מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בן טוב
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

"זאג ווען פארסטו ארויס?"

נישט ממש אזוי דאס יאר לייגט מען שוין צו, "שטימען ביסטו שוין געווען?"

זיץ איך אזוי היינט אין די וויליאמסבורגע טרעפיק מיט מיין נייע סיענע, די שויבן גלאנצן נאך פינעם לעצטע וואכיגן רעגן, קען זיך דאכטן אז די עסקנים האבן ארגאנעזירט עפעס א קאר פיקעטינג פרעג מיך נישט וואס דאס מיינט, הינדערטער זילבערנע מיני ווענס מיט צומאזיקטע באמפערס מארשירן ארום און ארום דאס קליין עיר ואב בישראל מיט אזא אחדות אזוי גאס נאך גאס באמפער טו פאמפער ממש א ברוקלין באחדות,

מיט א חיות גיב איך א שטויס אראפ די געז צו כאפן די נארוואס רויט געווארענע לעקטער איידער דאס ערגסטע קען פאסירן אז די גרויסע געלע באס וואס קומט פון די אנדערע ריכטונג וועט זיך איינדרייען און אנהייבן אראפלאזן זיינע אפרוחים'לעך אזוי אז איך קען פארגעסן פון מיינע נעקסטע 10 מינוט, שוין געטראכט און געטוהן איך שמייס דורך דעם לעקטער פאר וואס ווען וואו, ווייס איך נאך אלץ נישט פארוואס קוק איך נאך אייביג צוריק אין שפיגל צו א פאליציאנט האט נישט באמערקט, ווייל אויב יא העט מיר דאס צוריקקוקן גאר אסאך העלפן אבער אזוי איז עס הרגל נעשה טבע,

שוין יעצט העמיר ווארטן עפעס א קליינע גרינע מיטסשובאשי מיט מיזורי פלעיטס וועט זיך קענען אריינרוקען און א קליינע פארקינג ספאט גרויס ווי די קלענסטע גארביטש טראק, ער פארט און בעקט אזוי איינמאהל און נאכאמאהל מיט גרויס פראפעשיאנאליזם אבער אהן ערפאלג דאס אינטערשטע חלק אויטא בלייבט איהם שטענדיג אינדרויסן, אבער ווי מיר ווייסן דאך אם אינו לענין זה תנהו לענין אחר, ער שטעלט זיך און א בעסערע פאזיציע, און אט הייבט מען אהן נאכאמאהל פון פריש,

אבער דאס מאהל אנדערש ווי פריער ווען עס קומט דעם צווייטן טייל פון צוריקדרייען דאס רעדל און אריינברענגען די נאניע טרעפט ער זיך כמעט אפשיילן יענעמס בעק באמפער פון פארנט אז ער לייגט דעם קאר אויף פארק נישט וויסענדיג ווי זיך אהינצוטוהן אם אימינה ואשמאלה אא"וו,

זעהנדיג אז ס'נעמט נישט קיין עק ווייס מיר דאך אין כחנו אלא בפה, הייב מיר אהן א געפייפעכטס אזוי אזאנס אין אזעלעכס, דער דערשראקענער יונגערמאן געט זיך א ריק ארויס צוריק פון זיין אומגעלונגענע אקופירטע פארקינג ספעיס און הייבט אהן שמייסן אראפ דעם גאס, כ'האף אז ער האט נישט געזעהן אין שפיגל ווי דער גרויסער נעוויגעטער אינטער אים האט זיך גאר שנעל און געשיקט אריינגעשלייכט אינעם אויבנדערמאנטן ספאט, ווייל אז יא קען עס אים גאר שטארק ווייטוהן,

אזוי פליענדיג צום קארנער ברענגט ער זיין קאר צו א האסטיגע און אויפשטורמערישע אפשטעל, נאר כדי צו ראטעווען א ווייבלס לעבן און אויך אז די שיינע טייערע באגאבא קינדער וועגעלע זאל נישט צוגרינד גיין, דאס ווייבל לויפט ווי זיך צוראטעווען פונעם טייוול, א באהאלטענע קוק אריין אינעם מוטשיבאשי צייגט אז דער יונגערמאן בייגט אראפ זיין קאפ פאר בישות,

א שנעלע בליק אויפן זייגער צייגט אז די גאנצע שפיל אויף די גאס אליין האט גענומען אימגעפער צען פיפצען מינוט, געוואלד און געשריגן מ'דארף נאך אויפפיקען נחום'לס וואכעדיגע היט פין די היט געשעפט, און די פאהר דאזען שטרימפ פאר די מיידלעך, אין ווי קען מען פארגעסן פון זלאטי'ס שיינע בייק פון מימע חנצע וואס אהן דעם איז דאך נומנו וגמרו נישטא וואס צו פארן אין קאנטרי,

מאך איך מיר א חשבון אז אויב גייעך דא רעכטס אויף העיווארד קען איך אפשר אויסמיידן די שווערע ווייט עוועניא טרעפיק און כאפן קענט עוועניא, פאר די נערוון איז עס זיכער גיט, אומר ועושה געמאכט דעם לעפט אויף קענט ביזן אריבערפארן פלאשינג איז אלעס געגאנגען כמעשה אבער ווי נאר כקום נענטער צו ליטל נעשוי סטריט ווערט מיר שלעכט פאר די אויגן, א גרויסע טרעילאר האט יעצט אפגעמאכט אראפצולאדענען קאנסטראקשען סאפליי, שטייט א הויכע דארע סקעלעט אין שאקלט מיט אזא רויטן פאן ווי אויפצורעיגן דעם אקס, נו גיט העלמער כאפן א דרימל עד יעבור זעם,

מיין טעלעפאון רופט זיך אהן כ'הייב אויף, מיין אשת חבר איז אויף די ליין, איך ווער געוואויר אז מ'דארף נאך אויפפיקן א פלעיפען פאר די בעבי, אבער דאס מאהל באקום איך שוין א פראמיס אז דאס איז עס און דערנאך איז מען שוין גרייט צו פארן, כ'וויל אפילו נישט זאגן אז כ'האלט נאך פאר אלעם,

אלע פעקלעך זענען שוין און טראנק, וויפיל ס'האט געהאט פלאץ, דאס איבעריגע וועט די איידעם פון ברוך משה מיין שכן אין קאנטרי נאכברענגן מארגן ווען ער דרייווט ארויס אויף די וויקענד, שטופ איך אריין די גאנצע מישפאכטע אין מיין קאר, יעדער איז פרייליך, א קלייניגקייט? מ'פארט אין קאנטרי, גיט לאנג גענומען זיך ארויסצוזעהן פינעם וויליאמסבורגע געטא, אריין אינעם בי. קיו. אי.,

שוין ני וואדע מיין שטריימל האבעך פארגעסן נישט פארגעסן צו זאגן ברוך משה'נס איידעם זאל עס אפנעמען, די עזר כנגדו קומט אויף מיט גאר א גלונגענע המצאה, אויב גייט ער שוין אפנעמען דעם שטריימל אפשר קען ער שוין נעמען פון מיין לעדל מיין שבת'דיגע שירצל, נו זאל שוין זיין,

אזוי נאכן גארג וואשינגטאן, און אט רבי ווייס בעפעהלט אומבאדונג זיך האלטן לינקס צום 4, ווי אויך לייגט ער צו אז די עסטימעיטעד טיים און טרעפיק איז פייף מיניטס, נו איז דאך דא א כשר'ע געז סטעישטן, און מהאט דאך שוין נישט געגעסן פאר גאנצע פינעף און פיפציג מינוט, מיט א געשמאקע קאווע זעץ איך מיר צוריק אריין אין קאר הייבט זיך אהן ווי מוועט דאס פלאצירן די קאר איז דאך פיל עד אפס מקום, ווי ס'נישט געווען קיין פעקל האט מען שוין אריינגעשטופט צוויי קינדער, אבער פאר דעם האבעך דאך צוויי הענט,

די זאך האט זיך שוין בארוהיגט, די קינדער האבן שוין אפגעשמיעסט וויאזוי מגייט פארברענגען מארגן די ערשטע טאג אויף די בערג, די בני בית איז פארטיפט און א טיפן דרימל נאך א וואך שאפינג און פאקן פעק, און די שיינע גרינע ביימיגע בערג דערקענט זיך שוין ווי אימער, די מחשבות האבן שוין גענוג פלאץ צו לויפן, און קיין איינער שטערט נישט,
אבער וואס מיינסטו?, אזוי אינמיטן חלומ'ען אויפן 17, זעה איך נישט מער און נישט מייניגער דער אויבנדערמאנטע מיטשובאשי געט מיר א קאט אריין אינעם לינקען לעין אז ויקץ פרעה….!!!
לעצט פארראכטן דורך בן טוב אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הנאה געהאט פון דיינע צרות אויפן ראוד! שרייבסט גאר געשמאק!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

דעלישעס!!!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

געוואלטיק!! גאר א גוטע פעדער!


רבי ווייס אימער א חידוש..פארעך דעך אויכעט מיט עימען.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געוואלדיג! צום לאכן און קראכן... גענוג די ריעל טרעפיק...

ווער איז רבי ווייס?
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיג! צום לאכן און קראכן... גענוג די ריעל טרעפיק...

ווער איז רבי ווייס?

VAZE בלשון הקודש
א דאנק אייך

און די הר גריזים רעד נאר נישט פון מיינע צרות יעצט איז געקומען דיין צייט, ביסטו נישט די בארג אויפן 17 וואס שטייט אויפגעשריבן I LOVE NY?

און KOLLEL כהאף די ביסט נישט געווען און יענע מיטשאבישי אז יא זיימיר מוחל פארן אריינקוקן
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בן טוב האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיג! צום לאכן און קראכן... גענוג די ריעל טרעפיק...

ווער איז רבי ווייס?

VAZE בלשון הקודש
א דאנק אייך

דער וואס הייסט אראפשמעטערן א לינקס?
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
בן טוב האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיג! צום לאכן און קראכן... גענוג די ריעל טרעפיק...

ווער איז רבי ווייס?

VAZE בלשון הקודש
א דאנק אייך

דער וואס הייסט אראפשמעטערן א לינקס?

עפעס אזוי, פרעג די יונגווארג (מיט די גרינע מיטשעבאשיס פון מיזורי) דאס ווייסן זיי בעסער
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בן טוב האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
בן טוב האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיג! צום לאכן און קראכן... גענוג די ריעל טרעפיק...

ווער איז רבי ווייס?

VAZE בלשון הקודש
א דאנק אייך

דער וואס הייסט אראפשמעטערן א לינקס?

עפעס אזוי, פרעג די יונגווארג (מיט די גרינע מיטשעבאשיס פון מיזורי) דאס ווייסן זיי בעסער

:grin:
ס'איז געווען גראדע דאהי ערגעץ צום דאונלאדן

עניוועי פארט לחיים ולשלום!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

בן טוב האט געשריבן:

און די הר גריזים רעד נאר נישט פון מיינע צרות יעצט איז געקומען דיין צייט, ביסטו נישט די בארג אויפן 17 וואס שטייט אויפגעשריבן I♡NY?

דעי העסליכע איי♡.. גראפיטי דארט ברענגט מיר יעדעס מאל (אפאר מאל א וואך..) טשילס.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געוואלדיג! שטארק הנאה געהאט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

בן טוב האט געשריבן:
און KOLLEL כהאף די ביסט נישט געווען און יענע מיטשאבישי אז יא זיימיר מוחל פארן אריינקוקן

מחול לך מחול לך מחול לך.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ס'איז געווען גראדע דאהי ערגעץ צום דאונלאדן

עניוועי פארט לחיים ולשלום!!


ביטע אנצייגן
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דער יעניגער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ס'איז געווען גראדע דאהי ערגעץ צום דאונלאדן

עניוועי פארט לחיים ולשלום!!


ביטע אנצייגן


געטראפן
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

הר גריזים האט געשריבן:הנאה געהאט פון דיינע צרות אויפן ראוד! שרייבסט גאר געשמאק!

ייש''כ פארן אריין קאטן דא מיט א געלונגענע מיציבישי,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: מאסן קאר פיקעטינג הכונו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
דער יעניגער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ס'איז געווען גראדע דאהי ערגעץ צום דאונלאדן

עניוועי פארט לחיים ולשלום!!


ביטע אנצייגן


געטראפן


thanx
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”