מיין פארוואגלטע געזאנג;

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יעדן אינדערפרי, מיט א ציהל א קלארן,
איך זאג זיך זעלבסט ציה, איך פארלאנג און איך ווארן.

גענוג מיט די שטיק, צייט פאר א תיקון,
איך געב אויף מיר א קוק, די געפיל טוט שטיקן.

א קינד פון א טאטן, דער קעניג איבער אלע קעניגן,
מיט נארישקייטן איינבייטן, און אזוי ווידערשפעניגן.

דאס הארץ פאלט איין, קאלמוטנע געפילן אויף אראפ,
איך וויין און וויין, עס האמערט מיר אין קאפ.

ער רופט צו מיר יעדן טאג, ער בעהט שובו בנים,
אוי ווי איך קלאג, איך וויל שוין זעהן זיין פנים.

א פרישער געיאמער שיסט, און געפילן פון שולד,
די טרערן ווייטער פליסט, דאס הארץ קלאפט ווילד.

איך שמייכל ארויף, צום זון וואס טוט שיינען,
עס שאקלט מיר אויף, עס קומט מיר צו וויינען.

א געשמאקער ווינטל בלאזט, איך אטעם איר אריין,
דאס הארץ ווערט צולאזט, איך בלייב שטיין.

ווי קען איך געניסן, און מיינע הרגשים איינשטילן,
עס שטראמען און פליסן, אנגסט געפילן.

פייגעלעך טשוויטשקן הויעך, זיי זינגען זייער געזאנג,
עס שטראמט אריין כח, עס שפירט זיך א דראנג.

מיין שטימע הייב איך אויף, איך הייב אן מיטזינגען,
איך קוק אויף ארויף, אויף די פייגעלעך וואס שפרינגען.

זיי קוקן מיט צארן, וואס זינגט ער דארט,
א זינגער געווארן, אויפן נישט ריכטיגן ארט.

פארשמוצט מיט זינד, און זינגען וויל ער,
א ווידערשפעניגער קינד, שטיל בלייבן זאל ער.

איך וויל זינגען און לויבן, אבער ווי קען איך אנהייבן,
ענדליך שוין אנגעהויבן, און מיט א קרעכץ געטון בלייבן.

מיט טרערן פארשטיקט, די ווערטער אין א שטייג,
מיט רחמנות ער קוקט, דער פייגל אויפן צווייג.

אוי נעבעך א שאנד, דו פארוואגלטער איד,
פארטריבן פון דיין לאנד, צושאסן יעדן גליד.

פייגעלע פארשטיי מיין קלעם, לאמיר זינגען אין א כאאר,
איך נשיר את שיר השם, על אדמת נכר.

ער שאקלט צו ווייעך, פארבייגט זיך די קאפ,
ער שטייט אינדערהייעך, און טשוויטשקעט מיר אראפ.

אט אט באלד, וועט קומען דער מינוט,
מיטן שופר מען שאלט, עס ווערט אייך שוין גוט.

דאן וועלן מיר זינגען, און אינאיינעם טשוויטשקען,
מיר וועלן אויף די צווייגעלעך שפרינגען, שטראלן און בליטשקען.

מיטן גואל צדק בראש, אינאיינעם אונז אלע,
ושם נשיר שיר חדש, וברננה נעלה!
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום פרייטאג יולי 16, 2021 11:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

וואס איז מיט דיר??

אריין אינעם פארמעסט!

דאס איז דאך געוואלדיג!
(--ווערטערלאז--)
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

זייער גוט!

א קליינע הערה, אין די פערטע שורה וואלט נישט בעסער געווען "איך געב אויף מיר א קוק" ווי איידער אויף מיר איך געב א קוק?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

א פערטער האט געשריבן:זייער גוט!

א קליינע הערה, אין די פערטע שורה וואלט נישט בעסער געווען "איך געב אויף מיר א קוק" ווי איידער אויף מיר איך געב א קוק?

פאררראכטן, יישר כח!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פשיהא א אלטע שטערן מיט א נייעם גלאנץ!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פיין דאס.

טאלאנט בלייבט טאלאנט, שטופט זיך ארויס אויף אלע פארמען....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

מורא’דיג... עפעס נישט נארמאל גוט. Wow wow.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פופצי, איי'ל קאמפלימענט עגעין!
איטס עי מעסטערפיעס.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Good to go
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 11:45 pm

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good to go »

Wow!
פול מיט הרגישים און מלא טאלאנט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הערליש

נישט געוויסט אז די קענסט גראמען אויך
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

פופצי, הערליך שיין!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער שיינע גראמען

כ'מיין ס'האט אפילו א טאטש פון פאעזיע.. ניין?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מלא הרגש
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיין פארוואגלטע געזאנג;

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יישר כוח פארן דערמאנען צו קאמפלימענטן [ברבים]...

א הערליך שטיקל! איין שטיק תוכן, הארץ, און טאלאנט. א גרויסע חידוש מאוצר הגעהענגל!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”