טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אלס א גרויסער מתנגד צום אויסברעכעריי וואס קומט פאר אין די מאגאזינען, ווען יעדע שרייבער שפירט פאר וויכטיג אויסצוגיסן זיין גאנצן זאק מיט געפילן איידער ער גייט צו צום ארטיקל, מיינענדיג אז דער עולם ערווארט זיין געלונגענע קריעטיוויטעט אין געפילן, וועל איך נישט ברעכן קיין געפילן דא, נאר רעדן תכלית.

טוציך אויף טישן און בענק. דער טעגלאשער חצות מנין האט שוין אין די לעצטע וואך אליינס צוויי מאל כמעט פארפאסט חצות צוליב דעם דאזיגן טענה'ריי. יא געווען א געיט, נישט געווען א געיט. אינגעלייט וואס ווייסן נישט צוזאגן וויאזוי מען רעכנט צאם איינס מיט צוויי שטייען און פארהערן זיך אויף סייענטיפישע פאקטן וויאזוי א מענעטשן כוואליע קען געשאפן ווערן אן אדער מיט א געיט. בפירושע ראיות ווערן געברענגט פון א דרעזנער אויף קול מבשר קעגן א בפירושע שטיקל אייוועלט.

זאגט מיר א חבר מיינער אז מיט פאקטן קען מען זיך נישט טענה'ן, אקעי? האסט געהערט די דרעזנער שמעלצער שמועס? אויב נישט זיי שטיל! פארפאלן, די לעצטע ווארט היינט צוטאגס האבן דרעזנער און שמעלצער. דער אויספארשונג קומט צו א טאטאלע ענדע, די פאליציי וועט אויסהערן דרעזנער'ן און אזוי מחליט זיין ווער עס איז שולדיג. קלאר.

אבער למעשה, די בלוט קאכט, מען מאנט גערעכטיגקייט, איז געווען א געיט?? זענען די פאליציי געווען דירעקטע גורמים??

דער שאלה גייט שוין אויף די נערוון און דער דעבאטע הערט זיך שוין ווי א קאראנע שמועס… דער שטענדיגער חצות מתפלל הערשי האט א ווידיאו וואס ער ווייזט אויף זיין פליפ פאון וואו מען זעהט קלאר עפעס אן אייזן, און דאס מיינט בפירוש יא א געיט, אבער דער גראבער אינגערמאן נעבן אים מיטן טעבלעט אונטער זיין טלית בייטל טענה'ט אז מען זעהט קליפ און קלאר אז דאס איז א געריסענער וואנט.

יודעלע דער תכלית'דיגער אינגערמאן מיט די לאנגע וואנצעס קומט צולויפן מיט א חומש און קלאפט אויס אויפן באלעמער 'ווער ווייסט וויאזוי מען מאכט א 'טורנהיים גורל'? לאמיר זיך איבערצייגן!'. בקיצור, סטוציך טישן אויף בענק וועגן דעם געיט. מנהלים און אחראים אויף אייוועלט ווישן די שווייס. זיי טענה'ן אז מען קומט ממש נישט נאך....

אזויווי יעדע איד מיט א אידיש הארץ, האב איך זיך נישט געקענט ערלויבן צו קוקן אויף די שרעקליכע ווידיאו'ס פונעם טראגעדיע. בלויז צו טראכטן אז אויף דעם ווידיאו זעהט מען א סצענע וואס האט אפגעקאסט פינעף - און - פערציג אידישע נשמות, ערליכע אידן, געזונטע מענטשן, וועלכע זענען געקומען מתפלל זיין ביי רבי שמעון און זענען צודרוקט געווארן צום טויט, דאס האט מיר נישט געלאזט עפענען קיינע ווידיאו'ס פאר די ערשטע פאר טעג.

אונזער גוטער באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט אין די טבע אז יעדע נייעס זעצט זיך, און נאך אפאר טעג האט מען באוויזן צו לאנדן צוריק אויפן אפיס בענקל און זיך צוריקזעצן אויפן באקוועמען פאזיציע. ניין, דאס הארץ איז נאכנישט איינגעשטילט געווארן, עס גליטשט זיך נאך ארויס א טרערעלע ווען מען טראכט וואס דא איז געשען, און ווער רעדט נאך ווען איך טראכט איבער מיין ידיד וועלכע האט זיך געציילט צווישן די קרבנות… אזא טייערע אינגערמאן געווען… עס שטיקט. אבער מען האט זיך שוין יא געקענט ערלויבן צו עפענען די זייטלעך וועלכע ברענגען די נייעס מיטן גאנצן גראפישקייט, און גלייכצייטיג עפענען עטליכע פון די ווידיאו'ס וועלכע איך האב געוואוסט אז מען זעהט נישט ממש דעם טראגעדיע (נאר?... שטותים און לאקשן. 'ממש די טראגעדיע' מיינט נאר אויב מען זעהט דער רגע פון יציאת נשמה??? באט עניוועי, אזוי הייסט עס…), און מען האט זיך גענומען דערגרינטעווען דעם אמת. איז דא געווען א געיט אדער נישט???

וואס מיינט עטס? דער 'פופציגער אינוועסטיגעיטינג טיעם' איז נישט אזוי שלאבעריש ווי די אלגעמיינע אינוועסטיגעיטערס, און מיר זענען געווען זיכער אז מגיימיר כאפן דעם ריכטיגן ענגל! איך רוף אן מיין חבר א שרייבער און איך לייג אים פאר מיין אפפער אז ער האט יעצט דעם געלעגנהייט צו זיין מיט מיר אויפן טעלעפאון לעבעדיג אינעם היסטארישן מינוט ווען איך גיי ברעכן די נייעס און טוישן דערמיט היסטאריע און וואטעווער. דאס איז א גאלדענער געלעגנהייט פאר א דזשורנאליסט, ניין?

לאמיר מאכן דעם לאנגן מעשה קורץ. איך הייב אן קוקן דעם קליפ, און יא. איך זעה עס קלאר… איך זעה עס…

מיינע טייערע חברים. זענט איר בלינד? איר זעהט נישט וואס איך זעה? א געיט??? א ריזיגער הארטער געיט!! א מויער!!! א בלאקאדע וואס קיין מענטשליכער כח קען נישט צושטויסן, און איז שטערקער פון יעדע סארט אנדרענעלין!!

ווי באקאנט, אינעם טבע פון די בריאה, איז פארהאן א מושג ווי א שטראם אנדרענעלין וואס באנעמט א מענטש ווען מען זעהט א טראגעדיע, וואס דאס ערלויבט א מענטש צו טון זאכן וואס ער איז אין געווענליכע מצבים נישט ביי די כוחות. אבער דא זעה איך א בלאקאדע וואס איז שטארקער פון דעם!! געוואלד און געשריגן!!! אויף וועמען גייט מען ווארפן די שולד פון דעם בלאקאדע?? נישט קיין ציוניסטישע פאליציי און נישט קיין מעטאלענע שטאנגען! אידן מיט בערד און פאות!!! מען שטייט און מען כאפט אפ דעם סצענע!!!

עס וויל זיך אריינשרייען אינעם טויבן קאמפיוטער סקרין! געוואלד!!! וואס שטייסטע דארט??? לויף שלעפ ארויס א פארכאפטן!! גיי לייג צו א האנט!!! דיינע ברודער וויינען און קרעכצן. זיי ראנגלען זיך מיטן אטעם. גיב א קוק וויפיל האבן שוין ליידער אויפגעגעבן דעם געראנגל. ווי שטייסטו גלייכגילטיג?!?! אזוי וויכטיג איז דיר צו זיין דער 'העלד' וועלכע פארשפרייט ערשטהאנטיג די גרויזאמע קליפס???

איי דער בלאקאדע. דער שרעקעדיגער געיט. די פארצייטישע שונאי הדת האבן קיינמאל נישט באוויזן צו שטעלן אזא פעסטן בלאקאדע ווי דאס וואס ליידער האבן מיר זיך אליינס געשטעלט. עס באנעמט א פחד אין די גלידער. דער מענטשליכער אנדרענעלין וואס שיסט אויף צו העלפן א מענטש אין געפאר האט זיך אויסגעלאשן! פארלאשן אינגאנצן! ליידער נישט ביים אראבער. נאר ביי אונז רחמנים בני רחמנים!!! און ניין, עס איז בכלל נישט אין פלאץ צו דן זיין אויב יענער האט געהאט די מעגליכקייט צו ראטעווען, בכלל נישט. דאס שטיין גלייכגילטיג און אפכאפן ווי 45 קדושים הויכן אויס די נשמות אויף אזא טראגישער וועג שטעלט א גרויסער שרייענדיגער פראגע צייכן; וואו האלטן מיר??? אזוי נידריג זענען מיר געפאלן???

דער אטעם שטעלט זיך אפ פון טראכטן וואס מען זעהט דא. א געיט איז געווען? עס שטייט א ריזיגן מויער!!!!

זיך פארטיפענדיג אינעם ווידיאו פונעם טראגעדיע מיטן ציהל צו אויפכאפן דעם געיט, און ווארפן דעם שולד אויפן געיט שטעלער, האט זיך דער שולד פון זיך אליינס געווארפן אין יענעם ריכטונג. געוואלד! עס שטייט א ריזן מויער צווישן 'מענטש' און 'מענטשהייט'!

און קלאר צו מאכן על מה יצא הקצף; דער מירונער טראגעדיע פאר זיך איז נישט געווען וואס האט מיר געכאפט אין דעם אטאקע. נאר צוליב וואס דאס איז בלויז א משל פון וואס מיר לעבן מיט היינטו צוטאגס. ליידער איז עס היינט אזוי אז אויף יעדע סצענע ווי מען זעהט מענטשן פון בלוט און פלייש זיך ראנגלען פאר זייער לעבן, זעהט מען אנדערע בלוט און פלייש געמישעכצער וועלכע שטייען און כאפן דאס אפ. ועל הכלל כולו יצא.

אלזא; איך בין נישט דער מוכיח וואס איז אויפן פאזיציע צו רעדן און מעורר זיין אידן איבער עניני טעכנאלאגיע. אבער אויב מיין חבר מעג אנפירקלען ניינציג בלעטער מיט מיינונגען וועגן דעם פיזישן געיט טראץ וואס ער איז נישט קיין לעגאלער אינוועסטיגירער, שפיר איך פאר ריכטיג אויסצוגיסן מיינע ברויזענדע געפילן דא אויפן זעלבן פלאטפארמע איבערן גיסטישן געיט. טאקע אויך בלויז בבחינת נקודה למחשבה.

זייטס געזונט. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

כ'בין נישט זיכער אז אלע אפכאפערס נוצן גדר...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אשיג
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 4:39 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשיג »

פופציגער איר קומט אריין זייער זייער קלאר!!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער ריכטיג און וויכטיג.

האפענטליך וועלען דיינע ווערטער מאכען א טויש.

ס'דארף ווערען נארמאל אז ווען מען זעהט איינער אפכאפען אזעלכע סארט סצענעס, גייט מען אריבער און מען איז אים מעורר, נאר אז דאס זאל ווערען נארמאל דארפען זיין עטליכע נחשון'ס.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שרעקליך.
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

אשיג האט געשריבן:פופציגער איר קומט אריין זייער זייער קלאר!!
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

ווייטאגלעך קלאר.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זייער שטארק!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

אוי..... הייליג גערעכט!!!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

הייליג גערעכט!!!!!


געהערט אין ביהמ''ד לעצטע וואָך א איד רעגט זיך, שוין ווייטער גייט מען שרייען סמארפאון, ווייטער גייט מען באשולדיגן סמארפאון...
האב איך אים געפרעגט רבי איד, עס איז דא ווידעא אפגעכאפט דורך אידן וואס אנשטאט צו [עכ''פ פרובירן] ראטעווען האט ער געדארפט זיכער מאכן אז די טראגעדיע זאל ווערן אפגעכאפט, דא ווידעא אפגעכאפט דורך אידן וואס שטייען אין די געדרענג און שלאגן זיך פארן אטעם..
און דו האסט א ספק נישט צו באשולדיגן די סמארפאונס????
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

;l;p- נישטא וואס צוצולייגן
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך קלער א לימוד זכות, אז מ'כאפט נישט די טראגעדיע וואס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, מ'האט געמיינט אז ס'איז סתם א שטופעניש קודם.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יעדער האט פונקטליך געכאפט. קיינער האט נישט געמיינט אז מען ציהט איבער ווייסע זעק אויף מענטשן פאר די פאן
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

tarmab האט געשריבן:איך קלער א לימוד זכות, אז מ'כאפט נישט די טראגעדיע וואס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, מ'האט געמיינט אז ס'איז סתם א שטופעניש קודם.

דו ברענגסט דאך אזוי גוט ארויס די מויער וואס איז געבויט געווארן. אז ווען מזעהט צענדליגע הצלה לייט מאכן CPR און אנדערע שלעפן איבערגעדעקטע מענטשן, 'כאפן' זיי נישט פונקטליך וואס שפילט זיך אפ, אבער אזויפיל 'כאפן' זיי אז סאיז א אינטערסאנטע סצענע צו 'כאפן' בילדער דעפון.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

סיז מסודר האט געשריבן:
tarmab האט געשריבן:איך קלער א לימוד זכות, אז מ'כאפט נישט די טראגעדיע וואס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, מ'האט געמיינט אז ס'איז סתם א שטופעניש קודם.

דו ברענגסט דאך אזוי גוט ארויס די מויער וואס איז געבויט געווארן. אז ווען מזעהט צענדליגע הצלה לייט מאכן CPR און אנדערע שלעפן איבערגעדעקטע מענטשן, 'כאפן' זיי נישט פונקטליך וואס שפילט זיך אפ, אבער אזויפיל 'כאפן' זיי אז סאיז א אינטערסאנטע סצענע צו 'כאפן' בילדער דעפון.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוט גוט. דער רב מיט זיין קלארן שפראך ווי אלעמאל!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

ש'טא וואס צו רעדן, דער פופציגער רעדט צום זאך.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

צום פינטל פופציגער!!!!
פאר די וואס פרובירן עס צו פארענטפערן
איך מיין אז ווען איינער כאפט א ווידעא ווי מען מאכט CPR כאפט מען שוין איינמאל
עס גרעניצט זיך געהעריג מיט רציחה!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשלעפטער »

זיך געוואונדערט די זעלבע.

מיר האט עס דערמאנט פון דעם.

1.jpg
1.jpg (91.85 KiB) געזען 897 מאל
.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פופצי אייזן...

איך האב כמעט נאכנישט אריינגעטרעטן אין קיין אשכול וואס רעדט פון מירון, איך קען פשוט נישט.
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום מיטוואך מאי 12, 2021 3:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אייזן שטארק!!

זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן באקומען זאפטיגע פופציגער ארטיקלען אויף פרייליכע זאכן
אבדזשעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבדזשעקטיוו »

ישר כח! זייער קלאר
אבער העיקר חסר מן הספר
אונז דארף מיר עס אהיימברענגן צו זיך אליינס
צו זענען מיר נישט אליינס צו פאסיוו, צו אלע נייעסן?
צו קליקן מיר נישט "ריפרעש" סתם פאר נייגעריקייט ווי ס'האלט?
צו נאכן אפזאגן "איין" קאפיטל, זענען מיר נישט מפטירין כדאתמול
צו כאפ מיר זיך אז און כלל פון זיך פארבעסערן, גייט אריין דאס נישט וועיסטן יענעם'ס געלט מיט פארברענגן די צייט ודי
און מיין גראדע מיך אליינס, איך שעיר עס נאר, כדי לזכות את הרבים
און אז מ'האלט מיר שוין דא, לאמיך שוין שעירן מיין אייגענע התעוררות
די פסוק און אנפאנג תהילים זאגט זייער שטארק: עד "מה"! נעבעך, צוליב כבודי לכלימה "תאהבון ריק" תבקשו כזב סלה
לאמיר טאקע פארבעסערן!
לעצט פארראכטן דורך אבדזשעקטיוו אום מיטוואך מאי 12, 2021 2:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איז דען נישט געווען אסאך "פליפ פאון מענטשען" וואס האבען אויך פשוט צוגעקוקט און גארנישט געטוהן?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פופצי, שטארק!

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איז דען נישט געווען אסאך "פליפ פאון מענטשען" וואס האבען אויך פשוט צוגעקוקט און גארנישט געטוהן?

גארנישט טון איז איין זאך, צומאל קען מען גארנישט טון פון שאק און פארלוירנקייט. אבער אויב דיינע הענט ארבעטן יא...
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איז דען נישט געווען אסאך "פליפ פאון מענטשען" וואס האבען אויך פשוט צוגעקוקט און גארנישט געטוהן?

גארנישט טון מילא, אבער כאפן א ווידיאו און באקומען דערפאר לייק'ס, איז א מתכבד בקלון חבירו אין פולן זין פון ווארט.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: טישן און בענק מיט די געיט סקאנדאל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

די בילד פון די באן שינעס איז נישט צום באגרייפן! ס'מאכט מער סענס אז א קעצל האט געכאפט דאס בילד ווי איידער א מענטש!

אויף די מירונ'ע אידן האב איך כאטש א שטיקל לימוד זכות אז ס'איז נישט געווען מעגליך פאר א אינדיווידיאל ארויסצושלעפן מענטשן (אפי' די פאליציי האט אויפגעגעבן) און ער איז געשטאנען דארט הילפלאז, האט ער נאך עטליכע מינוט געכאפט א וידיאו פונעם מצב. ס'פארענטפערט פארשטייט זיך נישט דאס אפכאפן ווי א צווייטע איד ראנגלט זיך פארן לעבן. אבער אזא בילד פון די באן שינעס איז אומבאגרייפלעך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”