ידינו לא שפכו... גיבט אכטונג וואס איר רעדט...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

ידינו לא שפכו... גיבט אכטונג וואס איר רעדט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך בין נישט קיין מוכיח, איך בין נישט קיין רב, איך מיין נישט גארישט, איך זאג נישט גארנישט.

אבער מען דארפן וואטשן וואס מען רעדט..

אין די ספרים הקדושים איז דא א זאך וואס הייסט מעורר זיין דינים...
מיר שטייען אין תקופה וואס די מידת הדין איז ליידער מתיחה ה"י... און מען דארף זען צו מעורר רחמים זיין אויף כלל ישראל.
דאס איז נישט קיין סתירה מיט מוכיח זיין און ארויסנעמען א מוסר השכל אויף תשובה ותיקון המעשים.
אבער דאס דארף זיין באגלייט מיט לימודי זכות..




וזה לשון הקב הישר פרק מ"ז:


בכלל המקלל הרבים הוא הקורא תגר על ישראל, דהיינו שמדבר רעות על קהל ועדה ומהפך ענין זכות לחובה, וחובה לזכות, והפותח את פיו בקללות לעורר דין על רבים, וענשו הוא מרבה.
וראיה: מי לנו גדול מאליהו הנביא, זכור לטוב, וישעיהו הנביא, שקבלו ענשם, באשר דברו סרה על ישראל? וכן רבים מהנביאים נענשו שלא דברו טוב על ישראל, ולא התפללו על ישראל להליץ בעדם.

ובכלל זה יהיו נזהרים המוכיחים שבאים להוכיח את ישראל. צריך מאד התבוננות ומתינות לדבר בלשון צחות ובלשון נקיה בכבוד,
שלא לעורר דין, חס ושלום, על עם קדש. ויהיה הדין רופס ומטפס על נקי ועל שאינו נקי, ויגרם הפסד ונזק, חס ושלום.
על כן צריך האדם — אף המוכיח — להזהר שלא לביש את עוברי עברה, ושלא תזוח דעתו עליו בשעת התוכחה,
כי אז, חס ושלום, מכניס הקלפה בענין התוכחה, ודבריו אינם עושין פעלות, ואין דברים נשמעין,
ואדרבה: הוא מקלקל העולם וגורם רעה לעצמו ולאחרים.
ואף בכל דבר שבקדשה אם הגאוה קודמת לה, מערבבים הקלפה אל הקדשה. ורבים היו מתפללים תפלה קצרה, שלא תזוח דעתם, ולא יהיה רמות רוח בקרבם.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ידינו לא שפכו... גיבט אכטונג וואס איר רעדט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דברים כדרבונות! מיר דארפן זיך מחזק זיין.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ידינו לא שפכו... גיבט אכטונג וואס איר רעדט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אז מען טראכט אריין,
א איד ווערט צוקאכט און גיבט א זאג אריין א מעסעזש אין עפעס א האטליין, אדער א שרייב אפאר ווערטער אויף א פלאטפארמע.
נעמט א גאנצע עדה קדושה מיט אידישע קינדער סיי ווי אימער אין די וועלט, און באטילט אלס....

ווער נעמט די אחריות???
כלל ישראל דארף אן ערנסטער תיקון אין די נושא...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ידינו לא שפכו... גיבט אכטונג וואס איר רעדט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

לבלר האט געשריבן:אז מען טראכט אריין,
א איד ווערט צוקאכט און גיבט א זאג אריין א מעסעזש אין עפעס א האטליין, אדער א שרייב אפאר ווערטער אויף א פלאטפארמע.
נעמט א גאנצע עדה קדושה מיט אידישע קינדער סיי ווי אימער אין די וועלט, און באטילט אלס....

ווער נעמט די אחריות???
כלל ישראל דארף אן ערנסטער תיקון אין די נושא...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
א סעמפל איז דער תגובה...
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: ידינו לא שפכו... גיבט אכטונג וואס איר רעדט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

מ'דארף בכלל אכטונג געבן וויאזוי מ'רעדט. אפילו וויאזוי מ'טראכט. לאמיר זיך מחזק זיין אין דעם. והקב הישר זאגט שוין אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”