בשורה טובה תדשן בטן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בשורה טובה תדשן בטן

האט איר געקויפט א שטיקל פלייש און עס איז עפעס נישט וואס איר האט זיך פארגעשטעלט? ער זענט מן הסתם גערעכט עס איז טאקע נישט וואס איר האט געמיינט.

יעדער וואס איז באקאנט אביסל אין שחיטה וניקור, אדער סתם בוטשעריי, און גייט דארך די פאליצעס פון די געשעפטן טיט זיך וואלגערן זיך פאר געלעכטער, וויאזוי פליישן ווערן געפאקט אין די געשעפטן אינטער פאלטשע נעמען, פשוטע שטיקלעך טשאק ווערן באצייכענט פאר מינוט סטעיק, ריב מיט טשאק זענען זיך מתחלף, אימפארטעד און עקספארטעד גם יחד, און גראדע איז עס נישט קיין דשאוק, ווייל איר באצאלט א געפעפערטע פרייז פאר אן אומדערמאכטע שטיקל פלייש.

און וואסערע פנים טראגט איר מיט ראש הקהל בייכל ווען דארט ליגט בכלל נישט קיין סעקאנד קאט בריסקעט ווי איר האט זיך איינגערעדט, שוין ענדערש צו גיין אויף די באלי דייעט ווי אייננעמען אזעלכע בזיונות, וויאזוי זעהט אויס דער מבין זונטאג אין די קאנטרי נאכן בראטן די טרי-באון צלי אש, און דער עולם קייעט און קייעט און קען נישט שלינגען.

נא וועי, נאט ענימאור!

די ניי געגרינדעטע וישמן ישורון קאמפעני איז דא צו מאכן א טויש, פון היינט און ווייטער ווען איר קויפט א שטיקל פלייש
וועלן מיר אייך מודיע זיין אויב מען האט אייער ריב אפגעריפט... כי אחינו בשרינו אתה...

אונזער סערוויס איז איינגעטיילט אין עטליכע פלענס, וועלט אויס די פלען וואס איז פאר אייך געאייגענט.

בעסיק פלען, $9.99 א חודש:
ווען איר קויפט א שטיקל פלייש שיקט אונז א בילד מיר וועלן באשטעטיגן צו וואס איר האט באקומען איז ריכטיג, ביז 20 בילדער א חודש.

פרימיום פלען 199.99 א חודש:

אנלימיטעד בילדער, ווי אויך א עפפ צו אפלאודען די בילדער, און וויכטיגע טיפס און טריקס חודשליך.

ענטערפרייס 1499.99:

אונז וועל מיר אליינס אויסקלויבן פאר אייך די פלייש אין געשעפט, בעסטע רעזולטאטן גאראנטירט.

שמחה פלען $999.99
מאכט איר אן אויפרייס פון א קידוש אדער וואך-נאכט, און איר ווילט האבן די ריעל סטאף, מיר וועלן דאס קלויבען פאר אייך.

וישמן ישורון וישלם...

©כל הזכיות שמורות פאר וישמן ישורון ענד קא.

- - - - -

קומענדיגע פראדשעקט
"וישתו וישכרו עמו קאמפעני", סטעי טונד פאר מאר דיטעילס...
קראכטס אלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 9:49 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכטס אלע »

מעכטיג !
ווי שרייבט מען זיך איין ?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

*בשר טוב תדשן בטן
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איז נישט דא קיין אפשען פאר:
בשר שמן ויין ישן?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך וואלט פיין געלאכט ווען די נער איז נישט מיינס...

איך האב לעצטענס באמערקט אין א געוויסע בוטשער וויאזוי זיי האבן זיך גענומען שפילן מיט די פלייש, ס'איז זייער מעגליך אז דאס איז גניבת דעת!

איך בין זיכער אז דער רב המכשיר האט דאס נישט מתיר געווען.

אמאל פלעגט דער רבי ז"ל גייט בודק זיין די "וואג", זען אויב עס איז קראנט, היינט האט מען א נייע טריק, מען פארנארט די תמימי לב, מען טוישט די סוג פלייש, און די באצאלסט די פרייז פאר די טייערע סוג.

למשל "פינגער מיעט" איז לעצטנס ארויף די פרייז, ווייל ס'יצא השם אז ס'איז גוט פאר די טשולענט, אבער אזויווי עס איז נישט דא גענוג, לייגט מען אריין אין אסאך פעקלעך עפעס אן אנדערע פלייש, מען מאכט א געוויסע "קאוט" דערויף אז עס זאל אויסזען אזויווי פינגער מיעט, און יאללא. "באונלעס - פלאנקען", וועליך ניטאמאל רעדן, דאס איז קיינמאל נעבן קיין פלאנקן געווען. וכו' וכו'.

ממילא איז זייער ווייטאגליך וויאזוי היימישע געשעפטן טוען אזלעכע זאכן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

נא_שכל האט געשריבן:איך וואלט פיין געלאכט ווען די נער איז נישט מיינס...

סיז דא זאכן וואס זענען נישט קיין פראבלעם. נמשל פינגער מיעט סיז נישט דא קיין פלייש וואס הייסט פינגער מיעט נארמאל לייגט מען איין מין פלייש אבער ווען ער האט נישט גענוג לייגט מען עפעס אנדערש

אבער די פראבלעם איז אז זיי טוען עס מיט אנדערע זאכן. מלייגט אריין פירסט קאט בריקעט און מפארקויפט עס פאר סעקענד קאט וואס איז טייערער און דאס איז בפשטת אונאה (אין גניבה)
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיין שאלה איז אויב מ’קען דא ארומטוישן, וואס נאך קעמען אלץ מסדר זיין?...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

:lol: :lol: :lol:

ארטיקל טובה תצחיק בטן...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:מיין שאלה איז אויב מ’קען דא ארומטוישן, וואס נאך קעמען אלץ מסדר זיין?...

מטוישט.
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

דא קומט אריין די ווערטל פון הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס:
א בוטשער איז ווי א ברית מען שניידט פלייש און מען געט נעמען...
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איז נישטא קיין אפּשען 5 אלפים זאל איינער עסן פאר דיר אויך?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאפט א שרעק!

סמר מפחדך, בשרי...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

טריליאנער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:איך וואלט פיין געלאכט ווען די נער איז נישט מיינס...

איך האב לעצטענס באמערקט אין א געוויסע בוטשער וויאזוי זיי האבן זיך גענומען שפילן מיט די פלייש, ס'איז זייער מעגליך אז דאס איז גניבת דעת!

איך בין זיכער אז דער רב המכשיר האט דאס נישט מתיר געווען.

אמאל פלעגט דער רבי ז"ל גייט בודק זיין די "וואג", זען אויב עס איז קראנט, היינט האט מען א נייע טריק, מען פארנארט די תמימי לב, מען טוישט די סוג פלייש, און די באצאלסט די פרייז פאר די טייערע סוג.

למשל "פינגער מיעט" איז לעצטנס ארויף די פרייז, ווייל ס'יצא השם אז ס'איז גוט פאר די טשולענט, אבער אזויווי עס איז נישט דא גענוג, לייגט מען אריין אין אסאך פעקלעך עפעס אן אנדערע פלייש, מען מאכט א געוויסע "קאוט" דערויף אז עס זאל אויסזען אזויווי פינגער מיעט, און יאללא. "באונלעס - פלאנקען", וועליך ניטאמאל רעדן, דאס איז קיינמאל נעבן קיין פלאנקן געווען. וכו' וכו'.

ממילא איז זייער ווייטאגליך וויאזוי היימישע געשעפטן טוען אזלעכע זאכן.

סיז דא זאכן וואס זענען נישט קיין פראבלעם. נמשל פינגער מיעט סיז נישט דא קיין פלייש וואס הייסט פינגער מיעט נארמאל לייגט מען איין מין פלייש אבער ווען ער האט נישט גענוג לייגט מען עפעס אנדערש

אבער די פראבלעם איז אז זיי טוען עס מיט אנדערע זאכן. מלייגט אריין פירסט קאט בריקעט און מפארקויפט עס פאר סעקענד קאט וואס איז טייערער און דאס איז בפשטת אונאה (אין גניבה)

דאס איז נישט ריכטיג, פינגער-מיעט איז א געוויסע פלייש, די בשר שבין הצלעות, אמת אז די היימישע בוטשערס האבן לכאורה אויפגעמאכט די נאמען, און איז נישט קיין אינטערנאציאנאלע אנערקענטע זאך, אבער דא לאקאל האט עס א ספעציפישע סטאנדארד, און ווער עס האלט זיך נישט דערצו איז בפשטות עובר אויף אונאה און גזל וכו', איי דער בוטשער אליינס ער האט אויפגעמאכט די נאמען און יעצט האט ער באשלאסן אז עס מיינט עפעס אנדערש, דאס איז פונקט ווי זאלסט זאגן אז לייטער סוכה האט אויפגעמאכט די נאמען לייטער סוכה, און אז ער וויל קען ער געבן פענעל סוכה'ס ווייל יעצט האט ער אפגעמאכט אז דאס הייסט לייטער סוכה, עס איז פשוט נישט אזוי, אוודאי די שגץ שטיק פון לייגן פורסט קאט בריסקעט במקום סעקאנד קאט, אדער לייגן שטיקער טשאק אנשטאט סטעיק וכו' איז פיל מער חוצפה, אבער גניבה זענען ביידע, און יא ליידער איז עס לעצטנס בבחינת עבר ושנה ושילש נעשה לו כמצוה.
.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
....דאס איז נישט ריכטיג, פינגער-מיעט איז א געוויסע פלייש, די בשר שבין הצלעות, אמת אז די היימישע בוטשערס האבן לכאורה אויפגעמאכט די נאמען, און איז נישט קיין אינטערנאציאנאלע אנערקענטע זאך, אבער דא לאקאל האט עס א ספעציפישע סטאנדארד, און ווער עס האלט זיך נישט דערצו איז בפשטות עובר אויף אונאה און גזל וכו', איי דער בוטשער אליינס ער האט אויפגעמאכט די נאמען און יעצט האט ער באשלאסן אז עס מיינט עפעס אנדערש, דאס איז פונקט ווי זאלסט זאגן אז לייטער סוכה האט אויפגעמאכט די נאמען לייטער סוכה, און אז ער וויל קען ער געבן פענעל סוכה'ס ווייל יעצט האט ער אפגעמאכט אז דאס הייסט לייטער סוכה, עס איז פשוט נישט אזוי, אוודאי די שגץ שטיק פון לייגן פורסט קאט בריסקעט במקום סעקאנד קאט, אדער לייגן שטיקער טשאק אנשטאט סטעיק וכו' איז פיל מער חוצפה, אבער גניבה זענען ביידע, און יא ליידער איז עס לעצטנס בבחינת עבר ושנה ושילש נעשה לו כמצוה.

לידיעה בעלמא: פינגער מיעט איז א אפיציעלע פלייש שניט, איך האב געמאכט א שנעלן זוך אויפן געוועב און עס איז א אנגענומענע קאט ביי אלע פלייש האנדלער, רעסעפי וועבזייטלעך פארמאגן הונדערטע רעצעפטן פאר אט די פלייש פון אמעריקאנע ביז קארעא'נע און אלעס אינדערמיט.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

קען זיין. די היימישע באטשערס לייגן אסאך מאל טאפ אף ריב
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:דא קומט אריין די ווערטל פון הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס:
א בוטשער איז ווי א ברית מען שניידט פלייש און מען געט נעמען...

;l;p- פאר ישראל דוד'ן.

---
;l;p- עקסטער פאר דממה
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

טריליאנער האט געשריבן:קען זיין. די היימישע באטשערס לייגן אסאך מאל טאפ אף ריב

ועל זה ידוו כל ... דאס איז דאך כרחוק מזרח מערב, איינס איז פעט און געשמאק, די אנדערע איז טריקן, און מ'מאכט כסדר סעילס אויף עס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

דממה, מחיה געווען.
;l;p-
איך ווייס נישט וואס
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
טריליאנער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:איך וואלט פיין געלאכט ווען די נער איז נישט מיינס...

איך האב לעצטענס באמערקט אין א געוויסע בוטשער וויאזוי זיי האבן זיך גענומען שפילן מיט די פלייש, ס'איז זייער מעגליך אז דאס איז גניבת דעת!

איך בין זיכער אז דער רב המכשיר האט דאס נישט מתיר געווען.

אמאל פלעגט דער רבי ז"ל גייט בודק זיין די "וואג", זען אויב עס איז קראנט, היינט האט מען א נייע טריק, מען פארנארט די תמימי לב, מען טוישט די סוג פלייש, און די באצאלסט די פרייז פאר די טייערע סוג.

למשל "פינגער מיעט" איז לעצטנס ארויף די פרייז, ווייל ס'יצא השם אז ס'איז גוט פאר די טשולענט, אבער אזויווי עס איז נישט דא גענוג, לייגט מען אריין אין אסאך פעקלעך עפעס אן אנדערע פלייש, מען מאכט א געוויסע "קאוט" דערויף אז עס זאל אויסזען אזויווי פינגער מיעט, און יאללא. "באונלעס - פלאנקען", וועליך ניטאמאל רעדן, דאס איז קיינמאל נעבן קיין פלאנקן געווען. וכו' וכו'.

ממילא איז זייער ווייטאגליך וויאזוי היימישע געשעפטן טוען אזלעכע זאכן.

סיז דא זאכן וואס זענען נישט קיין פראבלעם. נמשל פינגער מיעט סיז נישט דא קיין פלייש וואס הייסט פינגער מיעט נארמאל לייגט מען איין מין פלייש אבער ווען ער האט נישט גענוג לייגט מען עפעס אנדערש

אבער די פראבלעם איז אז זיי טוען עס מיט אנדערע זאכן. מלייגט אריין פירסט קאט בריקעט און מפארקויפט עס פאר סעקענד קאט וואס איז טייערער און דאס איז בפשטת אונאה (אין גניבה)

דאס איז נישט ריכטיג, פינגער-מיעט איז א געוויסע פלייש, די בשר שבין הצלעות, אמת אז די היימישע בוטשערס האבן לכאורה אויפגעמאכט די נאמען, און איז נישט קיין אינטערנאציאנאלע אנערקענטע זאך, אבער דא לאקאל האט עס א ספעציפישע סטאנדארד, און ווער עס האלט זיך נישט דערצו איז בפשטות עובר אויף אונאה און גזל וכו', איי דער בוטשער אליינס ער האט אויפגעמאכט די נאמען און יעצט האט ער באשלאסן אז עס מיינט עפעס אנדערש, דאס איז פונקט ווי זאלסט זאגן אז לייטער סוכה האט אויפגעמאכט די נאמען לייטער סוכה, און אז ער וויל קען ער געבן פענעל סוכה'ס ווייל יעצט האט ער אפגעמאכט אז דאס הייסט לייטער סוכה, עס איז פשוט נישט אזוי, אוודאי די שגץ שטיק פון לייגן פורסט קאט בריסקעט במקום סעקאנד קאט, אדער לייגן שטיקער טשאק אנשטאט סטעיק וכו' איז פיל מער חוצפה, אבער גניבה זענען ביידע, און יא ליידער איז עס לעצטנס בבחינת עבר ושנה ושילש נעשה לו כמצוה.

סיז נישט ממש אזוי. די אנגענומענע פינגער מעיט איז די בשר שבין הצלעות פון די פלעיט פלאנקען וואס סאטמאר און נאך ניצן נישט ווייל מדארף עס מנקר זיין פון עכטע חלב.
סא דיע פלעצער ווי מניצט עס נישט לייגט מען עס פון די עק פון געהעריקע פלאנקען. אבער דא ווערט עס אזוי ווי נמשל מרופט אן פלייש פעלעי מיאגן. וואס איז און די גוישע וועלט טייער אבער סיז פון די אחרים. סא רופן וואס זיי ווילן אזוי די זעלבע זאך איז מיט פינגער מיעט

;l;p- פארן ארטיקל
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

קודם שכוח דממה פארן פעטן סערוויס ארטיקל.

נא_שכל האט געשריבן:
טריליאנער האט געשריבן:קען זיין. די היימישע באטשערס לייגן אסאך מאל טאפ אף ריב

ועל זה ידוו כל ... דאס איז דאך כרחוק מזרח מערב, איינס איז פעט און געשמאק, די אנדערע איז טריקן, און מ'מאכט כסדר סעילס אויף עס.

איז דאס וואס מ'רופט דעקל?
איך קען א בוטשער וואס פארקויפט עס אלס באונלעסס פלאנקען... געקאכטערהייט, סאו ווילאנג ער קאכט עס און עס איז ווייעך און זאפטיק זאל ער טוהן כאדם עושה בתוך שלו

איך קען מיך נישט אזוי אויס אין די ספעציפישע שניטן אבער וואס מ'שטעלט פאהר אלס פינגער איז געווענליך פעט, איינס מער איינס ווייניגער.

צווישן טשאק און מינוט סטעיק קען איך נאך די חילוק (ריב איז שוין אנדערש אויב מ'דרשנ'ט סמוכין... ווייל ס'נאנט איינס צום צווייטן און אויב ס'איז פעט רוקט מען אריבער די ערשטע שטיקלעך)

אבער פירסט קאט און סעקאנד קאט בריסקעט איז שוין א עוולה, ווייל איך ווייס נישט די חילוק אין און און אויסזעהן חוץ אז די ערשטע איז טריקן און די צווייטע איז פעט.
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

יצחק ברוך האט געשריבן:קודם שכוח דממה פארן פעטן סערוויס ארטיקל.

נא_שכל האט געשריבן:
טריליאנער האט געשריבן:קען זיין. די היימישע באטשערס לייגן אסאך מאל טאפ אף ריב

ועל זה ידוו כל ... דאס איז דאך כרחוק מזרח מערב, איינס איז פעט און געשמאק, די אנדערע איז טריקן, און מ'מאכט כסדר סעילס אויף עס.

איז דאס וואס מ'רופט דעקל?
ניין
איך קען א בוטשער וואס פארקויפט עס אלס באונלעסס פלאנקען... יעדער
געקאכטערהייט, סאו ווילאנג ער קאכט עס און עס איז ווייעך און זאפטיק זאל ער טוהן כאדם עושה בתוך שלו.
וואס עפעס?

איך קען מיך נישט אזוי אויס אין די ספעציפישע שניטן אבער וואס מ'שטעלט פאהר אלס פינגער איז געווענליך פעט, איינס מער איינס ווייניג ער

. אסאך מאל..... .

צווישן טשאק און מינוט סטעיק קען איך נאך די חילוק

אזוי מיינסטו ביי די גראבע חלק ווי סיז מער נישט דא די ליין לייגן זיי אסאך מאט טשאק......

(ריב איז שוין אנדערש אויב מ'דרשנ'ט סמוכין... ווייל ס'נאנט איינס צום צווייטן און אויב ס'איז פעט רוקט מען אריבער די ערשטע שטיקלעך)

אבער פירסט קאט און סעקאנד קאט בריסקעט איז שוין א עוולה, ווייל איך ווייס נישט די חילוק אין און און אויסזעהן חוץ אז די ערשטע איז טריקן און די צווייטע איז פעט.
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א פיינעם ארטיקל, בשר ודגן וכל מטעמים.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:דא קומט אריין די ווערטל פון הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס:
א בוטשער איז ווי א ברית מען שניידט פלייש און מען געט נעמען...

:lol: ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

.באנלעסַ פלאנקען איז די ביגעסט סקעםַ אףַ די סענטשורי
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: בשורה טובה תדשן בטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

א פאר וואכן צוריק בין איך געוועהן אין א געשעפט און געזעהן אז זיי פארקויפן גאר ביליג swiss steak, עפעס האט מיר נישט געשמעקט מיט דעם שטיקל פלייש, טרעף איך דארט א היימישער אינגערמאן וואס ארבעט אין דעם געשעפט, און איך פרעג איהם וואס איז די מעשה מיט דעם פלייש, דערציילט ער מיר אז דאס איז קאלעכעל וואס מען האט געסלייסט און אויסגעלייגט זייטיג אויף טעצער...
(גראדע האב איך א בילד פון די פלייש)
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”