מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינער פון די גדולים האט אמאל געזאגט אז מסכת בבא קמא קען ער זייער גוט, וויבאלד ס'איז ביי אים גירסא דינקותא, האבנדיג דאס געלערנט אלס קינד. אבער פון דער צווייטער זייט, האט ער געזאגט, פאר דער זעלבער סיבה איז זיין בליק אויף די סוגיות אין דער מסכתא קינדעריש. וויפיל מאל ער זאל עס איבערלערנען, וועט ער נישט קענען האבן אויף זיי דעם זעלבן עיונ'דיגן בליק ווי אין אנדערע מסכתות וואס ער האט שוין געלערנט אלס ערוואקסענער.

האט דער גדול אויסגעפירט: "ווען א קינד הייבט אן צו רעדן, לערנט מען אים אויס דעם פסוק 'שמע ישראל'. דאס איז נישט אזוי ווייט ווייל מ'וויל דעם פסוק זאל ער גוט געדענקען, נאר ווייל מ'וויל ער זאל בלייבן מיט א קינדערישן בליק דערויף א גאנץ לעבן..."

אפטמאל גלייך איך צו צונייגן אן אויער ווען מיינע קינדער הערן אויס ר' דוד חנניה ווייס. ס'האט א געוויסן חן ביי מיר דער וועג ווי אזוי מ'לערנט אויס אידישקייט מיט קליינע קינדער -- פשוט ווי ס'קען נאר זיין, אן קיין חכמה'לעך מיט תורה'לעך. מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה. שא-שא-שא נישט רעדן לשון הרע. בל תשחית איז אן עבירה (נעוויירע).

אין די ימי הספירה זענען די פרשה צעטלעך פארנומען איבער נוהג כבוד זיין איינער פאר'ן צווייטן. ס'איז זייער וויכטיג דאס צו לערנען מיט קינדער, וויבאלד נאטירליך זעט א מענטש בלויז זיינע אייגענע ד' אמות, און מ'דארף אים אריינשטעלן אין קאפ ווי אזוי זיך אויפצופירן צווישן מענטשן. פארשטייט זיך אז ווען מ'ווערט גרויס, איז דאס עפעס וואס מ'דארף נישט רעדן מער דערוועגן, ווייל יעדער פארשטייט אליין אז א געזעלשאפט וואו ס'איז נישט דא קיין רעספעקט איז פשוט אומבא'טעמ'ט. נישט אזוי?

נישט אויב איר דרייט זיך אויף אייוועלט.

משום איזו סיבה האט זיך דער מנהג המקום דא איינגעגלידערט אז שטעכערייען, פערזענליכע אנגריפן, און א כלליות'דיגער אומרעספעקט איז די געווענליכע נארמע. ס'איז מערקבאר אויף געוויסע פנים חדשות וואס קומען אהער ווי זיי רעדן איידל, ציטירן רעספעקטפול, זענען מחולק מענטשליך, אבער ביז א קורצער צייט כאפן זיי ווי אזוי די שפראך דא געהער צו זיין, און שארפן זיך אויס דעם צונג כאחד התושבים.

איך בין כמעט זיכער אז איר האט שוין פערזענליך געהערט פון כאטש איינעם וואס איז ארויסגעגאנגען פון דא באליידיגט. מסתמא ווייסט איר אויך פון אזעלכע וואס האבן געמאכט דעם וועג ארויס פון דא נאכ'ן אריינכאפן א פליק-צוויי פאר'ן שרייבן אן אומשולדיג תגובה'לע. נישט ווייניג מאל האלט איך מיט ווי א גאסט קומט אן, עפנט זיך א ניק, שרייבט א שיינעם ארטיקל, און אנשטאט רעאגירן ווי ערוואקסענע מענטשן, כאפט ער אריין רעכטס און לינקס אז ער ווייסט נישט וואס האט אים באטראפן.

וואס איז? מ'קען נישט רעדן ווי נארמאלע מענטשן?

קיינער פארלאנגט נישט איר זאלט האלטן ווי יענער. טענה'רייען און אומאיינשטימיגקייטן זענען א וויכטיגער חלק פון אונזער לעבנסשטייגער. "צוויי אידן דריי דיעות," לויטעט דאס ווערטל. אבער פארוואס נישט אפגעבן יענעם דעם רעזערווירטן כבוד? פארוואס נישט "מיר וואלט ענדערש אויסגעקוקט" אנשטאט "שטותים"? פארוואס נישט, "אמת, נאר אויב מ'קען מעיר זיין..." אנשטאט "שוין ווייטער מיט דיינע נארישקייטן..."?

כסדר ברענגען חברים דפה אויף נאסטאלגיע צו די בראשית יארן פון אייוועלט ווען רעספעקט האט פארמאגט א מקום, ווען נהגו כבוד זה בזה איז געווען אויף א הויכן סטאנדארט, ווען א טענה'ריי איז געווען אן אויסלופטערונג ווי איידער א הויכן בלוטדרוק עד לב השמים. אפשר איז טאקע צייט להחזיר עטרה ליושנה? אפשר קענען מיר ווירקליך טוישן דעם טאן צו שמועסן ווי גוטע חברים, אן היץ, אן קולות, מיט'ן פרובירן צו פארשטיין וואס יענער זאגט, מיט'ן צושטימען אז דער אנדערער צד האט אויך א נקודה, מיט'ן איינשטעלן א דאמינאנץ פון לאגיק אנשטאט דעם עגאאיסטישן רייץ צו האבן דעם לעצטן ווארט?

עד כאן דער חלק הדרוש. יעצט צום למעשה'דיגן חלק:

איך ווייס אז דאס איז א נושא וואס באדערט פאר זייער א סך דא; אפשר אפילו פאר יעדן. ס'איז אבער שווער צו מאכן א רעוואלוציע. געוויסע זענען שוין איינגעוואוינט צו דעם סטיל געשפרעכן און טרעפן זיך דערין אויך אומווילנדיג. טייל מאל איז עס דער טאן אינעם אשכול וואס שלעפט אריין מיט א צונאמישן כח די זייטיגע צוקוקער ווי אין קורח'ס לאך אריין.

וואס איך קלער אבער יא מ'קען פארשלאגן, זענען צוויי זאכן: ערשטנס, דעם אשכול זעלבסט. אז מ'וועט זען אז דער עולם גלייכט א מער רואיגן טאן, וועט עס אויטאמאטיש משפיע זיין אז דאס זאל ווערן די שפראך. צווייטנס, ווען איינער זעט א תגובה וואס איז געשריבן שארף אדער פערזענליך, זאל מען יענעם שיקן א פריוואטן מעסעדזש אז לא יעשה כן במקומינו. אז דאס אישי קעסטל וועט אריינבאקומען זעקס נאטיפיקאציעס מיט אויפפאדערונגען צו פאררעכטן, וועט עס האפנטליך נושא פירות זיין. אויב נישט יעצט, כאטש וועט ער קומענדיגע מאל טראכטן פאר'ן שיקן צי מ'קען נישט שרייבן די זעלבע זאך אויף א שענערן וועג.

אדרבה, ותשועה ברוב יועץ. לאזט אייך הערן. סיי אייער בליק אויפ'ן נושא בכלל, און סיי וואס איר קלערט מ'קען טון צו פארבעסערן די נושא.

און אויב האלט איר אינגאנצן נישט ווי מיר, קענט איר ארויסברענגען אייער צד מיט ערוואקסנקייט. ס'וועט מאכן א פיל בעסערן איינדרוק, ארויפרוקן דראמאטיש די שאנסן ס'זאל גענומען ווערן אין באטראכט, און משפיע זיין א פיל געשמאקערע אטמאספער איבער'ן גאנצן וועלטל -- מנוחת שלום ושלווה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

זייער זייער גערעכט
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

קודאס פאר אינזער באליבטן @גרשון.
ביסט גערעכט מיט דיינע מוסר רייד, א נייע עפאכע קומט אויף אייוועלט, רעספעקט פאר יעדעם! הכונו!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח גרשון.

כ'וואלט געזאגט אז ס'זענען דא דריי קאטאגאריעס פון מענטשן וואס רעדן נישט בכבוד'דיג.

1) זענען די מענטשן וואס ס'פעלט זיי אנושיות. אין אלע תחומי החיים. אומסענסעטיוו, און אומבאלאנסירט.

2) מענטשן מיט הארטע הויט. ס'גייט זיי נישט אן צו באקומען א פליק, און זיי כאפן נישט אז ס'קען פאר אנדערע יא וויי טוען. גיי אריין אין די פאליטישע אשכולות, ס'זענען דא ניקס וואס ס'זעט אויס אז אזעלכע טשעפערייען איז א חלק פון דער אינדזשוימענט. א פליק פאר א פליק. אבי ס'לעבט.

3) ווען דער תוכן הדברים רעגט געפערליך אויף. רוב מאל איז עס ווייל מ'פילט אז דער מתווכח איז אינגאנצן נישט קיין בר דעת. אויפקלערונגס ווערטער וועט נישט העלפן. פרובירט מען ארויסצוברענגען דעם אפאזיציע מיט א בייסיגע שורה.

מ'קען דן זיין וואו דער עיקר לאך ליגט. ביי די דריטע פאל איז דאס אן ערנסטע נסיון... מ'דארף זיך אבער מחזק זיין. ייש"כ פארן מעורר זיין.
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

גערעכט.
אבער און א געוויסע זין האט עס מעלה ... מלערנט זיך אויס, מ'באקומט א פליק, און מ'ווישט זיך אפ די נאז און מ'גייט ווייטער....
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לייק פאר'ן קעפל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

דאס איז א סיבה פארוואס אסאך טאלאנפולע געוועסענע אייוועלט שרייבער, האבן פארלאזט דאס מקום
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

איך מיין אז די עיקר חילוק פון די אמאליגע ביז די היינטיגע אידישע וועלט איז די שטארקע ריבוי עם וואס איז דא קעגן אמאל, וואס דאס ברענגט א פלייץ פון ניקלעך אויך פונעם אינגערן דור.

אלס תוצאה זענען דא אסאך וואס זענען נענטער צו די בחור'ישע זייט, און זייער שפראך שפיגלט זיך אפ אין נומער איינס און צוויי פון וואס ממוצע ברענגט, אויך זענען אסאך פון זיי פשוט אפרוחים שלא נפתחו עיניהם און מ'קען באמת ווערן אויפגערעגט פון געוויסע זאכן וואס זיי שרייבן, און דאן קען זיך אויסשפילן נומער דריי פון וואס ממוצע ברענגט...

איך פרעזענליך ליין שוין אייוועלט פון יאר תשס"ט ווען איך בין געווען אן אכצן יעריגער בחור, איז מיר אבער נישט איינגעפאלן צו עפענען א ניק ביז אריין אין די העכערע צוואנציגער יארן, ווייל ווער בין איך דען צו קענען אריינרעדן אין א דעסקוסיע צווישן ערוואקסענע מענטשן וואס ווייסן אביסל מער פון מיר וואס טוט זיך אויף דער וועלט?

זארגט'ס ענק נישט, אין ישיבה און אין כולל האב איך געהאט א פעסטע מיינונג אויף יעדן נושא, אבער קומען אויף אן אפעציעלן פלאטפארמע וואס ווערט געזען דורכ'ן פובליק דאס איז דאך שוין נעקסט לעוועל, און ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אין וויסטן חלום דאס צו טוהן.

אודאי איז גוט אז ס'קומען פרישע אינגע שרייבערס און ברענגען אריין א טשעינדזש אוו סינערי, אבער ס'דארף קומען מיט די מיינדסעט אז מ'שרייבט וועגן עפעס ווייל מ'האט א שטארקע בעקגראונד אין די נושא נאך לאנג פאר מ'האט אנגעהויבן שרייבן דערוועגן אין פובליק.
לעצט פארראכטן דורך והיתם נקיים אום מיטוואך מאי 05, 2021 8:45 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

פעיק ניוז האט געשריבן:לייק פאר'ן קעפל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הייבט אן פארשפרייטן די נייע העשטעג

#בובו אלערט
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:הייבט אן פארשפרייטן די נייע העשטעג

#בובו אלערט

הא הא הא הא, די ביסט פיינע נייעס
יוש האב איך געלאכט
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

Haklal האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:הייבט אן פארשפרייטן די נייע העשטעג

#בובו אלערט

הא הא הא הא, די ביסט פיינע נייעס
יוש האב איך געלאכט

אויב שוין יא, זאל עס זיין #חיה אלערט
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ר' גרשון
זייער א ריכטיגע נקודה
מסתמא כאפן נישט מאנכע אז עכטע מענטשן זענען אינטער ניקים אין מען ווערן וויי געטוען
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

פרישע קוגל האט געשריבן:קודאס פאר אינזער באליבטן @גרשון.
ביסט גערעכט מיט דיינע מוסר רייד, א נייע עפאכע קומט אויף אייוועלט, רעספעקט פאר יעדעם! הכונו!

אמת הדבר, וצריך תיקון גדול,
והלואי שהדברים יתקבלו.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Haklal האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:הייבט אן פארשפרייטן די נייע העשטעג

#בובו אלערט

הא הא הא הא, די ביסט פיינע נייעס
יוש האב איך געלאכט

האסט מחי’ געווען א נפש...
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

גרשון האט געשריבן:.

דו בוזט א צדיק

איך האב היינט די ערשטע מאל געגעבן פאר איינעם א פליק דא אויפן וועלטעל

כאטש איך טו עס קיינמאל נישט (אזוי האב איך מיר פארגענומען ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן), האב איך געהאלטן אז דאס מוז מען פארשרייען (פארשטייט זיך ריין לשם שמים)

איך האב עס געטרייט צו שרייבן די שענסטע וואס מען קען,

שפעטער האב איך באקומען חרטה געפילן, איך האב געטראכט אפילו ער איז פארשטעלט אפשר איז דא וואס קענען אים, חוץ מזה ער ארבעט שוין לאנג אויף זיין ניק פארוואס זאל איך גורם זיין דערין ווייניגער רעספעקט, איך האב געטראכט וויאזוי איך וואלט מיר געפילט ווען איינער געט מיר אויך נאר אזא איידעלע פליק,

כ'האב אפגעמאכט איך גיי עס מעקן,

למעשה, בין איך געווארן פארנומען מיט וויכטיגערס און עס איז ארויסגעפלויגען פון מיין קאפ,

יעצט זיך צוזעצינדיג צו אייוועלט, איז די ערשטע פון די אקטיווע אשכולות געווען אטא אשכול,

איבריג צו זאגן אז ביז א סקונדע איז עס געווען פארמעקט,

מגלגלין זכות על ידי זכאי

שכוח און תזכה למצוות
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין ריעל לייף בין איך א ביישן, היפש צוריקגעצויגן, שעמעוודיג און א שטיקל זויערע אוגערקע. ס'מיר שווער צו עפענען א מויל ברבים, וקל וחומר צו מאכן מענטשן לאכן. אפי' צו זאגן איינעם א גוט ווארט פריוואט, קאסט מיר כוח, אבער כ'שטארק זיך דערויף.

וועגן דעם האב איך דא געעפנט א חוח'ל ניק, מיט וועלכן מ'לעפצעט אמאל-אמאל ארויף שמייכלען אויף מיילער. דא זעט קיינער נישט ווי כ'ווער רויט נאכן זאגן א גוט ווארט פאר איינעם ברבים, און כ'בין זיך זייער משתדל ס'זאל ארויסקומען האניג פון מיין בינטל דערנער און אפגעבן יענעם דעם כבוד הראוי.

כ'ווייס אז בדרך כלל בין איך זייער פארגינעריש און פאזיטיוו צו אנדערע, כ'האלט זיך קיל, אן קיין שרייערייען. אבער מכאן הקריאה יוצאת: אויב טרעפט איר נעגיטיוויטי אין מיינע ווערטער (למשל די ערשטע שורה פון אט די תגובה... נעע..), מעלדט מיר איין אז כ'זאל עס פאררעכטן.

ס'איז אזוי הערליך ווען מ'איז זיך מכבד איינער דעם צווייטן און מ'טראכט פון יענעמ'ס געפילן איידער מ'שרייבט עפעס. די פיעלינג איז געשמאק און זיס. אזוי פיל זאכן וואס כ'האב געקענט/געוואלט אויספייטן און טענה'ן האב איך געהאלטן ביי מיר, אדער עס געשריבן בנימוס, און אויף קיין איינע פון זיי האב איך קיינמאל נישט חרטה געהאט.

כ'ווייס אז כ'בין נישט קיין אדם השלם, און מ'האפ'מיר צו שטייגן אין דעם געביט.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

א לייק קנעפל וועט דאכט זיך זייער ארויסהעלפן, ווען יעדער שרייבער וועט זעהן ווי ער האלט אויפן וועלטל און וועלכע תגובות ווערן אויפגענומען שיין.
אדער אפשר אפי׳ א 5 סטאר רעיטינג סיסטעם.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

lazy האט געשריבן:א לייק קנעפל וועט דאכט זיך זייער ארויסהעלפן, ווען יעדער שרייבער וועט זעהן ווי ער האלט אויפן וועלטל און וועלכע תגובות ווערן אויפגענומען שיין.
אדער אפשר אפי׳ א 5 סטאר רעיטינג סיסטעם.

רט.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:א לייק קנעפל וועט דאכט זיך זייער ארויסהעלפן, ווען יעדער שרייבער וועט זעהן ווי ער האלט אויפן וועלטל און וועלכע תגובות ווערן אויפגענומען שיין.
אדער אפשר אפי׳ א 5 סטאר רעיטינג סיסטעם.

רט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:א לייק קנעפל וועט דאכט זיך זייער ארויסהעלפן, ווען יעדער שרייבער וועט זעהן ווי ער האלט אויפן וועלטל און וועלכע תגובות ווערן אויפגענומען שיין.
אדער אפשר אפי׳ א 5 סטאר רעיטינג סיסטעם.

רט.

אהה רט
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חוח בין השושנים האט געשריבן:אין ריעל לייף בין איך א ביישן, היפש צוריקגעצויגן, שעמעוודיג און א שטיקל זויערע אוגערקע. ס'מיר שווער צו עפענען א מויל ברבים, וקל וחומר צו מאכן מענטשן לאכן. אפי' צו זאגן איינעם א גוט ווארט פריוואט, קאסט מיר כוח, אבער כ'שטארק זיך דערויף.

וועגן דעם האב איך דא געעפנט א חוח'ל ניק, מיט וועלכן מ'לעפצעט אמאל-אמאל ארויף שמייכלען אויף מיילער. דא זעט קיינער נישט ווי כ'ווער רויט נאכן זאגן א גוט ווארט פאר איינעם ברבים, און כ'בין זיך זייער משתדל ס'זאל ארויסקומען האניג פון מיין בינטל דערנער און אפגעבן יענעם דעם כבוד הראוי.

כ'ווייס אז בדרך כלל בין איך זייער פארגינעריש און פאזיטיוו צו אנדערע, כ'האלט זיך קיל, אן קיין שרייערייען. אבער מכאן הקריאה יוצאת: אויב טרעפט איר נעגיטיוויטי אין מיינע ווערטער (למשל די ערשטע שורה פון אט די תגובה... נעע..), מעלדט מיר איין אז כ'זאל עס פאררעכטן.

ס'איז אזוי הערליך ווען מ'איז זיך מכבד איינער דעם צווייטן און מ'טראכט פון יענעמ'ס געפילן איידער מ'שרייבט עפעס. די פיעלינג איז געשמאק און זיס. אזוי פיל זאכן וואס כ'האב געקענט/געוואלט אויספייטן און טענה'ן האב איך געהאלטן ביי מיר, אדער עס געשריבן בנימוס, און אויף קיין איינע פון זיי האב איך קיינמאל נישט חרטה געהאט.

כ'ווייס אז כ'בין נישט קיין אדם השלם, און מ'האפ'מיר צו שטייגן אין דעם געביט.


יאך גלייב נישט די ערשטע שורה
סארי כ’מיין נישט צו טשעפענען כהאף ביסט מיר מוחל ...
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

זייער אויפריכטיגע דיבורים גרשון, איך האב שוין פון לאנג געפילט אז ס׳ווערט אסאך מאל צו פערזענליך, איך האב אפילו געטראכט צו מעורר זיין, שכח פארן גיין פתיחה.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

איבריג צו זאגן אז יעדע ווארט איז אקוראט אזוי!

דער וואך 'לא תונו איש את עמיתו'.

און נישט נאר מעג מען נישט מאכן א בובו פאר א חיה, נאר עס איז אויך א שיינע זאך צו געבן א ווארעמע גלעט פאר א חיה... זאג א קאמפלימענט, ביסט מחיה נפשות!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

חבקוק האט געשריבן:איבריג צו זאגן אז יעדע ווארט איז אקוראט אזוי!

דער וואך 'לא תונו איש את עמיתו'.

און נישט נאר מעג מען נישט מאכן א בובו פאר א חיה, נאר עס איז אויך א שיינע זאך צו געבן א ווארעמע גלעט פאר א חיה... זאג א קאמפלימענט, ביסט מחיה נפשות!

ראוים הדברים למי שאמרם!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”