דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
איינע פון די ווערטער, וואס זענען אפירגעזיכט געווארן אינעם פארגעלטן טאגבוך און אריין אינעם יארע 2020 טאג-טעגליכן לעקסיקאן, איז העכסט ווארשיינליך דער אויסדרוק "קאנספיראציע טעאריע". -- וואָר, דער ווארט איז שוין געווען אויף דער שרייבערישער ארענע, שוין נישט פון היינט -- מען רעדט אבער פון א שטייגערליכער טערמין, אין אלגעמיינער באנוץ.
אבער פארט איז דער ווארט ארויס פון אלע פארפארציעס, און האט ווייט אריבערגעשפרייזט איר בוכשטעבליכן טערמין. אנשטאט א באדייטענדע אויסדרוק, איז דאס פארוואנדלט געווארן אין א גאנגבארער שפריך-ווארט אן אלטערנאטיוו פאר "דמיון".
איידער כ'על צוקומען צום ווארט, לאמיר קודם כאפן א בליק אינעם ווערטער-בוך, און טאקע אפלערנען דעם ארגינעלען באדייט. וואס איז א זעלבסט-פארשטענדליך א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער. און לאמיר טאקע גיין איינס אויף אמאל.
[align=center][/align]----[align=center][/align]
א שנעלע סוירטש אויף דעם ווארט "קאנספיראציע", ברענגט ארויף די פאלגנדע רעזולטאט: "אַ סוד פּלאַן פון אַ גרופּע צו טאָן עפּעס אומלעגאַל אָדער שעדליך"...
אין אנדערע ווערטער, סיי וועלכער שריט ווי עמיצער קאנספרירט מיטן אנדערן אויסצופירן אן אומלעגאלער אקט, איז דאס א קאנספיראציע.
א שטייגער לאמיר זאגן; אז @טשאלענט מיט @בעל עגלה (פיקטיוו), זאלן קאנספירירן אין אישי, צו שטופן עפעס אן אגענדע אדער גאר א נייער פראדוקט, פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין, (אויב עס איז גרין שטייט'צעך), דאס איז א קאנספיראציע. אדער א ביישפיל; אז צוויי קינדערלעך אין חדר הייבן אויף צוזאמען די הענט צו גיין אין טוילעט, און מאכן א לעבן אינדרויסן אנשטאט אויסהערן די רש"י...
אבער דאס מיינט בכלל נישט קיין דמיונות, יעדע מינוט קומט פאר אויפן כדור אלע סארט קאנספעראציעס, ווי די קאנספעראטארן קאנספירירן צו סאבאטאזשירן און אינפילטרירן וואס אימער מעגליך, אנגעהויבן פון אמעריקא, און געענדיגט אין ניגעריע...

און וואס איז א "טעאריע"?: "א מעגליכע השערה צו ערקלערן אן אבזערוואציע".
אין אנדערע ווערטער; יעדער מציאות וואס שפילט זיך אפ אויף דער וועלט, זאל דאס זיין וויסנשאפטליך, סייענטיפיש, צו סתם א פאסירונג לאקאל צו גלאבאל. איז דא דערויף אן ערקלערונג --- אייגענטליך עטליכע ערקלערונגען, די שאלה איז נאר וועלכעס איז דאס ריכטיגע --- יעדער טעאריקער וועט אויפקומען מיט זיינע הסברים, לאגישע צו טעארעטישע, צו אויפווייזן אז זיינס איז טאקע דאס ריכטיגע.
אבער ווען מען רופט אן עפעס א זאך "א טעאריע" מיינט בכלל נישט אז דאס נעמט אוועק פון די ריכטיגקייט פון די זאך, אדרבה, פילצאליגע אנגענומענע מיינונגען זענען שוין היינט אנידערגעגאנגען, און זענען ערזעצט געווארן מיט – דענטסמאליגע - אפגעפרעגטע טעאריעס. צ. ב. אלעמאל וואלט יעדער געשריגן חי וקים אז די וואלקן קומט אראפ פון הימל שעפט ארויס וואסער פון ים און לאזט דאס אראפ אלס רעגן, היינט ווייסט יעדער אז די זוהן וועפערייזירט די ים וואסער, און דאס גייט אויף אין פארעם פון א וואלקן ביז עס ווערט גענוג געדעכט און לאזט זיך אראפ אלס רעגן. -- אבער עס איז בכלל נישט אויסצושליסן אז מיט א צייט ארום וועט דאס זיין אן אפגעפרעגטע מיינונג, און אן אלטענאטיווע טעאריע וועט איבערנעמען די וויסנשאפטליכע וועלט.
אקיצור, א טעאריע איז ווי מען רופט ביינ'ונז א "שיטה", פארשטייט זיך אז וועלכע שיטה לייגט זיך אויפן שכל פארן אלגעמיינעם ציבור, וועט זיין די אלגעמיינע שיטה, און וועלכע עס לייגט זיך מער איבערן שכל וועלן די אויבער חכמים אננעמען. און ווי מער זאכן קלארן זיך אויס וועט איין שיטה ווערן מער איבערגעצייגט און די אנדערע וועלן אוועקפאלן.

יעצט לאמיר זיי צונויפשטעלן אינאיינעם "קאנספיראציע טעאריע", אה, זייער פארשטענדליך א טעאריע א שיטה וואס האלט אז איינער האט קאנספירירט עפעס אפצוטאן...
[align=center][/align]-[align=center][/align]
אין דעם שווארצן עלעפטן אין דעצעמבער 2001, ווען פינעף עראפלאנען האבן אראפגעזעצט אמעריקא'ס העכסטן פרעסטיזש, איז אין די סענסיטיווע אינטעליגענט ביוראען פון דער אמעריקאנער רעגירונג אויפן פלאץ ארויפגעשווימען אויפן טיש עטליכע טעאריעס.
# עס קען זיין אז דאס איז געווען א בלויזער עקסידענט, וואס נאכן זען דאס גאנצער בילד איז דאס היבש א ווייטע השערה,
#און עס קען זיין אז דאס איז געווען א קאנספיראציע!!
איין מינוט?! א קאנספיראציע טעאריע אין די אמערקאנער העכסט פארגעשריטענע אפיסעס??...
יא! ווייל נאר אזוי קען אמעריקע פונקציאנירן, די שפינאזש דארפן כסדר אויפקומען מיט אלע סארט קאנספיראציע טעאריעס וואס קען יא אדער נישט זיין, און דערנאך דעשיפרירן וואס איז די ווארהייט... -- די איינציגסטע זאך געבליבן איז צו דערגיין ווער האט קאנספירירט, דא איז אויך פארהאן עטליכע מעגליכע טעאריעס. -- און וועלכעס עס ווערט באשטעטיגט וועט גראד אריינפירן אין א קריג....
[align=center][/align]-----[align=center][/align]
תמצית היוצא:
"קאנספיראציע טעאריע" האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין דמיון.
עס איז אן געווענליכע ערקלערונג אויף א פאסירונג וואס האט פאסירט.
נא, אויב אזוי??
וואס איז טאקע די שייכות צווישן קאנספיראציע מיט דמיון? ווי האבן זיי זיך צאגעטראפן?
הא, שוין איינמאל א שייכות!
דא קומט אריין דער "כאראקטער".
דער "ק-א-נ-ס-פ-י-ר-א-צ-י-ע ט-ע-א-ר-י-ק-ע-ר !!!!
ער איז דער גאנצער אנשיקעניש דא!...
נו? וואס איז ער טאקע? וואספארא מין מאדנער טיפ איז ער?
[align=center][/align]---[align=center][/align]
א חשובער מיטל-יעריגער מיט א גרייז-גרייער בארד, וואס האט נארוואס זיך ארויסגעכאפט פון צווישן דעם אייזערנעם פארהאנג און עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן.
"אה!, שלום עליכם א איד פון רוסלאנד!"
"... בררזזש.. עליכם שלום" בורזשעט זיך אונטער און פוצט אפ צו די אנדערע זייט גאס... "!???!"
שוין פארבייגעלאפן עטליכע וואכן אבער די מאדנע קאפריזן פון דעם רוסישן איד וואקסן און בליען. דרייט זיך ארום מיט די פארקנייטשטע געזיכט און אנגעצויגענע שטערן. טוישט נישט אויס מיט קיינעם קיין ווארט. ווען דו פרובירסט אים נאר צו געבן א שמייכל קוקט דיר אן מיט אזא גרימאסע ווי דו וואלסט ארויסגעצויגן א רעוואלווער קעגן אים!...
דער מכניס אורח ר' בערל זעהט עס נישט קיין תכלית אזוי, נעמט אים אין א פארמאכטע ציממער און הייבט אן פארפירן א שמועס מיט אים. דער איד קוקט רעכטס און לינקס און שטילערהייט מורלמט אים אריין, "די חברה האלטן אן אויג אויף אונז, גיב דיך אכטונג"...
נאך לענגערע דיסקאסיעס אן קיין ענד-ציל, באשליסט און נעמט דעם רוסישן איד צום פסכיאטאר, מיט זיינע גאלדענע ברילן אויפן שפיץ נאניע, אנאלאזירט און שפעקולירט, און קומט צום החלטה:
"קאנספיראציע טעאריזם"...!

און דער פראפעסער הייבט אן זיין פראפעסיניאלן דיאגנאז, "קאנספריאציע טעאריזם", איז א געוויסע נפשיות'דיגע סינדראם, וואס קען זיך אנטווינקלען אין די קעמערליך פונעם מוח, אלס רעזולטאט פון פארשידענע נפשיות'דיגע דורכגענג ואס דער מוח האט נישט געקענט דערהייבן, א שטייגער ווי: סטרעס, און לעבן אונטער עקסטרעמע אומשטענדן, צוקלאפטקייט און אוממוטיגקייט.
די סימפטאמען: צום אלעם ערשט גאר עקסטרעמע אטאקעס פון ענקזייעטי, שלאפלאזיגקייט, אפשטויס פון די ארומיגע, סתם נערוועזקייט און אנגעצויגנקייט. און הויכע מאס בלוט פרעשור.
אזוי אויך ברענגט "קאנספיראצע טעאריזם" גאר הויכע שטאפלען פון אנדרילין זאלן שטראמען אריין אין מוח, וואס ברענגט אז ער מענטש קען נישט שטיין אויף איין פלאץ גראד, ער שפירט שטענדיג אקטייו און גרייט פאר א געפאר.
נאך א פארשפרייטע סימפטעם, איז דער מוח קען נישט לויפן צו א צווייטע נושא, ער בלייבט שטעקן ערגעצוואו, צ. ב. ביים טיש מיט די משפחה ווי יעדער פארברענגט שיין, און האט הנאה פון שמועס, וועט דער קאנספיראציע טעאריקער זיצן פארקלאצט און נישט מיטהאלטן דעם שמועס.

קאנספיראציע טעאריזם, וועט אריינפירן דעם מענטש אין די וואלקענעס, ער וועט זען חזיונות וואס קיינער אין די וועלט זעט נישט. יעדער פאסירונג וואס וועט אים אנטרעפן וועט זיך ציען אין זיין מוח לאנגע שטריכן פון רעיונות מיט הסברים, צו פארבינדן מיטן מקור פונעם פראבלעם, וואס קען זיין גאר א נארישע און זינלאזע הסבר, נישט געבויעט אויף לאגיק און שכל גארנישט, פארט וועט שוין זיין מוח זען פאר די אויגן אלס פאקט, און וועט ווייטער שפינען נאך וויטעדיגע בנינים פון דעם.
דער קאנספיראציע טעאריקער וועט אלעמאל אויסוועלן דער טעאריע וואס איז די מערסטע קאנטעווערסיאל, אפי' ווען די אלגעמיינע טעאריע איז פשוט און לאגיש און לייגט זיך פיל מער אויפן שכל, וועט דער דאס אלץ פארבינדן צו סיי וועלכע קאנספיראציע נאר מעגליך.
און דאס איז וואס ברענגט די אלע סימפטאמען, וויל דער קאנספיראציע טעאריקער שפירט יזך שטענדיג אויפן שליכט, א פשוטער רוטין וועט זיין אין זיינע אויגן אן איבערלעבעניש, און כ"ש וק"ו א טראגישער אינצידענט, וועט שוין זיין סענסעטיווער מוח אויפגעכאפן אלס וועלט מלחמה.
-[align=center][/align]---[align=center][/align]
א נאטער קרוב צום "קאנספריאציע טעאריקער", איז דער "סקעפטיקער", אבער זייער חילוק איז גאר פונאנדער-געשידט.
דער סקעפטיקער קוקט אן די זאך פונדרויסן, ער וועט טאקע חושש זיין און אנקוקן מיט "חשד" יעדע זאך, ווער ווייסט וואס טוט זיך דא פארהוילן, און וועט וועלן דערגיין צו איז דאס טאקע אזוי אומשולדיג ווי עס זעט אויס, פארט וועט ער אבער קענען באשטעטיגן א זאך אלס לעגיטום און וועט נישט סתם ארויפשפרינגען אויף ווילדע השערות, אזוי אויך וועט ער קענען מאכן א באשלוס וועלכע טעאריע וועגט איבער און איז מער מתקבל על הלב.
משא"כ דער "קאנספיראציע טעאריקער" ער לעבט ווי אין א "באבל", ער וועט תיכף באשטעטיגן יעדער השערה אלס פאקט, זיין מוח וועט אויפכאפן געוויסע זאכן אלס באשטעטיגטע באווייזן וואס קען נישט אפגעפרעגט ווערן - אין דער צייט וואס דאס איז א בלויזער טעות. אזוי אויך וועלן עפ"י רוב אלע טעאריעס זיין פארבינדן צו איין גרויסער קאנספיראציע וואס שטייט אונטער אלעם.
נאך א גרויסער חילוק איז דער אופן ווי מען נעמט אויף אן אנדער שטעלונג, דער סקעפטיקער קוקט אן יעדע זאך מיט חשדנות, אבער וועט איינער ווייזט אים אויף פארקערט וועט ער עגריען מיט יענעם. וואודעראום דער קאנספיראציע טעאריקער וועט זען זיינע השערות אלס פאקטן, און וועט בשו"א נישט קענען אויפנעמען אן אנדער מיינונג.

אויף דעם רוסישן איד איז זעלבסט פארשטענדליך, וואס האט אים צוגעברענגט צו זיין שווערע מצב, אבער אויף די צענדליגער טויזענטער אנדערע וואס מוטשען זיך ליידער מיט דעם סינדראם ברויך מען באזונדער אנעליזירן וואס האט אים געברענגט צו דעם.
אין רוב פעלער איז דאס צובראכענע מרי נפש, וואס זענען שוין דורך א סאך אין זייער לעבן. אדער קען זיין אין א פארעם פון אן אטאקע, א רעזולטאט פון דערשטיקטע געפילן. און אין מערסטנס פעלער איז דאס אויך פארבינדן מיט לאנגווייליגקייט און איבריג צייט.
אזוי אויך אין אסאך פעלער איז דאס פשוט געבויעט שיכט אויף שיכט פון איינגעגעסענע שנאה און האס, אויף סייי וועלכע עטנישע גרופע צו ראסע, צו גאר צו די עליטע שיכט פון די באפעלקערונג.
עס קען אויך זיין פארבינדן מיט א געוויסע געשעעניש ווי דער מענטש איז באקריוודעט געווארן, אויף אן אופן וואס ער איז געווארן טראמאטעזירט, דאס ברענגט זיין מוח ארויסצוגיין פון די גלייזן.
[align=center]-[/align]--[align=center][/align]
קאנספיראצע טעאריזם קען זיין אויף א מילדער אופן, וואס וועט נישט צופיל שטערן דעם מענטש פון אנגיין אינעם טאג טעגליכן סדר היום, אבער מערסטנס פאל וועט דאס יא זיין ממש מאכן דעם קרבן, פאר "אויס מענטש", ווי שוין געשילדערט אויבן.
אבער די מערסט באזארגנדער טייל דערפון איז ווען דאס ווערט גענומען אויף "נעקסט לעוועל", ד. ה. די אנדרילין אינעם קערפער וועט נעמען צוואונגען דעם מענטש, צו אויספירן פיזישע אנגריפן, מיטן אויסרייד אז ער טוט זיך גאר פארטיידיגן צוזאמען מיט די גאנצע מענטשהייט און וועלטס באפעלקערונג.
דאן איז די זאך גאר מסוכן, ווייל סיי וועלכער פרואוו צו אפהאלטן די אטאקעס וועט דער מוח אויסטייטשן אלס טייל פונעם קאנספיראציע, און וועט נאר ערגער מאכן דעם מצב. דאס קען ברענגען דעם קאנספיראציע טעאריקער צו שפירן ממש אין א מצב פון קאטאסטראפאלער געפאר או ןטון ממש אויסערארדנטליכע שריט.
נאך מער שרעקעדיג איז אז אין אזעלכע פעלער ווערט די קאנספיראציע טעאריזם אנשטעקיג, און דער טעאריקער וועט אריינשלעפן אין זיין באבל זיינע ארומיגע אדער פערזאנען אינעם זעלבן מצב ווי ער, וואס זענען בעצם אויך קרבנות פון זעלבן אנגרייפער, אדער זענען אנגעפיקעוועט מיט די הויכע שטאפלען פון העצע.

די שטערקסטע ביישפיל פון גאר אן עקסטרעמע פאל פון "קאנספיראציע טעאריזם", איז דער רשע מרושע דער ארכי מערדער און צורר היהודים ימש"ו, וואס האט אנגעפעקיוועט גאנץ ביכל "מיין קאמפף" מיט אלע סארט טאריעס איבער האר אויפשטלנדע קאנספיראציעס, וואס ווערט אדרכגעפירט דורך די פאנטאזירטע אידישע ארגענעזאציע, און האט אויסגענוצט די אלגעמיינע העצערישע שטימונג וואס האט געהערשט אין לאנד דורך די קנאה שינאה, בין ישראל לעמים, אריינצוברענגען זיינע דמיונות אין די מוחות פון די בירגער, און די פועל יוצא דערפו איז געווען א וועלט מלחמה מיט זעקס מיליאן קדושים הי"ד.
אפי' ביי א געווענליכע פאל פון קאנספיראציע טעאריזם , וועט זיך דאס אנהייבן אויף א מעסיגן אופן, אבער ווי נאר עס הייבט אן ארייננעמען א גרעסערע גרופע פו ןמענטדן, ברענגט דאס אז די באבל ווי זיי געפונען זיך , זאל זיך אנהייבן אויפצוקאכן און די רעטאריק ווערט נאר שאפער און הייסער און קען אויסשיסן ווי פאס פולווער, אין גאר ראדיקאלע קאנסיקווענצן.

אין ווי אויסגעשמועס פריער מוז דאס נישט זיין געבויעט גענצליך אויף דמיונות, יעדער טעאריע האט געוויסע אנדייטונגען וואס טוען אים אונטערשטיצן, דער קאנספיראציע טעאריקער, וועט נאר זען 'יעדע זאך' אלס קאנספיראציע, אבער 'קאנספיראציעס' געשעען פאקטיש.

ברוך אשר בחר בנו מכל העמים. אין די גוישע וועלט מוטשעט מען זיך שוין יארן לאנג מיט אזעלכע סארט פראבלעמען, ווי יעדער חולי נפש מיט זיינע דמיונות, שטעלט אין געפאר אין די גאנצע וועלט.
אבער אין די לעצטערע יארן איז דא דערין א באדייטענדע אויפשטייג זינט די איינפלוס פון טעכנעלאגישע קאמוניקאציעס, וועט ברענגט צו אנשטעקן איינער דעם צווייטן מיט אלע סארט העצערישע רעטאריק, האסע און אגרעסיע, און וועט ארויסנעמען יענעם פון די גלייזן, אזש ביז יענער וועט ווערן אנגעשטעקט מיטן שעדליכן "קאנספיראציע טאעריזם".
און אויך די נאכפאלגנדע רעזולטאטן וועט פליען פון זיך אליין מיט פיל א שנעלערערן גאלאפ, סיי דורכן זיין פארבינדן און ארויסהעלפן איינעם דעם צווייטן שטופן פאראויס די פאנטאזיעס, און זיי ווייל די באווייזן און נייגונגען צו די טעאריעס זענען פיל מער צו די האנט און ווערט אויפגעויזן 'קליפ' און קלאר, דורך פרעזענטאציעס וואס גייט שנעלער אריין אין קאפ.
אויכעט מיטן ציל צו ראטעווען די וועלט פון אירע פארפאלגער וועט דער "קאנספיראציע טעאריקער" זיך ערלויבן אפי' צו פעלטשעווען באווייזן און פאבריצירן דאקומענטן, ווייל דער עיקר איז די 'מטרה' נישט די 'מיטלען'.
דערצו נאך וואס דער (ער איז נאכאלץ) אונזער פרעזידענט יר"ה, האט צוגעגאסן אויל צום פייער מיטן הייבן פארשידענע קאנטערווערסיעס וואס האט געברענגט אז די טעאריקער זאלן זיך הייבן דאס קאפ. [דאס איז א באזונדערע שמועס וויאזוי די קאנספיראציע טעאריקער כאפן זיך ארויף אויף יעדן וואס איז מודה אויף איין קליינגיקייט פון זייער באלאן, און נעמען אן אז אלא מאי זענען זיי פולקאם גערעכט מיט אלע זייערע פאנטאזיעס, ואין כאן מקומו].
-[align=center][/align]----[align=center][/align]
גיימיר שוין מער צום סוף ציהר....
"נו ר' וועלוועל, ווי אזוי איז מען מסיים??"
וואס הייסט ווי אזוי?
"וואס איז אייער מעסעזש פאר כלל ישראל?!?"..
--- איך ווייס נישט ווער כלל ישראל איז, אבער א מעסעזש האב איך שוין איינמאל. ----

אין זוה"ק ווערט געברענגט אז בעקבתא משיחא וועט שיין די שליטה פון ערב רב.
אין חמדה גנוזה ווערט געברענגט פון הייליגן צאנזער רב דעם ערקלערונג. "ערב רב" טייטשט "א גרויסער צעמישעניש".
ווי גייט זיין די גרויסער צעמישעניש?!, אין דער מוח פון יעדער איד!!! אין מוח וועט זיין א גרויסער צעמישעניש. איין יודישע מחשבה, און דערנאך איין גוי'עשע מחשבה. און אזוי ווייטער, א צעמישעניש פון אלע סארטן מחשבות.
אויב אמאל איז געווען "קאנספיראציע טעאריזם" א זעלטענע ערשיינונג אין כלל ישראל, איז דאס אין די היינטיגע צייטן מיט די איבערשוועלונג פון "סאציאלע מידיע" ביי א האלבן כלל ישראל, און די "סאציאלע האטליינס" ביים צווייטן האלב, שוין אינגאנצן אריינגעקומען, און די תוצאות זעען פון אלע זייטן.
ניין, איך נעם נישט דא קיין מיינונג אויף די קאנטעווערסיאלע נושאים, נישט אין געזונט, נישט אין פאליטיק און נישט אין אידישקייט.
אבער פארט!, עס איז דא א קלעבעדיגע פליסיגקייט צווישן די צוויי אויערען פאר א סיבה!!
נישט עס זאל פארראסטעוועט... נוץ דיין מוח פאר די טראכסט!
און דער עיקר, גיי נישט ארויס פון די גלייזן!!
[קיינער גייט דיך נישט הארגענען!
קיינער גייט דיך נישט שמד'ן!
קיינער גייט דיך נישט אונטערברענגען!
און אויב דו ביזט דוקא איבערגעצייגט אז יא...
וויל איך דיר מודיע זיין אז מען קען היינט העלפן ב"ה אויף פארשידענע אופנים.
און איך בעט דיר האב רחמנות אויף דיינע ארומיגע... רעאיניר נישט דיין לעבן!!!
ווענד זיך זאפארט צו הילף !!!...
טאקע דיך מיין איך.

לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום מאנטאג יוני 07, 2021 12:54 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
לבלר, גאר גאר שטארקע רייד!!
הלואי זאלעס געהערט ווערן.
האמיר געברויכט ווארטן ביז דיין 200סטע תגובה אזאנס זאל געזאגט ווערן? מזל טוב!

לעצט פארראכטן דורך Kollel אום מאנטאג יוני 07, 2021 12:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
Kollel האט געשריבן:לבלר, גאר גאר שטארקע רייד!!
הלואי זאלעס געהערט ווערן.
האמיר געברויכט ווארטן ביז דיין 200סטע תגובה אזאנס זאל געזאבט ווערן? מזל טוב!
ייש"כ דו ווייסט נישט ווי לאנג עס ליגט שוין אין דרעפט, (און אין הארץ), די 200 איז געווען דער שטיפ.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
קומסט אריין זייער שטארק
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4021
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
א געשארפטן לבלר באגאסן מיט געשמאקע טינט וואס גיסט זיך איבער צו אלע ארימיגע
שכח.. הערליכע שריפט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 506
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
גאר שטארק ר' לבלר!
די איינציגסטע פראבלעם איז אזדו האסט דאס געשריבן בלויז אויף אייוועלט און אויך נאר יעצט.
אין די אלגעמיינע גאס היינט צוטאגס, איז קאנספיראציע טעאריע טייטש א זאך וואס שטימט נישט מיט מיין אגענדע.

- שר האלפיים
- תגובות: 2168
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
זייער שיין, א דאנק!
- no way
- שר חמש מאות
- תגובות: 874
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
- לאקאציע: בית המדרש הגדול
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
א פיין שמועס האט געשריבן:גאר שטארק ר' לבלר!
די איינציגסטע פראבלעם איז אזדו האסט דאס געשריבן בלויז אויף אייוועלט און אויך נאר יעצט.
אין די אלגעמיינע גאס היינט צוטאגס, איז קאנספיראציע טעאריע טייטש א זאך וואס שטימט נישט מיט מיין אגענדע.
נישט מסכים!
SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
זייער שיין!
א רייכע פעדער
א רייכע פעדער
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
לבלר האט געשריבן:נוץ דיין מוח פאר די טראכסט!
יעצט באמערקט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
שיין שיין!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
להוי ידועה, היטלער ימש"ו און סטאלין ימש"ו האבן מיט זייערע טעאריעס אויסגעהארגעט מיליאנען מיליאנען מענטשן
צו זאגן מיט א קלארקייט אז מענטשן מיט קרומע/סכנה'דיגע שיטות עקזיסטירן נישט איז ליגנט
צו זאגן אז די דאזיגע מענטשן (וואטעווער) וועלן קיינמאל גארנישט קענען טון איז ווייטער א ליגנט
היסטאריע לערנט אונז די ביטערע פאקט אז דאס מענטשהייט איז ווייט פון פארזיכערט הן ברוחניות און הן בגשמיות
בגשמיות
רוב רובם פון דאס מענטשהייט כהיום געפונען זיך אונטער ברוטאלע דיקטאטורן, די אזוי גערופענע ציווילע וועלט איז בפועל ממש אינטערגעגאנגען אינטער קאמוניזעם און אינטער פאשיזם, וואספארא טבע'דיגע סיבה האט עס געברענגט? וואס פארזיכערט דיך אז סוועט זיך נישט איבערשפילן? גארנישט!!
ברוחניות
95 פראצענט כלל ישראל איז נישט פרום, א מאסיווע טויש פון בלויז 200 יאר צוריק ווען כאטשיג 95 פראצענט כלל ישראל זענען געווען שומרי תורה ומצוות
לדוגמה דייטשלאנד, די לאנד פון די בעלי תוספות איז ממש געגאנגען פון עובדי השם/מקובלים צו מחללי שבת און אוכלי נבילות אין א צירקע 30 יאר..
האט זיך עמיצער אמאל אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל בזמן הגלות פון א סעקולערע רעגירונג אין ארצינו הקדושה? האט זיך עמיצער אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל מיט אינטערנעט? האט עמיצער שוין באוויזן צו אנהאלטן דעם ארגינעלן איד ביינעזאם מיט די היינטיגע לינקע ווינטן? סאיז שרעקעדיג צו טראכטן
צו אפסטעמפלען די טראכטערס אלץ קאנספיראציע טעאריקער קען צימאל ווייזן אויף פלעינע שרעק פון פעיסן די אומפארזיכערטע ריעליטי
----
אוואדע זענען א גרויסע רוב קאנספיראציע טעאריקער געהעריגע חולי נפש, אבער סאיז נישט פשוט די נושא
.

לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מאנטאג יוני 07, 2021 12:38 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
די דאזיגע ארטיקל זאל געוואונען דעם פרייז פון:
דאס בעסטע ארטיקל אויף אייוועלט זינט שנת תש"פ

- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
מסתמא האט געשריבן:להוי ידועה, היטלער ימש"ו און סטאלין ימש"ו האבן מיט זייערע טעאריעס אויסגעהארגעט מיליאנען מיליאנען מענטשן
צו זאגן מיט א קלארקייט אז מענטשן מיט קרומע/סכנה'דיגע שיטות עקזיסטירן נישט איז ליגנט
צו זאגן אז די דאזיגע מענטשן (וואטעווער) וועלן קיינמאל גארנישט קענען טון איז ווייטער א ליגנט
היסטאריע לערנט אונז די ביטערע פאקט אז דאס מענטשהייט איז ווייט פון פארזיכערט הן ברוחניות און הן בגשמיות
בגשמיות
רוב רובם פון דאס מענטשהייט כהיום געפונען זיך אונטער ברוטאלע דיקטאטורן, די אזוי גערופענע ציווילע וועלט איז בפועל ממש אינטערגעגאנגען אינטער קאמוניזעם און אינטער פאשיזם, וואס האט עס געברענגט? וואס פארזיכערט דיך אז סוועט זיך נישט איבערשפילן? גארנישט!!
ברוחניות
95 פראצענט כלל ישראל איז נישט פרום, א מאסיווע טויש פון בלויז 200 יאר צוריק ווען כאטשיג 95 פראצענט כלל ישראל זענען געווען שומרי תורה ומצוות
לדוגמה דייטשלאנד, די לאנד פון די בעלי תוספות איז ממש געגאנגען פון עובדי השם/מקובלים צו מחללי שבת און אוכלי נבילות אין א צירקע 30 יאר..
האט זיך עמיצער אמאל אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל בזמן הגלות פון א סעקולערע רעגירונג אין ארצינו הקדושה? האט זיך עמיצער אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל מיט אינטערנעט? האט עמיצער שוין באוויזן צו אנהאלטן דעם ארגינעלן איד ביינעזאם מיט די היינטיגע לינקע ווינטן? סאיז שרעקעדיג צו טראכטן
צו אפסטעמפלען די טראכטערס אלץ קאנספיראציע טעאריקער קען צימאל ווייזן אויף פלעינע שרעק פון פעיסן די אומפארזיכערטע ריעליטי
----
אוואדע זענען א גרויסע רוב קאנספיראציע טעאריקער געהעריגע חולי נפש, אבער סאיז נישט פשוט די נושא
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9902
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
מסתמא האט געשריבן:להוי ידועה, היטלער ימש"ו און סטאלין ימש"ו האבן מיט זייערע טעאריעס אויסגעהארגעט מיליאנען מיליאנען מענטשן
צו זאגן מיט א קלארקייט אז מענטשן מיט קרומע/סכנה'דיגע שיטות עקזיסטירן נישט איז ליגנט
צו זאגן אז די דאזיגע מענטשן (וואטעווער) וועלן קיינמאל גארנישט קענען טון איז ווייטער א ליגנט
היסטאריע לערנט אונז די ביטערע פאקט אז דאס מענטשהייט איז ווייט פון פארזיכערט הן ברוחניות און הן בגשמיות
בגשמיות
רוב רובם פון דאס מענטשהייט כהיום געפונען זיך אונטער ברוטאלע דיקטאטורן, די אזוי גערופענע ציווילע וועלט איז בפועל ממש אינטערגעגאנגען אינטער קאמוניזעם און אינטער פאשיזם, וואספארא טבע'דיגע סיבה האט עס געברענגט? וואס פארזיכערט דיך אז סוועט זיך נישט איבערשפילן? גארנישט!!
ברוחניות
95 פראצענט כלל ישראל איז נישט פרום, א מאסיווע טויש פון בלויז 200 יאר צוריק ווען כאטשיג 95 פראצענט כלל ישראל זענען געווען שומרי תורה ומצוות
לדוגמה דייטשלאנד, די לאנד פון די בעלי תוספות איז ממש געגאנגען פון עובדי השם/מקובלים צו מחללי שבת און אוכלי נבילות אין א צירקע 30 יאר..
האט זיך עמיצער אמאל אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל בזמן הגלות פון א סעקולערע רעגירונג אין ארצינו הקדושה? האט זיך עמיצער אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל מיט אינטערנעט? האט עמיצער שוין באוויזן צו אנהאלטן דעם ארגינעלן איד ביינעזאם מיט די היינטיגע לינקע ווינטן? סאיז שרעקעדיג צו טראכטן
צו אפסטעמפלען די טראכטערס אלץ קאנספיראציע טעאריקער קען צימאל ווייזן אויף פלעינע שרעק פון פעיסן די אומפארזיכערטע ריעליטי
----
אוואדע זענען א גרויסע רוב קאנספיראציע טעאריקער געהעריגע חולי נפש, אבער סאיז נישט פשוט די נושא
.
דיינע שרעקעדיגע נומערן זענען ריכטיגע און קראנטע? אדער א ווילדע טעאריע?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9902
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
זייער זייער גוט געשריבן!!! מעכטיג!!!
דארף ווערן מפורסם אביסל ארויס פון אונזער וועלטל אויך (בפרט די לעצטע פאר שורות. אזוי גוט און צום פונקט!)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
מסתמא האסט זיך פארמישט צווישן ריאליזם, פעסעמיזם, סקעפטיסיזם און קאנספיראציע טעאריזם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
הענדימען האט געשריבן:מסתמא האסט זיך פארמישט צווישן ריאליזם, פעסעמיזם, סקעפטיסיזם און קאנספיראציע טעאריזם
קאנספיראציע טעאריזם איז א געמיש פון די אלע
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
א פיין שמועס האט געשריבן:גאר שטארק ר' לבלר!
די איינציגסטע פראבלעם איז אזדו האסט דאס געשריבן בלויז אויף אייוועלט
אדרבה ווי העבעך געדארפט שרייבן, אין גינת ורדים?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
מסתמא האט געשריבן:להוי ידועה, היטלער ימש"ו און סטאלין ימש"ו האבן מיט זייערע טעאריעס אויסגעהארגעט מיליאנען מיליאנען מענטשן
צו זאגן מיט א קלארקייט אז מענטשן מיט קרומע/סכנה'דיגע שיטות עקזיסטירן נישט איז ליגנט
צו זאגן אז די דאזיגע מענטשן (וואטעווער) וועלן קיינמאל גארנישט קענען טון איז ווייטער א ליגנט
היסטאריע לערנט אונז די ביטערע פאקט אז דאס מענטשהייט איז ווייט פון פארזיכערט הן ברוחניות און הן בגשמיות
בגשמיות
רוב רובם פון דאס מענטשהייט כהיום געפונען זיך אונטער ברוטאלע דיקטאטורן, די אזוי גערופענע ציווילע וועלט איז בפועל ממש אינטערגעגאנגען אינטער קאמוניזעם און אינטער פאשיזם, וואספארא טבע'דיגע סיבה האט עס געברענגט? וואס פארזיכערט דיך אז סוועט זיך נישט איבערשפילן? גארנישט!!
ברוחניות
95 פראצענט כלל ישראל איז נישט פרום, א מאסיווע טויש פון בלויז 200 יאר צוריק ווען כאטשיג 95 פראצענט כלל ישראל זענען געווען שומרי תורה ומצוות
לדוגמה דייטשלאנד, די לאנד פון די בעלי תוספות איז ממש געגאנגען פון עובדי השם/מקובלים צו מחללי שבת און אוכלי נבילות אין א צירקע 30 יאר..
האט זיך עמיצער אמאל אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל בזמן הגלות פון א סעקולערע רעגירונג אין ארצינו הקדושה? האט זיך עמיצער אויסגעמשלט א מציאות פון כלל ישראל מיט אינטערנעט? האט עמיצער שוין באוויזן צו אנהאלטן דעם ארגינעלן איד ביינעזאם מיט די היינטיגע לינקע ווינטן? סאיז שרעקעדיג צו טראכטן
צו אפסטעמפלען די טראכטערס אלץ קאנספיראציע טעאריקער קען צימאל ווייזן אויף פלעינע שרעק פון פעיסן די אומפארזיכערטע ריעליטי
----
אוואדע זענען א גרויסע רוב קאנספיראציע טעאריקער געהעריגע חולי נפש, אבער סאיז נישט פשוט די נושא
.
לאמיר נאכאיינמאל איבערזאגן מיין פוינט, א מעלער איז נישט אינער וועס קען מאלן נאר איינער וואס מאלט.
איך האב עס קלאר באטאנט, קאנספיראציע איז א זאך וואס פאסירט און וועט פאסירן ווילאנג די וועלט שטייט.
א קאנספיראציע טעאריקער איז איינער וואס יעדע זאך אין די וועלט וואס ער הערט און זעט, וועט זיין קאפ גראד פארבינדן צו קאנספיראציע.
אזא מענטש קען נישט שלאפן, און קען נישט אנגיין, און אויב איז נישט פארבינדן צו חולי נפש, קען עס ווערן...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
לבלר האט געשריבן:איך האב עס קלאר באטאנט, קאנספיראציע איז א זאך וואס פאסירט און וועט פאסירן ווילאנג די וועלט שטייט.
א קאנספיראציע טעאריקער איז איינער וואס יעדע זאך אין די וועלט וואס ער הערט און זעט, וועט זיין קאפ גראד פארבינדן צו קאנספיראציע.
איך בין גראדע נייגעריג, וויפיל פראצענט אין כלל ישראל זענען אזוי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
פעיק ניוז האט געשריבן:לבלר האט געשריבן:איך האב עס קלאר באטאנט, קאנספיראציע איז א זאך וואס פאסירט און וועט פאסירן ווילאנג די וועלט שטייט.
א קאנספיראציע טעאריקער איז איינער וואס יעדע זאך אין די וועלט וואס ער הערט און זעט, וועט זיין קאפ גראד פארבינדן צו קאנספיראציע.
איך בין גראדע נייגעריג, וויפיל פראצענט אין כלל ישראל זענען אזוי.
עפן אן אנקעטע.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: דיאגנאזע: "קאנספיראציע טעאריזם".
לבלר האט געשריבן:הענדימען האט געשריבן:מסתמא האסט זיך פארמישט צווישן ריאליזם, פעסעמיזם, סקעפטיסיזם און קאנספיראציע טעאריזם
קאנספיראציע טעאריזם איז א געמיש פון די אלע
בליטש פאר זיך איז א שארפע רייניגונג כעמיקאל
אמאוניע אויך
אבער ווען מ'מישט זיי צוזאמען גיבן זיי ארויס גאר שעדליכע גאזן וואס קען אוועקלייגן א מענטש
יעדע פון די מידות אויסגערעכנט פעלט זיך אמאל אויס אבער די קוגל איז א חורבן