Browsing האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א מהרי"י, האט נעכטן זונטאג חקת געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג, געלייגט תפילין פאר 2 בר מצוה בחורים, סנדקאות ביי א ברית אין ביהמ"ד סאטמאר מורטעל, און דערנאך אנטיילגענומען ביי די חומש סעודה אין ת"ת אין שיכון סאטמאר אין לעיקוואד, געשריבן א אות אין די ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הרב מ'מאטעסדארף זצ"ל חבר נשיאות שומרי החומות, שפעטער נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אין קרית יואל, ווי עס פארגעקומען א מעמד כתיבת שטרות ווי 30 אינגעלייט האבן זיך אונטערגענומען גרויסע געלטער פאר די פילע בוי פראיעקטן פון ק"ק קרית יואל, די רבי האט מסדר קידושין געווען ביי צוויי חופות אין קרית יואל מאנ"ש, און פון דארטן געפארן זיך באטייליגן אין קרית יטב לב-בלומינגבורג ביי א סיום פון חבורת זכרו, דערנאך האט דער רבי זיך צוריקגעקערט אויף קרית יואל צום מעמד הסיום אין חבורת זכרו אין ביהמ"ד טיב לבב דקיט"ל, דאן האבן עטליכע נגידים אונטערגעשריבן שטרות פארן אויפבוי פונעם נייעם בנין הבית רחל אין קרית יואל, דערנאך איז דער רבי צוריק צו די חתונה פונעם הויז בחור ר' אהרן הערש טויב, ווי די רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ.
און פארגעסט נישט, ביי די אלע פארשידענארטיגע פלעצער, איז ער א גאנצן צייט אין פאבליק ווען מען באטראכט יעדע ריר, מוז ער זיין א גאנצן צייט אין די מוד, און מוז געדענקען צו קלאפן אין רוקן דעם און יענעם, וכו'.
דאס איז גאר גאר ווייט פון א גרינגע ארבעט.
און ווען מען גייט שוין יא אוועק, איז עס קיינמאל נישט קיין עכטע וואקאציע, נאר מען ווערט אימער נאכגעלאפן, מען בלייבט אלעמאל אין די ספאט לייט, מען קען נישט גיין צו כמעט קיין שום אטראקציע, און מען דארף כסדר פראווען דאס און יענץ.