מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

מירון/קארלין/מיאמי, וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

זאגט דער ראחמיסטריווקא רבי אז ער האט אמאל געפרעגט דעם טאטן ביי אן אומגליק וואס מ'דארף מתקן זיין און ער האט געזאגט אז כהיום ווען ס'איז ליידער נישטא קיין נביא וצדיק וואס קען קלאר זאגן וואס איז דער עוון הדור מוז מען אלעס פאררעכטן
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

לאמיר אנהייבן פון אויבן אראפ.
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (301.61 KiB) געזען 1889 מאל
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

אייגנארטיג האט געשריבן:זאגט דער ראחמיסטריווקא רבי אז ער האט אמאל געפרעגט דעם טאטן ביי אן אומגליק וואס מ'דארף מתקן זיין און ער האט געזאגט אז כהיום ווען ס'איז ליידער נישטא קיין נביא וצדיק וואס קען קלאר זאגן וואס איז דער עוון הדור מוז מען אלעס פאררעכטן

ליידער א שטארק ווארט
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

איך מיין אז ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדערש,
יעדער דארף זיך בוחן זיין וואו ער גליטשט און פאלט און דארט זיך שטארקן אז מען זאל שוין אויפהערן גליטשן און פאלן רח''ל
חחח...
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

אייגנארטיג האט געשריבן:זאגט דער ראחמיסטריווקא רבי אז ער האט אמאל געפרעגט דעם טאטן ביי אן אומגליק וואס מ'דארף מתקן זיין און ער האט געזאגט אז כהיום ווען ס'איז ליידער נישטא קיין נביא וצדיק וואס קען קלאר זאגן וואס איז דער עוון הדור מוז מען אלעס פאררעכטן

מ׳האט אמאל אנגעפרעגט ביי הגאון ר׳ חיים גריינימאן זצ״ל ביי א טראגעדיע וואס מען דארף פאררעכטן האט ער געענטפערט דערויף, ״מען גייט מיט צולעכערטע קליידער און מען פרעגט ווי מ׳זאל פאררעכטן...״
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

מיין שמירות ענים מיין דאווענען מיין לערנען מיין חסד.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

צ/ק
אז סאיז נאר דא איין אינציגע באשעפער אויף די גאנצע וועלט
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:זאגט דער ראחמיסטריווקא רבי אז ער האט אמאל געפרעגט דעם טאטן ביי אן אומגליק וואס מ'דארף מתקן זיין און ער האט געזאגט אז כהיום ווען ס'איז ליידער נישטא קיין נביא וצדיק וואס קען קלאר זאגן וואס איז דער עוון הדור מוז מען אלעס פאררעכטן

מ׳האט אמאל אנגעפרעגט ביי הגאון ר׳ חיים גריינימאן זצ״ל ביי א טראגעדיע וואס מען דארף פאררעכטן האט ער געענטפערט דערויף, ״מען גייט מיט צולעכערטע קליידער און מען פרעגט ווי מ׳זאל פאררעכטן...״

שטארק ווארט!
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
נ'יאפטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 3:16 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ'יאפטשיק »

פארלאז דיך נישט אויף קיינעם
נאר אויף אים
די ליסט איז אסאך גרעסער, זעהט אויס האסט שוין פארגעסן פון די עקסערדענט, די קינד אין קאר, די 12 יעריגער און פאל, די חברה אונעם שעלטער און א"י ועוד ועוד.
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.

נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

כל אחד יודע נגעי לבבו, האט די סקוויראער רבי ז״ל געזאגט ווען הרה״ג ר׳ משה ניישלאס האט אים געפרעגט וואס מ׳זאל שרייבן אויפן צעטל נאך די שרעקליכע שריפה פונעם סקווירא׳ן בית המדרש בשנת תשכ״ו (פארשטייט זיך מ׳האט געמאכט א יום תענית, געשריבן מ׳זאל געבן צדקה, און געשריבן אז כ״א ישוב על נגעי לבבו)

אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז זייער געשמאק צו באשילדיגן א צווייטן דערין, גרינגער ווי זיך אליין...
דער פויער שטייט מיט אן אויסגעשטרעקטע פינגער און פוינט צו די רבי׳ס אז זיי דארפן תשובה טון.
דער פרומער שרייט אז סמארטפאונס - א נסיון וואס ער האט ב״ה נישט - איז שילדיג דערין.
דער מאן שרייט אז די צניעות ביי די נשים איז געפערליך און דארף א תיקון.

און דער אמת איז? די אלע זאכן דארפן טאקע תיקונים, אבער דו נעם קער פון עפעס וואס איז ביי דיר נישט בסדר און יענער דארף קעיר נעמען פון זיך און נישט פארקערט.
נאך א זאך: וואס מ׳זעט פון די אויבנדערמאנטע מאמר, און אויך פון פירערדיגע מאמרים דא אויבן, אז ס׳מוז נישט קומען פון איין פראבלעם, ס׳קען קומען פון צענדילגע פראבלעמען, און ס׳זיכער אז יעדער דארף ארויסנעמען א חיזוק פאר זיך. (שוין ווייטער בין איך ביזי מיט יענעם... ווי זאגט יצחק שלמה נאך: נאך די מירונער געשעניש ל״ע האט איין בעל דרשן געזאגט: יעדער באשילדיגט אנדערע מיט די קאטעסטראפע, איך נעם די שולד אויף מיר, כ׳האב נישט גענוג גע׳מוסר׳ט כלל ישראל...)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נקודהלע האט געשריבן:כל אחד יודע נגעי לבבו, האט די סקוויראער רבי ז״ל געזאגט ווען הרה״ג ר׳ משה ניישלאס האט אים געפרעגט וואס מ׳זאל שרייבן אויפן צעטל נאך די שרעקליכע שריפה פונעם סקווירא׳ן בית המדרש בשנת תשכ״ו (פארשטייט זיך מ׳האט געמאכט א יום תענית, געשריבן מ׳זאל געבן צדקה, און געשריבן אז כ״א ישוב על נגעי לבבו)

אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז זייער געשמאק צו באשילדיגן א צווייטן דערין, גרינגער ווי זיך אליין...
דער פויער שטייט מיט אן אויסגעשטרעקטע פינגער און פוינט צו די רבי׳ס אז זיי דארפן תשובה טון.
דער פרומער שרייט אז סמארטפאונס - א נסיון וואס ער האט ב״ה נישט - איז שילדיג דערין.
דער מאן שרייט אז די צניעות ביי די נשים איז געפערליך און דארף א תיקון.

און דער אמת איז? די אלע זאכן דארפן טאקע תיקונים, אבער דו נעם קער פון עפעס וואס איז ביי דיר נישט בסדר און יענער דארף קעיר נעמען פון זיך און נישט פארקערט.
נאך א זאך: וואס מ׳זעט פון די אויבנדערמאנטע מאמר, און אויך פון פירערדיגע מאמרים דא אויבן, אז ס׳מוז נישט קומען פון איין פראבלעם, ס׳קען קומען פון צענדילגע פראבלעמען, און ס׳זיכער אז יעדער דארף ארויסנעמען א חיזוק פאר זיך. (שוין ווייטער בין איך ביזי מיט יענעם... ווי זאגט יצחק שלמה נאך: נאך די מירונער געשעניש ל״ע האט איין בעל דרשן געזאגט: יעדער באשילדיגט אנדערע מיט די קאטעסטראפע, איך נעם די שולד אויף מיר, כ׳האב נישט גענוג גע׳מוסר׳ט כלל ישראל...)

האסט גוטע פונקטן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

תשובה
תשובה
תשובה
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2016
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

אייגנארטיג האט געשריבן:זאגט דער ראחמיסטריווקא רבי אז ער האט אמאל געפרעגט דעם טאטן ביי אן אומגליק וואס מ'דארף מתקן זיין און ער האט געזאגט אז כהיום ווען ס'איז ליידער נישטא קיין נביא וצדיק וואס קען קלאר זאגן וואס איז דער עוון הדור מוז מען אלעס פאררעכטן

דער טאכטער פונעם סקווערער רבי שליט"א האט גערעדט עטליכע וואכן צוריק אין די סקווערער מיידל שולע, האט זי געזאגט אז נאך די טראגעדיע אין קארלין ערב שבועות, איז געווען איינער פון די משפחה וואס האט געפרעגט פון איר טאטן, אז די רבוש"ע שיקט אזויפיל טראגעדיעס איינס נאכ'ן אנדערע, און מ'זעהט אז עפעס וויל ער, זאל דער רבוש"ע זאגן קלאר וואס ער וויל...
האט איהם דער רבי שליט"א געענפערט: "ער זאגט קלאר וואס ער וויל... ער האט א תורה פון תרי"ג מצוות און יעדער איינער זאל אדורכקוקן די תורה און זעהן אין וועלכע מצוות ער דארף זיך מתקן זיין".
און בכלל האט שוין דער רבי שליט"א כמה פעמים ארומגערעדט פון דעם אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן דאס וואס מענטשן טוהן, אז נאך א טראגעדיע כאפט מען זיך אהן און איין זאך, און "דאס איז עס"... דאס איז וואס דער אייבישטער וויל... נאר פון יעדעם איינעם וויל דער רבוש"ע עפעס אנדערש: פון יאנקל וויל ער מער 'אחדות', פון זלמן וויל ער מער 'שמירות עינים', פון ברוך וויל ער מער 'שמירות הדיבור' און פון חזקי וויל ער מער 'תפילה' וכו'.

בענין זה איז כדאי צוצייכנען וואס כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארציילט בענין זה אינעם ספר נתיבות קודש: בחודש ניסן שנת תשכ"ו אחר שפרצה ר"ל השריפה הנוראה בבית המדרש הישן בשיכון סקווירא, הורה כ"ק אאמו"ר זצוק"ל שיקבעו יום תענית ותשובה מפני שנשרפו ל"ע כמה ספרי תורה.
לפני התענית הכין הגה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל אב"ד דקהלתנו מודעות לפרסם ברבים את התקנות וההנהגות של יום התענית, ובסוף המודעה היה נכתב שעל כל אחד ואחד מתושבי השיכון לפשפש במעשיו ולהתעורר בתשובה, והיו מפורטין שם כמה דוגמאות במה שיש להתעורר בתשובה, כגון על עון 'לשון הרע' וכדו'.
כאשר הכניסו את המודעה אל אאמו"ר ז"ל שישם עינו על נוסח המודעה, העיר כמה הערות על הנוסח, אך כאשר הגיע אל סוף נוסח ההודעה, שם נמנו כל הפרטים שיש לתקן, איז אינגאנצן נישט געפאלן פארן טאטן ז"ל, והורה שיכתבו סתם: 'לשוב כל אחד ואחד מנגעי לבבו'.
וכך היה דרכו של אאמו"ר ז"ל תמיד, שלא היה רגיל למנות ולפרט ענינים שיש לתקן וקבלות מסוימות שיש לקבל, וגם כשנכנסו אליו ביחידות וביקשו ממנו לומר מה צריך לתקן, היה תמיד אומר בלשון זה: "כל אחד יודע נגעי לבבו", ומעולם לא היה מורה באצבע על ענין מסוים שדוקא אותו דבר יש לתקן ולשוב עליו, או שדבר פלוני יש לעשות לקבלה טובה.
ובאמת כמה סיבות היו לו לאאמו"ר ז"ל בזה, אבל הטעם הפשוט הוא משום שכאשר מתבונן האדם בנפשו בישוב הדעת ובתשומת לב, הרי הוא יודע היטב מעצמו את הדברים הטעונים תיקון אצל והוא מכיר בהם יותר מכל אדם, וכמו שנאמר מקרא מפורש (משלי יד י) 'לב יודע מרת נפשו' וכו'.
---
נקודה'לע האקט.
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

אלע דריי האבן שטארקע ענדליכקייטען
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

איך מיין אז מדארף מאכן א אמתע חשבון הנפש, בכלליות ובפרטיות.
איך מיין אז ווען איינער איז מעורר אויף עפעס וואס מאיז אלעמאל מעורר, קען עס מיינען אז ער שטייט די זעלבע פון פארדעם אן צולייגן קאפ צו וואס מדארף מתקן זיין.
איך וואלט געזאגט אז מדארף פארעכטן עניינים אין אהבת ישראל, ברוחניות ובגשמיות, אזוי ווי העלפן מיט שידוכים פאר אידן, בחורים מיט ישיבות-אנדערע הילף,אויף א מעס פראדאקשען אוי סאיז שייך.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך ווייס נישט איך בין נישט קיין יודע דעת עליון, אבער ס'איז שרייעדיג קלאר אז עפעס וויל דער פון אויבן, ער רעדט מאמע לשון, איך בין צו קליין צו קענען אפלערנען די הימלישע שפראך, אבער וואס איז זיכער איז זיכער, אז ער וויל עפעס פון אונז, עפעס אין די דיירעקשאן פון תשובה...

צדיקים קענען אפטייטשן וואס די 'תקופת הצוקוועטושונג' טוט מרמז זיין, קעגן וועלכע מידה, מידה כנגד מידה.

אבער יעדער מסתמא קומט איהם ארויף אין קאפ וואס ס'איז נוגע פאר איהם בפרטיות, און השי"ת זאל אננעמען אונזער פתח תשובה אפילו ס'איז נאר כחידו של מחט, והוא יפתח לנו שערי תשובה כפתחו של אולם, ובמהרה יגאלינו, ובזה ייסגר תקופה זו מתוך רחמים וחסדים.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

מען דארף קוקן אפשר אין די ספרי נביאים וואס די אייבערשטער האט אונז איבערגעלאזט לדורות צו קענען אלץ ארויסזוכן פארוואס ס'קומט שלעכטס,
נביאים זענען דאך געשריבן לדורות, בפרט טאקע פאר זמן פורעניות
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

אין נביא טאקע זעט מען בעיקר דאס אז מען פארלאזט זיך אויף אנדערע און נישט אויפן אייבערשטן, מען זוכט גליקן אין פרעמדע פלעצער, א גרויס חלק פסוקים פון ירמיה און ישעיה דרייען זיך אויף דעם,
מען קען אפשר צאמשטעלן אז מען נעמט היינט חיות פון אנדערע זאכן, אותי עזבו מקור מים חיים לחצוב בורות נשברים, מען זוכט חיות אין שטותים און נייעס, מען דאווענט טאקע און מען לערענט אבער חיות נעמט מען פון עולם הזה ווי געלט און נייעס,
אפשר קען עפעס טרעפן אין דעם
חחח...
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

די ערשטע זאך קען יעדער איינער גיין אין א זייט און רעדן צום אייבערשטן.

"גוטע טאטע אין הימל, דו ווייזט מיך דא עפעס רמזים, דו ווילסט דא עפעס פון מיר, איך וויל תשובה טון, איך וויל ווערן בעסער, איך בעט דיך ווייז מיך איך זאל וויסן טאקע וואס דו ווילסט פון מיך און איך זאל מיך טאקע פארבעסערן אין דעם מיט וואס דו ווילסט".

דאס קען יעדער טון, און בוודאי וועט דער אייבערשטער טאקע העלפן דעם מענטש ער זאל וויסן וואס ער האט צו טון.

וואס נאך קען מען טון אויב נישט גיין צו דער וואס האט עס געמאכט און אים בעטן רחמנות?!
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

כהאב געהערט זייער א טרעפליך משל ,פון גאר א חשובע יוד , א בעה''ב קומט אריין און פאבריק אין דער עולם ארבעט נישט , מטרינקט קאווע משמועסט מפארברענגט, געט ער א הילכיגן שריי, וואס וויל ער דער בה''ב , יעדער זאל צוריק גיין אויספירן זיין ארבעט בשלימות , והנמשל מובן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווען מ'מאכט א ליסטע פון די אייגענע עבירות און פון יענעמ'ס קען מען אפשר אויך צולייגן זיך מחזק זיין מער אוועקצושטיין פון ציונית. נישט וועלן די מדינה. וואס שטייט ביי דעם אני מתיר את בשרכם. השם ישמור.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צ"ק

כ'ווייס נישט וואסי די פראגע און וואונדער.

מירון איז דאך פשוט, 45 כמנין מה. ווייסט וויפל רמזים איז שוין דא דערפאר. און ס'געווען אין מירון ביי ר' שמעון, און ס'שטייט אין זוהר וכו'.

און עק"ם איז דאך ר"ת מירון קארלין עזה, דאס איז דאך זיכער פשוט.

און אויף מיאמי איז נישט שווער צו טרעפן נאך טרעפליכע רמזים. מיאמי באטרעפט הונדערט מיט איינס, אינו דומה השונה וכו', צדקה געבט מען דאך 101.

די אלע רמזים איז דער באשעפער אונז מרמז אפן און קלאר, איז וואסזשע פרעגסטו?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

טראכט און חלוםט האט געשריבן:כהאב געהערט זייער א טרעפליך משל ,פון גאר א חשובע יוד , א בעה''ב קומט אריין און פאבריק אין דער עולם ארבעט נישט , מטרינקט קאווע משמועסט מפארברענגט, געט ער א הילכיגן שריי, וואס וויל ער דער בה''ב , יעדער זאל צוריק גיין אויספירן זיין ארבעט בשלימות , והנמשל מובן

לייק.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מירון/קארלין/מיאמי - וואס מיינט עס, לויט דיין בליק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פרעגסט מיר, אחוץ אלע פעקלעך וואס איעדער דארף קעיר נעמען פון זיך אליין זאל זיך איעדער אומקוקן אין זיין שוהל צו סאיז נישטא א בחורל וואס קען גיין אין ישיבה און גייט נישט וויבאלד סשטערט איינעמס אימעדזש, אויב יא זאל ער איבערדרייען די שטאט ביז יענער איז דארט ווי ער באלאנגט.

בעוון ביטול תורה של תינוקות של בית רבן חרבה ירושלים.

כרעד נישט פון א העצערישע פאוינט אוו וויו, נאר פון א ווייטאגליכע.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”