אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

לכבוד מיין דריי טויזענטסטער, וויל איך מיך אביסל אויסשמועסן דא, און נעמען הילף פון מיינע היזיגע חברים אויף א עבודת המדות מיסיע.


האב איך אזא שטיקל חבר, וועמען איך בין אביסל מקנא. מקנא? נישט ממש מקנא מקנא, אבער, דער קנאה ווארימל בלינקט צו מיר מיט פארשטענדעניש אנבאלאנגט יענעם חבר.

יענער חבר, העמיר אים רופן בענצי, ער האט עפעס א ספעציעלער טאלאנט וואס מען ברויך געבוירן ווערן דערמיט, און קען נישט אויפגעבויעט ווערן שפעטער אפילו דורך עמיצן מיט הויפענעס קאנפידענס און הבנה בתכונת הנפש. א טאלאנט וואס רופט אויס ווינדער געמישט מיט שפיצונג ביי אלע ארומיגע, נעמליך, בענצי איז אן אייביג אקצעפטירטער פערזאן!

אייביג? אייביגע אייביגקייטן? וויאזוי קען דאס זיין? א מענטש איז אייביג אקצעפטירט? טערעסאנט. אבער יא. אזוי מיין איך, כמעט זיכער אז דאס איז עפעס א זיבעטער חוש וואס נאר יחידי סגולה פארמאגן.

בענצי לעבט א חיים טובים וואס גרויסע עשירים וואלטן זיך געוואונטשן. די געלטס וועלט קען נישט איינקויפן דעם סענס אף אקצעפטיריסטי וואס בענצי פארמאגט. נישט קיין געלט און אפילו נישט קיין ביטקוין, גארנישט, אלעס איז ווערד לצור על פי צלוחיתו, נישט אויף צו קויפן דעם גאלדענעם חוש.

עניוויי. לעטס געט טו דע פוינט. דער בענצי האט זיין אייגנארטיגקייט וואס ער נוצט באכאשעם אויס צום גוטן, און מען קען ווען אימער אנזעהן אויף אים זיין באנעמונג דעם ארויסשטארנדן אייגנארטיגקייט. לדוגמא;


משפחה שמועס;

איך שטיי אויפן פארטש פון ביהמ"ד מיט מיין ברודער און מיין שוואגער, צוויי פיינע געשמאקע אינגעלייט, און מען שמועסט על דא ועל הא אין משפחה ענינים. פלענער איבער א שבתון דער גאנצער משפחה אינאיינעם, געדאנקען פארן קומענדיגן סוכות בצל אבי מורי דער ראש המשפחה שליט"א, א געדאנק פאר א מתנה'לע צו קויפן אויף שבועות פארן באבן, און נאך פארשידענע ענינים וועלכע זענען נישט בגדר 'פריוואט', אבער פארט א משפחה שמועס.

בענצי שמייסט דורך נעבן דעם קופקע, מיט א האלבע אויער הערט ער די דריי אינגעלייט רעדן אזוי געשמאק וועגן פארן אויף א שבת, קומט ער צו מיט א זאפטיגקייט 'הוהא! עטס רעדטס מיסטאם פון די קענטעלאופע שבת, ניין?'
-ניין, מיר רעדן איבער א שבת ביי אונז אין דער משפחה.
-אההה, עטס ווילטס מאכן א שבת?? וואו?? וואס איז דער פלאן?? דיין ברודער פון ביאלאסטאק קומט אויך צופארן צום שבת?
-ווארשיינליך, ואס איז?
-האאא… דו מוזט הערן א מעשה וואס איז געווען ווען אונז זעמיר געגאנגען אויף א שבת. איך האב איין ברודער, א שטיקל יאצמעך, און ער האט ליב ווען ער זיצט ביים סעודה שבת צופרי צו קראצן די פוס מיט א גאפל! מיין טאטע אבער… בלא בלא בלא בלא.

איך שטיי דארט מיט א פארקרומטע געזיכט. מיין ברודער איז מער א שעמעדיגער און ער ווערט רויט ווען איך צוהיס מיך - כלומר 'האסטו דעם אורח…', און מיין שוואגער פרובירט מיט אלע כוחות צו האלטן דעם שמועס אז דער אורח הנ"ל זאל נישט כאפן אז מען מיינט צו לאכן פון אים. - ווייסעך נישט פארוואס מיין שוואגער האט באשלאסן צו טון אזא נארישקייט.

טו מעיק א לאאאאנג לאאנג סטארי שארט, מיר האבן זיך גענומען רעדן פון אלעס ארום אז דער יוקל זאל כאפן אז דא רעדט מען נושאים וואס ליגן אויפן טיש ביי משפחת פופציגער, אבער ער כאפט נישט… שטייען דריי משפחה מיטגלידער און שמועסן, ווען צו זיי שטייט צוגעוויידלט א אינגערמאן און שרייט און שפייט אריין זיינע זאפטיגע מליצה'לעך, עד שננפרדו בשלום. דער שמועס איז אויפגעלעזט געווארן.

פארפאלן. בענצי איז אן אייביג אקצעפטירטער פערזאן! גלייבסט נישט? פרעג אים! ער ווייסט קלאר אז מיר האבן דירעקט הנאה געהאט פון זיינע ספייסעס צום שמועס!



ביים סטאפ סיין;

….. אוי עצת השם, דעם אויבערשטנס עצה, לעולאאאאם אלעמאל. תעמוד!! שטיי אויף. תעמוד קוק ארויף!...

דער באסאווער שטימע פון מיכאל פילט אן מיין קארעלע, ווען איך פאר מייר אזוי געמיטליך אהיים פון דער ארבעט. יא, א שווערע זונטאג געווען היינט, אבער עצת ה' איז זיך אויפצושטעלן! מארגן קומט א לעכטיגער מאנטאג!

איך קריך צו צום ענדע פונעם גאס ווי עס שטייט א סטאפ סיין, און ווי אן אנשטענדיגער בירגער ברענג איך מיין קאר צו א פולשטענדיגער אפשטעל (אוי ליגט מיר אין די ביינער די קולות ביים ראוד טעסט… 'יו העוו טו מעיק עי פול סטאפ!!!!'). דער גאס איז א פארנומענער, און ווי שטארק איך וויל תיכף געבן א טראסקע אראפ דעם גאז פעדל, וויל איך נאכמער בלייבן ביים לעבן, דעריבער פרוביר איך זיך ארומצוקוקן און ווארטן אויפן מאמענט ווען עס פליען נישט דורך קיין טרעילערס מיט טעקסיס - די צוויי וועהיקלס וואס דער דרייווער באמערקט נישט אייביג ווען א קאר שטייט פאר אים און קען ברענגען שרעקליכע עקסידענטס ה"י.

עניוועי, איך וויל שוין פארן ווייטער, ווען א שוידער באנעמט מיר אין אלע ביימער. כ'ציטער אויסצודרייען מיין קאפ זעהן ווער דאס איז, זאל עס נאר נישט זיין א באוואפנטער, אבער עמיצער איז דא און מיינט מיין קאר!! איינער שלעפט דעם הענטל פונעם טיר מיט כעס!!!

איך דריי זיך אויס מיט שטייטע אומזיכערע מאנאווערעס, און אט זעה איך אים. בענצי רעגט זיך שוין אויף מיר פארוואס דער טיר איז פארשפארט! איך עפן מיין פענסטער און איך פרעג בענצי לשמחה מה זו עושה? וואס רייסטו מיר אויף דא מיין קאר אינמיטן שטאט? אבער ער ענטפערט מיט א פשטות 'וואס הייסט, דו געסט מיר א היטש. ניין?'.

נייייין בענצי. כאמעך אפגעשטעלט וועגן דעם סטאפ סיין! וואס זאלעך יעצט טון? אקעי, קום אריין כוועל דיר שוין צוטראגן למחוז חפצך.

אבער מיין נישט אז דארט האט זיך עס געענדיגט. ער זעצט זיך אריין אינעם פאדערשטן סיט. מייין הוט און מיינע צוויי גראסערי בעגס וואס זענען דארט געליגן פליען אריין אין די בעק, בשעת די טאמאטעס ראולן זיך ארויס פונעם בעג - באט הו קעירס. בענצי זיצט באקוועם.

איך הייב אן פארן, און ער וויל נישט יעצט הערן מיכאל'ן. פון וואו ווייס איך? ווייל נאך עטליכע סעקונדעס זעה איך אים ארומרוקן אויפן טאטש סקרין, און אן קיין שאלות און תביעות נעמט אברהם פריעד איבער דעם פאדיום! בענצי האט מכבד געווען אברעימל במקום מיכאל!

דאס איז בענצי. פארפאלן. בענצי איז אן אייביג אקצעפטירטער פערזאן! גלייבסט נישט? פרעג אים! ער ווייסט קלאר אז איך האב מיך אפגעשטעלט אים צו געבן א היטש! ער ווייסט קלאר אז דער סידי האט נאר געארבעט ווייל כהאגעמיינט אז דאס וויל ער! נאר וואדען?


אין טעלער;

אהה. הערליך צוגערישט דער אווענט. א הערליכער פראגראם מיט עסן צוגעשטעלט פאר זיבן זאטע יארן. עניוועי, איך בין נישט הונגעריג אבער אפאר פון די רייצנדע דזשעם קיכעלעך וועט נישט שאטן. מען נעמט א טעלערל און מען שמייסט אריין א פינעף זעקס שטיק, און מען גייט זוכן א פלאץ.

איז מיר אזוי געווען אנגעשריבן מן השמים אז בענצי זאל מיר באמערקן, און ער שרייט צו מיר פונעם אנדערן עק זאל מיט ביידע הענט ארום דעם מויל - צו פארשטארקערן דעם עקאו, אז ער האט פונקט א פלאץ ליידיג נעבן אים. געגאסן פאר מיר!

פיין. איך זעץ מיך דארט אראפ און איך הייב אן עסן פון מיינע קיכעלעך, גראדע איז עס גאנץ געשמאק, איך בייס אריין אינעם זייט פון די טרוקענע קוקי כמנהג מקדמת דנא אז 'די לעצטע איז די בעסטע' און די זייט מיט די טשאקאלאד און ספרינקעלס לאזט מען איבער פארן לעצטן ביס.

אלענפאלס. זיצט בענצי נעבן מיר, און אל אף דע סאדן ווערט ער געשמאק מיט מיינע קיכעלעך. עס הייבט זיך אן מיט א ציפ אראפ דעם גאנצן גלאנצעדיגן ספרינקלדיגן קאפל פון איין אינצלענעם קיכעלע, און נישט באמערקנדיג אדער נישט וועלדיג באמערקן מיינע פארווינדערטע בליקן שפרייזן זיינע זיסע פינגערלעך גראד צום נעקסטן.... ער ציהט א שמועס מיט מיר איבער מיין נייעם קאר, און מיט א נאטורליכקייט ציפט ער בשעת מעשה אראפ מוצא'ס פון מיין טעללער…

עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דער בחור כאפט ניטאמאל וואס איז פאני. אמער, זיין חבר האט זיך אראפגעזעצט נעבן אים מיט א טעלער'ל, געוויס מיינט דאס אז זיינע ציינער זענען העכסט וועלקאם דא. ניין?

אזוי איז ער מיין חבר בענצי. ער איז אן אייביג אקצעפטירטער פערזאן! גלייבסט נישט? פרעג אים! ער ווייסט קלאר אז איך בין אויסער זיך פון שמחה אז מיינע קיכעלעך האבן ענדליך געהאט א תיקון!


בחצר הפנימי;

אוי יברך יברך את הנערים… ויקראאאא בההההם שמי.... - טוציך א וואכנאכט אטמאספעהר ביי משפחת פופציגער.

די פענסטערס אין דיינונג רום זענען ברייט צועפנט צוליבן מאנגל אין לופט נאך וואס מיין עיר קאנדישאן ארבעט שוין אווערטיים אפצוקילן דעם מאסן ציבור, קוגלען קומען און גייען, גלעזלעך ביר גיסן זיך לייק נאו טאמאראו, דא דארט באווייזט זיך עפעס אן אייוועלט ניק וואס האפט אז קיינער גייט נישט פרעגן פון וואו מיר קענען זיך, די קינדערלעך האקן דזשעליס, דער גראבער חבר מיינער רוקט סאוער פיקל ווי איך עס פאפיטעס. בקיצור, א טיפיקל וואכנאכט.

איך דריי זיך ארום מיטן שטריימל בעקישע אויפנעמען די געסט. מיין גארטל פליט און דער באטל ביר פון מיין האנט שטייט ווי א שירעם אינמיטן א שניי ווען מיין חבר וויל מיר געבן מזל טוב און מיט איין האנט שלעפ איך דעם גארטל און מיטן צווייטן האנט דעי קאלטע באטל ביר. ברוך השם פאר דעם.

אזוי אינמיטן דעם גאנצן הו-הא, דערזעה איך א שאטן אינעם קינדער צימער וועלכע רוקט זיך מיט גרויס אייפער, און באמערקנדיג א שטאפענעם הוט אויפן שאטן-מאן האב איך פעסטגעשטעלט אז דאס איז נישט מיין קליינטשיגער נאר איינער פון די אורחים.

איך געב א שפאציר צו צום צימער, און יא! בענצי שטייט מיט אן אריינגעביסענעם נאפאליאן קעיק אין די האנט פירנדיג איר צום מויל און צוריק בשעת ווען זיינע ציינער טוען דאס זייעריגע, און ער באטראכט מיט ווינדער דעם שענקל וואס שטייט דארט אין דער זייט. איך געב אים א רוף, און ער כאפט זיך גראד ארויף אויפן געלעגנהייט 'אהה, דא ביסטע, זאג מיר, וואו האסטו געקויפט דעם שענקל? זעהט גראדע אויס גאנץ שטארק. ווי לאנג האלט עס שוין? וויפיל האט עס געקאסט?'. איך בין נישט אין די גיסטע פון אריינגיין אין קיין דיסקוסיע איבער מיינע פורניטשער אינמיטן א וואכנאכט און איך פטר אים אפ מיט עפעס א מורמל אונטער די נאז. אבער דער בחור געט נישט אויף 'אין די אנדערע רום האב איך געזען האסטו אויך עפעס אזא סארט, יא?'.

און שוין. נאך עפעס?? ווער ווייסט וואו נאך ער האט שוין אפגעשטאט א באזוך...

אזוי איז ער מיין חבר בענצי. ער איז אן אייביג אקצעפטירטער פערזאן! גלייבסט נישט? פרעג אים! ער ווייסט קלאר אז ער באלאנגט אריינצושפאצירן אין מיינע שלאף צימערן ווען איך מאך א שמחה אין דיינונג רום!!



און אזוי קן מען אויסרעכענען משלים פון דא ביז מארגן. דאס איז עס. מיר פשוטי עם דארפן אמאל זיך באקוועם מאכן אין א קופקעלע, עס קען קיצלען, מ'פילט נישט אקצעפטירט אין דעם פריוואטן שמועס, אבער די סארט אייביג אקצעפטירטע פערזאנען האבן א חיים טובים!!


אלזא, ווי מיר ווייסן אלע, מקנא זיין איז זייער נישט קיין שיינע מדה!
לאמיר ארבעטן אינאיינעם נישט צו מקנא זיין די סארט אייביג אקצעפטירטע פערזאנען!


ווישינג ביג הצלחה אינעם עבודת המידות מיסיע!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

אייזען גוט, נאט איין

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

פופצי! ;l;p-
די ביזט אייביג אקצעפטירבאר דא!
געליינט אין הנאה געהאט!
מזל טוב צום דרייער!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

סופער דופער!! עז יוזשעל!

כ'שיק דיר מיינע ווארעמסטע וואונטשן צום דרייערל!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

אזוי איז ער מיין חבר פיפצי. ער איז אן אייביג מאכן לאכן'דיגע ניק! גלייבסט נישט? פרעג יעדעם! יעדער ווייסט קלאר אז ווען פיפצי עפענט אן אשכול וועט זיין צו לאכן!!!
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

;l;p- :lol: ;l;p- :lol:

איין זאך פארשטיי איך נאך נישט.
וויאזוי האט זיין פאטער געוויסט אים צו געבן טאקע אטא דיזע נאמען בענצי?!
הלוואי איך טרעף אים. איך האב א פונטקליכן אדרעס וואו איך ברויך אים אפשיקן. :grin:
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מיש איך מיר איין טאג בלעטער אין קרעטשמע מיט א רואיגערהייט, פלוצלינג אט א שמייכל אויף מיינע לעפצן! וואס איז? נע סתם בענצי... אמממ... כ'מיין... פופצי!!

רייסעדיגע נייעס דאס! און מאזעלטאף טאקע פאר דיין וואכנאכט, אבאנטש נחת פון דעם ניי-געבוירענעם תגובה און האפענטליך מאטש מארק טו קאם.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

מזל טוב פופצי צום וואשמעשין!!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

גראדע נישט אזא שלעכטע געדאנק צי קראצן ס'פיסל מיט א גאפל... טענקס פיפצי פאר איידיע....
מאזע"ל טא"וו ביידעוועי, יחי פופצי יחי, ויה"ר שיאריך ימים על ממלאכתו להנות בהם בני אדם...
לעצט פארראכטן דורך מה בכך אום זונטאג יוני 20, 2021 11:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

זייער גוט געשריבן פופציגער, יישר כח
מזל טוב צום דריי טויזענט
חחח...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נוסח אשכנז האט געשריבן:אזוי איז ער מיין חבר פיפצי. ער איז אן אייביג מאכן לאכן'דיגע ניק! גלייבסט נישט? פרעג יעדעם! יעדער ווייסט קלאר אז ווען פיפצי עפענט אן אשכול וועט זיין צו לאכן!!!

יא אזוי איז דא אויף אונזער וועלטל... אז מ'קומט אן א מינוט שפעט האט שוין איינער דיין איידיע אויסגעכאפט...

כ'מיין מיר אזוי געשמאק שורה נאך שורה, ס'שמייכל ווערט גרעסער און גרעסער , דא דארט פלאצט ער אויס אין א הויכן געלעכטער, איי דער בענצי, ערצעך פארטשעפעט מיט פופצי, ראונג אדרעסע מיסטער.. האסט איין ברירה, זיי גרייט צו ליגן דאהי אויפן טיש אויסגעשטרעקט ווען איבער דיר וועט שטיין מיסטער פופציגער און שניידן לעבעדיגע שטיקער אזש דער עוילאם וועט זיך האלטן ביי די זייטן..
אזוי לעיזנדיג דעם נאכאנאנדן פזמון איז מיר אויפן געדאנק געקומען ס'נוסח אשכנז: אזוי איז ער מיין חבר פופצי...וכו'
נאר וואס פארכאפט איז פארכאפט, מ'שטיינס געזאגט.. מ'קען דאך חלילה אזוי א קאפי קערער ווערן, און "דאס" לוינט פאר אלע ביטקוין'ס צו פארמיידן, ווינער עס אביסל אנדערש פראקציטירן,
אזוי איז ער מיין חבר פופצי... ער אנאליזירט א מצב ביזן סוף און צושמירט עס אויפן פאפיר מיט אזוי א געשמאק אז ס'לאזט זיך אויף אלע שטייפענישן, די באקן צוטרייסלען אין א ציטערדיקן געלעכטער, ביז די פרייד טרערן קומען און גיסן.. איי הלואי זאל ער ס'פעדער קיינמאל פון די פינגערלעך ארויסלאזן, מיר וועלן שטארק זיך מיט'ן זייטיגן
און מיט א פרייד געשריי און הויכן טימל, רופן מיר אויס הויעך מיט כח א מזל טוב ידידינו עוז כבוד שם עטו הרב ר' פופצי לרגל התעלתו לשרת כשר שלשת אלפים, זאל דער בורא העלפן עוד ינוב בשיבה און מיר זאל מיר זיך שטענדיג מהנה זיין אינאיינעם, מיט ארטיקלן פון אלע ווינקלען, ס'זאל זיך גיסן און פליסן, אינטערסאנטע שמועסן, זיך שיין באגריסן, און נישט ניסן, און א גוטע נאכט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

כאניש עפעס א גוטס צוצולייגן. איין קענעך זאגן. דער פופצי איז..... עםםם. וואטעווער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ווילאנג ער רעדט איידל, נאר ווי דו ווילסט איהם באמת הערן, שיקט נישט קיין ראבא קאלס, איז דאך אלעס גאהר גוט.......
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

:lol: :lol: גוט גוט!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-

"בני ציון" יגילו...

יהללו שמו במחול - ווען ער שטעלט זיך אריין אין א קרעמל..
ב(ס)תוף וגו' - ביים סטאפ סיין.. וכינור - די סידי אינעם קאר..
יעלזו חסידים בכבוד - ווען ער כאפט שיריים פון דיין טעלער ווי א חסיד..
ירננו על משכבותם - ווען ער דרייט זיך ביי דיר אין בעדרום..


און דאס איז גורם אז פופץ נעמט ארויס דעם חרב פיפיות וגו' לעשות נקמה וגו' לעשות בהם משפט כתוב!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

פופציגער, ;l;p- צום ארטיקל, און מזל טוב צום דרייער'ל!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-

"בני ציון" יגילו...

יהללו שמו במחול - ווען ער שטעלט זיך אריין אין א קרעמל..
ב(ס)תוף וגו' - ביים סטאפ סיין.. וכינור - די סידי אינעם קאר..
יעלזו חסידים בכבוד - ווען ער כאפט שיריים פון דיין טעלער ווי א חסיד..
ירננו על משכבותם - ווען ער דרייט זיך ביי דיר אין בעדרום..


און דאס איז גורם אז פופץ נעמט ארויס דעם חרב פיפיות וגו' לעשות נקמה וגו' לעשות בהם משפט כתוב!!

גוט גוט!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח אייך אלע. באזונדער פאר ידידי עוז נוגוט פארן אראפשרייבן אזעלכע ווארימע דברי הספד...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

פןפצי לייק פופצי ועוד לקרא...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך זעה נישט פארוואס דער עולם שמייכלט דא אזוי.

נ.ב. מיין נאמען אויף די גאס איז בענצי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;l;p- ;l;p- ;l;p- איינס און א גוטס!

---

פופציגער האט געשריבן:דא דארט באווייזט זיך עפעס אן אייוועלט ניק וואס האפט אז קיינער גייט נישט פרעגן פון וואו מיר קענען זיך

:lol:
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- איינס און א גוטס!

---

פופציגער האט געשריבן:דא דארט באווייזט זיך עפעס אן אייוועלט ניק וואס האפט אז קיינער גייט נישט פרעגן פון וואו מיר קענען זיך

:lol:

טאקע פארגעסן זיך צו באדאנקען פארן קומען. נעקסטיים אבער דריי נישט איבער דעם טאץ געפילטע וועט דיך קיינער נישט פרעגן אזויפיל שאלות,
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: אייביג אקצעפטירטע פערזאנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

;l;p-
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”