ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

לעבעדיגע אפדעיט איבער ווי אזוי די שטאט וויליאמסבורג זעט יעצט אויס – ספעציעלע באריכט פאר די קאנטרי אידן

פאר די אלע אידן וואס פרעגן "וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג יעצט?" וועל איךפרובירן צו געבן א לעבעדיגע באריכט מהנעשה והנשמע ווי אזוי די שטאטוויליאסמבורג זעט אויס זינט ענק האבן איר פארלאזט מיט 72 שעה צוריק אויפ'ן וועג צום קאנטרי.

דאנערשטאג פארנאכטס, בערך ארום 8:00 צייט, הארט נאך וואס די רויעך - פון די הונדערטער, טראקס, באסעס ספרינטערס און מיני ווענס - האט זיך געזעצט איז מעיאר ביל דעבלאזיא אראפגעקומען פאר אן עמערדזשענסי באזוך קיין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס ער האט ערהאלטן באריכטן אז טויזנטער פאמיליעס אנשים נשים וטף, וואס ציילט זיך צו א ס"ה פון צענדליגער טויזנטער ניו יארק סיטי איינוואוינער האבן פארלאזט די סיטי און זענען געגאנגען וואוינען קיין אפסטעיט.

שפירענדיג דעם ווייטאג אז טויזנטער ניו יארקער איינוואוינער האבן פארלאזט דיסיטי במשך די לעצטע יאר צייט איז מעיאר דעבלאזיא געווען אויסן צו טון וואס ער קען צו פארזיכערן אז די פארבליבענע וויליאמסבורגער איינוואוינער בלייבן דא וואוינען און ציען זיך נישט אוועק צו אנדערע געגענטער.

פארגאנגענע דאנערשטאג ארום 12:00 זענען פילע פאליציאנטן אנגעקומען קיין וויליאמסבורג און האבן אפגעשפארט עטליכע גאסן לענגאויס ליע עוו. אנגעהויבן פון פען סט. ביז וואלאבאוט סט. דער מעיאר האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ וואו ער האט געמאדלן אז טיילן פון די אלטע הארץ פון ווילימסבורג, דהיינו ליע עוו.
גייען ווערן פארוואנדעלט אין א שפאציר ארט וואו משפחות וועלן קענען פארברענגען איבער'ן טאג מיט די קינדער. די מערסט היסטארישע זאך וואס דעבלאזיא האט געמאלדן איז אז די טיילן פון ליע עוו. גייען מער נישט זיין א בארג, עס גייט ווערן 'אויס בארג', דאס הייסט אז מען גייט אויסגראדן ליע עוו. פון פען סט. ביז וואלאבאוט כדי צו קענען אהערשטעלן דעם הערליכן פארק.

דאנערשטאג אינמיטן נאכט מען האט געברענגט ריזיגע שטיינער ביים ווינקל פון ליע עוו. קארנער וואלאבאוט. מען האט אראפגעשטעלט די ריזיגע שטיינער אויף די ברייט פון ליע עוו. כדי דאס זאל צוריקהאלטן די פרישע זאמד וואס גייט ווערן געגאסן צו אויסגראדן ליע עוו. פרייטאג פארטאגס איז אנגעקומען צענדליגער 'זאמד טראקס' און האבן אנגעפולט די אלע גאסן מיט זאמד, דערנך איז געווארן אריינגעברענגט צענדליגער ארבעטער צו העלפן מיט די ארבעט אז די זאמד זאל זיך גוט זעצן און מען זאל קענען אהערשטעלן די הערליכע נייע פארק מיט'ן נאמען “Old Williamsburg – New Generation” פארק.

דורכאויס פרייטאג און מוצ"ש איז די פארק געווארן אהערגעשטעלט אויף א פראכטפולע פארנעם, די צעטנער פונעם פארק פארמאגט הערליכע 'קארפעט גראס' מיט פארשידענע ערליי ביימער, די זייטן זענען ארומגענומען מיט הערליכע קאלירפולע בלומען פון
רויזן ביז היידרעינדזשעס. אויך איז דא צוויי קלענערע 'וואסער פאונטעס' וואס שפריצן וואסער די גאנצע צייט. אזוי ווי דעבלאזיא איז שטענדיג פארנומען ווי אזוי מען קען פארבעסרן די עדוקעישאן פון די קינדער דעריבער האט ער דיזיגנירט א ספעציעלע ארט ביים ווינקל פון לינטש קאנער ליע וואו קינדער נקענען אליינס פלאנצן אייגענע פלענטס און בלומען און עס גייט זיין א קאנטעסט וועמענס פלאנצונג עס וואקסט די שענסטע און העכסטע גייט באקומען פרי טיקעסט פאר אים/איר מיט די פאמיליע צו "קאני איילענד פארק" און נאך פארשידענע אמיוזמענט פארקס אין די סיטי.

אין רעזולטאט פון דאס אפשפארן ליעע עוו. פון פען ביז וואלאבאוט גייט בעדפארד עוו. פון פען ביז וואלאבאוט ווען א 2-וועי וואו קארס וועלט פון היינט אין ווייטער זיין ערלויבט צו פארן אין ביידע ריכטונגען. נאך גאר א גרויסע טויש האט פאסירט אין רעזולטאט פון די נייע פארק, אז וואלאבאוט גייט ווען א 1-וועי און מען גייט פון היינט און ווייטער קענען פארן בלויז אין איין ריכטונג, פון מארסי אראפ צו בעדפארד עוו. (וויבאלד ליע עוו. איז אפגעשלאסן). מעיאר דעבלאזיא זאגט אז מען גייט באשליסן נאך זומער צי די הערליכע פארק זאל פארבלייבן אויף איר ארט פערמענאנט.

נאך עטליכע דראסטישע טוישונגען האט פאסירט אין וויליאמסבורג אין די לעצטע 72 שעה.

די וועלט בארימטע "בערעלע קליינ'ס" רעסטוראנט איז געווארן פארוואנדעלט אין ריזיגע רעזידענשאל טורעם פון 16 שטאק. אויפ'ן ארט פונעם רעסטוראנט איז די לאבי אריינגאנג צו דעם נייעם טורעם. די ערשטע עטליכע שטאק פארמאגט הערליכע צוויי בעדרום דירות מיט א פארשט. "קליינ'ס רעסטוראנט" האט זיך ארויפגעצויגן צו די
העכערע שטאקן. פון די '10טע שטאק און ארויף פארמאגט דער בנין אפיסעס, וואס ווערן פארדינגען פאר גאר טייער געלט נעמעדיג אין באטראכט די הערליכע 'וויאו' וואס מען האט ארויסקוקענדיג פון די אפיס געביידע. אויפ'ן העכסן שטאק, נעמליך די 16'טע שטאק איז פארהאן א הערליכע גארטן מיט א דעק וואס ציט זיך ארויס ביז
העכער די בי. קיו. אי. די פלאר פון די דעק איז געמאכט פון גלאז, וואס דאס העלפט צו צו קענען זען פון דער הייעך אלעס וואס טוט זיך אין די גאנצע אומגעגענט.

אויפ'ן פלאץ פון די באקאנטע 'לינטש פארק' איז געווארן אויפגעבויעט הונדערטער שטאטישע אפארדעבל דירות, אממערסטענס זענען צוויי און דריי בעדרום דירות.
עס הערשט א זארג אז א טייל פון די דירות וועלן גיין פאר גוים. מען איז מתפלל און מען בעט צום קל חי אז נאר אידן זאלן געוונען די גורל צו באקומען די דירות.

די 'פורניטשור פון וויליאמסבורג' די בארימטע "טיב טאוו" הארדוועיר געשעפט האט זיך הערליך איבערגעבויעט מיט די נייעסטע טעכנעלאגיע, עס רעכנט אריין א 'סעלף טשעקאוט' און נאך גאר פארגעשריטענע איינריכטונגען.

איך האף זיך צו צוריקקערן מיט נאך אפדעיטס ווען די צייט וועט ערלויבן, איך האף אבער אז איך האב פארענטפערט די ברענעדיגע פראגע פון די אידן אין קאנטרי "וואס טוט זיך יעצט אין וויליאמסבורג?"..

האטס מיר אלע א לעכטיגן זומער
לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום מאנטאג יוני 21, 2021 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

מיינע שכינים האבען אריין געקלאפט פרעגען צו איך בין מסודר, נאכען הערען אזא געלעכטער…
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

פלצתי.. דיין כח הדמיון איז סאמעטינג ספעשל... גראדע נישט קיין שלעכטע פלאן...

:grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol: :lol: :lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

:lol: :lol: :lol: :lol:

אזאנע פייבעלער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער זיס....

אבער דער דיבלאזיא דארף מען ממילא לערנען טאנצן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

דער ארטיקל וואלט זיך געדארפט אנפאנגען אזוי…(ניגון אברעמעלע פריעד)

א שיינעם חלום האב איך געזעהן, אין וויליאמסבורג בין אין געווען.

די פאליציי זוכען קרבנות,

די מעיאר האט זיך באוויזן, איידער ער פארלירט זיין בעלות…

———————-
דערוילעם זאל צוענדיגן
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

הײמישער זײגער האט געשריבן:פלצתי.. דיין כח הדמיון איז סאמעטינג ספעשל... גראדע נישט קיין שלעכטע פלאן...

:grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גיב איבער אז מ'איז אויפגעקומען מיט א פען וואס בלאזט אויף מאנהעטן אז אפילו וויליאמסבורג ווערט אפגעקילט, דער עולם גייט מיט דזשאקעטן אויף די גאס.

די מוסדות התורה עפענען די שווים באסיינען יעדן אויף דערנאכט וואו דער עולם גייט איין אויף א קאלטן שווים ביז חצות הלילה, מוצאי שבת ביזן עלות השחר.
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

דמיונות וואס וואלט מיר נישט בייגעפאלן אין וויסטן חלום, ריקסטי ארויס אזוי פון אינטערן ארבל.

שרייב אפטער, מיר באלעקן זיך
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

אויף אלעס קען איך מסכים זיין חוץ אויף די סעלף טשעקאויט אין טיב טוב.
די אלעמען באקאנטע קעשיר מר. ליכטנשטיין גיב איך נישט אויף.
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

נאר מיט דינמיות קען מען אנקומען
כח הדמיון בויעט עכט בנינים
..
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7405
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

:lol: :lol:        :lol: :lol:     :lol:       :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

האסט אויסגעלאזט די ברעכענדע נייעס אז צוליב מאנגל אין פראפערטי וואו צובויען נייע געביידעס האט מען אנגעהויבן צו ארויפציען א פלאטפארמע העכער די בי-קיו-אי וואס האלט זיך אויף שטאלענע ביעמס פון אונטן ארויף אויף וואס וועט האלטן אויף זיך נייע געביידעס לענגאויס די גאנצע וועג וואס לויפט דורך וומסב"ג סט. די גאנצע חלק בי-קיו-אי פון וומסב"ג פארט שוין איצט אין א טונעל. מ'קען שוין מער נישט אראפקוקן צום בי-קיו-אי פון העכער די אדורכלויפענדע גאסן.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

יאפ נארוואס ארויסגעשטעלט מיינע ברייטע טריט פון קאר נאך א לאנגע וועג פון די קאנטרי, ווילי איז נישט צום דערקענען
זיסע דמיונות
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

:grin: :lol: :grin: :lol: :grin: :lol: :grin: :lol: :grin: :lol: :grin: :lol:
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ביי די מארק פלאץ לי עוו. קאר. הייוועי, פארנט פון פארקאש סילבער צענטער איז אוועקגעשטעלט עטליכע קרעדיט קארד טערמינאלן, און פון היינט און ווייטער וועלן די פעדלערס פון טעפיכער, בלומען, ערבות, רינגעלעך, אתרוגים שוין אקצעפטירן ק"ק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ביי א ספעציעלע זיצונג פון קאמינוטי באורד זיי זענען ארויסגעקומען מיט א ביטע צו הנהלת קהילת סאטמאר צו שפילן מעלאדיעס במשך די זוממער טעג דורך זייער מעכטיגע שבת בעל סיסטעם
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

גוט!

וועגן די פארק, אל תפתח פה ח"ו
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

:grin:
!!THANK YOU BANAA#

;l;p-
רעים האט געשריבן:
:lol: :lol:        :lol: :lol:     :lol:       :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
!!THANK YOU BANAA#
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ביסט גוט פאררוקט.... פיקוח נפש'דיג לאכעדיג
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

פיין גוט..
געדענק צו האלטן אפדעיטעט ווייל לויטן יעצטיגן ריטם דארף מען צו האלטן אין דריי טעג ארום ביי א פרידאם טורעם אין צענטער פון וויליאמסבורג

מאך נאר זיכער אז די העכער די הייוועי בלייבט פאר די באסעס קיין מאנסי און מאנרא, דאס איז די איינציגסטע גוטע זאך אין וויליאמסבורג.. אזוי ווי מען זאגט אין ארץ ישראל אז די איינציגסטע גוטע זאך וואס בני ברק האט איז די באס קיין ירושלים..
חחח...
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

:lol:

-----------------------
צולייגער האט געשריבן:ביסט גוט פאררוקט.... פיקוח נפש'דיג לאכעדיג

וואס איז פשט פון די אויסדריק?
כ'האב מיך די ערשטע מאל באגעגענט דערמיט לעצטע וואך אין מאמענט ארטיקל פון פנחס גלויבער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”