שרייזשע האט געשריבן:ירקרקות האט געשריבן:מען ברויך טוישן צוגאנג. אנשטאט אוועקצושטעלן דעם גאנצן חינוך אויף 'דעפענסיוו גיער', כלומר, וויאזוי באשיצט מען דעם בחור ער זאל נישט אנקומען צו קיין סמארט-פאון, ברויך מען עס אנשטעלן 'אפענסיוו', אוועקשטעלן דעם בחור אז אפילו ער זעט א סמארט-פאון זאל ער עס נישט וועלן, און אפילו אויב ער האלט שוין א סמארט פאון אין די הענט זאל ער נאך אלץ בלייבן א איד.
איז עס ?DOABLE אבסעלוטלי! און קיינער קען מיר נישט פארלייקענען, ווייל קיינער האט עס נאכנישט פרובירט.
מען ברויך פארשטערקערן דעם חינוך, איינבאקן די יסודות פון אידישקייט קלאר און גרונטליך, און האבן אין די עולם הישיבות מענטשן בעלי השפעה וועלכע קענען איבערגעבן און איינעמען די הערצער פון די בחורים. דער מציאות איז ליידער אז עס איז דא ווייניג ישיבות ווי עס איז בכלל דא א כח השפעה אויף די בחורים, וממילא יעדע רוח שאינו מצויה פארשלעפט זיי אינגאנצן.
לכה"פ העלפט בחורים זענען בעצם נישט קיין חלק פון די ישיבה און פון גארנישט וואס די ישיבה שטעלט מיט זיך פאר. זיי קומען צופרי און גייען ביינאכט אבער זענען בעצם דארט ווי א פרעמד געוואוקס.
עס איז פשוט מה יעשה הבן שלא יחטא, און דאן קומט מען און מען בויט אויף א שפיטאל נעבן דעם בריק.
מיר זענען נישט אין א מצב פון קענען ריכטיג אפשאצן די סכנה פון סמארטפאונס בעפאר אונזער חינוך איז אוועקגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין. לעת עתה פילן די כלים אן א VOID וואס קיין שום תקנות וחרמות וועט נישט קענען אנפילן.
די מוסדות התורה ברויכן זיך נעמען אין די הענט אריין, און עס וועט נאר געשען אויב דער ציבור וועט עס פארלאנגען.
im with you
אפשר קענט איר פשט אין די גמרא:
בבא בתרא דף נז ע"ב:
ועוצם עיניו מראות ברע - א"ר חייא בר אבא: זה שאין מסתכל בנשים בשעה שעומדות על הכביסה.
היכי דמי - אי דאיכא דרכא אחריתא, רשע הוא!
אי דליכא דרכא אחריתא, אנוס הוא!
לעולם דליכא דרכא אחריתא, ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה".
פארוואס אויב עמיצער גייט דורך אין געמיינע גאס ווען ער מוז נישט דוקא דורכגיין יענע גאס הייסט ער א רשע?
לאז ער גיין אין וועלכע גאס ער וויל, און לערן אים אויס נישט צו קוקן וואו מ'טאר נישט?
מ'רעדט דאך פון איינעם וואס דארף גיין אהין. מ'רעדט דאך נישט פון אן עבריין.