א מצב אין די גאסן !!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

א מצב אין די גאסן !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלישא קטנה »

יא ... וואס זאל איך אייך זאגן ...
די לעצטיגע פאר טעג זענען געווען זייער אנגעצויגען אין שטעטל, זקנים עם נערים דרייען זיך ארום שוין באזארגט, יונגעלייט זיצן אפ אין ביהמ"ד ביז די גאר קליינע נאכט שעה'ן, און יעדער איינער מיט זיינע געפיהלן ווארט, וואס עט זיין ??? וואו לאנג קען מען דען ווארטן ???
היינט נאכט בין איך גזעצן מיט א 25-30 יונגערלייט צו א ליל שישי בשילוב סעודת יאהרצייט לע"נ דער אוה"ח הק' זי"ע, יעדער זאגט א ווארט ... איינער א פשט איינער א קנייטש איינער א מעשה, די אטמאספער איז אבער זייער דיכט !!!
א לייב שיעור פון איינער פון די גדולי המשפיעים בדורינו איז גהערט געווארן, מעורר געווען דעם ציבור יונגערלייט אויף שמירת עיניים אין די זוממער טעג, יעדער זיצט פאר זיך שטיל, ביז פלוצלינג א יונגערמאנ'ס קעשענע באזזט, איידלערהייט געט ער אזא פליפ ארויס דעם סעלפון פון טאש און זיין פנים שטראהלט, ער שרייט אויס מיט עקסטאז :
'דער רבי איז ארויס אין הויף' !!!
'וואס יעצט ממש ?' 'ווער האט דיר געשריבן' לאזט זיך ארויס א געשריי פונע'ם ציבור
איינער געט א בליק אויפן צווייטער. 'א מים אחרונים' שרייט ער. און זיך נעמען לויפן מיט אלע ביינער
איך בין נאך געבליבן דער לעצטער אויפן טיש, ווענד איך מיינע אויגן צום הימל און זאג
"אוי באשעפער טייערע'ר איך דאנק דיר' !!!
וואו נאר איך בין ארויס אויפן גאס ווער איך געוואהר אז די גאנצע שטעטלע איז איבערגעדרייט, בחורים לויפן און יונגעלייט רייסן אראפ די געסלעך פון שטעטל עלטערע אידן ווארטן נאך אין א זייט ביז גענויע פרטים קומען אריין
איך הייב אהן שפאצירן צווי טריט און א יוגערמאן שרייט צו "אויף סימונסטראאט", אה ב"ה ווייס איך שוין וואו צו גייען
"אויף איזאבעלעליי" שרייט א בחור אריבערפאהרנדיג, און איך בין שוין אינגאנצען צומישט
אן עלטערע זקן הער איך רעדן מיט זיין אידענע "וואו אויף שארלאטעליי ?", און איך מיין אז דער ציבור דא איז ...
מיין ב"ב שיקט מיר אריין א טעקסט מעסעדזש "גהערט פון א חבר'תה אז אין באבוב איז דא"
איך טערף מיין חברותא און איך פרעג "וואו גייסטו ???", "איך האב גהערט אז ביי שארלוטעליי" שויין גיימער אהין !!!
מה אומר ומה אדבר דע שמחה געפיהל'ן זענען אין די העכסטע ריכטער-גארדן, א דריטער יונגערמאן מיט אש קודש אין די אוייגן כאפטזיך צו, און איך דריי מיך אויס זעהן די גאס וואס רודערט ארום און ארום
אין אט האב דאס גזעהן !!!
אהההההההההה ב"ה א גאסט אין שטעטלע !!!
די לבנה איז נאר וואס ארויסגעקומען אויף א בליץ באזוך !!!
נאך מעהר וואו א וואך וואס עס רעגנט און ס'איז פארוואלקענט !!!
מיין האנט לאזט זיך אראפ אין קעשענע, מיין גארטל דרייט זיך און פרייט זיך, מיינע אויגן כאפן א בליק מיט א לשם ייחוד און געגאנגען ...
וואו !!! די געפיהל'ן איז אין לתאר, דע ברכה ווערט געזאגט ביי יעדער באזונדער מיט א הויכ'ן אמן געשריי פון אונז ... און די קינדער אויפן פארטש די דריטע שטאק ...
"שלום עליכם ... עליכם השלום" "שלום עליכם ... עליכם שלום", אוופס ווער איז דער דריטער ?
א פינגער פאר א היטש איז גלייך ארויס אויפן גאס ביז ענדליך א שווארצע קאר שטעלט זיך אפ, "עלייעכעם שולויים" שרייט ער מיט שמחה "עלייעכים שולויים" אין פייפט מיט הנאה
שוין די ריקוד וועל איך אייך שוין נישט מטריח זיין ... הגם אז גאנץ שטאט וויל יעצט וויסן "וועמענס איידעם איז דער וואס איז געטאנצן נעכטן אויפ'ן גאס ???"
א לעכטיגע חודש פון ישועות פאר'ן כלל און פרט
אמן
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: א מצב אין די גאסן !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

אנטווערפענע חברה!
(דעי האלטן שוין נאכן פראווערן די אוהח''ק יארצייט,)
ייש'כ שענע ארטיקל, נאסטאלאגיע,
לעצט פארראכטן דורך שר התורה אום דאנערשטאג יוני 24, 2021 6:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א מצב אין די גאסן !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מי כעמך ישראל!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א מצב אין די גאסן !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שיין שיין
געלוינט צו ווארטן אויף די לבנה פאר אזא ארטיקל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א מצב אין די גאסן !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

תלישא קטנה האט געשריבן:יא ... וואס זאל איך אייך זאגן ...
די לעצטיגע פאר טעג זענען געווען זייער אנגעצויגען אין שטעטל, זקנים עם נערים דרייען זיך ארום שוין באזארגט, יונגעלייט זיצן אפ אין ביהמ"ד ביז די גאר קליינע נאכט שעה'ן, און יעדער איינער מיט זיינע געפיהלן ווארט, וואס עט זיין ??? וואו לאנג קען מען דען ווארטן ???
היינט נאכט בין איך גזעצן מיט א 25-30 יונגערלייט צו א ליל שישי בשילוב סעודת יאהרצייט לע"נ דער אוה"ח הק' זי"ע, יעדער זאגט א ווארט ... איינער א פשט איינער א קנייטש איינער א מעשה, די אטמאספער איז אבער זייער דיכט !!!
א לייב שיעור פון איינער פון די גדולי המשפיעים בדורינו איז גהערט געווארן, מעורר געווען דעם ציבור יונגערלייט אויף שמירת עיניים אין די זוממער טעג, יעדער זיצט פאר זיך שטיל, ביז פלוצלינג א יונגערמאנ'ס קעשענע באזזט, איידלערהייט געט ער אזא פליפ ארויס דעם סעלפון פון טאש און זיין פנים שטראהלט, ער שרייט אויס מיט עקסטאז :
'דער רבי איז ארויס אין הויף' !!!
'וואס יעצט ממש ?' 'ווער האט דיר געשריבן' לאזט זיך ארויס א געשריי פונע'ם ציבור
איינער געט א בליק אויפן צווייטער. 'א מים אחרונים' שרייט ער. און זיך נעמען לויפן מיט אלע ביינער
איך בין נאך געבליבן דער לעצטער אויפן טיש, ווענד איך מיינע אויגן צום הימל און זאג
"אוי באשעפער טייערע'ר איך דאנק דיר' !!!
וואו נאר איך בין ארויס אויפן גאס ווער איך געוואהר אז די גאנצע שטעטלע איז איבערגעדרייט, בחורים לויפן און יונגעלייט רייסן אראפ די געסלעך פון שטעטל עלטערע אידן ווארטן נאך אין א זייט ביז גענויע פרטים קומען אריין
איך הייב אהן שפאצירן צווי טריט און א יוגערמאן שרייט צו "אויף סימונסטראאט", אה ב"ה ווייס איך שוין וואו צו גייען
"אויף איזאבעלעליי" שרייט א בחור אריבערפאהרנדיג, און איך בין שוין אינגאנצען צומישט
אן עלטערע זקן הער איך רעדן מיט זיין אידענע "וואו אויף שארלאטעליי ?", און איך מיין אז דער ציבור דא איז ...
מיין ב"ב שיקט מיר אריין א טעקסט מעסעדזש "גהערט פון א חבר'תה אז אין באבוב איז דא"
איך טערף מיין חברותא און איך פרעג "וואו גייסטו ???", "איך האב גהערט אז ביי שארלוטעליי" שויין גיימער אהין !!!
מה אומר ומה אדבר דע שמחה געפיהל'ן זענען אין די העכסטע ריכטער-גארדן, א דריטער יונגערמאן מיט אש קודש אין די אוייגן כאפטזיך צו, און איך דריי מיך אויס זעהן די גאס וואס רודערט ארום און ארום
אין אט האב דאס גזעהן !!!
אהההההההההה ב"ה א גאסט אין שטעטלע !!!
די לבנה איז נאר וואס ארויסגעקומען אויף א בליץ באזוך !!!
נאך מעהר וואו א וואך וואס עס רעגנט און ס'איז פארוואלקענט !!!
מיין האנט לאזט זיך אראפ אין קעשענע, מיין גארטל דרייט זיך און פרייט זיך, מיינע אויגן כאפן א בליק מיט א לשם ייחוד און געגאנגען ...
וואו !!! די געפיהל'ן איז אין לתאר, דע ברכה ווערט געזאגט ביי יעדער באזונדער מיט א הויכ'ן אמן געשריי פון אונז ... און די קינדער אויפן פארטש די דריטע שטאק ...
"שלום עליכם ... עליכם השלום" "שלום עליכם ... עליכם שלום", אוופס ווער איז דער דריטער ?
א פינגער פאר א היטש איז גלייך ארויס אויפן גאס ביז ענדליך א שווארצע קאר שטעלט זיך אפ, "עלייעכעם שולויים" שרייט ער מיט שמחה "עלייעכים שולויים" אין פייפט מיט הנאה
שוין די ריקוד וועל איך אייך שוין נישט מטריח זיין ... הגם אז גאנץ שטאט וויל יעצט וויסן "וועמענס איידעם איז דער וואס איז געטאנצן נעכטן אויפ'ן גאס ???"
א לעכטיגע חודש פון ישועות פאר'ן כלל און פרט
אמן

הערלישע באשרייבונג.

כה לחי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: א מצב אין די גאסן !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

הערליך געשריבן, תלישא, האסט מיך צוריק געברענגט קיין אנטווערפען פאר אפאר מינוט... איי, עס בענקט זיך...

יישר כח, ברענג נאך אזעלכע באריכטן!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”