בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

וויזניץ בני ברק מהר"י - ביי די של"ס טיש האט דער רבי שליט"א איבערגעבן זיין החלטה צוריק איינצושטעלן די תקנה פון זיין טאטן דער ישועות משה זצ"ל אז בחורים זאלן זיך נישט באטייליגן ביי חתונות פון די בני הקהילה. דער רבי שליט"א האט דערמאנט אז אין די אנהייב יארן ווען עס איז געווען א קליינער עולם און יעדער האט זיך געקענט איז דאס געווען וויכטיג. אין די לעצטערע יארן איז געווען דער איינשטעל בהוראתו פונעם רבי'ן שליט"א אז ביי יעדע חתונה האבן זיך באטייליגט ביז 13 בחורים, אבער אצינד האט דער רבי שליט"א באשלאסן דאס גענצליך מבטל צו זיין און אנשטאט וועט אויפגעשטעלט ווערן א חבורת "משמחים" צו גיין משמח זיין ביי חתונות מיט א קלענערער עולם.

קרעדיט: JD MEDIA
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

כבו"ק באיאנער רבי שליט"א האט גערעדט לעצנטנ'ס בנוגע צ/ק, איינער מיט פרטים?
א פשוטע הייליגע איד
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 10:34 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פשוטע הייליגע איד »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די חתונה פון הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געעווען די ערשטע חתונה אן קיין בחורים

עס איז געווען ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געוואלט צוריק מחדש זיין די תקנה וואס עס איז געווען אינדערהיים פארן קריג אז בחורים גייען נאר צום קבלת פנים

במשך די יארן איז עס געווען שוואכער און שטערקער במשך פארשידענע תקופות

עפעס איז אויך געווען ביי זיין פדיון הבן אדער ביי זיין זון אז די רבי ז''ל מסאטמאר בעל דברי יואל האט דעמאלטץ אויפגעהערט צו גיין צו פדיון הבן'ס
א פשוטע הייליגע איד
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 10:34 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פשוטע הייליגע איד »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די חתונה פון הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געעווען די ערשטע חתונה אן קיין בחורים

עס איז געווען ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געוואלט צוריק מחדש זיין די תקנה וואס עס איז געווען אינדערהיים פארן קריג אז בחורים גייען נאר צום קבלת פנים

במשך די יארן איז עס געווען שוואכער און שטערקער במשך פארשידענע תקופות

יאר?

ווייסעך נישט גענוי אבער ער איז מהר"א'ס עידזש

ער דארף צו זיין איין יאר עלטער ווי מהר''א מסאטמאר שליט''א
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

וואס איז פשט דערפון?

ירושלים - ביי א ספעציעלע דרשה פאר די בחורים פון די ישיבה גדולה איז געמאלדן געווארן דער באשלוס פונעם תולדות אהרן רבי'ן שליט"א אז פון היינט און ווייטער זאלן זיך די בחורים תלמידי הישיבה נישט באטייליגן ביי די חתונות פון זייערע חברים צוליב דער ביטול תורה וואס קומט ארויס דערפון. אנשטאט וועט אהער געשטעלט ווערן א ספעציעלע חבורת "המשמחים" וועלכע וועלן ארום גיין ביי חתונות משמח זיין די חתנים צו פארפילן דעם חלל.
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

וואס פארשטייט איר נישט?
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
וואס פארשטייט איר נישט?
איך ווייס נישט.

וואס איז געווען ביז איצט? וואס איז איצט געשען אז מ'האט באשלאסן עס צו טוישן?
איך פרעג פשוט
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

ביז יעצט פלעגן בחורים זיך באטייליגן ביי זייערע חברים'ס חתונות.
דאס האט גורם געווען אז ארום 10 טעג א חודש איז נאכמיטאג געווען צופארן, און 10 טעג איז פארטאגס און טיילווייז פארמיטאג געווען צופארן.
האט מען באשלאסן צו מאכן א סוף דערצו, און בחורים וועלן זיך פון היינט און ווייטער מער נישט באטייליגן ביי חברים'ס חתונות.

אויב פעלט אמאל אויס פאר א קליינע משפחה, וועלן די ספעציעלע חברה משמחים גיין טאנצן.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

צ/ק

אבער פארוואס אין פארברענגן?
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
צ/ק

אבער פארוואס אין פארברענגן?
איך בין נישט קיין מבין אין די ענינים, מ'קען עס טוישן ווער ס'וויל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אין עטליכע קהילות אין א"י איז שוין אזוי איינגעפירט. וואס איז יעצט?
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
צ/ק

אבער פארוואס אין פארברענגן?
פארברענגן=ביטול תורה
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

פראקטיש האט געשריבן:

אנשטאט וועט אהער געשטעלט ווערן א ספעציעלע חבורת "המשמחים" וועלכע וועלן ארום גיין ביי חתונות משמח זיין די חתנים צו פארפילן דעם חלל.
וויפל איך ווייס איז נישטא דעי חבורת משמחים

וואס יא?
קודם קענען די חתונה געהאטע חבירים געהעריג קומען און נאכדעם חבירים פון אנדערע עידזשעס.
חוץ מזה מאכט מען אזא כמו חתונה ד.ה. א סעודה מיט מוזיק. אדער די מוצאי שבת פאר די חתונה אדער נאך די חתונה
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

עס באלאנגט נישט דא נאר ענדערש אין ידיעות התורה
א צווייטע קאזין פון חתן איז כשר לעדות ביי א חופה?
שלישי בשלישי איז א צווייטע קאזין, ריכטיג?
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: JD Media - תולדות אהרן בחורים וועלן מער נישט גיין צו קיין חתונות צוליב ביטול תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

בערך האט געשריבן:

און דאס ברענגט נישט ביטול תורה??
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובה דורך Amazing »

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
אין די אלע קהילות ווי בחורים גייען נישט צו חתונות מחמת ביטול תורה גייען זיי אויך נישט ווען די רבי מאכט חתונה?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

כ'פארשטיי אז ס'מער די נושא אז די וואך זאל נישט זיין צו פראסקעט,
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך פארשטיי נישט די אלע מבטלים פון די אור אלטע מנהג אז די בחורים חברים זענען משמח דעם חתן ביום שמחת לבו.

איין זאך וואס מ'פארגעסט אז סוכ"ס איז דאס טאנצען ביי חתונות גאר א גוטע און כשרע מיטל פאר די בחורי חמד זיך "אויסצוגעבן" אביסל דעם רתיחות הדמים, פארוואס זאל מען דאס מבטל זיין?! נאכדעם וועט מען דארפן באצאלן מיט כפל אויף אנדערע ספעציעלע מסיבות און פארברענגן פאר די בחורים זיך אויסצוגעבן אביסל, און דעמאלטס וועט עס קאסטן געלט, און ס'וועט זיין ריכטיג ביטול תורה אן קיין היתר פון שמחת חתן, משא"כ ווען מטאנצט ביי די חתונות איז א גרויסע מצוה, ס'איז א חלק פון די עבודות הקודש פון די בחורישע יארן, לערנען און טון מצוות ומעשים טובים, ס'נישט קיין בדיעבד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

Amazing האט געשריבן:
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
אין די אלע קהילות ווי בחורים גייען נישט צו חתונות מחמת ביטול תורה גייען זיי אויך נישט ווען די רבי מאכט חתונה?
ביים רבין?!
אוואדאי!!

אין תולדות אהרן גייען נישט די געשוויסטער פון די חתן/כלה מיט בגדי שבת. וועגן מ'טוט נישט אן בגדי שבת סתם אימיטן די וואך אבער ביים רבינ'ס חתונה האט יעדער די שטריימל און קאפטן!!

אזוי איז עס די רבי איז אנדערש!!
מיני בשמים
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:31 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיני בשמים »

פאטאקי08 האט געשריבן:
עס באלאנגט נישט דא נאר ענדערש אין ידיעות התורה
א צווייטע קאזין פון חתן איז כשר לעדות ביי א חופה?
שלישי בשלישי איז א צווייטע קאזין, ריכטיג?
ווי וואט איך ווייס לאט נישט ר' געציל ווילאנג מען האלט זיך נאנט
אין דעס איז אפילו עס איז דריטע אדער א פערטע קאזין
בשמים טייטש געווירצן
איך שעם זיך נישט מיט מיין עכטער נאמען:זעליג וואגשאל
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

נא_שכל האט געשריבן:
איך פארשטיי נישט די אלע מבטלים פון די אור אלטע מנהג אז די בחורים חברים זענען משמח דעם חתן ביום שמחת לבו.

איין זאך וואס מ'פארגעסט אז סוכ"ס איז דאס טאנצען ביי חתונות גאר א גוטע און כשרע מיטל פאר די בחורי חמד זיך "אויסצוגעבן" אביסל דעם רתיחות הדמים, פארוואס זאל מען דאס מבטל זיין?! נאכדעם וועט מען דארפן באצאלן מיט כפל אויף אנדערע ספעציעלע מסיבות און פארב

רענגן פאר די בחורים זיך אויסצוגעבן אביסל, און דעמאלטס וועט עס קאסטן געלט, און ס'וועט זיין ריכטיג ביטול תורה אן קיין היתר פון שמחת חתן, משא"כ ווען מטאנצט ביי די חתונות איז א גרויסע מצוה, ס'איז א חלק פון די עבודות הקודש פון די בחורישע יארן, לערנען און טון מצוות ומעשים טובים, ס'נישט קיין בדיעבד.[/quote
איר האט א גוטע קשיא

הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט עפעס געוויסט וואס איר ווייסט נישט ווייל ער האט אליין געמאכט די תקנה

איך פארשטיי נישט אנדערע תקנות וואס ער האט געמאכט ווי למשל פארוואס ער האט נישט געלאזט מאכן א עירוב אז פרויען מיט קינדער געבענטשטע פאמיליעס זאלן קענן ארויסגיין פון זייערע קליינע דירות אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס

מיר דארפן פאלגן אפילו מ' פארשטייט נישט
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

היסטאריקער האט געשריבן:

איר האט א גוטע קשיא

הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט עפעס געוויסט וואס איר ווייסט נישט ווייל ער האט אליין געמאכט די תקנה

איך פארשטיי נישט אנדערע תקנות וואס ער האט געמאכט ווי למשל פארוואס ער האט נישט געלאזט מאכן א עירוב אז פרויען מיט קינדער געבענטשטע פאמיליעס זאלן קענן ארויסגיין פון זייערע קליינע דירות אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס

מיר דארפן פאלגן אפילו מ' פארשטייט נישט
איך האב געלערנט אין די סאטמערע ישיבה און מ'פלעגט אלס גיין צו חתונות, מ'האט בכלל נישט גערעדט פון אזא תקנה.

ביים רבינ'ס צייטן פלעגט מען אויך נישט מאכן קיין שבאטאנס וכדומה פאר די בחורים, נאר די שמחת בית השואבה איינמאל א יאר, און די פראטעסטן וכו' איז געווען גענוג פאר די בחורים..., אבער היינט אז ס'איז נישט גענוג דאס, מ'איז מוסיף אסאך מער ווי ביים רבינ'ס צייטן קען מען אויך לאזן די מנהג פון גיין צו חתונות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

נא_שכל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:

איר האט א גוטע קשיא

הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט עפעס געוויסט וואס איר ווייסט נישט ווייל ער האט אליין געמאכט די תקנה

איך פארשטיי נישט אנדערע תקנות וואס ער האט געמאכט ווי למשל פארוואס ער האט נישט געלאזט מאכן א עירוב אז פרויען מיט קינדער געבענטשטע פאמיליעס זאלן קענן ארויסגיין פון זייערע קליינע דירות אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס

מיר דארפן פאלגן אפילו מ' פארשטייט נישט
איך האב געלערנט אין די סאטמערע ישיבה און מ'פלעגט אלס גיין צו חתונות, מ'האט בכלל נישט גערעדט פון אזא תקנה.

ביים רבינ'ס צייטן פלעגט מען אויך נישט מאכן קיין שבאטאנס וכדומה פאר די בחורים, נאר די שמחת בית השואבה איינמאל א יאר, און די פראטעסטן וכו' איז געווען גענוג פאר די בחורים..., אבער היינט אז ס'איז נישט גענוג דאס, מ'איז מוסיף אסאך מער ווי ביים רבינ'ס צייטן קען מען אויך לאזן די מנהג פון גיין צו חתונות.
און נאך א טענה וואס מהאט באטאנען דא אויבן, איז אז די מצב הצניעות אין די היימישע חתונות זאלן, געווארן היינט א סאך בעסער ווי א מאהל (פארשטייטזיך כ'מיינט נישט די קליידער פון די ווייבער, נאר די טיילונג צווישן מענער או פרויען)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מיני בשמים האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
עס באלאנגט נישט דא נאר ענדערש אין ידיעות התורה
א צווייטע קאזין פון חתן איז כשר לעדות ביי א חופה?
שלישי בשלישי איז א צווייטע קאזין, ריכטיג?
ווי וואט איך ווייס לאט נישט ר' געציל ווילאנג מען האלט זיך נאנט
אין דעס איז אפילו עס איז דריטע אדער א פערטע קאזין
וואס איז פשט?
איז עס נישט א פשוטע הלכה אין די גמרא? שני בשלישי, שלישי בשלישי?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בערך האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
אין די אלע קהילות ווי בחורים גייען נישט צו חתונות מחמת ביטול תורה גייען זיי אויך נישט ווען די רבי מאכט חתונה?
ביים רבין?!
אוואדאי!!

אין תולדות אהרן גייען נישט די געשוויסטער פון די חתן/כלה מיט בגדי שבת. וועגן מ'טוט נישט אן בגדי שבת סתם אימיטן די וואך אבער ביים רבינ'ס חתונה האט יעדער די שטריימל און קאפטן!!

אזוי איז עס די רבי איז אנדערש!!
דו ביסט סארקאסטיש, יא?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”