בחורישע גליונות / דמיונות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

די זייגער קלאפט פיר מאל, די גאנצע ארום איז איינגעהילט אין א שטילקייט, די גאנצע הויזגעזינט איז פארזינקען אין א טיפן שלאף, א מחי', דאס זענען די גאלדענע שעות פון די וואך, שעות פון שטילקייט און התבוננות, מנוחה און התרוממות, די פיאות טריפן נאך פון די ריינע מקוה וואסער, (יא, ס'איז דא שעות אין טאג וואס די וואסער דארט איז ריין...) מ'האלט דאך שוין זעקס שעה נאכן עסן דעם נאכט מאהל, מאכט מען זיך א הייסע קאווע און מ'זעצט זיך ביים דיינינג רום טיש מיט א חסיד'יש ספר'ל, דאסמאל א אור המאיר.

אהה... די דערהויבנקייט איז אין די לופט, מ'פילט שוין דעם כל מלאכתך עשויה, ס'קומט א שבת קודש אויפן וועלט... שבת פאר שבועות, אין אזא שבת קומט דאך אראפ אלע שבועות'דיגע השפעות...

זאגט די הייליגע אור המאיר, יעדעס יאר שבועות ווערט נאכאמל נתעורר די הארות פון קבלת התורה, און ס'קומט אראפ פון הימל א נייע אור אין די תורה הקדושה, פרישע חידושין דאורייתא... מורא'דיג... ס'קלינגען אין מיינע אויערן די ווערטער פון די כתה ט' רבי, אאפפסס... בשכמל"ו... מגיד שיעור, "יעדע איד האט א חלק אין די תורה, יעדע בחור האט חידושים וואס נאר ער קען מחדש זיין, דאס איז זיין שורש נשמה..."

און אונז קליינע בחור'לעך קוקן אויף אים מיט עקסטאז, מ'שלינגט יעדעס ווארט מיט דארשט, מיינע חידושים... איך גנב'ע א בליק אין מיין העפט, דארט וואו איך פארשרייב אלע מפרשים וואס די מגיד שיעור זאגט נאך, א גאנצע אפטיילונג דארט איז געווידמעט פאר מיינע חידושים.

אבער דערווייל איז יענע אפטיילונג ליידיג, איין חידוש האב איך שוין פארשריבן דארט, אבער מיין מגי"ש האט געזאגט אז ס'שטייט שוין אין תוס' רי"ד... וואס וועט זיין מיט מיר? פארוואס פאלט מיר נישט איין קיין חידושים?

אין די קומענדיגע טעג אין וואכן איז די קלאס געווען אויף רעדער, די מגי"ש האט געמאלדן אז מ'גייט ארויסגעבן א קונטרס פון חידושים, און מ'גייט עס לייגן אין די גרויסע שול צוזאמען מיט אלע גליונות... די עולם האט געשריבן און געמעקט, גע'טענה'ט און מפלפל געווען, ווען די געטרייע מגי"ש לייגט כסדר צו אויל צום פייער אז "אזוי לערנט מען אין די גרויסע ישיבות"...

אין איינע פון יענע טעג קומט מיין טאטע זז"ג אריין אין שטוב, ער זעט מיך זיצן אביסל אנגעזעצט מיט א אפענע גמרא, צדיק'ל, עפעס הא פאסירט? פרעגט ער מיר. איך האב אויפגעוויקלט ס'גאנצע מעשה, די מגי"ש מיט די חידושים, די בחורים מיט די גליון, און אלעס ארום.

מיין טאטע זז"ג נעמט מיר אריין אין ספרים צימער, עפנט זיין גמרא, און ער זאגט מיר, קינד מיינס, חידושים מאכט מען נישט, חידושים פאלט איין. אז מ'לערנט גרונטליך און מ'רירט זיך נישט ביז מ'פארשטייט קומט מען אן.

פקודתו שמרה רוחי, איך האב געמאכט א קביעות מיט מיין טאטן איינמאל א וואך געווידמעט אויף דעם, ער האט מיר אויסגעלערנט וועלעכע קשיא איז וויכטיג צו פארענטפערן און וועלעכע קשיא איז א זייטיגע און איז נישט נוגע לגוף הסוגיא, צוביסליך מיט די צייט האב איך אנגעהויבן פילן די טעם פון וואס אלע מיינע רבי'ס האבן גערעדט, עד היום איז א בלאט גמרא מיין גרעסטע תענוג.

יישר כח טאטע מיינס פארן מיך מדריך און מחנך זיין.

האטס מיר א גוט שבת און א לעכטיגן יום טוב.

נ. ב. לכבוד מיין 200'סטע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קודם כל מז"ט צו די 200 תגובות
צווייטנס זייער שיין... איך האב הנאה געהאט

דריטער זאך, האטס געברענגט א ווארט פון די הייליגע אור המאיר וויל איך זאגן אז דער אור המאיר יא''צ איז אי''ה זונטאג ה' סיון
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

שכח, זייער שיין, אזויווי אלע דיינע זאכן

נ.ב. א הארציגע מזל טוב פארן 200'סטן
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

זייער שיין
קומסט אריין זייער קלאר א דאנק
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מומחה יוחס האט געשריבן:קודם כל מז"ט צו די 200 תגובות
צווייטנס זייער שיין... איך האב הנאה געהאט

דריטער זאך, האטס געברענגט א ווארט פון די הייליגע אור המאיר וויל איך זאגן אז דער אור המאיר יא''צ איז אי''ה זונטאג ה' סיון

קודם כל ברוכים תהי',
צווייטנס, שכח, כ'האב הנאה אז איר האט הנאה.

דריטע זאך, נישט געוואוסט, איך לערן כסדר זיין ספר, שכח פאר די ידיעה.
בלוט בלבול האט געשריבן:שכח, זייער שיין, אזויווי אלע דיינע זאכן

נ.ב. א הארציגע מזל טוב פארן 200'סטן

שכח דיר, דיינע שטענדיגע שכוחות שטופן די באן...

נ.ב. א הארציגן ברוכים תהי'.
maybeeynot האט געשריבן:זייער שיין
קומסט אריין זייער קלאר א דאנק

שכח.
אמר"ש, אין תימן גיבן בחורים אויך ארויס גליונות?

ווי קום איך קיין תימן ?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כתוב וחתום האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:קודם כל מז"ט צו די 200 תגובות
צווייטנס זייער שיין... איך האב הנאה געהאט

דריטער זאך, האטס געברענגט א ווארט פון די הייליגע אור המאיר וויל איך זאגן אז דער אור המאיר יא''צ איז אי''ה זונטאג ה' סיון

קודם כל ברוכים תהי',
צווייטנס, שכח, כ'האב הנאה אז איר האט הנאה.

דריטע זאך, נישט געוואוסט, איך לערן כסדר זיין ספר, שכח פאר די ידיעה.
בלוט בלבול האט געשריבן:שכח, זייער שיין, אזויווי אלע דיינע זאכן

נ.ב. א הארציגע מזל טוב פארן 200'סטן

שכח דיר, דיינע שטענדיגע שכוחות שטופן די באן...

נ.ב. א הארציגן ברוכים תהי'.
maybeeynot האט געשריבן:זייער שיין
קומסט אריין זייער קלאר א דאנק

שכח.
אמר"ש, אין תימן גיבן בחורים אויך ארויס גליונות?

אגב, לגבי די יא''צ פין די אור המאיר האב איך אזוי ווי איך האב געשריבן אלע יארן געוויסט אז די יא''צ איז ערב שבועות אבער נעכטן האב איך געזעהן אין אשכול פין די אור המאיר אז עס איז דא נאך גירסאות... אויף טו אדר... אבער לפי רוב מקורות ווייסט מען אויף ה' סיון...
קוק דא אין דעם אשכול viewtopic.php?f=31&t=7090&start=25
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

maybeeynot האט געשריבן:ווי קום איך קיין תימן ?

ס'האט זיך מיר אזוי געדאכט פאר א רגע צוליב דיין אוועטאר...
שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארץ אפעל »

איך בין נישט א געווענליכע באניצער דא, אמאל אמאל פאל איך אריין נאך א טאג ארבעט, איך קוק מיר אזוי אים דא, אין איך שטוין! דער עולם האט הויפנס מיט צייט! מ'שרייבט עדיט, שרייבט איבער, אין דעי קאמעטארן..... דאס איז שוין ממש גיוואלדיג,
פוינט.
דעיס איז אנדערש! אין כ'האב שטארק הנאה געהאט!
שכוח
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

שווארץ אפעל האט געשריבן:איך בין נישט א געווענליכע באניצער דא, אמאל אמאל פאל איך אריין נאך א טאג ארבעט, איך קוק מיר אזוי אים דא, אין איך שטוין! דער עולם האט הויפנס מיט צייט! מ'שרייבט עדיט, שרייבט איבער, אין דעי קאמעטארן..... דאס איז שוין ממש גיוואלדיג,
פוינט.
דעיס איז אנדערש! אין כ'האב שטארק הנאה געהאט!
שכוח

האסט מיר דערפרישט! שכח.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער שיין!
---
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

בשבילי נברא האט געשריבן:זייער שיין!

כוחכם יישר.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

מזל טוב
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

דער יעניגער האט געשריבן:מזל טוב

ברוכים תהיו, ביי אייך אויף שמחות.

מזל טוב צו וואס?
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: בחורישע גליונות / דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

קודם כל, ט'מארגן... נאכדעם כל (נאך וואס?...) מזל טוב צו 200...
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”