דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

טייערע ברודערלעך, עס קומט שוין די הייליגע יום טוב…. שבת נ-ח-מ-ו!!! ווער קען זאגן 'שבת נחמו'?.... (בניגון הידוע מהר"ר דוד ח. ווייס)

דער גרויסער יום טוב שבת נחמו איז דא! עפעס א קלייניגקייט? נאך דריי וואכן ווען אידן זענען געווען צובראכן און צושאסן, מען האט פון אונז אוועקגענומען אונזער קרוין און פארטריבן פון אונזער הויז, פארווארפן פון אונזער גרויסן טאטן, און פארשטויסן אינעם ביטערן גלות צווישן פארציקנדע חיות, קומט שוין דער נחמה!!

דער אויבערשטער רעדט צו אונז, כאיש אשר אמו תנחמנו, כן אנכי אנחמכם!!! וואס קען זיין מער פון דעם, ווי א מאמע וואס טרייסט א קינד, די לעצטע פארבליבענע טרערעלעך גליטשן זך נאך אראפ און אנטפלעקן דעם צושמייכלטן פנים, א פנים וואס שרייט אויסטערלישע ספאנטאנישע פרייד, קוים וואס דעם אטעם כאפט מען פון פריידיגע געלעכטער, אז ימלא שחוק פינו, אט אט. נחמו עמי!

נו, אויב האבן מיר אזוי ריכטיג אפגעפראוועט די דריי וואכן בין המצרים, געקלאגט אויפן חורבן און מיטגעוויינט מיטן שכינה וואס קלאגט און יאמערט זייענדיג כביכול קינדערלאז און עלנד, קומציך אונז דער נחמה מיט א שעפ לעפל! נישט אזוי? רב לך שבת בעמק הבכא!

אבער וואס? ווי קען מען זיך טרייסטן??? עדיין לא נושענו! וואס טוט מען?

בלייבט אונז נאר איבער צו עפענען די אויגן און נאכטון דאס וואס מיר האבן במסורה מדור דור, דאס וואס אונזערע עלטערן האבן געטון, און דער וועג וויאזוי מען האט זיך אלע יארן געטרייסט אינעם גלות המר. נעמליך; דער קומזיץ! אההה… דער קומזיץ… עס צושפילט זיך א קול פון געזאנג אין די אדערן...

מנהג בלייבט מנהג, מגיימיר זיך צו'קומזיצ'ן לכבוד די ז' דנחמתא!

נישט אריינגיין אינעם עצם הכנת הקומזיץ, ווייל ס'גרויסע בזיונות געווען. מען האט מכבד געווען דעם רייכן חבר פופציגער זאל אראנדזשירן דעם פראגראם מיטן האפענונג אז מיין קרעדיט קארטל איז גרייט. א נעכטיגן טאג, באט עניוועי. מהאציך אריינגעלייגט אין די לענג אינינדעברייט צוצושטעלן דעם הייליגן נחמו קומזיץ.

וואו הייבט מען אן? דער ערשטער חבר טענה'ט אז א שווערער גריל וועט מאכן די זאך, גרויסע שטיקער בשר, און גאנצעטע קעלבער דארפן פרעזענטירט ווערן פאר די טרייסנדע, און אויב קען מען מוסיף זיין א שווים באסיין אין דער זייט וועט עס זיין נחמו נחמו מיט א דאפלט לשון. געגאנגען.

לאמיר מאכן א לאנגע מעשה קורץ, ענדליך האט מען זיך דערזעהן זיצן אין א צירקל מיט די חברים, ווען אלע זיצן אויף דיספאוזעבל ווייסע צאמלייג בענקלעך (יוזשעלי נאך אזא סארט קומזיצעריי שטעלציך עס ארויס אלס דיספאוסעבל…), די לעצטערע שטיקלעך בשר ווערן פארציקט נאכן ארומוואנדערן אינעם טעללער צו צוזאמקלויבן די איבריגע ניצוצות פונעם געשמאקן סאוס וואס האט זיך אראפגעגליטשט פונעם אריגינעלן גרויסן חתיכה, און מען לאזט איבער אן אויסגעלעקטער טעללער מיט א האלבע שוימיגע גלעזל קאוק ווען מען זעצט זיך אנהייבן דעם קומזיץ פראגראם!

די פרי-נחמה שפירט זיך אין די לופטן… א געשמאקע לופטל פאטשט אויפן בייכל וועלכע האלט נאך אינעווייניג העפטיג אינמיטן פלאצירן דעם נארוואס אנגעקומענעם איבערגעלאדנטער טראנספארט, דער ווינטל שלעפט מיט זיך דעם גערוך פונעם דערנעבנדיגן וואסערל אינאיינעם מיטן פארע פונעם אויפשטויסנדע קאוק וואס שליידערן ארויס פונעם עולם'ס מיילער פארע גראד פון די פארדייאונגס פראצעדור - גענוי ווי עס קוקן אויס די גיגאנטישע קוימענעס ביי א נוקלעארער רעאקטאר.

אונזער גיטאריסט זעצט זיך ארויף אויפן הויכן בענקל, און גרייט אן די לענדן צו שיקן נחמה שטראלן דורך די סטרינעס וואס וועלן געפאטשט ווערן אויף זיין הערליכן גיטאר. ער האט נאכנישט אנגעהויבן שפילן, אבער דער עולם איז באגייסטערט, זיי זאגן אז ער זעהט אויס ווי א גרויסע שטערן וואס צירקולירט ארום דעם עולם הנגינה און שטויסט זיך אן מיט די גרעסטע שפיצן ווי דער הייליגער לאוולי רבי שלמה'לע אליינס. אמער, ער האט א זעלטן גראד געוואקסענעם בארד, און פערפעקטע געדזשעלטע פייעלעך הענגען אראפ אויף די בעקעלעך איבערדעקנדיג עטוואס די באגילדעטע הענטלעך פון זיינע אויגפארכאפנדע שיינע ברילן. זיין ווייסער העמעד מיטן נעווי ליניע אויף די קראגן וועלכע ליגן אויסגעביגלט און מוסטערהאפטיג פלאצירט אויפן בייכל פארציילן אויך איבער זיינע גרויסע טאלאנטן, און דער קאמיש-מצומצם'דיגער גרויע הויזן באגלייט מיט די לעכטיגע זאקעלעך וועלכע שטעקן אריין אין די טייערע הייליגע שוך, ערגענצן דאס בילד צו א געלונגענער מנחם משיב נפשי…

עניוועי, דער עולם עפנט די פאסיקעס אביסעלע… נאך אלעס האט מען עס צוגעמאכט ס'לעצטע מאל איידערן אריינשליידערן אזויפיל שטיקער נחמה… און מען הייבט אן…

דער בעל הגיטאר האט קענטליך א חוש פון אריינברענגען דעם אטמאספעהר אין טיעפע נחמה, די לעקטערס ארום ווערן פארלאשן, גרויסע לייכטערס מיט שאטן-ווארפנדע לעכט ווערן אריינגעברענגט אין צענטער, און מען הייבט אן מיט א פליק אויפן גיטאר און א נידריג טאניגע אויסגעצויגענע 'הההמממממממממ………..' וועלכע לויפט ערגעץ אין א דירעקציע ווי ער וויל כאפן דעם ריכטיגן ניגון.

דאן ווערט דער פראגראם אפיציעל אנגעהויבן, אלעמענ'ס שיך נעמען זיך מיטקלאפן ווען מען האקט דעם אונטערשטן טייל אויפהייבנדיג דעם פאדערשטן טייל און דערנאך פארקערט, צום טאקט פונעם גיטאר. די פינגערס קלאפן אויף די פוס ווי כאילו מען שפילט אויף אן אינסטראמענט, און מען הייבט אן זינגען מיט פארמאכטע אויגן 'על אלה אני בוכי'... אני בוכי-הי-הי''

בויכי'?... וואס???

יא יא, ווארט א רגע, מען קען נישט גראד אנהייבן טרייסטן, איי מיען, אויף וואס טרייסטו? לאמיר וויינען ערשט!

און עס הייבט זיך אן אראפלאזן א וואלקן פון דיפרעסיע…
א א נידערגעשלאגענער געפיל פון היימלאזיגקייט.
קאלמוטנע. אראפגעשלעפט, מיואש און צובראכן.
א טיעפער הוילער עצבות, ווי א פארלוירענער שטערן צווישן אזויפיל אומצאליגע פלאנעטן.
שפירט זיך ווי א טרוקענער שטאם, טויט און נוצלאז, וואס פאלט מיט א שנעלקייט אראפ צום אפענעם תהום. נישטא קיין וועג אויף ארויף… דא ווארט אפ דער ענדע…
א טיעפער שניידנדער צובראכנקייט ווי א קינד וואס זיצט און וויינט איבער די איבערבלייבעניש פון זיין ליבער היים, איבער א בערגל אש וואס שפייט לעצטפארבליבענע קנוילן פון רויעך.
ער זיצט איבער די געביין וואס איז אמאל געווען דער אונטערהאלטער פון זיין געטרייער גוטמוטיגער פאטער…
מען זינגט און מען קלאגט... עיני יורדה מים...
עס וויינט זיך ווי איבער אן אמאליגער פארגעניגן וואס ער וועט שוין פון היינט אן בלויז קענען זעהן אין א פארנעפלטער וואלקן אינמיטן שלאף...
א לעבן פון שווארצע וואלקענעס איבערן קאפ ערווארט, און מען וועט שוין קיינמאל נישט זעהן דעם ליכטיגקייט פון טאג. יאוש און עצבות...
ביטער ביטער.

אההה, א רגע. יעצט פארט מען אריין אין די זאך; ניין מיין קינד, עס וועט נישט אייביג זיין ביטער; 'נחמו נחמו עמי…. יאאאאמר אאאאלוקיכם. נחחחחמו נממממו עעעעמי…' סהייבן זיך אן די ניגונים פון נחמה!

איך זיץ שטיל, צו זיך איך קלער,
איך זוך דעם ציהל, איך שפור און הער.
א ליד פון נחמה, די ווערטער פארציילן,
עס לעכצט די נשמה, דער צער שוין צו היילן.
אבער וואס א מינוט דער ניגון גייט ווייטער טרעף איך זיך ווייטער זינקען אינעם עצבות…

מיינע געפילן זינגען מיט;
היימלאז און אומעטיג… אבער שטארק זיך! מאך שוין שלום מיטן מצב!...
יא, מיין קינד. איך ווייס, עס איז דיר ביטער דאס לעבן. נישט נאר דער לעבן, נאר אויך דער טויט.
דער טייוול יאגט דיך נאך אויף אלע דיינע וועגן, און לאזט דיר נישט קיין מנוחה.
דאס איז דיין גורל...
אבער וואס האמיר פון זיצן און קלאגן. נחמו עמי... צווינג ארויף אויף דיר א טרייסט…
א געפיל פון א ספוקי האוז מיט אומהיימליכע גערודער שפירט זיך… ובאו האובדים בארץ אשור…
עפעס קיצלט אין הארצן… שפירט זיך פארפלאנטערט אין אלטע פארדזשאווערטע שפינעגעוועבעכטס…
א געפיל פון עמיצער וואס האט זיך מיטאמאל אויפגעכאפט טיעף אין די הרי חושך, און איז זיך מחזק…
טונקעלע שאטנס שאקלען זיך מיט צום טאקט פונעם ניגון. בלאסע ליכט שטראלן ווארפן זיך אינעם פאר'חושכ'טן צירקל, בשעת ווען דער ניגון פון 'נחמה' ווערט געזונגען…

אוי אוי. אויב דאס איז אונזער נחמה, ווער דארף נאך א צרה…

הייליגער באשעפער, גרויסער טאטע. קוק אונז אן.
מיר זיצן אין גלות שוין באלד צוויי טויזענט יאר! באלד צוויי טויזענט יאר וואס מיר וויינען אויף אונזער ליבער היים, מיר וויינען אויף אונזער דערנידערונג זייענדיג פארטריבן פון אונזער היימלאנד, פארוואגלט צווישן אונזערע פיינט. אנשטאט זיצן ווי די בני מלכים און עולה רגל זיין דריי מאל א יאר, האבן מיר די דריי וואכן פון טרויער…

שוין קרוב צו צוויי טויזענט יאר וואס מיר פאלגן דיין באגער, טראץ וואס עס איז אונז ביטער שווער.
נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם. טרייסטס אייך מיין פאלק!! דער אויבערשטער בעהט אייך! זייטס נישט צובראכן אויף אייביג! עס קומט גוטע צייטן! מיר גייען שוין אט אט אהיים!

אוי טאטע. וויאזוי??? וויאזוי קענען מיר זיך טרייסטן???
מיר נעמען די דברי נחמה. מען זעצט זיך צוזאם אינאיינעם, און מען קלאגט…
מיט א קרעכץ זינגען מיר 'דברו על לב ירושלים', עס שטעכט אין הארץ! על לב ירושלים!

מען זינגט אינאיינעם. מען פרובירט נאך.
ניגוני חיזוק, שטיקער נחמה, אפשר דאך.

אזוי איז עס כאטש א צרת רבים… מען קלאגט אינאיינעם... מען וויינט און טרויערט אז נאך א יאר דארפן מיר זיך מחזק זיין צום טאקט פון א גיטאר... וואס איז זיכער איז זיכער. רעזערווירט א חצי נחמה!

הייליגער באשעפער! טוה דיין חלק אויך! אנכי אנכי הוא מנחמכם, באווייז דיך שוין מין גאנצן פראכט. נעם אונז אויף דיין שויס, כאיש אשר אמו תנחמנו.

נעם אונז ארויס פון דא!!! מיר גלייבן באמת אז דער ליכטיגקייט ווארט אונז שוין אט אט אפ! מיר זענען נישט מיואש. מיר זענען נישט פארלוירן. אונזער טאטע לעבט! ער קומט אונז שוין ארויסנעמען!
אחכה לו בכל יום שיבוא!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

פופציגער האט געשריבן:טייערע ברודערלעך, עס קומט שוין די הייליגע יום טוב…. שבת נ-ח-מ-ו!!! ווער קען זאגן 'שבת נחמו'?.... (בניגון הידוע מהר"ר דוד ח. ווייס)

וואףףף ;l;p- :lol: :lol:
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מעכטיג!

הייסטעס אז פאעזיע/גראמען קענסטע אויך... כ'קען נישט ווארטן אויפן פארמעסט!...
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

ס'טו גוט
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אוי האסטו מיר גוט געטרייסט
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

גאר שטארק דער צירוף פון געשמאקע כמו ליצנות געמישט מיט טיפע ווייטאג, צוגענדיגט מיט א שטארקע נחמה!
כה לחי!!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4016
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אזוי שמירניש דירניש אריינגערוקט שטיקער פופציגער.
לאכן. וויינען. גראמען. פאעזיע. גראד. קרום.
אנבעליוועבל!
פופצי בתפארתו
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

פופצי'לע אזאנס און אזלעכס!!!
האביך געמיינט אז דא קומט אן אפהאנדלונג אויף יו"ט שבת נחמו

אבער דיין לעצטע שורות האבען אזוינס געשאקעלט וועלטען... אפשר איז די אלע קומזיצען יא א גוטע זאך

לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין

שכו"ח פופצי
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

האב מיר מיטגעהאלטן א שמועס דעם ערב שבת נחמו פון אפאר אידן וואס זענען נאך געשטאנען און געלאכט פון די פאריעריגע 'סטעטוס'ער' פון די מעכטיגע גרילס
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

פיפציגער די שרייבסטעך אזוי גיט.

די דערמאנסט מיר פין פיפצי... קאזענס?...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

:grin: ;l;p-
!!THANK YOU BANAA#
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

פיפציגער.pdf
(124.33 KiB) געווארן דאונלאודעד 75 מאל
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

:lol: פיפצי ביסט ניינע פייעס כ׳אמעך געוואלגערט פאר געלעכערט (צ״ל געלעכטער)
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געלאכט און געלאכט
און געוויינט און געקרעכצט און געבליבן ווארטן אויפ'ן ריכטיגן טרייסט

פופצי סעפעס נישט נארמאל אזוינס האסטו נאכנישט געוויזן ביז היינט!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כאניש קיין ווערטער

םופציגער.... אממממ..... נישטא און שוין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פיינע נייעס. שטארק הנאה געהאט
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אוי פופצי, געווענליך דרוק איך מיר נישט אויס מיינע געפילן, אבער דא האסטו דאך אזוי גוט געשריבן, אזוי ריכטיג, מיט שטיקער בשר, כ'מיין שטיקער ליצנות, און א ווייטאג אויפן מצב הרוחני והגשמי....

שפתים יושק יעדע ווארט, כהאב געלאכט און געוויינט אינאיינעם......
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

געלט גייער האט געשריבן:
פיפציגער.pdf

יישר כח!!!!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן!

יא, דאסמאל האמיר געדארפט צולייגן קאפ צום שרייבעריי, כדי נישט צו טרעטן אויף די געפילן פון אונזערע הייליגע ברודער (איך רעד פון ביידע וועגן...), און כדי ארויסצוברענגען עדם פוינט ריכטיג.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

און שוין! האט געשריבן:גאר שטארק דער צירוף פון געשמאקע כמו ליצנות געמישט מיט טיפע ווייטאג, צוגענדיגט מיט א שטארקע נחמה!
כה לחי!!!!
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

פיפצי wow ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אין מילים
איך וואלט קלאר געזאגט אז דאס איז די פין די בעסטע ארטיקלען וואס פיפצי האט נאר געשריבן, אויב נישט די בעסטע....
אזוי קינצלעריש געדרייט מיטן גאלדענע פעדער צי משגע ווערן...........
אנהייב האב אין נישט געקענט כאפן דאס אטעם מיינענדיג אז מיין פיפצי איז שוין אויך פארכאפט געווארן אינעם [פאלטשער אימבא’חנ’טער] סא קאלד-קנאות’דיגן רוח וואס הערשט אויפן וועלטל דא, וואס אגב קריכט מיר שטארק אויף די געהירן (אויב איינער איז אינטערעסירט צי וויסן)
אבער ער האט נאר אנגערירט דעם שפיץ אין ווייטער געשפינט זיין מייסטער ווערג ווי א גאון
אין ווער רעט נאך פין די גראמען אינמיטן וואס איז ממש ווי די טשערי אן טאפ.
באמת שוין לאנג נישט געזען אזא משלום’דיגער ארטיקל מיט אלע מעלות
פין לאכן ביז וויינען אין אלעס אין דערמיט
איך וואלט געפייגערט זיך צי טרעפן מיט דיר אין רעיל לייף
לאמיר שיסן נאך אביסל ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ביי ........
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :-e;/

אוי אידאס געווען גוט... פופצי ביסט מעכטיג שבעמעמעכטיג! א שפראך שלא מעלמא'לע, מלא תוכן און קישקע!

א גרויסן שכ'ח פארן מיטנעמען אויף אזא רייד (תרתי משמע)..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

טאטע העלף האט געשריבן:פיפצי wow ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אין מילים
איך וואלט קלאר געזאגט אז דאס איז די פין די בעסטע ארטיקלען וואס פיפצי האט נאר געשריבן, אויב נישט די בעסטע....
אזוי קינצלעריש געדרייט מיטן גאלדענע פעדער צי משגע ווערן...........
אנהייב האב אין נישט געקענט כאפן דאס אטעם מיינענדיג אז מיין פיפצי איז שוין אויך פארכאפט געווארן אינעם [פאלטשער אימבא’חנ’טער] סא קאלד-קנאות’דיגן רוח וואס הערשט אויפן וועלטל דא, וואס אגב קריכט מיר שטארק אויף די געהירן (אויב איינער איז אינטערעסירט צי וויסן)
אבער ער האט נאר אנגערירט דעם שפיץ אין ווייטער געשפינט זיין מייסטער ווערג ווי א גאון
אין ווער רעט נאך פין די גראמען אינמיטן וואס איז ממש ווי די טשערי אן טאפ.
באמת שוין לאנג נישט געזען אזא משלום’דיגער ארטיקל מיט אלע מעלות
פין לאכן ביז וויינען אין אלעס אין דערמיט
איך וואלט געפייגערט זיך צי טרעפן מיט דיר אין רעיל לייף
לאמיר שיסן נאך אביסל ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ביי ........

הוהא.... אזא מגילה געשטימטער קאמפלימענט...

כ'פריי זיך באמת צו זעהן אז מען האט געכאפט מיין כוונה דערמיט.

מיין ציהל איז געווען אט דאס, אנהייבן מיט הומאר, אריין אין קרומע עקסטרעמיזם, און ארויסנעמען דערפון דעם פוינט.

יישר כח פארן זיך ארויסברענגען אזוי קלאר!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יעצט געלעזט, זייער שיין.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דער 'פופציגער נחמו קומזיץ' - צרת רבים חצי נחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”