געדאנקען איבער א חתונה נאכט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

א אשכול פאר אלע אונזערע געדאנקען און הערות איבער וויאזוי א חתונה נאכט קוקט אויס ביי אונז,
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

א אינטערסאנטע טויש זעה איך לעצטענס ביי אסאך חתונות, עס פלעגט אייביג זיין אז ווען דער חתן קומט אריין אין זאל טאנצט ער קודם מיט די מחותנים און נאכדעם מיט די זיידעס, לעצטענס זעה איך ביי אסאך חתונות אז קודם טאנצען די זיידעס און נאכדעם די מחותנים, עס איז אינטערסאנט צו וויסן וואס די ריכטיגע וועג איז,
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

די ערשטע דארף א חתן טאנצן מיט זיין טאטע
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס איך וואלט איינגעפירט, אז מען רעדט שוין פון טאנצן.

מען דארף נישט מוטשענען דעם חתן צו טאנצן מיט פעטערס און אנדערע קרובים, אויף דעם איז דא זיבן שבע ברכות. די חברים קומען נישט צו קיין שבע ברכות און מ'זאל לאזן דעם חתן זיך אויסטאנצן מיט די חברים.

די חשובע אידן זאלן יוצא זיין מיטן טאנצן מיטן מחותן צו וועמען זיי זענען געקומען. מען דארף נישט שלעפן דעם חתן יעדע 6 מינוט צו טאנצן מיט נאך אן עלטער פעטער אדער שיינע איד.

ביים מצוה טאנץ מעג מען אויך שניידן אלע טענץ מיטן חתן. מען טאנצט לפני הכלה נאכדעם קען מען זיך פארלאזן אויף די מקילים און יוצא זיין מיט איין גרויסע רינג מיטן חתן אינאיינעם.

חוץ מזה, קען מען אויך מקיל זיין אויסצורופן דעם זיידן ווען דער חתן איז נאכנישט צוריק אין זאל. די שבחים זענען ממילא אויסשליסלעך פארן זיידן נישט פארן חתן, אזלא פארוואס זאל יעדער ווארטן?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

וואס מיינט אז די חתן איז נאכנישט צוריק אין זאל?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גלות איד האט געשריבן:וואס מיינט אז די חתן איז נאכנישט צוריק אין זאל?

מנהג ישראל אז פארן מצוה טאנץ ווערט דער חתן פארשוואונדן פאר א וויילע זיך אויסצולופטערן, איבערטון, געוויסע נעמען א שויער אויב מעגליך... וכל המוסיף הרי זה משובח.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

דאס לאזן מענטשן הונגערן ביז נאך די חופה קען איך נישט פארשטיין.

עס האט שוין נישט געגעסן 4-5 שעה. אויסגעיאגט די נשמה, געפארן א לאנגע וועג. געב עפעס א נארמאלע איבערבייס, נישט ספאנזדש קעיק פאר'ן קבלת פנים

)דאס קומט נאכן מיטהאלטן א מעשה נורא די וואך ווי איד איז געקומען א ווייטע וועג צו א חתונה, און געמיזט אהיימפארן תיכף נאך די חופה משום איזה סיבה שהוא, און ער מיט זיין גאנצע משפחה האבן געהונגערט ביז 10ענע ביינאכט)
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:וואס מיינט אז די חתן איז נאכנישט צוריק אין זאל?

מנהג ישראל אז פארן מצוה טאנץ ווערט דער חתן פארשוואונדן פאר א וויילע זיך אויסצולופטערן, איבערטון, געוויסע נעמען א שויער אויב מעגליך... וכל המוסיף הרי זה משובח.

פלעגט נישט זיין, דאס איז א היינטיגע זאך, א חלק פון שלי שלי, שלל שלך, 1800 who cares
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די ערשטע דארף א חתן טאנצן מיט זיין טאטע

פלעגט זיין די ערשטע מיטן נייעם שווער, ווייל די שווער נעמט עם אריין אין זיין רשות.
Who cares
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אפענע וועלט האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די ערשטע דארף א חתן טאנצן מיט זיין טאטע

פלעגט זיין די ערשטע מיטן נייעם שווער, ווייל די שווער נעמט עם אריין אין זיין רשות.
Who cares

פון ווען איך גיי צו חתונות איז ביי יעדע חתונה אנדערש, איך גלייב נישט אז ס'איז אמאל געווען א סטאנדארט ביי דעם.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

אפענע וועלט האט געשריבן:דאס לאזן מענטשן הונגערן ביז נאך די חופה קען איך נישט פארשטיין.

עס האט שוין נישט געגעסן 4-5 שעה. אויסגעיאגט די נשמה, געפארן א לאנגע וועג. געב עפעס א נארמאלע איבערבייס, נישט ספאנזדש קעיק פאר'ן קבלת פנים

)דאס קומט נאכן מיטהאלטן א מעשה נורא די וואך ווי איד איז געקומען א ווייטע וועג צו א חתונה, און געמיזט אהיימפארן תיכף נאך די חופה משום איזה סיבה שהוא, און ער מיט זיין גאנצע משפחה האבן געהונגערט ביז 10ענע ביינאכט)


דשאסט פאר אינפארמעישן: אראנד די קארנער איז דא א גראסערי.

נישט אז ס'וואלט נישט געווען א שיינע זאך יא צוצישטעלן, אבער קיינער קימט דיר גארנישט.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דא האביך געשריבן אביסל...
viewtopic.php?f=3&t=45794
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

tesla האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:דאס לאזן מענטשן הונגערן ביז נאך די חופה קען איך נישט פארשטיין.

עס האט שוין נישט געגעסן 4-5 שעה. אויסגעיאגט די נשמה, געפארן א לאנגע וועג. געב עפעס א נארמאלע איבערבייס, נישט ספאנזדש קעיק פאר'ן קבלת פנים

)דאס קומט נאכן מיטהאלטן א מעשה נורא די וואך ווי איד איז געקומען א ווייטע וועג צו א חתונה, און געמיזט אהיימפארן תיכף נאך די חופה משום איזה סיבה שהוא, און ער מיט זיין גאנצע משפחה האבן געהונגערט ביז 10ענע ביינאכט)


דשאסט פאר אינפארמעישן: אראנד די קארנער איז דא א גראסערי.

נישט אז ס'וואלט נישט געווען א שיינע זאך יא צוצישטעלן, אבער קיינער קימט דיר גארנישט.


מיך קומט קיינער גארנישט. די מעשה נורא איז נישט געשען מיט מיר. איך קען נישט שרייבן מער. אבער קענסט פארשיין אז סאיז געווען א מצב אז ער האט נישט געקענט גיין אין גראסערי,
ועוד, איך פיר מיך צו נאכטמאל בעפארן גיין צו א חתונה (פארשטייט זיך, נישט על השובע)

אבער אז די רופסט מענשטן צו דיין חתונה און די ווילסט יענער זאל קומען זאגט די שכל הישר אז ס'איז דיין ריספאנסיביליטי צוצושטעלן פאר דיין גאסט.
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום מיטוואך יולי 28, 2021 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אלס איז דא די געשמאקע פעטער׳ס װאס דרײען זיך אין די עזרת נשים
אױך האב איך באמערקט אז יעדע חסודישע משפחה האט עפּעס א משפחה מיטגליד מיט אן אראפגעבױגענע היט אין יעדער פרײדט זיך צי אים
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך יולי 28, 2021 2:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

tesla האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:דאס לאזן מענטשן הונגערן ביז נאך די חופה קען איך נישט פארשטיין.

עס האט שוין נישט געגעסן 4-5 שעה. אויסגעיאגט די נשמה, געפארן א לאנגע וועג. געב עפעס א נארמאלע איבערבייס, נישט ספאנזדש קעיק פאר'ן קבלת פנים

)דאס קומט נאכן מיטהאלטן א מעשה נורא די וואך ווי איד איז געקומען א ווייטע וועג צו א חתונה, און געמיזט אהיימפארן תיכף נאך די חופה משום איזה סיבה שהוא, און ער מיט זיין גאנצע משפחה האבן געהונגערט ביז 10ענע ביינאכט)


דשאסט פאר אינפארמעישן: אראנד די קארנער איז דא א גראסערי.

נישט אז ס'וואלט נישט געווען א שיינע זאך יא צוצישטעלן, אבער קיינער קימט דיר גארנישט.

און טאקע אין יענעם אשכול האט דריידל געשריבן ווי פאלגענד:
viewtopic.php?p=1821710#p1821710

דריידל האט געשריבן:איך וואלט באטיטל'ט א דורכשניטליכע חתונה אלץ איין גרויסע משוגעת. חוץ די חופה איז עס מלא משוגעת'ן פון אנפאנג ביזן סוף, אזש דע נייע משוגעת'ן שטערט מיך שוין נישט.

  • ביים קבלת פנים קוקט מען איינער אויפ'ן צווייטן און מ'ווייסט נישט וואס מ'דארף יעצט טון,
  • סעודת החתונה, ס'איז בכלל נישט נארמאל צו עסן סאפער אום ניין אזייגער אדער שפעטער. יעדער ווערט הונגעריג 6-7 אזייגער און בלית ברירה עסט מען קיכן כאטשיג ס'איז אנגעגרייט א רייכע מאלצייט אויף שפעטער,
  • די צעדרייטע וועג פון טאנצן אז מ'לויפט מיט'ן חתן ארויף און אראפ ,
  • מ'פארדרייט נגונים ווייל עפעס א בנש"ק'ל קען נישט די ביעט נאר אויף איין געוויסע ניגון,
  • טאנצן פאר צוויי שעה ווען קיינער האט נישט קיין כח פאר דעם, די משפחה וואס דארפן נעבעך דארט בלייבן זיצן און קלאצן אויף די טאנצערס,
  • דאס פעניען פאר'ן בענטשן א האלבע שעה אדער מער,
  • מצוה טאנץ וואלט יעדער געדארפט טאנצן צוזאמען אין א רינג פארנט פון די כלה און פערטיג.

ודוק כי קצרתי
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

שיינע שטריימעל האט געשריבן:א אינטערסאנטע טויש זעה איך לעצטענס ביי אסאך חתונות, עס פלעגט אייביג זיין אז ווען דער חתן קומט אריין אין זאל טאנצט ער קודם מיט די מחותנים און נאכדעם מיט די זיידעס, לעצטענס זעה איך ביי אסאך חתונות אז קודם טאנצען די זיידעס און נאכדעם די מחותנים, עס איז אינטערסאנט צו וויסן וואס די ריכטיגע וועג איז,

עס איז דא א סברה אז די טאטע ווייל א טאטע איז א טאטע
עס איז דא א סברה אז די זיידעס אלץ געבן כבוד פאר עלטערען
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

abeg האט געשריבן:אלס איז דא די געשמאקע פעטער׳ס װאס דרײען זיך אין די עזרת נשים
אױך האב איך באמערקט אז יעדע חסודישע משפחה האט עפּעס א משפחה מיטגליד מיט אן אראפגעבױגענע היט אין יעדער פרײט זיך צי אים

:lol: :lol:
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

איך וואלט זיכער געמאכט אז יעדע חתונה זאל שטענדיג האבן ביים טאנצן אסאך קאלטע וואסער.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

האלצשטיין האט געשריבן:איך וואלט זיכער געמאכט אז יעדע חתונה זאל שטענדיג האבן ביים טאנצן אסאך קאלטע וואסער.

וואו איז נישט דא?
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די ערשטע דארף א חתן טאנצן מיט זיין טאטע

האסטי געהערט אזאנס? דארפן דארף די חתן בכלל נישט טאנצן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אױך האב איך לעצטענס באמערקט אז בײ רוב חתונים פאלט לעצטענס פליצלינג אראפ די גארטל אנמיטן טאנצען מיטן זײדע יעדע חתונה פינקטליך די זעלבע צײט (אין װען די חתן׳ס ברידער די בוחר װיל עס צוריק אנטהין פארן חתן װייזט די חתן אז ער װיל עס נישט צוריק אנטאהן) אין בײ די ברעיק נאך מעריב פליט אראפ אױך דער שטרײמל פונעם חתן אין ס׳איז נישט צוריק אױפען קאפ ביזן בענטשען
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

abeg האט געשריבן:אױך האב איך לעצטענס באמערקט אז בײ רוב חתונים פאלט לעצטענס פליצלינג אראפ די גארטל אנמיטן טאנצען מיטן זײדע יעדע חתונה פינקטליך די זעלבע צײט (אין װען די חתן׳ס ברידער די בוחר װיל עס צוריק אנטהין פארן חתן װייזט די חתן אז ער װיל עס נישט צוריק אנטאהן) אין בײ די ברעיק נאך מעריב פליט אראפ אױך דער שטרײמל פונעם חתן אין ס׳איז נישט צוריק אױפען קאפ ביזן בענטשען

אז ס'פאלט אראפ פאלט עס ארפ, וואס קען מען טון?...
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

געב אכטונג,
ווען מען טאנצט צוריקצווועגס נישט צו טרעטען אויף קינדער,
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:אױך האב איך לעצטענס באמערקט אז בײ רוב חתונים פאלט לעצטענס פליצלינג אראפ די גארטל אנמיטן טאנצען מיטן זײדע יעדע חתונה פינקטליך די זעלבע צײט (אין װען די חתן׳ס ברידער די בוחר װיל עס צוריק אנטהין פארן חתן װייזט די חתן אז ער װיל עס נישט צוריק אנטאהן) אין בײ די ברעיק נאך מעריב פליט אראפ אױך דער שטרײמל פונעם חתן אין ס׳איז נישט צוריק אױפען קאפ ביזן בענטשען

אז ס'פאלט אראפ פאלט עס ארפ, וואס קען מען טון?...

האו קאם ס׳פאלט אלס אראפ פיקט אנמיטן טאנצען מיטן זײדע׳ן? ס׳איז א נײע טרענד װאס חתונים טיען נאך װאס זײ האבן געזען בײ זײער פרענד׳ס אז מטאנצט אָנעם גארטל אין אָנעם שטרײמל מ׳מײנט אז בײ די חתונה נאכט ברױכט מען זײן קיל אין שטיקי
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך יולי 28, 2021 2:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: געדאנקען איבער א חתונה נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

אייך ווייס נישט פארוואס, אבער די תגובות אין די אשכול מאכט מיך לאכן אהן אויפהער
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”