שמו האט געשריבן:וועל איך צולייגן עטוואס
נפתלי שוסטער, איז יעדנ'ס קאזן, מען דארף רעדן מיט אים קארגע פינעף מינוט, און ער ווערט א קאזין, זיין זיידע'ס הויזן, האט זיך געטריקנט אויף די זעלבע זון ווי דיין באבע'ס קלייד, עפעס אזוי, אבער אלעמאל א קאזין
גראדע איז ער היבש א יודע ספר, ס'געווען זייער בא'טעמ'ט אריין צו גיין שמועסן מיט אים, אפילו מען האט נישט געדארפט שיך.
אז מען רעדט פון יוסק'ע, דארף מען דערמאנען זיין פארגייער צביקה
און וואס איז מיט חאצקל טורנהיים, וואס רעדט אלץ פון די באבע פייגע, און צ'ציק, וכו' וכו'
באשרייבן דער שחרית מנין ארום 2:00 מיטאג אין סאטמאר יואל, וואס פלעגט יעדע שני וחמישי שטיין אינדרויסן ווארטן אז דער לוי וואס גייט אהיים ביי לאנטש פון ישיבה זאל אריבער גיין מען זאל אים קענען אריין רופן עולה זיין לוי
הלל ריבלין דארף אן עקסטערע באשרייבונג.
און ווי קען מען פארגעסן הלפערט (דענק איך נישט זיין ערשטע נאמען) פון אונגערישע הייזער
דאווענען אין זכרון משה, ראש חודש שחרית מוסף מנחה ומעריב בנשימה אחת
אדער 10 מינוט פארן עלות דאווענען מיט יוסל גוטפרב'ס מנין פון 9 טעקסי דרייווער'ס וואס האבן געלייגט א מונה (טיימער).
אן הקפות שניות אין אהבת שלום ביז שפעט פארטאג'ס, אדער דער שוק ד' מינים אין זופניק.
דארף מען אויפפירשן דעם זכרון, און באשרייבן יעדן עקסטער (איך וועל מכבד זיין @איינס צו שרייבן, ער האט אסאך א געשמאקערע שפראך)
פיין פיין ברודערקע איז געקומען העלפן....
איך האב נישט געכאפט ווי איך טאנץ אריין און מוועט ברויכן העלפ פון אלע ברודערקעס.
אבער אז דו דריקסט אויפן קנעפל האבן זאכן אנגעהויבן שווימער
לאמיר הערשט אראפקלאפן ראשי פרקים און שפעטער פארברייטערן כפי היכולת
אז דו דערמאנסט הלפרט, יוי האסטו מיר ארויפגעשפלעפט איך וואלט זיך דאס קיינמאל דערמאנט, ער פלעגט זיצן מיט א ספר אין הונגערישע הייזער
און ממשוגענער למשוגענער שבאותו שכונה, וואו קען מען פארגעסן אלי אייזנבאך, און ווי שמעון ראזנבערג איז איהם נאכגעלאפן כאפן די בייק...
בערל פון שוק (מהאט נישט געטארט קראצן די נאז אין פראנט פון איהם, און ווי ירושלימער קינדערלאך קענען האט מען דיקא יא געטון...) פייוול וואלערשטיין מיט די רעבעצין, אי איי איי מי יחדש לנו ימי קדם.
קעגן רויזנער פיש איז אייביג געווען א טוסטוס, און ביי רוזנר פלעגט מען קראכן די באליס (איך מיין סאיז די לינגען פון די פיש) און אויך אריינגיין שפילן מיט די לעבעדיגע פיש...
שאול און הדר, און די צוויי שיכורים וואס פלעגן אפזיצן א תקופה נעבן רויזנער.
און צוריק צו זכרון משה אדער בעסער געזגאט הערשל גראמן׳ס (מזעהט איהם טאנצן אויף די קידוש קליפ) חברה
אהרלע כהנא, אברהם מאיר גינז, הלל ריבלין מיט די בלינדע ווייב (לאנדאן וועט שוין ברענען....) ער פלעגט עסן טאביק, און א תקופה פלעגט ער פארבן זיין בארד שוארץ, טעשטעיק מיט זיינע אטאקעס און וואדע חצקל טורנהיים (א פעטער פאר בעריש טורנהיים) מיט די באבא פייגא, אמאל געגעאנגען פעטש מיט איהם און מה עשה הקדוש ברוך הוא ער האט מיר אנגעבראכן די ביינער און צוגענומען מיין הוט.
און צו בית ישראל, פליישמאן (וואס דער עולם האט זיך לעצנטס דערוויסט פון איהם נאך די שרעקליכע מעשה וואס מהאט איהם איינגעזעצט אימיטן נאכט) דענק איך איהם אין בעסערע צייטן.
און דארף מען פארציילן איבער די גני העיר (פארקס) וואס איז באשטאנען מער ווייניגער פון א גליטשער, וואס דאס איז געווען די ענטרעס פאר די מקלטים...
אין הונגערישע הייזער אויך געווען אזוי, און דארט דענרעבן האבן געוואינט א עלטערע ברודער און שוועסטער חיים און שרה, אוי זכרונות פון אמאל
אמר״ש פון הונגערישע הייזער ווי קען מען אויסלאזן די קעץ, זאגט מען אז אין הונגערישע הייזער ווען מווארפט א שטיין פאלט דאס אדער אויף א קאץ אדער אויף א אייזנבאך, און צוגעלייגט אויף דעם איז דא ״און ווער ווארפט דאס?״ דער אויספיר וועל איך נישט שרייבן אין פאבליק....
איינע פון די מאסט בעסטע אקטיוויטס איז געווען ווען מהאט באקומען פון אבות ובנים די רויטע לעיזערס און מפלעגט ארויס גיין אויפן ׳באלקאן׳ (פארטש) שיינען דעם לעיזער און שפילן מיט די קעץ וואס האבן פראבירט אן קיין הצלחה כאפן דעם שייגעץ....
דענק איך נאך מירו שטיין ביי פלאפל מירו און שרייען ״עשר פיתות בעשר שקל״
די ריזיגע פוסטע לאט אויף שומרי אמונים (האבן מיר דארט אמאל באגראבן א טויטע פייגל און געמאכט א עליה לציון יעדן טאג נאכן חיידער)
און דארט אראפ נעבן בית יעקב הישן האט געוואוינט די מכשפה, פלעגן מיר שרייען און אפפיצן אז אירע כישוף זאל נישט חל זיין...
גלייך דארט (נעבן די הויז פון ראש ישיבת מיר) איז געווען די שירותים ציבוריים וואס האט געסרחט א רויעך, קעגן איבער האט אויך געוואוינט א זקן וזקנה דענק איך נישט זייער נאמען.
נעבן די גן העיר אויף רחוב ראפאפורט איז דא א ספארדי וואס האט א גאנצע גן החיות ביי איהם אין חצר
און חאנא באנאנא אין ווארשעווער הייזער
יעצט שרייבנדיג דערמאן איך מיר יוסל קרויזער (קען אויך פארנעמען א באשרייבונג) האט אמאל געפרעגט: וועלכע אידישקייט זאך איז דא אין מאה שערים וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט?
נטורי קרתא? ניין
דאס יענטס? ניין
די ווייבאלע אין מאה שערים (פון די אהל יעקב ספרדישע שול) וואס שטעלט צוזאם א מנין, מנחא מנחא מנחא!!!!!
דאס איז א זאך וואס ווער סהאט נישט מיטגעהאלטן האט פארפאסט א שטיק מאה שערים,
זי פלעגט האבן א חברת תהלים און טיילן די אייסעס געפריזערדט פטל אין בעגס
און נישט פארגעסן די מאסטיקים אין ברסלבער מכולת (מאיר מיט זיין שותף)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!