ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
זייער שטארק!
לאמיר האפן דער עולם וועט אריין שיקן פיינע סחורה אז ס’זאל זיין וואס צו ליינען!
לאמיר האפן דער עולם וועט אריין שיקן פיינע סחורה אז ס’זאל זיין וואס צו ליינען!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
קרייסלער האט געשריבן:אף אני אענה חלקי בעז"ה
אויב שוין.. שרייב עס אויף לשה"ק.. ס'איז סאך מער פאעטיש...
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10744
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
פעיק ניוז האט געשריבן:אויב שוין אלעס ארויס יעצט דו געבסט
וואס וועט זיין ווען עס וועט קומען דער פארמעסט
ניין דאס האט מיט די פארמעסט גארניט
זשאסט געוואלט הייבן די געמיט
און אריינברענגען די עולם אין א גוטע מינוט
מיט פרישע גראמען אויף מיין שניט
אז ווער עס ס'פארשטייט צו גראמען גוט
און פילט וואו אין די פארמעסט ער פיט
זאל זיך געבן א כאפ מיט
און אויסניצן די טאלאנט וואס די באשעפער גיט
און אריינשיקן זיינע בעסטע היט
אפשר וועט ער נאך געוינען דערמיט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
אוראייניקל האט געשריבן:קרייסלער האט געשריבן:אף אני אענה חלקי בעז"ה
אויב שוין.. שרייב עס אויף לשה"ק.. ס'איז סאך מער פאעטיש...
דאס איז שוין נישט קיין קונץ...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
שוין זעקס יאר,
מ'שלאגט פאר,
קיינמאל געווארן וואר,
פארוואס נישט פארגעקומען?
יענער איז פארנומען,
א צווייטער איז איבערגענומען,
איצט איז דא א פארמעסט!
ווער עס איז דער בעסט,
מער שטערן ווי די רעסט,
שפרינג ארויף אויפ'ן וואגן,
מיט אלעס וואס מ'טוט פארמאגן,
עס קען יעדעם פארטראגן,
מ'האט פרובירט,
און געפירט,
אזוי פאסירט,

איך שטיי געשפאנט
ס'קוקט אויס אינטערעסאנט
גראמערס פרישע אין פערמענאנט
אין יעדער וואס האט די טאלאנט
ווער ס'קען קלאפן געזאנגען
מיט שריפטליכע קלאנגען
וואס זאל דאס הארץ פאנגען
טוט אהער באלאנגען
שטותים מיט קאטשקערייען
וואס זאל די עולם דערפרייען
חדושים נפלאים צאמדרייען
ס'זאל זיין וואס צי קייען
הייבט אן שרייבן אין מעקן
ס'זאל זיין צי באלעקן
אבער ס'דארף שטימען די עקן
א געווינער זאל מען אנדעקן
ס'קוקט אויס אינטערעסאנט
גראמערס פרישע אין פערמענאנט
אין יעדער וואס האט די טאלאנט
ווער ס'קען קלאפן געזאנגען
מיט שריפטליכע קלאנגען
וואס זאל דאס הארץ פאנגען
טוט אהער באלאנגען
שטותים מיט קאטשקערייען
וואס זאל די עולם דערפרייען
חדושים נפלאים צאמדרייען
ס'זאל זיין וואס צי קייען
הייבט אן שרייבן אין מעקן
ס'זאל זיין צי באלעקן
אבער ס'דארף שטימען די עקן
א געווינער זאל מען אנדעקן
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
- לפי עניות דעתי
- שר האלף
- תגובות: 1080
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
- לאקאציע: במקום שאין איש
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
דו הערצער אפען
א פארמעסט געטראפן
מען שטייט און קוועלט
פון הנהלת אייוועלט
זייער איך האף
אויף געלונגענע שטאף
א פארמעסט געטראפן
מען שטייט און קוועלט
פון הנהלת אייוועלט
זייער איך האף
אויף געלונגענע שטאף
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
והחולק יחלוק
- גראמעזיע פארמעסט
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
מורי ורבותי, גראמער, ליינער און דיכטער
ווער עס האט סיי וועלכע שאלות אויף סיי וואס, עפעס וואס איז נוגע צום פארמעסט, גראמען, אדער פאעזיע:
ביטע שיקט אן אישי צו @גראמעזיע פארמעסט
ביטע שיקט ארטיקלען נאר צו @שטומפיג אדער [email protected]
ווער עס האט סיי וועלכע שאלות אויף סיי וואס, עפעס וואס איז נוגע צום פארמעסט, גראמען, אדער פאעזיע:
ביטע שיקט אן אישי צו @גראמעזיע פארמעסט
ביטע שיקט ארטיקלען נאר צו @שטומפיג אדער [email protected]
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
פאר אלע וואס די גאר וויכטיגע שאלות, האמיר געמאכט א שיין ארטיקל דערפון וואס איז פאעזיע? ווי אזוי שרייבט מען דאס? און ווי אזוי עסט מען דאס?
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
בל’’נ גיי איך פרובירן
אפאר בלעטער מיט טינט אנשמירן
און מיט טאלאנט באצירן
דאס פעדער זיך לאזן פירן
און דאס הארץ זיך לאזן שפירן
די דעסטינאציע וועט מען פון הימל צופירן
ווייל מיין הארץ און מח פרירן
צוחושט צומישט מיט פארשפארטע טירן
פון די ארבעט איך קען זיך נישט רירן
אבער מיין ערשטע שורה’לע וועל איך ציטירן
בל’’נ גיי איך פרובירן
הק’ יש לו מנה
אפאר בלעטער מיט טינט אנשמירן
און מיט טאלאנט באצירן
דאס פעדער זיך לאזן פירן
און דאס הארץ זיך לאזן שפירן
די דעסטינאציע וועט מען פון הימל צופירן
ווייל מיין הארץ און מח פרירן
צוחושט צומישט מיט פארשפארטע טירן
פון די ארבעט איך קען זיך נישט רירן
אבער מיין ערשטע שורה’לע וועל איך ציטירן
בל’’נ גיי איך פרובירן
הק’ יש לו מנה
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
יש לו מנה האט געשריבן:בל’’נ גיי איך פרובירן
אפאר בלעטער מיט טינט אנשמירן
און מיט טאלאנט באצירן
דאס פעדער זיך לאזן פירן
און דאס הארץ זיך לאזן שפירן
די דעסטינאציע וועט מען פון הימל צופירן
ווייל מיין הארץ און מח פרירן
צוחושט צומישט מיט פארשפארטע טירן
פון די ארבעט איך קען זיך נישט רירן
אבער מיין ערשטע שורה’לע וועל איך ציטירן
בל’’נ גיי איך פרובירן
הק’ יש לו מנה
יש לו!! פאר דיזע שטיקל אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע פארמעסט.... קונצליך
- רעים
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7405
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
- לאקאציע: אישי
- פארבינד זיך:
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
גראמען קען איך טאקע נישט מאכען
און פון פאזיע'ס איך טוה קראכען
אבער נאך זעהן דא די שיינע זאכען
אז ביידע קענען מאכען וויינען און לאכען
האב איך באקומען גאר א אנדערע בליק
אויף פאזיע'ס געבען א טיפערע קוק
אויפ'ן קיבארד די נשמה געבט א דריק
די הענט דארף נישט מער ווי געבען א שיק
די זעלבע גראמען געזען א זאך א נייע
ווען ס'איז געשריבען שיין און א רייע
ווען מ'איז מן השמים מסייע
ליינען זיך די שירות א מחי'ה
מיט שרייבען קען איך נישט נעמען א טייל
הזמן קצור און טייפען נעמט מיך א ווייל
אבער יישר כח פאר די עסקנים אנשי חיל
איך וועל אי"ה ליינען און אוועק לייגען און פייל
מיט דעם ענדיג איך די תגובה מיין
היסטאריה טוט דא זיין
גראמזיע מיט איר שענסטע שיין
שיק אריין די ארבעט דיין

- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
אנשטאט גראמען און שרייבן און זיך דא אויסגעבן
זעצט אייך אוועק מיט א גלעזל קאווע דערנעבן
לאזט אייערע געדאנקען שפינען און וועבן
שרייבט פון סתם געשיכטעס ביז השקפות אין לעבן
פון מעשיות און משלים ביז פערזענליכע שטרעבן
מאכט נאר זיכער אז די ווערטער קלעבן
אויב וועט איר שרייבן שיינע שטריכן
וועט איר נישט דארפן צו ווייט קריכן
און איר וועט טרעפן שנעל אן זוכן
אייער נאמען צווישן די געווינער ביכן
אצינד מאכט אייך מזומן און מוכן
ווייל איך דארף אויך עפעס לייגן אויפן דוכן

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
אבער בחדא מחתא אין זעלבן אטעם
גראמען שיינע מיט אלע פרטים
זיך איינהאלטן, ער וועט דאס נישט קויפן
אריינצואווארפן ער מוז פארט בכל אופן.
גראמען שיינע מיט אלע פרטים
זיך איינהאלטן, ער וועט דאס נישט קויפן
אריינצואווארפן ער מוז פארט בכל אופן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
רבותי, די מעכי ענד קנעכי ענד עווריאן פריים טיים שאו האט אונז געגעבן א הערליכע עדווערטייזמענט ספאט דא גענצליך בחינם!
לאמיר דארט אהין גיין און זיך באדאנקן צו @מעכל קנעכל, נוסח גראמען און פאעזיע!
לאמיר דארט אהין גיין און זיך באדאנקן צו @מעכל קנעכל, נוסח גראמען און פאעזיע!
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
אויב עמיצער איז סטאק און זוכט א גראם... דא איז א אשכול מיט א גרויסע מפתח איך זוך א גראם...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: אין מירון והגלילות
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
די טאלאנטן | פלאץ | פון | פילע | ערטער | פיין | באלאכטן
אינטרעסאנטן| זאץ | און | קילע | ווערטער|שיין |געפלאכטן
ידידים | מוכשרים | זיצן | איין | און |הויעך-איז|זייערע| געדאנקן
חסידים| וישרים | קריצן | אריין| אין | מוחות | טייערע | געשאנקן
שוין אמאל ערגעץ געשריבן, אבער יעצט איז עס מער אקטועל און אין פלאץ
אינטרעסאנטן| זאץ | און | קילע | ווערטער|שיין |געפלאכטן
ידידים | מוכשרים | זיצן | איין | און |הויעך-איז|זייערע| געדאנקן
חסידים| וישרים | קריצן | אריין| אין | מוחות | טייערע | געשאנקן
שוין אמאל ערגעץ געשריבן, אבער יעצט איז עס מער אקטועל און אין פלאץ
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
איך גלייך די "הויעך-איז, מוחות" גראם. פיינע ווארע.
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24631
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
וויפיל מענטשן זענען שוין איינגעשריבן צו מאכן גראמען פאעזיע?? 10?15?20?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
מומחה יוחס האט געשריבן:וויפיל מענטשן זענען שוין איינגעשריבן צו מאכן גראמען פאעזיע?? 10?15?20?
היבש מער... דער עולם כאפט נישט פון וואס פאר א סיריעס פארמעסט מ'רעדט דא...
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24631
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
קומט מעכטיגע זאכן?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
איך האב נישט קיין צוטריט צו די ארטיקלן. אבער ווען מ'קוקט ווער די שרייבער זענען.. גלייב איך אז ס'קומט ערנסטע שטאף...
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
ממוצע האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:וויפיל מענטשן זענען שוין איינגעשריבן צו מאכן גראמען פאעזיע?? 10?15?20?
היבש מער... דער עולם כאפט נישט פון וואס פאר א סיריעס פארמעסט מ'רעדט דא...
יא, ממוצע טרייבט נישט איבער די ליסטע פון שרייבערס איז מער ווי צוואנציג... עס קומען אריין אלע סארטן... אזוי מיר האבן שוין געשמועסט איז @שטומפיג דער איינציגסטער וואס האט צוטריט צו די נעמען און ארטיקלען איצט, אבער ער גיבט אונז כסדר אן ערך און תמצית. יעדעס טאג קומען אריין פרישע סחורה...
בס"ד
איעדן טאג האב איך געטראכט צו מיר
יעצט גיי איך מיין פעדער געבן א צופיר
יעדען איינעם איז דא כוחות באהאלטן
וועל איך ארויסגעבן מיינע טאלאנטען
וועבט און שפינט אין מיר געדאנקענן פילע
עפעס גשעהט די לעצטע מינוט, אין בפי מילה
לא מיט אן אלף, איך שרייב נישט
טיף באגראבען איז מיין מח צומישט
איבערוואס זאל איך שרייבען
יעדער וועט פון מיר שפאס טרייבען
יעצט וועט מען טוט א פארמעסט מאכען
וויל איך נישט אז קיינער זאל פון מיר לאכן
וויבאלד איך טו א באהאלטענע ניק טראגען
עהט דאך קיינער מיר גארנישט קענען זאגען
לאז מיך יעצט אויך פרובירען מיין ארבעט
טאלאנטפול צו ס'איז, די ליינער זאגען מען וועט
א ישר כח פאר אייוועלט, וועל איך אנהייבען
יעדער ניק באזונדער וואס טוט דא שרייבען
יעדער פארדינט באמת אן דאנק און ישר כח
ווייל יעדער לייגט דאך אריין קאפ און מח
וועל איך געבן פאר די אחראים ספעציעל
עוד ידינו נטויה נאר מקצר זיין איך וועל
לאז מיך מאכען א כל הנערים פאר יעדען אינאיינעם
טאקע ווייל איך וויל נישט אויס לאזען קיינעם
איעדן טאג האב איך געטראכט צו מיר
יעצט גיי איך מיין פעדער געבן א צופיר
יעדען איינעם איז דא כוחות באהאלטן
וועל איך ארויסגעבן מיינע טאלאנטען
וועבט און שפינט אין מיר געדאנקענן פילע
עפעס גשעהט די לעצטע מינוט, אין בפי מילה
לא מיט אן אלף, איך שרייב נישט
טיף באגראבען איז מיין מח צומישט
איבערוואס זאל איך שרייבען
יעדער וועט פון מיר שפאס טרייבען
יעצט וועט מען טוט א פארמעסט מאכען
וויל איך נישט אז קיינער זאל פון מיר לאכן
וויבאלד איך טו א באהאלטענע ניק טראגען
עהט דאך קיינער מיר גארנישט קענען זאגען
לאז מיך יעצט אויך פרובירען מיין ארבעט
טאלאנטפול צו ס'איז, די ליינער זאגען מען וועט
א ישר כח פאר אייוועלט, וועל איך אנהייבען
יעדער ניק באזונדער וואס טוט דא שרייבען
יעדער פארדינט באמת אן דאנק און ישר כח
ווייל יעדער לייגט דאך אריין קאפ און מח
וועל איך געבן פאר די אחראים ספעציעל
עוד ידינו נטויה נאר מקצר זיין איך וועל
לאז מיך מאכען א כל הנערים פאר יעדען אינאיינעם
טאקע ווייל איך וויל נישט אויס לאזען קיינעם
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24631
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א
"עפרות זהב" קענסט דאך יא שרייבן
וועלן מיר דיר מער טרייבן
זיי זיך משתתף אין די פארמעסט
אפשר וועסטו זעהן דער בעסט
איך זעה אז די קענסט יא זייער
דיינער ווערטער זענען טייער
ממילא געב צושייער
פין דיינע ווערטער וועט ארויס קומען פייער