בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

שטייענדיג אין ניין טעג,
האפנדיג און ווארטנדיג לכל הנחמות וכל ההבטחות שהבטיחונו נביאי האמת וצדק
וואס א טייל פון זיי זענען געבונדען מיט שמחת חתן וכלה,
באקאנט פון זיי איז נבואת ירמיה:
כֹּ֣ה אָמַ֣ר ה', עוֹד֘ יִשָּׁמַ֣ע בַּמָּקוֹם־הַזֶּה֒
אֲשֶׁר֙ אַתֶּ֣ם אֹֽמְרִ֔ים חָרֵ֣ב ה֔וּא מֵאֵ֥ין אָדָ֖ם וּמֵאֵ֣ין בְּהֵמָ֑ה
בְּעָרֵ֤י יְהוּדָה֙ וּבְחֻצ֣וֹת יְרוּשָׁלִַ֔ם
הַֽנְשַׁמּ֗וֹת מֵאֵ֥ין אָדָ֛ם וּמֵאֵ֥ין יוֹשֵׁ֖ב וּמֵאֵ֥ין בְּהֵמָֽה,
ק֣וֹל שָׂשׂ֞וֹן וְק֣וֹל שִׂמְחָ֗ה
ק֣וֹל חָתָן֘ וְק֣וֹל כַּלָּה֒

ק֣וֹל אֹמְרִ֡ים הוֹדוּ֩ אֶת־ה' צְבָקוֹת
כִּֽי־ט֤וֹב ד' כִּֽי־לְעוֹלָ֣ם חַסְדּ֔וֹ
מְבִאִ֥ים תּוֹדָ֖ה בֵּ֣ית ד'
כִּֽי־אָשִׁ֧יב אֶת־שְׁבוּת־הָאָ֛רֶץ כְּבָרִאשֹׁנָ֖ה
אָמַ֥ר ד'

די נבואה, וואס אנשי כנסת הגדולה האבן געבוייעט אויף דעם נוסח ברכת חתנים, "עוד ישמע בערי יהודה", און צוגעלייגט די ווערטער:
קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם
(צו גבוייעט מסתמא אויף פסוק פון איכה "בחורים מנגינתם").
און אגב דער עולם פלגעט זינגען די ברכה אין חתונות, משמח זיין חתן וכלה מיט פראיילעכע מעלאדיעס (פארגעסנדיג עפעס אז דאס איז ווערטער פון תפילה און ציפי' לישועה, און נישט ברכות פאר די חתן)

וויל איך עפעס אנטערסירען בנוגע מנהג, וואס לקוצר ידיעתי עס איז נתקבל געווארן אין א סאך קהילות נאר אין די לעצטע צענדליגע יארן-
אז בחורים (בעיקר חסידישע), נעמען נישט א טייל אין די חתונה'ס פון זיין חברים.
און אנשטאט דעם, טאנצן און זינגען מיט חתן אדער נאר אין די ישיבה, אדער אין די זאל פאר די חתונה (פאר דער עולם קומט).
ווער האט אנגעהייבן די מנהג? ווער עס האט געמאכט נאך דעם? אין וועלכע יארן?
און וואס איז די פונקטליכע טעם? אדער ייעדער איינער האט געהאט אןאנדערער?
און וויזוי האט מען אהנגעפילט די לאך אין שמחת החתונה, צב"ש חברת משמחים פון יונגעלייט וכד'?

וועגן קוצר ידיעותי אנטקעגן די גרויסע ידענים וואס דרייען דא אין פארום, וויל איך נישט שרייבן נאר פראגעס און נישט מיינע ביסעלע און לעכרדיגע ידיעות, און אויב איינער האט עפעס ידיעות, זאל ביטע שרייבען, ושכח מלמפרע.

און שטייענדיג אין ערשטען אשכול וואס עפענט אני הדל באלפי מנשה, בכניסתו מה הוא אומר, שישמחו בי חברי ורבותי וכ"ש מנהלי, ולא אומר דבר שלא ברצונם, האפנדיג אז די נושא איז גוט, די הקדמה איז גוט, און אלעס איז געראכטן לויט אלע דיני ומנהגי הפארום.
לעצט פארראכטן דורך אמונה פשוטה אום דאנערשטאג יולי 15, 2021 6:23 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ס'פארהאן עטליכע סיבות דערפאר,

אסאך היינטיגע ישיבות זענען ריזיג בלעה"ר, און אז מ'האט יעדע נאכט א חתונה איז נישטא קיין סדר שלישי אין ישיבה...
ווער רעדט נאך אז אסאך חתונות זענען אין א אנדערע שטאט, און אפי' אויב נישט דרייען זיך די בחורים אפציעל אין גאס אן קיין השגחה וכו'...

און ס'דא נאך סיבות.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

בדרך כלל, ביי די ערשטע פאר חתונת פון די עידש איז טאקע מערקבאר די חלל אז עס פעלט די חבירים.

אבער שפעטער איז שוין דא גענוג חבירים אינגעלייט און חתנים וואס זענען מער נישט אין ישיבה וואס קומען זיך באטייליגען.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אמונה פשוטה האט געשריבן:שטייענדיג אין ניין טעג,
האפנדיג און ווארטנדיג לכל הנחמות וכל ההבטחות שהבטיחונו נביאי האמת וצדק
וואס א טייל פון זיי זענען געבונדען מיט שמחת חתן וכלה,
באקאנט פון זיי איז נבואת ירמיה:
כֹּ֣ה אָמַ֣ר ה', עוֹד֘ יִשָּׁמַ֣ע בַּמָּקוֹם־הַזֶּה֒
אֲשֶׁר֙ אַתֶּ֣ם אֹֽמְרִ֔ים חָרֵ֣ב ה֔וּא מֵאֵ֥ין אָדָ֖ם וּמֵאֵ֣ין בְּהֵמָ֑ה
בְּעָרֵ֤י יְהוּדָה֙ וּבְחֻצ֣וֹת יְרוּשָׁלִַ֔ם
הַֽנְשַׁמּ֗וֹת מֵאֵ֥ין אָדָ֛ם וּמֵאֵ֥ין יוֹשֵׁ֖ב וּמֵאֵ֥ין בְּהֵמָֽה,
ק֣וֹל שָׂשׂ֞וֹן וְק֣וֹל שִׂמְחָ֗ה
ק֣וֹל חָתָן֘ וְק֣וֹל כַּלָּה֒

ק֣וֹל אֹמְרִ֡ים הוֹדוּ֩ אֶת־ה' צְבָקוֹת
כִּֽי־ט֤וֹב ד' כִּֽי־לְעוֹלָ֣ם חַסְדּ֔וֹ
מְבִאִ֥ים תּוֹדָ֖ה בֵּ֣ית ד'
כִּֽי־אָשִׁ֧יב אֶת־שְׁבוּת־הָאָ֛רֶץ כְּבָרִאשֹׁנָ֖ה
אָמַ֥ר ד'

די נבואה, וואס אנשי כנסת הגדולה האבן געבוייעט אויף דעם נוסח ברכת חתנים, "עוד ישמע בערי יהודה", און צוגעלייגט די ווערטער:
קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם
(צו גבוייעט מסתמא אויף פסוק פון איכה "בחורים מנגינתם").
און דער עולםפלגעט זינגען די ברכה אין חתונות, משמח זיין חתן וכלה מיט פראיילעכע מעלאדיעס (פארגעסנדיג עפעס אז דאס איז ווערטער פון תפילה און ציפי' לישועה, און נישט ברכות פאר די חתן)

וויל איך עפעס אנטערסירען בנוגע מנהג, וואס לקוצר ידיעתי עס איז נאר פון די לעצטע צענדליגע יארן-
אז בחורים (בעיקר חסידישע), נעמען נישט א טייל אין די חתונה'ס פון זיין חברים.
און אנשטאט דעם, טאנצן און זינגען מיט חתן אדער נאר אין די ישיבה, אדער אין די זאל פאר די חתונה (פאר דער עולם קומט).
ווער האט אנגעהייבן די מנהג? ווער עס האט געמאכט נאך דעם? אין וועלכע יארן?
און וואס איז די פונקטליכע טעם? אדער ייעדער איינער האט געהאט אןאנדערער?
און וויזוי האט מען אהנגעפילט די לאך אין שמחת החתונה, צב"ש חברת משמחים פון יונגעלייט וכד'?

וועגן קוצר ידיעותי אנטקעגן די גרויסע ידענים וואס דרייען דא אין פארום, וויל איך נישט שרייבן נאר פראגעס און נישט מיינע ביסעלע און לעכרדיגע ידיעות, און אויב איינער האט עפעס ידיעות, זאל ביטע שרייבען, ושכח מלמפרע.

און שטייענדיג אין ערשטען אשכול וואס עפענט אני הדל באלפי מנשה, בכניסתו מה הוא אומר, שישמחו בי חברי ורבותי וכ"ש מנהלי, ולא אומר דבר שלא ברצונם, האפנדיג אז די נושא איז גוט, די הקדמה איז גוט, און אלעס איז געראכטן לויט אלע דיני ומנהגי הפארום.

ווי פירט מען זיך אזוי? נאכנישט געהערט פון דעם מנהג בכלל. איך בין טאקע אזוי אויסגעטוהן פון די וועלט? ביי יעדע חתונה ווי איך גיי זעה איך בחורים טאנצן.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ס'פארהאן עטליכע סיבות דערפאר,
אסאך היינטיגע ישיבות זענען ריזיג בלעה"ר, און אז מ'האט יעדע נאכט א חתונה איז נישטא קיין סדר שלישי אין ישיבה...

דעם אליין ק'מען באליידיגן בניקל, צב"ש אז נאר אגעוויסע צאל פון די בחורים קענען פארן צו חתונה. למשל אז מ'ברענגט איין באס, וואס מ'קען נאר אנפילן די באס און נישט מער.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אין באבוב גייען בחורים נישט צון טאנצן. זינט תשנ"ח.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

איצל פיצל האט געשריבן:ווי פירט מען זיך אזוי? נאכנישט געהערט פון דעם מנהג בכלל. איך בין טאקע אזוי אויסגעטוהן פון די וועלט? ביי יעדע חתונה ווי איך גיי זעה איך בחורים טאנצן.

אויב איר מיינט חסידישע וועלט - אוודאי. ווי כהאב געשריבן, די מנהג איז אנגעהויבן מיט עפעס צענדליגע יארן צוריק, לע"ד מער אין די א"ג חאניאקישע חסידות'ן, און ווערט מנתפשט צו נאך און נאך חסידות'ן אין ישיבות. אויך ממש אין די לעצטע יארן און חדשים.
(און ווי כהאב געשריבן, מיט אזעלעכע ידענים וואס דרייען דא, נאך צווי דריי טאג וועסט וויסן אויך יעדער ישיבה פונקט, און אויך ווי און ווען אין אלעס ארום)
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

די חתונה פון הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געעווען די ערשטע חתונה אן קיין בחורים

עס איז געווען ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געוואלט צוריק מחדש זיין די תקנה וואס עס איז געווען אינדערהיים פארן קריג אז בחורים גייען נאר צום קבלת פנים

במשך די יארן איז עס געווען שוואכער און שטערקער במשך פארשידענע תקופות
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

כתוב וחתום האט געשריבן:אין באבוב גייען בחורים נישט צון טאנצן. זינט תשנ"ח.

תשנ"ח דאס מיינט אז דאס איז תקנה פון דעמאלטדיגע ראש ישיבה דהיינו כ"ק מבאבוב45?

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די חתונה פון הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געעווען די ערשטע חתונה אן קיין בחורים

שכ"ח.

דאס איז א חידוש, אז דאס איז אן'אלטע מנהג פון אינדערהיים.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:אין באבוב גייען בחורים נישט צון טאנצן. זינט תשנ"ח.

תשנ"ח דאס מיינט אז דאס איז תקנה פון דעמאלטדיגע ראש ישיבה דהיינו כ"ק מבאבוב45?

ניין, א תקנה פון מהר"ש מ'באבוב, ראש ישיבה איז דאן געווען ר' אברהם ברוך האראוויץ.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

כתוב וחתום האט געשריבן:

שכח פאר פארעכטן, כהאב געמישט נ' יארן מיט ס' יארן.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די חתונה פון הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געעווען די ערשטע חתונה אן קיין בחורים

עס איז געווען ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געוואלט צוריק מחדש זיין די תקנה וואס עס איז געווען אינדערהיים פארן קריג אז בחורים גייען נאר צום קבלת פנים

במשך די יארן איז עס געווען שוואכער און שטערקער במשך פארשידענע תקופות

יאר?

כתוב וחתום האט געשריבן:אין באבוב גייען בחורים נישט צום טאנצן. זינט תשנ"ח.

מיינט איר אז חופה יא?
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:אין באבוב גייען בחורים נישט צום טאנצן. זינט תשנ"ח.

מיינט איר אז חופה יא?

חופה, וואסעפעס?! קבלת פנים יא.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

כתוב וחתום האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:אין באבוב גייען בחורים נישט צום טאנצן. זינט תשנ"ח.

מיינט איר אז חופה יא?

חופה, וואסעפעס?! קבלת פנים יא.

שכח
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

כתוב וחתום האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:אין באבוב גייען בחורים נישט צון טאנצן. זינט תשנ"ח.

תשנ"ח דאס מיינט אז דאס איז תקנה פון דעמאלטדיגע ראש ישיבה דהיינו כ"ק מבאבוב45?

ניין, א תקנה פון מהר"ש מ'באבוב, ראש ישיבה איז דאן געווען ר' אברהם ברוך האראוויץ.

די צעטל מיט די תקנות זענען געשריבון און גע'חתמ'ט געווארן דורך מהרנ"צ מבאבוב ואחיו אדמו"ר מבאבוב שליט"א
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

באנאנא האט געשריבן:

נו, אפשר קמען עס ברענגען?
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:די חתונה פון הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר מהר"א איז געעווען די ערשטע חתונה אן קיין בחורים

עס איז געווען ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געוואלט צוריק מחדש זיין די תקנה וואס עס איז געווען אינדערהיים פארן קריג אז בחורים גייען נאר צום קבלת פנים

במשך די יארן איז עס געווען שוואכער און שטערקער במשך פארשידענע תקופות

יאר?

ווייסעך נישט גענוי אבער ער איז מהר"א'ס עידזש
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

ר' @כתוב וחתום, סתם צו באמערקען, אז דאס זינגען ביים חופה (און נאכדעם) איז נישט "וואסעפס". ס'ליגט ביימיר אז ס'דא שיטות אז עיקר מצוות שמחת חתן וכלה דאורייתא איז נאר בשעת החופה.
לעצט פארראכטן דורך אמונה פשוטה אום דאנערשטאג יולי 15, 2021 1:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

די וויזשניצע רבי זצוק''ל איז געווען זייער דערקעגן אז אפילו א בחור איז פונקט געוען אינדערהיים האט ער אויכט נישט געלאזט.

וכבר היה אז א חתן האט דווקא געמאכט די חתונה בין הזמנים אז די חברים זאלן קענען קומען און דער רבי האט געשיקט א שטרענגע ווארונונג אז קיינער זאל נישט גיין
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

מקווה איד האט געשריבן:די וויזשניצע רבי זצוק''ל דער אמרי חיים? איז געווען זייער דערקעגן אז אפילו א בחור איז פונקט געוען אינדערהיים האט ער אויכט נישט געלאזט.

וכבר היה אז א חתן האט דווקא געמאכט די חתונה בין הזמנים אז די חברים זאלן קענען קומען און דער רבי האט געשיקט א שטרענגע ווארונונג אז קיינער זאל נישט גיין
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:די וויזשניצע רבי זצוק''ל דער אמרי חיים? איז געווען זייער דערקעגן אז אפילו א בחור איז פונקט געוען אינדערהיים האט ער אויכט נישט געלאזט.

וכבר היה אז א חתן האט דווקא געמאכט די חתונה בין הזמנים אז די חברים זאלן קענען קומען און דער רבי האט געשיקט א שטרענגע ווארונונג אז קיינער זאל נישט גיין

ניין רבינו מרדכי ב''ר חיים מאיר, יכול ליהות עס קומט שוין פון פריער אבער נישט וואס איך ווייס
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

מקווה איד האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:די וויזשניצע רבי זצוק''ל דער אמרי חיים? איז געווען זייער דערקעגן אז אפילו א בחור איז פונקט געוען אינדערהיים האט ער אויכט נישט געלאזט.

וכבר היה אז א חתן האט דווקא געמאכט די חתונה בין הזמנים אז די חברים זאלן קענען קומען און דער רבי האט געשיקט א שטרענגע ווארונונג אז קיינער זאל נישט גיין

ניין רבינו מרדכי ב''ר חיים מאיר, יכול ליהות עס קומט שוין פון פריער אבער נישט וואס איך ווייס

שכח פארן אויסקלארן
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בַּחוּרִ֖ים מִנְּגִינָתָֽם: בחורים נעמען א טייל אין זיין חבר'ס חתונה צו נישט? מנהגים וטעמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אויך אין די אנדערע וויזשניץ (א"י) גייען נישט בחורים צו חתונות.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”