העלאו האט געשריבן:לכאורה די איינציגע עצה שידוכים זאל זיך לוינען איז עס זאל ארבעטן אזוי ווי אנדערע זאכען
דאס הייסט אז יעדע שדכן זאל ארבעטן אזוי ווי א טערעפיסט מען צאלט פארדעם נישט מען ווארט אויב ער ווערט אויסגעהיילט און נאכדעם צאלט מען
די זעלבע זאך וילסט א מיטינג מיט א שדכן קאסט עס הונדרעט דאלער ער קומט אריבער אדער ער רופט אהן ער לייגט אראפ אויפן טיש אלע הצעות וואס זענען פאסיג און אויב די ווילסט איינער פון די הצעות וועט ער ארביטען פאר דיר ווייטער אויב דו ווילסט נאך א מיטינג און הערן נאך נעמען מיט דער שדכן אדער מיט א צווייטען קאסט נאך הונדרעט דאלער
ממילא ועט אויס קומען אויב דו האסט פיינע סחורה און דו דארפסט נישט אסאך אויס ניצען די שדכן צאלסטו וייניגער און אויב דו ניצט מער וועט קאסטן מער
ביידע וועלן זיין צופרידען די עלטערן קען אמאל געלונגעןאז עס קאסט דיר נישט מער ווי פינעף הונדרעט דאלער א שידוך און די שדכן איז צופרידען ווייל ער באקומט זיין געלט גלייך
ניין, זעה מיין פריערדיגע תגובה אין דעם אשכול.
דו איינציגסטע וועג איז אויב דאס ווערט א ביזנעס, נישט קיין סייד-דזשאב.
אויך דארף דאס ווערן א ביזנעס, נישט ווי מ'גיבט א טיפ ווי א שיינע איד, אזוי ווי מ'גיבט פאר'ן מסדר קידושין און דער וואס פירט אן די חופה אדער ווי פאר'ן דיין ביים אתרוג, בדיקת חמץ און פאר'ן שוחט און פליקער עריוה"ק.
דאס דארף ווערן "באצאלט" ווי א חוב אזוי מ'באצאלט פאר'ן זינגער, שפילער, און אלעס ארום.
דער פראבלעם ווערט אז דער שדכן קומט עפעס פארקויפן נאך איידער איינער דארף עפעס פון אים. וואס איז נגד היסוד פון סיי וועלכע ביזנעס.
כ'וועל מרחיב זיין דעם דיבור און זיך נאכאמאל באציען צו אנדערע בראוקערס סיי וואס טוען ביזנעס-טו-ביזנעס (B2B) און סיי וואס טוען ביזנעס-טו-קאנסומער (B2C).
אין יעדע פאל און אין יעדע ביזנעס געשעט אדער בכוונה אדער שלא בכוונה. אז דער ווענדאר פארשטייט אז זיין קאסטומער האט א צורך, א NEED. דער קאסטומער ווייסט אויך פון דעם און זיי פרובירן צו זעהן צו דער מוכר קען דאס צושטעלן פאר'ן קאסטומער פאר א פרייז וואס ס'זאל אים ווערט זיין.
און רוב אינדוסטרי'ס ווייסט דער קאסטומער דערפון אבער ער קען פרעגן דעם מוכר, פ"וו זאל איך קומען צו דיר?. ס'איז דאך דא אזויפיל קאנקורענטן אין דיין פאך. דא דארף א קאמפאני האבן א געוויסע אייגנשאפט מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס צו ציען וואס מער קונדן. פארשטיי זיך מ'דארף דאס מארקעטן און האבן צומאל סעילסלייט צו משכנע זיין (נישט ארייננארן) ווי מער קונדן אז קומען צו אונז איז דאס בעסטע פאר דיר.
איצט אין די בראוקער ביזנעס איז דאס שווערער ווייל אין געוויסע פון די אינדוסטריס קען מען אפשר אויסקרויזן די בראוקער אדער עכ"פ אזוי רעדט מיך זיך איין. דער אגענט דארף משכנע זיין סיי אז ס'לוינט זיך דיר ליבערשט צו נוצן א בראוקער און סיי אז "אונז זעמיר די בעסטע בראוקער פאר דיר".
אין אינשורענס און אין פיינענטשעל מענעשמענט קען עס זיין נאך שווערער. צומאל וויל נישט דער פאטענציאל קאסטומער (PROSPECT) פארשטיין אז ער נויטיגט זיך בכלל אין עפעס. מ'דראף אים "בורן" אין קאפ די ריזיקע אין וואס ער לעבט און די סאלאושענס וואס ס'איז דא עוועילבעל. ווען ער פארשטייט שוין דאס, הייבט זיך אן סטעפ #2 נו ווער זאגט אז דו ביזט דער בעסטע קאמפאני פאר מיר, אפשר קען איך האבן בעסערע/ביליגער אפציעס ביי א צווייטן. אבער אין רוב פעלער אויב האט דער אגענט מצילח געווען צו אויפקלערן דעם קאסטומער די נושא, איז שוין געווענליך פארהאן א געוויסע טראסט. דער קאסטומער וועט אפשר שפילן אז ער טשעקט פרייזן ווייל ער האט מורא אז דער אגענט רייט אויף אים אבער באמת וויל ער גיין מיט אים ווייל ער האט אים אויפגעקלערט. ער זעהט אז ער פארשטייט צו די נושא און וואלט געוואלט ער זאל ווייטער אים באגלייטן לאורך הדרך אין דעם פעלד.
און קיין שום פאל אבער, וועט דער קאסטומער קיינמאל נישט גיין צו א גרינעם אין די פעלד (חוץ אויב זיין שוואגער/חבר איז איצט אריין דערין און ער וויל אים שטיצן).
פרוביר צו גיין צו עימצן און זאג: "איך כ'האב פאר אייך א גוטע מארגעדש אדער אינשורענס פראדוקט, אדער סיי וואס". די ערשטע פראגע איז. דו ביזט אין די ליין? דו פארשטייסט דערצו? גיב מיר דיין ביזנעס קארד, אימעיל אדרעסס (אדער אויסטשעקן זייער וועבסייט) עפעס צו זעהן אז מיין צורך (NEED) גייט נישט דא ווערן אויסגעפראקט פאר סיי וועמען און איך גיי נישט טראסטן עפעס א מאן-דהוא צו זיין א פארמיטלער אן וויסן אז ער איז גוט אויפגעסעט, גוט קאנעקטעט און ווייסט וואס ער טוט.
צוריק צו שדכנות. לאמיר איז עס אויסשפילן:
שדכן: א גוט יאר ר' פראקטיש. מ'קען איצט רעדן צו אייך?
פראקטיש: שנעל, וואס ווילסטו? מאך עס קורץ און שארף.
ש.: איך בין אין די שדכנות ליין און איך פארשטיי איר האט איצט א קינד אין די יארן. איך טוה שוין שדכנות א שיינע פאר יאר און האב ב"ה שיין מצליח געווען. איך טוה דערין מיט הארץ און נשמה, ביי מיר איז נישטא קיין ליגנטס און איבערגעטרייבעטכצערס. איך לייג מיך אריין מיט אן אמת צו פארשטיין וואס מיינע קונדן זוכן און איך שטעל זיי צו די בעסטע אפציע'ס לויטן מצב, נישט קיין וואונדער אז אין די לעצטע יאר אליין האב איך ב"ה אויסגעפירט XX שידוכים ווי אין רוב פעלער זענען זיי אזוי צופרידן אז נישט נאר ביי די נעקסטע שידוכים קומען זיי צו מיר נאר זיי שיקן זיערע ארומיגע אויך צו מיר וויסנדיג אז בי מיר באקומען זיי די בעסטע סערוויס. איך וויל זאגן אז איך בין אפשר נישט די ביליגסטע אבער בחינם עסט מען כינים (פרשת השבוע), איך לאז מיך באצאלן אבער ס'ווערט. איך האב פאר דיר וויפיל רעפרענצעס איר ווילט. איר קענט'ס זיך נאכפרעגן און איר וועט זעהן אז....
פ.: (נערוועז): סוא וואס ווילסטו איצט? האסט עפעס א שידוך אויפן טיש? רעדט קלאר און שנעל ווייל איך יאג מיך.
ש.: נעעעע. איר האט נאך נישט אויפגעסעט אן אקאונט ביי אונז און אונז ווייס מיר נאך נישט צו איר ווילט זיין ביי אונז. אויב ווילט איר מער הערן וועגן אונז, ווען וואלט געווען א גוטע צייט זיך צו טרעפן אויסצושמועסן וואס אונז טוה מיר. וויאזוי? אונזערע פרייזן און אנדערער טוירמס. איינמאל איר ווילט אונזער סערוויס וועל מיך זיך אראפ זעצן בויען אייער פראפיל, פארשטיין וויאזוי איר קוקט אן אייך און אייער סחורה, וואס פונטליך איר זוכט וכו'. אויך וועלן מיר זיך מער נאכפרעגן אויף אייך (אויף געוויסע אופנים) און אייך געבן א בילד וואס אייערע נאנטע און סתם חברים אין ביהמ"ד האלטן אויף אייך און וואס די גאס האלט אויף אייך און אייער קינד. און דאדורך וועט איר בעסער קענען פארשטיין אייער סטאטוס און בעסער קענען מיר זאגן וואס איר זוכט. איינמאל מיר האבן אייער פראפיל און ק.ק. אנ-פייל, שטעל מיר דאס צוזאם אין אונזערע דאטא-בעיס ווי אנדערע מענטשטן מיט קינדער אין די שידוכים-עידז האבן זיך שוין אויפגעסיינט ביי אונז. אזוי אויך קענען מיר זיך נאכפרעגן ביי מענטשן וואס זענען נישט אויפ-געסיינט אבער דאס קאסט שוין מער ווייל מיר דארפן ספענדן צייט און זוכן...... בלא בלא בלא.
פ.: "הצלה ביי די מענער! הצלה ביי די מענער! דא איז דא א אינגערמאן וואס רופט זיך שדכן וואס דארף ווערן אריינגעפירט אין בעלוויו שפיטאל ASAP.
ש.: שא שטיל! וואס ביזטו מיך מבזה? וואס האב איך דיר געטוהן? שריי נישט, הער אויף!
פ.: איך זאל אויפהערן? דו זעסט ווי איך יאג מיך. איך בין געווען נייס דער צו געבן אפאר מינוט. דו האסט מיך שוין אויפגעהאלטן מער צייט ווי איך האב לכתחילה געוואלט און דו האסט ניטאמאל א שידוך פאר מיין קינד? ניטאמאל ווייסטו ווער איך בין? וואס איך זוך? וואס פאסט פאר מיר? דו פרעגסט פארוואס איך שריי הצלה? אדער ביזטו געזונט און שטארק און דו פארדינסט צוויי פעטש אז ס'זאל אפקלינגען ביז צו די עזרת נשים אדער דארפסטו הצלה, מאך דו אפ.
ש.: איך דארף נישט, נישט קיין פעטש, נישט קיין הצלה און נישט קיין בזיונות. איך בין דא אייך צוהעלפן. איך פראווייד א סערווייס פון שדכנות אויף זייערער א פראפעסיאנאל וועג. איך בין שיין מצליח ב"ה איך אפפער אייך צו ווערען א קוסטומער ביי אונז. איר ווילט נישט איז נישט אויב אבער ווילט איר יא, דאן ביטע זאגט מיר ווען נעקסטע וואך מ'קען סקעדזולען צייט? בעסער ביי מיר אין אפיס אבער אויב נויטיג קען איך אראפקומען מיט מיין מיטארבייטער צו אייך פאר א שעה (די ערשטע שעה איז פריי, ס'איבריגע צייט ווענד זיך וועלכע פעקעדעזש איר סיינט זיך אויף) ווי מ'וועט אויסארבייטן אלע אייערע פרטים און זיך נעמען ארבעטען פאר אייך. להוי ידוע, די וואך בין איך געבוקט אבער נעקסטע וואך האב איך נאך אביסל צייט. אויב אבער מאכט זיך א קענסעלעישן, וועט איר זיין די ערשטע צו וויסן. דא האט איר מיין ביזנעס קארטל און באשליסט וויאזוי איר ווילט.
"שדכן" שפאצירט אוועק און "פראקטיש" זעהט זיך שטיין דארט כעס'יג ארומגענומען מיט הצלה מעמבערס און עמך-אידן און ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער געפונט זיך. וואונקט פאר איין מעמבער - וואס ער איז נאנט מיט אים און ווייסט אז ער ליידט אויפן הארץ (פיקטיוו, איך בין געזונט און שטארק ב"ה), - אז ער זאל ביטע ברענגען אהער די דיפירבעלעיטאר וועלכע הענגט אויפן וואנט אין ביהמ"ד ווייל דעס גייט זיך נישט גוט ענדיגן.
שדכן האלט שוין ביין קומענדיגן פראספעקט אינעם אנדערען פאליש וחוזר חלילה.
איך גלויב אז בעסערע שרייבערס קענען דאס בעסער אראפלייגן ווי מיר. אדרבה, זאל דאס יעדער אויסשפילן מיט וועלכע פארבן ער וויל.
זאגטס מיר אין וועלכע נאך אינדוסטרי דאס קען פאסירן? זאגטס מיר אין וועלכע נאך בראוקער אינדוסטרי מ'קען צושטעלן די עכטע סערוויס פאר'ן קאסטומער אן האבן א טיפערער קאנווערסעישן צו פארשטיין וואס יענער זוכט, וואס זענען זיינע נידס, וויאזוי גייט מען דאס צושטעלן און וויפיל גייט דאס קאסטן. דאס איז די אלגעמיינע סדר העולם באופן כללי.
די ערשטע סטעפ איז משכנע זיין דעם קאסטומער אז ער האט א צורך און אז איך קען אים העלפן, איינמאל דער קאסטומער פארשטייט דיר אדער וויל דיך אפילו אויסטרייען וועט ער זיך אפגעבן מיט דיר ווייל ער וויל עפעס אויף צוריק. אדער ער וויל אויספרובירן צו ער קען האבן נוצן פון דיר.
קומט אבער שדכנות ביי אונז. אין דער שדכן פארקויפט נישט זיך, ער פארקויט נישט זיין ביזנעס, ער פארקויפט נישט זיין קענטניס, צוטריט צו אינפארמאציע, סטיל, פרייז, אויפריכטיקייט, פראפעסינעליזם, כ'ווייס נישט וואס נאך. ער דארף זיין פולקאם גרייט מיט א פולע קלארע בילד פון וואס דו זוכסט און ער דארף שוין האבן די סעלושען גרייט.
דו האסט אמאל געהערט אזוינס? קענסט מיר זאגן אין וועלכע נאך סוקסעס'פולע אינדוסטרי מ'ארבעט אזוי? (אפשר לערנען פריוואט מיט בחורים...)
און מ'וואונדערט זיך וויאזוי אזא וויכטיגע טייל פון אונזער לעבנסשטייגער וואס יעדער איינער פון אונז דארף צוקומען דערצו אפאר מאל אין לעבן איז אזוי פארוויקלט און פארדרייט.
ועוד נוסף, טאקע ווייל דאס גייט נישט צו פראפעסיאנאל. טאקע ווייל מיר גייען צו מיט דער מהלך אז מיר ערווארטן אז איינער זאל צוקומען צו מיר מיך אנטראגן עפעס וואס פאסט, מילא ווען א משפחה מיטגלידער וועט צוקומען צו מיר מיט א גוטע הצעה וואס שטימט מיט מיר און מיין קינד, וועל איך מיך צוכאפן דערצו מיט א הייסע ווארע. ווער נאך ווי מיין ברודער אדער נאנטער חבר וואס קען מיך גוט? ער פארשטייט צו מיר און מיין עבר. איך בין זיכער ער נארט מיך נישט אריין.
איי? וואלסטו גענומען פון דיין שוואגער א מארגעדטש? אינשורענס? א.ד.ג. אן דעם וואס ער האט לייסענס אדער עכ"פ ער איז אויפגעסעט מיט אלעס וואס נויטיגט צו שטייגן אין דעם תחום?
אין כאן לא ביזנעס ולא תחום, לא פראפעסיאנאל ולא אפיס, לא מוכר ולוקח, לא פראפייל ולא ביללינג, גארנישט מיט גארנישט.
ווען מ'קען דאס דורכברעכן אז שדכנים איז א ביזנעס, אפאר פראפעסינאלע שדכנים זאל ברעכן דעם סטאטוס-קווא און אנהייבן צושטעלן זייערע סערוויסעס אזוי ווי מ'פירט א ביזנעס. פון איין זייט צושטעלן א "וועליו" וואס ס'איז נאכנישט פארהאן (טראכט ארויס פון שאכטל) און פון די צווייטע זייט אראפלייגן קלארע תנאים און אנווייזונגען וויאזוי די טראנזאקציע גייט צוגיין, אזוי אז ווער ס'וויל עכט אריינגיין אין די ליין זאל נישט קענען איינמאל אדער צוויי מאל א יאר אויספירן א שידוך. מ'וועט אים אנקוקן ווי איינער וואס פאר א סייד-דזאב פעינט ער הייזער אבער נאר צוויי-דריי מאל א יאר. ביזט צעקוקט? דו פעינטס אדער נישט?
דו ביזאט א שדכן? ביזט אויפגעסעט? למשל ווען מ'דארף ווען לייסענס דו האסט? האסט א TAX ID? אז נישט וואק אוועק.
יא יעדער וועט האבן רעכט אריינצוגיין אין שדכנות אזוי ווי יעדער האט רעכט אריינצוגיין אין סיי וואס, אבער גיי אריין דערין מיט אלע פיר.
אקעי, כ'האב שוין נישט קיין נערווען צו טייפן.