט נאכנישט אפגעשטעמפעלט זיינע עלטערן אלץ גייציג.

יא ביי כפרות טוה איך טאקע אזוי, איך קויף 2 הינדלעך פאר די גאנצע משפחה (אחוץ ערב יום כיפור)
אבער א ד' מינים וועל איך קויפן פאר יעדעם עקסטער,
ווייל דא ווייס איך פארוואס איך צאהל און דארט ווייס איך נישט,
ועוד דארט איז עס לכתחילה אזוי צו טוהן און דא איז דא שאלות,
נישט אז אונזערע עלטערן זענען נישט געווען קיין מדקדקים, נאר פשוט אמאל איז געווען א ד' מינים סעט אחד בעיר ושנים במשפחה
(אודאי נישט אין אמעריקא אבער סאיז שוין אזוי מיטגעגאנגען)
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

נישטאמת האט געשריבן:[
אויב אלע בחורים וועלן האבן אן אייגענע סעט וועט ווערן א פראבלעם ווער וועט האלטן די ספר ביי די הושענות...


ס'וועט אייביג בלייבן די אידן וואס זענען "נישט משנה" און וועלן חלילה נישט קויפן פאר זייערע בחורים, ווייל ס'איז אן אפטרעט פון די מסורה לנו...
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: היי יאר קויף איך נישט ד' מינים פאר מיין אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

סארקאזי האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:צ"ק

ביי כפרות זאלסטו אויך שלאגן די גאנצע פאמיליע מיט בלויז צוויי הינדלעך אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטוהן. נישט אז ס'איז א פראבלעם, אבער איינער וואס קויפט אן עקסטער הינדל פאר יעדע קינד באזונדער האט נאכנישט אפגעשטעמפעלט זיינע עלטערן אלץ גייציג.

יא ביי כפרות טוה איך טאקע אזוי, איך קויף 2 הינדלעך פאר די גאנצע משפחה (אחוץ ערב יום כיפור)
אבער א ד' מינים וועל איך קויפן פאר יעדעם עקסטער,
ווייל דא ווייס איך פארוואס איך צאהל און דארט ווייס איך נישט,
ועוד דארט איז עס לכתחילה אזוי צו טוהן און דא איז דא שאלות,
נישט אז אונזערע עלטערן זענען נישט געווען קיין מדקדקים, נאר פשוט אמאל איז געווען א ד' מינים סעט אחד בעיר ושנים במשפחה
(אודאי נישט אין אמעריקא אבער סאיז שוין אזוי מיטגעגאנגען)

וכן אנו נוהגים ביי כפרות 2 הינדלעך, מיט איין סעט ד' מינים, מיין פוינט איז אבער אז ווען רוב עולם אדער א חלק עולם טוישט די סטענדערד מיינט נאכנישט אז זייער טאטע איז געווען גייציג.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”