גענעטיש מאדיפיצירטע ארגעניזמס - GMO
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
גענעטיש מאדיפיצירטע ארגעניזמס - GMO
וואס איז דאס GMO? אן ארגעניזם מיינט יעדע לעבעדיגע באשעפעניש. צומח, חי, און נאך. יעדע ארגעניזם האט דזשינס, וואס איז ווי די אינסטראקציעס וויאזוי די באשעפעניש זאל וואקסן, און נאך. GMO מיינט אן ארגעניזם וואס אירע דזשינס זענען געווארן מאדיפיצירט דורך מענטשן.
שוין אסאך יארן וואס די וויסנשאפטלער שפילן זיך ארום מיט די דזשענעטיקס פון פארשידענע ארגעניזמס, מיט מער אדער ווייניגער סוקסעס, און דאס איז גורם אסאך ארבעט אין די פעלדער פון בייאלאגיע, רפואה, געזונטהייט, געזעץ, עקאנאמיע, און אוודאי פאליטיק.
---
יעדער ווייסט אז א שלאנג איז א שרעקליכע מענטשן פיינט, צענדליגער טויזנטער מענטשן ווערן יערליך אומגעברענגט דורך שלענג, אבער שלענג זענען נאר די דריט טויטליכסטע בעלי חיים. די צווייט טויטליכסטער בעל חי? דער מענטש. די סאמע טויטליכסטער בעל חי? די מאסקיטאו!
רוב מאסקיטאוס זענען נישט שעדליך, ווענגלייך איך בין אויך נישט אינטערעסירט אין א נישט שעדליכע קראץ... אסאך ארבעט איז שוין געווארן אריינגעלייגט דורך גאווערמענטס און ארגענעזאציעס צו קאנטראלירן די מאסקיטאו פאפולאציע, בעיקר דורך שפריצן פעסטיסיידז.
"אקסיטעק", איז א קאמפעני וואס ארבעט צו מאדיפיצירן אינזעקטן וואס ברענגען קרענק און שאדן צו מענטשן און פלאנצונגען. בערך 20 יאר צוריק, האבן זיי גענעטיש מאדיפיצירט די מאסקיטאו באקאנט אלס די "געלע פיבער מאסקיטאו". די געלע פיבער מאסקיטאו איז פארשפרייט אין די אמעריקאנע דרום שטאטן, און אין אנדערע ווארימע פלעצער ארום די וועלט. די מאסקיטאו פארשפרייט געלע פיבער, זיקא, און נאך מחלות ל"ע.
די מאדיפיצירטע מאסקיטאו גערופן OX513A, איז געווארן מאדיפיצירט אויף אזא וועג אז קינדער געבוירן פון אזא טאטע קענען נישט לעבן לאנג, זיי שטארבן יונג. וויאזוי קענען זיך די OX513A פארמערן? זיי באקומען ספעציעלע עסן אינעם לאבערטאריע אז זיי זאלן יא קענען לעבן אפילו מיט די שוואכקייט.
איינמאל מען האט שוין א גרויסע עולם אויפגעהאדעוועט, איז צייט צו אויספירן דעם פלאן. קודם מאכט מען א סעלעקציע צו אפטיילן די זכרים פון די נקיבות, (בכלל ווערן מענטשן נישט געביסן דורך זכרים מאסקיטאוס, נאר נקיבות דארפן מענטשן בלוט). דערנאך נעמט מען די שיפמענט פון זכרים און מען לאזט זיי ארויס אויף דער פריי אינעם געצילטען פלאץ, די זכרים האבן חתונה מיט די נקיבות פון יענע פלאץ, אבער זייערע קינדער לעבן נעבעך נישט איבער... דאס פארמינערט דראסטיש די מאסקיטאו פאפולאציע אין א קורצע צייט.
די מאדיפיצירטע מאסקיטאוס זענען שוין גענוצט געווארן אין געוויסע פלעצער דורך די יארן, פאר צוויי חדשים צוריק האט מען עס די ערשטע מאל אנגעפאנגען צו נוצן אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך א פארלענגערטע פראצעדור איז עס ענדליך געווארן אפפראווד אין פלארידע.
אבער יעצט נוצט מען שוין נישט די OX513A, ווייל אקסיטעק האט שוין פראדוצירט ווערסיע 2.0, גערופען OX5034. די עיקר מעלה פון די נייע ווערסיע איז אז די זכרים בלייבן יא לעבן. דאס מיינט אז נישט נאר די פארשפרייטע זכרים זענען גורם אז די פאפולאציע זאל ווערן קלענער, נאר אויך זייערע קינדער זכרים וועלן ווייטער טון די ארבעט צו מאכן די פאפולאציע קלענער. דאס פארשפארט אויך די שווערע ארבעט פון אפטיילן זכרים און נקיבות לארווע פארן ארויסלאזן.
זיי ארבעטן יעצט אויך צו מאדיפיצירן די מאסיקטאו באקאנט אלס "אזיאנער טייגער מאסקיטאו", לאמיר בעטן וואס מען האט שוין געטון און וואס מען גייט טון, זאל זיך אלעס אויסארבעטן צום גוטנס.
מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית.

Re: גענעטיש מאדיפיצירטע ארגעניזמס - GMO
זייער אינטערעסאנט!
נישט געוויסט אז אזוי סאך שטארבן פון שלענג.
רואיג! האט געשריבן:...צענדליגער טויזנטער מענטשן ווערן יערליך אומגעברענגט דורך שלענג...
נישט געוויסט אז אזוי סאך שטארבן פון שלענג.
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am
Re: גענעטיש מאדיפיצירטע ארגעניזמס - GMO
זייער קלאר אראפגעבענגט.
אין אנדערע נייעס ווי יעדע זאך זענען דא אזעלכע וואס זענען דערקעגן די טרייעל און ווילן עס נישט אזוי ווי די אנדערע פלעצער ווי עס איז נישט געווארן אפראוועד.
https://www.pbs.org/newshour/show/can-q ... ys-disease

ביטע ממשיך זיין מיט GMO אין עסן, אסאך עסן שטייט NO GMO, וואס זענען די בענעפיטס און טענות דערקעגן?
א דאנק
א דאנק
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18792
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: גענעטיש מאדיפיצירטע ארגעניזמס - GMO
זייער אינטערסאנט
וואס איז די קענגנשאפאט?
אמאל געליינט איבער די פראבלעם פון זיך אריינמישן אינעם טבע, אז ס'קען צומאל אנמאכן שרעקליכע חורבנות
אין פלארידע (אויב דענק איך גוט) האט מען אריינגעברענגט שלענג זאלן זיך שלאגן מיט די קראקעדיילס נאך וואס איז נישט געווען קיין געעריגע שונא פאר זיי, למעשה האט מען שפעטער געזעהן אז די שלענג טוען אן חורבנות און קיינער קען זיי נישט קאנטראלירן. אין זייער ארגינעל פלאץ האבן זיי א שונא אבער דארט האבן זיי נישט קיינער וואס קען זיך שלאגן מיט זיי.
אין אסטראליע האט מען אריינגעברענגט א ספעיציעלן פראש זאלן זיך שלאגן מיט געוויסע אינזיקטן וואס האבן חרוב געמאכט די פעלדער. למעשה האט דאס אנגעברענגט א שרעקליכן חורבן נאך וואס די פרעש קענען נישט (אדער ווילן) זיך נישט אנשטרענגען, און די מין אינזיקט קריכט אויף העכער געוויקסן, אנשטאדט דעם האבן זיי זיך גענומען צו אנדערע אינזיקטן וואס זיי דארף מען יא האבן פאר די פעלדער. למעשה האבן זיי נישט קיין שום שונא ווייל זיי האבן א גיפט אויף זייער פלייצע און חיות וואס עסן זיי וועלן שטארבן. דארט פירן זיי א שרעקליכע מלחמה קעגן די פרעש וואס לעת עתה איז דאס ארויס פון קאנטראל און זיי האבן נישט קיין געעריגע סעלושן איבער זיי. לעצטנס האבן זיי באמערקט אז א געוויסע מייז קען זיי יא עסן און די חברה האבן זיך טאקע גענומען צו זייערע ביינער, אבער יתכן שוין צו שפעט.
על זה נאמר והאלוקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. כאטש וואס אין א וועג דארף דער מענטש מאכן השתדלות, איז אבער נישטא קיינער וואס קען אויסרעכענן וואס די עפעקטס וועלן זיין.
וואס איז אבער די מעשה מיט די מאסקיטאס, און וואו קומט דא אריין פאליטיק?

לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך יוני 09, 2021 1:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: גענעטיש מאדיפיצירטע ארגעניזמס - GMO
זייער אינטערעסאנט
ביטע זייט ממשיך
ביטע זייט ממשיך
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Re: גענעטיש מאדיפיצירטע ארגעניזמס - GMO
א דאנק פאר די דאנקערס.
די קעגנערשאפט קומט פון עטליכע זייטן. קודם האסטו אזעלכע וואס האלטן אז וואקסינען מאכן מען זאל נישט האבן קיין קינדער, און דא זעסטו קלאר אז די מאסקיטאוס קענען נישט האבן קיין קינדער... אלס א דאנק די סייענטיסטען וואס האבן געלערנט קאמען קאור...
חוץ מזה האסטו די פראבלעמען וואס קען געשען צו די ארומיגע בעלי חיים און און פלאנצונגען ווי איינס איז מסביר.
ווען מען רעדט פון עפעס וואס מען עסט, דארף מען זיך אויך זארגן אויף די געזונטהייט דערפון. יעצט הייבט מען אן צו פארקויפן דזשענעטיקלי מאדיפיצירטע סעלמאן אין אמעריקע, דאס איז די ערשטע GMO בעלי חיים אפראווד אין אמעריקע צו עסן. עס איז אן אטלאנטיק סעלמאן, מיט איין דזשין גענומען פון די טשינוק סעלמאן, און איין שטיקעל די ען עי פון אן אשען פאוט.
די סעלמאן וואקסט אין ווייניגער ווי האלב צייט (אונטער 18 חדשים), צו די זעלבע גרויס ווי אנדערע אטלאנטיק סעלמאן (3 יאר). די קאמפעני וואס מאכט עס AquaBounty, זאגט אז א דאנק דעם וועט עס זיין ביליגער, געזונטער ווייל עס וועט נישט האבן אלע קרענק וואס פרייע סעלמאן קען האבן, און בעסער (פארוואס נישט..?)
די FDA אין זייער אפראוועל אויף די פיש רעדן בעיקר אז די פיש איז געזונט פאר מענטשן, און אז עס איז זייער אפגעהיטן אין די פלעצער וואו מען מאכט עס, דערפאר דארף מען נישט חושש זיין עס זאל זיך אריינכאפן אין די פרייע וואסערן און מאכן א חורבן.
עס קומט נאך א שווערע דזשאב פאר די כשרות רבנים.
וואו קומט עס נישט אריין?
הײמישער זײגער האט געשריבן:אסאך עסן שטייט NO GMO, וואס זענען די בענעפיטס און טענות דערקעגן?

איינס האט געשריבן:וואו קומט דא אריין פאליטיק?
וואו קומט עס נישט אריין?