מיכל האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:א.
יש לדון אויף די גאנצע נושא, ווייל אויף וויפיל מיין זכרון נארט מיר נישט האב איך כסדר געהערט אלץ קינד אז די 'היינטיגע יונגווארג' האט קיינע דרך ארץ.
איז אזוי, היצט אז איך ווייטאג זעענדיג ווי די היום יום'דיגע יונגווארג פארמאגט אויך נישט, קען מען דאס פארטייטשן צווייכפאכיג:
1. דער דרך ארץ איז געפאלן, והראיה, דער אמאליגער אומ'דרך ארץ'דיגער (עקארדינג צו די דעמאלטסדיגע ערוואקסענע) האלט דאך שוין אויך אז די היינטיגע זענען שלעכט, מוז דאך זיין אז עס איז גאר געפערליך.
2. לעולם איז עס נישט ערגער, נאר קינדער זענען אומערצויגן אזוי לאנג ווי זיי קומען לכלל גדלות, וממילא האבן די יעמאלטדיגע ערוואקסענע געשריגן אויף די יעמאלטדיגע קינדער, וחוזר חלילה היינט צוטאגס, ויחזור חלילה אין צוואנציג יאר ארום מיט די היינטיגע קינדער ווען זיי וועלן זיין ערוואקסן און שרייען אויף זייערע קינדער.
כדי צו קענען ריכטיג אפשאצן דעם מצב ברויך מען האבן אויסגעהאלטענע סטאטיסטיקס וועלכע באגלייטן דעם מצב דורכאויס די לעצטע צענדליגע יארן, און פארגלייכן די דאטא פון די היינטיגע זכרים רויבעריי און טישו געווארפעכטס צו די פון די אכציגער און ניינציגער יארן.
כפי ידיעתי עקזעסטירט אבער נישט קיין אפיס אוו סטאטיסטיקל דאטא ביים היימישן עולם, העמיר עס מוזן לאזן ביי א תיקו.
איר זאגט גוט. מען האט אונז אויך געזאגט אז דרך ארץ איז געפאלן. זאכן האלטן זיך און איין טוישן אויף אראפ. די גמרא זאגט קלאר אז אין די טעג פאר משיח וועט זיין פני הדור כפני הכלב. אבער איך געדענק זייער קלאר, ווען מיר זענען געגאנגל צו זכרים און קדישים צענדליגע יארן ציורוק, האט מען געהאט דרך ארץ. א קינד וואס האט אליינס גענומען א צווייטע גלעזל סאדא האבן אנדערע קינדער אהנגעקוקט ווי איינער אן מידות. איך געדענק קלאר ווי אלע קינדער און בחורים האבן געהאט א מישוג פון גניבה. מען האט נישט אהנגערירט יענעמס זאך. אפילו גזל שינה האט מען גאר שטארק איינגעהאלטן. אריינגיין צו יענעמס שמחה נאר פאר די בעל שמחה איז אפילו אנגעקומען און וועקיום קלינען גאנצע טישן פון אלע עסען און נאש?