פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ביטע, פארן מגיב זיין דא, ליינט אדורך דעם תגובה מיט ישוב הדעת

ווי יעדער וואס דרייט זיך דא אין אונזער וועלטל זעט די לעצטע שטיק צייט, אז ס'האט זיך פארמירט א נייעם אשכול דא וואס יעדער איינער קען ברענגען נייעסלעך פון יעדע חצר הקודש. איך דארף פאר קיינעם נישט זאגן די וויכטיגקייט פון האבן אזא אשכול וואו מ'קען מיטהאלטן נייעס פון הויפן אויף אזא אויסגעהאלטענעם פלאטפארמע.

אבער ווי יעדער פארשטייט און מ'קען זען וואס דארט טוט זיך, אז די מנהלים האבן מיט דעם נישט אזא גרינגער ארבעט דערמיט... ס'אפען פאר יעדן איינעם, יעדער קען אריין קומען שרייבן וואס אים געפעלט, זיך שטעלן אויף קליינעקייטן וואס אפי' אין קינדערגארטן האט עס פארקיינעם געבאדערט... אבער אזוי איז עס, מ'לעבט היינט אזוי, אז א זאך וואס געפעלט נישט פאר די חסידות פון שאראשפאטאג, וועט די הויף פון דעברעצין נישט זיין אזוי איינשטימיג, און די זעלבע פארקערט. און יעדער ווייסט וואס דאס האט שוין געברענגט דא אין דעם עבר און וואס דאס האלט אין איין ברענגען אין דען הווה וואס אייוועלט איז געגרינעדט געווארן אלס ממש די היפך פון דעם.

אבער וואס קען מען יא טון אז יעדער זאל קענען ליינען/זען נייעס פון אלע בחצרות הקודש דא אויף אונזער ריינעם וועלטל, אויף אן אופן וואס זאל קיינעם נישט שטערן? וואס ווי יעדער ווייסט וויאזוי דאס וועלטל האט זיך אויסגעשטעלט אין די לעצטע שטיק צייט איז דאס געווארן אלס מער און מער ווי מ'קען ארויף קומען און מיטהאלטן נייעס גאר גאר שנעל אויף זייער א קראנטער פארנעם, איז פארוואס זאל נישט זיין אויך פאר אונזער היימישע נייעס פון יעדן הויף אז מ'זאל אויך קענען מיטהאלטן נייעס קראנט אן קיין שום אגענדעס פון קיינעם, בלויז נייעס און אנטוויקלונגען?

איך וואלט מציע געווען אז מ'זאל עפענען א פארום (קרעטשמער האט דאס שוין דערמאנט אמאל אז דאס קען ארבעטן) וואס זאל זיין בלויז פאר נייעס פון אלע בחצרות הקודש וואו מ'זאל קענען באריכטן פון יעדען חצר אין א באזינדערן אשכול, יעדע מעורה פון דעם חצר אין א באזינדערן אשכול און יעדער וואס געהערט צו דעם חצר, וועט קענען ליינען די נייעס דארט. אבער (דא קומט דער גרויסער אבער...) ווי פארשטענדליך, אויב וועט דאס זיין אפען פאר יעדן צו שרייבן, דארף איך נישט זאגן וויאזוי דאס וועט אויס קוקן און נישט פארדעם איז אונזער הייליג וועלטל געגרינדעט געווארן. וואלט איך פארגעשלאגן (איך האב דאס שוין געשריבן עטליכע מאל דא אויפן וועלטל אבער ווי עס קוקט אויס איז דאס פארוואסערט געווארן...) אז יעדע חצר וועט האבן צויי דריי ניקס, גאר פארשטענדליכע, וואס זיי וועלן האבן רשות הכתובה אין יענעם פארום און נאר זיי זאלן קענען שרייבן אין די אשכולות פון יענעם חצר און אזוי צו האלטן די ניווא פון דעם גאנצן פארום גאר הויעך און גאר שיין. פארשטייצעך אז יעדער וועט קענען ליינען אלעס. און אויב דער חסיד פון שאראשפאטאג וועט באקומען בלוט דרוק פון דעברעצין, וועט ער זייער פשוט קענען איבערהיפן יענעם אשכול און גיין ווייטער. ער וועט ניטאמאל קענען שרייבן עפעס דערקעגן... איך מיין אז דאס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך.

דער אמת איז אז וויזאוי אזא פארום קען זיך אויסארבעטן וועל איך איבער לאזן פאר די געטרייע הנהלה, אבער דאס איז מיין בליק פון אויבן אויף און איך האלט אז דאס קען זיין זייער א געלונגענע זאך און גאר א שטארקער פארשריט פון אייוועלט!

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס דער עולם האלט איבער אזא פארשלאג, און איך גלייב אז אויב די הנהלה וועט זיין אז דער עולם האט א שטארקער איטערעסע דערפאר, וועלן זיי דאס קענען אהערשטעלן אויפן העכסטן און שענסטן פארנעם. אבער, ביטע. איידער איר שרייבעט עפעס דא, מאכט זיכער אז דאס קומט פון אייער שכל הישר...
לעצט פארראכטן דורך אלטער אום פרייטאג יוני 18, 2021 11:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטארקע איידיע!

די שאלה איז ווי אזוי וועט מען מחליט זיין ווער מעג יא אדער נישט שרייבן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ווי געשריבן, דאס וועט מען איבער לאזן פאר די הנהלה צו באשליסן
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אלטער האט געשריבן:ווי געשריבן, דאס וועט מען איבער לאזן פאר די הנהלה צו באשליסן

אדער קען זיין א געוויסע פרעימווארק פון אינטערנעל וואלן/קאמפלעינטס אויף די שרייבער דארט. אז צו אפראוון א נייע פאר א חצר דארפן ס'רוב פון ביז איצטער מסכים זיין, און נאך כך וכך קאמפלעינטס פארלירט ער רשות כתיבה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

אייזערנע געדאנק!

איך קען זיין פון די ניקס אין די סיזמע חצר?
הק' אלי' ראובן לאנדא
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

געוואלדיגע רעיון!

מען קען אפיציעל שרייבן אז מקען שיקן אין אישי נייעס פונעם חצר וואס מזעט אז דער שרייבער האט נישט געברענגט.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

א פערטער האט געשריבן:געוואלדיגע רעיון!

מען קען אפיציעל שרייבן אז מקען שיקן אין אישי נייעס פונעם חצר וואס מזעט אז דער שרייבער האט נישט געברענגט.

ווי שוין געשריבן, די הנהלה קען זייער גרינג אפמאכן אויף א ניק אויב ער געהערט צו יענעם חצר און אויב יענער איז א פארשטענדליכער ניק...

זיכער אזוי. קיינער ווייסט נישט אלעס, מ'וועט זיי קענען שיקן אן אישי אדער וואס.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

אייזענע געדאנק!! הלוואי זאל עס טאקע געשען
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

דער דעבריצינער וועט טאקע נישט קענען שרייבן אינעם שאראש-פאטאק אשכול, ער וועט מסביר זיין אין די דעבריצינער אשכול פארוואס זיין מהלך איז ריכטיג...

למשל וויפיל האט מען גערעדט אין די פראו ביידן אשכולות וועגן טראמפ..? יענג עדעמס אא"וו.

לעצם הענין, איך האלט עס קען זיך אויסארבעטן אויב די אחראים האבן גענוג צייט ביז עס ווערט אוועקגעשטעלט.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

;l;p-
ס'דארף אבער נישט זיין אזוי עקסטרעם. מ'קען עס אוועקשטעלן ווי א פשוט'ע פארום וואו יעדער קען שרייבן, און נאר אויב איינער העט ווילדעווען זאל ער ווערן אויסגעשלאסן פונעם פארום. (מוז ניטאמאל זיין גענצליך, ס'פונקט גענוג אז זיינע תגובות זאלן דארפן דורכגיין אן עפראוועל א שטייגער ווי אקטועלע).
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

נאך א פוינט וואס קען זיין א פראבלעם, מ’דארף וואס קענען די היסטאריע פון דעם חסידות, מ’דארף די וואס זענען גוט מיט די גוטע, און קענען באשטעטיגן און אפווארפן שפעקולאציעס, און נישט אלעס פיט אריין אין צוויי דריי צו אפילו צעהן ניקס פער חסידות.

עס ברויך קענען זיין אז יעדער זאל קענען אריינקומען מיט זיין אינפארמאציע, מיט זיינע השערות און סברות, אז נישט וועט עס לענ’’ד פארלירן אינטערעסע.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידע ומומחה »

און יאך מיין אז אזא פארום זאל זיין מוגבל צו אפיצעלע הודעות און נישט "מאחורי הפרגוד" מקוה און פאליש נייעס
אויסארבייטען אן אופן ווי מען קען שיקען צו די מנהלים/ אחראים / עורכים און זיי זאלען מחליט זיין צו מען קען דאס
מפרסם זיין
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איך מיין אז אנשטאט צו נעמען צוויי דריי ניקס וואס נאר זיי זאלן קענען שרייבן דארט זאל מען נעמען צוויי דריי ניקס וואס נאר זיי זאלן קענען עפראוון תגובות דארטן, והכל על מקומו יבוא בשלום, יעדער קען שרייבן אבער עס דארף ווערן באשטעטיגט, און די מנהלים און אחראים וועלן נישט ווערן אנגעלייגט מיט נאך ארבעט.
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום פרייטאג יוני 18, 2021 11:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

די געדאנק איז אז דאס זאל זיין נאר פאר נייעס בחצרות הקודש
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

נאך א פוינט וואס קען זיין א פראבלעם, מ’דארף וואס קענען די היסטאריע פון דעם חסידות, מ’דארף די וואס זענען גוט מיט די גוטע, און קענען באשטעטיגן און אפווארפן שפעקולאציעס, און נישט אלעס פיט אריין אין צוויי דריי צו אפילו צעהן ניקס פער חסידות.

עס ברויך קענען זיין אז יעדער זאל קענען אריינקומען מיט זיין אינפארמאציע, מיט זיינע השערות און סברות, אז נישט וועט עס לענ’’ד פארלירן אינטערעסע.

כ'האלט פונקט ווי דו. נייעס דארף מען קענען איבערשמועסן און איבערקייען, בלויז טרוקענע באריכטן דורך די זעלבע דריי ניקס זענען עכט נישט אינטערעסאנט. און איך זע נישט פארוואס א דעברעצינער חסיד זאל נישט מעגן באריכטן קיין טעגלאשע נייעס.

לדעתי דארף די פאקוס זיין אויף צוויי זאכן:
  • אננעמען נאר ניקס וואס זענען גענוג לאנג אקטיוו, און זיי האבן נישט קיין טראבל אויף זייער רעקארד.
  • א פאליסי אז פאר די מינדערסטע פארלעצונג ווערט מען אויסגעשפארט פון דעם פארום אן קיין וועג צוריק, עפעס וואס יעדער וועט וועלן פארמיידן.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איינס האט געשריבן:

און פונקט וועט שטיין אז כ’’ק אדמו’’ר מבויבעריקאווינסק שליט’’א וועט כמנהג אבותיה’’ק מקיים זיין דעם ’והשלך תשליכון בעת הזאת’, מיט א בעזעם און שיך פוץ. איך וועל זיין זייער נייגעריג צו וויסן וואס אזאנס איז דער מנהג, וועל איך מוזן בלייבן מיטן פראגע? ס’מאכט עפעס נישט קיין סענס.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

מאכט שטארק סענס!!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
לדעתי דארף די פאקוס זיין אויף צוויי זאכן:
  • אננעמען נאר ניקס וואס זענען גענוג לאנג אקטיוו, און זיי האבן נישט קיין טראבל אויף זייער רעקארד.
  • א פאליסי אז פאר די מינדערסטע פארלעצונג ווערט מען אויסגעשפארט פון דעם פארום אן קיין וועג צוריק, עפעס וואס יעדער וועט וועלן פארמיידן.

זייער א שטארקע נקודה!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יש לו מנה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

די געדאנק איז אז דאס זאל זיין נאר פאר נייעס בחצרות הקודש

און פונקט וועט שטיין אז כ’’ק אדמו’’ר מבויבעריקאווינסק שליט’’א וועט כמנהג אבותיה’’ק מקיים זיין דעם ’והשלך תשליכון בעת הזאת’, מיט א בעזעם און שיך פוץ. איך וועל זיין זייער נייגעריג צו וויסן וואס אזאנס איז דער מנהג, וועל איך מוזן בלייבן מיטן פראגע? ס’מאכט עפעס נישט קיין סענס.

דער געדאנק איז דאך נאר פאר הודעות, דברים כהווייתן. וואס טוטסטו ווען דו הערסט אויף קול מבשר א געוויסע נייעס, וועמען פרעגסטו דעמאלס?
אז דו ווילסט דוקא, קענסטו עפענען אן אשכול דורכצושמועסן נייעס'ן וואס איז געווארן געמאלדן אויף איינע פון דיע הודעות זייטלעך.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:

ביסטו צוריק צום זעלבן פראבלעם אז מ’גייט זיך אנהייבן פראסקענען.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יש לו מנה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

די געדאנק איז אז דאס זאל זיין נאר פאר נייעס בחצרות הקודש

און פונקט וועט שטיין אז כ’’ק אדמו’’ר מבויבעריקאווינסק שליט’’א וועט כמנהג אבותיה’’ק מקיים זיין דעם ’והשלך תשליכון בעת הזאת’, מיט א בעזעם און שיך פוץ. איך וועל זיין זייער נייגעריג צו וויסן וואס אזאנס איז דער מנהג, וועל איך מוזן בלייבן מיטן פראגע? ס’מאכט עפעס נישט קיין סענס.

וועסטו פרעגן אין די אשכול וואו איז דער מקור

די געדאנק איז סזאל זיין א נייעס אפדעיט אפטיילונג
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

נאך א פוינט וואס קען זיין א פראבלעם, מ’דארף וואס קענען די היסטאריע פון דעם חסידות, מ’דארף די וואס זענען גוט מיט די גוטע, און קענען באשטעטיגן און אפווארפן שפעקולאציעס, און נישט אלעס פיט אריין אין צוויי דריי צו אפילו צעהן ניקס פער חסידות.

עס ברויך קענען זיין אז יעדער זאל קענען אריינקומען מיט זיין אינפארמאציע, מיט זיינע השערות און סברות, אז נישט וועט עס לענ’’ד פארלירן אינטערעסע.

כ'האלט פונקט ווי דו. נייעס דארף מען קענען איבערשמועסן און איבערקייען, בלויז טרוקענע באריכטן דורך די זעלבע דריי ניקס זענען עכט נישט אינטערעסאנט. און איך זע נישט פארוואס א דעברעצינער חסיד זאל נישט מעגן באריכטן קיין טעגלאשע נייעס.

לדעתי דארף די פאקוס זיין אויף צוויי זאכן:
  • אננעמען נאר ניקס וואס זענען גענוג לאנג אקטיוו, און זיי האבן נישט קיין טראבל אויף זייער רעקארד.
  • א פאליסי אז פאר די מינדערסטע פארלעצונג ווערט מען אויסגעשפארט פון דעם פארום אן קיין וועג צוריק, עפעס וואס יעדער וועט וועלן פארמיידן.

גא"מ.

וואו קען איך טשעקן מיין קרעדיט סקאור?...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איינס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

די געדאנק איז אז דאס זאל זיין נאר פאר נייעס בחצרות הקודש

און פונקט וועט שטיין אז כ’’ק אדמו’’ר מבויבעריקאווינסק שליט’’א וועט כמנהג אבותיה’’ק מקיים זיין דעם ’והשלך תשליכון בעת הזאת’, מיט א בעזעם און שיך פוץ. איך וועל זיין זייער נייגעריג צו וויסן וואס אזאנס איז דער מנהג, וועל איך מוזן בלייבן מיטן פראגע? ס’מאכט עפעס נישט קיין סענס.

וועסטו פרעגן אין די אשכול וואו איז דער מקור

די געדאנק איז סזאל זיין א נייעס אפדעיט אפטיילונג

די פלאן איז אז בלויז געציילטע ניקים פער חסידות זאלן האבן א רעכט צו שרייבן, טא וויאזוי קען איך פרעגן מיין קשיא?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איינס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

די געדאנק איז אז דאס זאל זיין נאר פאר נייעס בחצרות הקודש

און פונקט וועט שטיין אז כ’’ק אדמו’’ר מבויבעריקאווינסק שליט’’א וועט כמנהג אבותיה’’ק מקיים זיין דעם ’והשלך תשליכון בעת הזאת’, מיט א בעזעם און שיך פוץ. איך וועל זיין זייער נייגעריג צו וויסן וואס אזאנס איז דער מנהג, וועל איך מוזן בלייבן מיטן פראגע? ס’מאכט עפעס נישט קיין סענס.

וועסטו פרעגן אין די אשכול וואו איז דער מקור

די געדאנק איז סזאל זיין א נייעס אפדעיט אפטיילונג

די געדאנק איז ענדערש אז עניטינג אבאוט קהלות און חצרות זאל זיין אין א באגרעניצטע פארום.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארשלאג צו א נייע בחצרות הקודש פארום.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יש לו מנה האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך פארשטיי די געדאנק, אבער לדעתי גייט עס פלאפן. ווען א סאטמארער שפאצערט אריין אין סקווירא אשכול און ער זעהט א אינטערעסאנטע מנהג, ער וויל וויסן די מקור דערצו, ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבן וכו’ וכו’, וויאזוי גייט ער פרעגן זיין שאלה?

די געדאנק איז אז דאס זאל זיין נאר פאר נייעס בחצרות הקודש

און פונקט וועט שטיין אז כ’’ק אדמו’’ר מבויבעריקאווינסק שליט’’א וועט כמנהג אבותיה’’ק מקיים זיין דעם ’והשלך תשליכון בעת הזאת’, מיט א בעזעם און שיך פוץ. איך וועל זיין זייער נייגעריג צו וויסן וואס אזאנס איז דער מנהג, וועל איך מוזן בלייבן מיטן פראגע? ס’מאכט עפעס נישט קיין סענס.

דער געדאנק איז דאך נאר פאר הודעות, דברים כהווייתן. וואס טוטסטו ווען דו הערסט אויף קול מבשר א געוויסע נייעס, וועמען פרעגסטו דעמאלס?
אז דו ווילסט דוקא, קענסטו עפענען אן אשכול דורכצושמועסן נייעס'ן וואס איז געווארן געמאלדן אויף איינע פון דיע הודעות זייטלעך.

ביסטו צוריק צום זעלבן פראבלעם אז מ’גייט זיך אנהייבן פראסקענען.

נו, וועמען גייט עס אן? מאך נאר נישט שמוציג די נייעס פארום.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”