וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שוין אינדערהיים אויפן וועג צוריק פון מירון ב"ה...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

בערך 1:00 גיי איך אויפן מעין ראוד העכער תו"א, און ס'טוט זיך די געווענליכע שטופעניש, און איך שטופ זיך דורך ווי נארמאל, פלוצלינג הייבט מען אן זעהן אמבולאנסען פליען ארויף די בארג, און הצלה מיט אנדערע שלעפען סטרעטשערס, א טאטע לויפט מיט זיין קינד צום אמבולאנס, אא"וו, איך ווייס נישט וואס טוט זיך, אבער דאס איז זיכער אז עפעס מעיזשער האט געדארפט פאסירען, די פאליס שרייט "עפענטס די גאס, עפענטס די גאס", און יעדער איינער פראבירט זיך צו רוקען צו די זייטען לפי האפשרי, און ס'שטראמען אמבולאנסען מיט זק"א אן אויפהער, דערווייל קוק איך אויף די גרויסע סקרין, און איך זעה אז די מוזיק גייט נאך, אבער די שטח פון תו"א הייבט זיך אן אויסליידיגען, איך געב א שטעל אפ איינער און פרעג אים וואס האט פאסירט, זאגט ער מיר אז א פארענטשע ביי תו"א האט זיך צובראכען, איך האב גלייך פארשטאנען אז דאס קען מיינען הונדערטע פארוואונדעטע ה"י, און געכאפט א שוידער, איך לויף אראפ און כאפ איינע פון די לעצטע באסעס ארויסצוגיין איידערן פארמאכען די ראודס, און אזויווי איך האב נישט קיין אינטערנעט, און מיין ווייב שלאפט שוין, קלינג איך אן א קרוב מיינער אין אמעריקע, און פרעג אים גלייך וויפיל טויטע איז דא, זאגט ער מיר איבער צוואנציג, און ווי אויך איז ער מיר מודיע אז דא איז קיין צובראכענע פארענטשעס נישט געווען, נאר א שוידערליכער סטעמפיד, און ער זאגט מיר אז מען קען נישט ריטשען א אנדערע קרוב מיינער אין מירון, זאג איך אים אז לפי ידיעתי איז ער נישט געווען ביים פלאץ פון די טראגעדיע (וכך הוה. ב"ה), און די גאנצע וועג האב איך שוין נישט געקענט שלאפען, נאר געזאגט אביסל תהלים און פראבירט איינצושלאפען, סיז אבער נישט ממש געגאנגען, ביז איך בין אהיימגעקומען צופרי, און גלייך געעפענט אייוועלט, און געזעהן אז ס'רעדט זיך פון איבער 40 הרוגים ה"י, אזוי בין איך געליגען אויף מיין בעט צושוידערט און פארוויינט, ווען מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט, געבט זי מיר א פרעג וויאזוי איז געווען אין מירון, זאג איך מיט א צושטיקטע שטימע סיז געשען א דיזעסטאר איבער פערציג טויטע, "וואס?" געבט זי א שריי.

שוין. גענוג געשריבען. האפענטליך עט דאס נישט זיין א גילוי אקציע.

מיין ערשטע תגובה אויף אייועלט נאכן זיך דערוויסען פון די טראגעדיע
פנימחדשות האט געשריבן:אוי וויייייייייייי

די מראות פון נעמען די שווער פארוואונדעטע וכו' צו די אמבולאנסען, די קולות, די געוויינען, אפגעשטעלט די שמחה, אפגעשטעלט אלס.
א דעזאסטער.
נישטא קיין באסעס, קיין שמחה, קיין מוזיק.

וויי. ר' שמעון.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באקומען פון א חבר אין הענגאוט:
"כ'האב עס געזען אט דא, געכאפט מיין הוט רעקל און תהלים אויפן מינוט, די רעבעצין האט הערשט באקומען א פאון פון די שוויגער א האלבע שעה שפעטער, פרובירט רופן מיין שוואגער א תו"א טשאטשקע וואס האט אפגעשוירן אין מירון, געקריגן עפעס א מעסעדזש אויף זייער שפראך אנשטאט, די שוויגער איז דערשראקן ביז גאר, אויפן גאנצן וועג קיין קר"י זיינען די תהלים'ס ביזי געווען, הערשט נאך די הדלקה האב איך באקומען א דעפעשע פון ווייבער שול אז דער שוואגער האט גערופן אז ער איז אויפן וועג אהיים מער קען ער (וויל ער) נישט רעדן"

---
דער אשכול האט זיך שוין אויסגעצאלט מיט פראצענטן, איך האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען די איינטראגעס פון די חברים, בפרט די וואס זענען געווען באתרא קדישא מירון. ביטע זייט ממשיך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גערופן קולמע נאכן זעהן שטילקייט אין הויז, ארום 8:30. נאטורליך אריענטיר איך מיך שנעל. אבער דער מנחה נאכדעם איז געווען א דורכגעווייקטער.

שפעטער בין איך ארויפגעקומען דא. דעמאלטס האב איך אנגעפאנגען צו "מיטלעבן" דעם מצב. כ'האב געוויינט און געזאגט תהילים. כ'האב בעיסיקלי געוויינט ביז קידוש פרייטאג צונאכטס, נאכן זיך גוט אויסוויינען ביים "מודה אני לפניך". נאכדעם איז שוין נאר געווען עפטער שאקס.

דעם פרייטאג פרישטאג וועל איך נישט פארגעסן. היתה לי דמעתי לחם. כ'האב געהערט אברהם רייכמאנ'ס אינטערוויא אויף קולמע, כ'האב זיך געשאקעלט פאר געוויין. געגעסן און געוויינט, געגעסן און געוויינט. היתה לי דמעתי לחם. כ'דאנק דעם אייבירשטן אז כ'האב געקענט וויינען. כ'האף אז כ'האב עס געפראסעס געהעריג.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ניס קראכער האט געשריבן:געזעצן ביי מיר אין אפיס, און געליינט אייוועלט בענאזאם מיטהאלטן'דיג די תולדות אהרן הדלקה לעבעדיג, ווען פלוצים פאנגט אן צו שטורעמען תגובות, אזאש אז איך בין פארגליווערט געווארן,

אהיים גייעדיג האב איך געזען מענטשן פריילעך און מינטער, נישט וויסנדיג וואספארא בשורות איוב קומט אריין, מיין קאפ איז מער נישטא געווען,
כ'האב ממש נישט געקענט וואקן גראד!

סעים העיר.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

איך וויל שרייבען מיין טאג ביך פון ל"ג בעומר אבער איך האב נישט קיין כח
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך וויל שרייבען מיין טאג ביך פון ל"ג בעומר אבער איך האב נישט קיין כח

און ווען איר וועט שוין האבן כח וועט איר שוין נישט האבן קיין מח, די זכרונות וועלן שוין שוואכער ווערן, אז איר וועט יעצט שרייבן קען זיין אז ס’וועט געבן כח אויך דאס אויסגעבן
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך האב געהאט קוים אהיימגעקומען פון די ארבעט ווען מיין חבר האט מיך אריינגעטעקסט אז עפעס גייט פאר אין מירון.
איך האב אים נישט געגלייבט ווייל איך האב קוים אפאר מינוט פריער געקוקט אייוועלט און גארנישט געזעהן.
איך האב גלייך געקאלט קולמע וואס האט נאך גארנישט געזאגט דעמאלטס.
צוביסלעך האבן זאכן אנגעהויבן פאטשן אין פנים...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

אויפן וועג אהיים פין ארבעט. געליינט אייוועלט ביי די רויט לייטס.
איך האב נישט געקענט דרייווען מער. איך האב מיר געפארקט אין די זייט, און געריפן אהיים אז איך וועל זיין שפעט היינט.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אויפ'ן וועג צו א חתונה פון א קינד, באקומען מעסעדזשעס, נישט געקענט געהעריג קוקען

ביי די חתונה איז יעדער געווען פארנומען דערמיט, אבער צו מיר האט מען פארשטייט זיך נישט גערעדט דערפון
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

געקיקט דעם לייוו פון תו''א אין געזען ס'ווערט ערגער אין ערגער מען שרייט שביל ר' דוב מלעשט אויס די מוזיק מען צינד ציריק אן אין מיין חלום האב איך נישט געטראכט אז מען רעדט אפי' פון איין טויטע איך האב אנגעהויבן קיקן אייוועלט סאיז מיר געווארן הייס אין קאלט
לעצט פארראכטן דורך מחצה''ק אום מיטוואך מאי 05, 2021 3:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

מחצה''ק האט געשריבן:געקיקט דעם לייוו פון תו''א אין געזען ס'ווערט ערגער אין ערגער מען שרייט שביל ר' דוב מלעשט אויס די מוזיק מען צינד ציריק אן אין מיין חלום האב איך נישט געטראכט אז מען רעדט אפי' פון איין טויטע

גא''מ
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הארט בעפאר מיין ברודערס חתונה ווען כהאב אפגעווארט די רעבעצין אין קאר

כהאב דעמאלטס באקומען א טעלעפאון קאלל פון מיין חבר אז מיין אנדערע חבר'ס מאמע, וועלכע איז געווען נישט געזונט, איז אין א קריטישע מצב..
האב איך אפירגענומען דעם טעבלעט און זיך גענומען קוקן סטאטוס אלץ מיטל זיך צו דיסטרעקטן.. און שוין...
קומט אפיר בילדער פון יונגע מענטשן אין מירון אין באדי בעגס.. כהאב געשפירט אז איך טראג עס נישט איבער.. מהאט שוין דעמאלטס געזעהן אז מרעדט פון ארום 40 נפטרים

ביים קבלת פנים האב איך מיך גענומען טרינקען בראנפן פשוט זיך צו מאכן נאמב (דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געטרינקען אלקאהאל מיטן ציל צו אנטלויפן פון מיך אליינס)
האב איך דעמאלטס געקלערט צו מיר, סשטייט דאך תנו שכר לאובד ויין למרי נפש
מיר זעהען אין די גמרה אז די וועלכע זענען געווען יוצא להרוג האט מען געגעבן צו טרינקען און מיר טרעפן אויכעט אז פאר אן אבל גיבט מען צו טרינקען וויין
מצד שני ביי שמחות טרינקט מען דאך אוואדע וויין

סאו האב איך מיר באשלאסן אז איך מוז מיר אנטרינקען ריגארדלעס ווייל כהאלט עס נישט אויס.. וכך הוה, ב"ה מהאמיר דורכגעלעבט די נאכט און משמח געווען דעם חתן כפי כוחי

דעם דאזיגן טאג פון צער, שאק און פיזור הנפש וועל איך ווארשיינליך קיינמאל נישט פארגעסן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
און בן פלת
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 12:21 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און בן פלת »

געוועהן אויף א שאטעל אינצעווישן הר מירון און די דערפל כחל דארט ווי אונזערע אוטו איז געוועהן פארקירט.
מ'קומט אהן צו די כניסה פון יענע דערפל שטייט א פאליציי קאר און בלאקירט די אריינגאנג.
גייט איינער אראפ פונעם באס און זאגט אז אונז קומען יעצט פון מירון און אונז ווילן אנקומען צו די קארס.
זאגט די פאליציי, יש פיגוע במירון נפל מרפסת שמה ויש פגועים, אין כניסה ואין יציאה.
מ'האט אים פרובירט מסביר צו זיין אז אונז גייען ס"ה אהיים נישט צו מירון סאו ער זאל אונז ביטע אדורכלאזן, בקיצור ער האט מסכים געוועהן.
שוין, אריינקומענדיג און קאר האביך אנגעהויבן באקומען פאון קאללס פון יעדער וואס כ'קען נאך צו כ'לעב, א גאנץ וועג נאך א שעה אוועק פון מירון אויף די כביש שש האט געפלויגען אמבולאנסען לכיוון מירון (איך האב געזעהן א ערך פון 50), און פון דארט און ווייטער האט די נייעס'ליך אנגעהויבן אריינצורינען.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היסטאריקער האט געשריבן:אויפ'ן וועג צו א חתונה פון א קינד, באקומען מעסעדזשעס, נישט געקענט געהעריג קוקען

ביי די חתונה איז יעדער געווען פארנומען דערמיט, אבער צו מיר האט מען פארשטייט זיך נישט גערעדט דערפון

מסתמא האט געשריבן:הארט בעפאר מיין ברודערס חתונה ווען כהאב אפגעווארט די רעבעצין אין קאר

כהאב דעמאלטס באקומען א טעלעפאון קאלל פון מיין חבר אז מיין אנדערע חבר'ס מאמע, וועלכע איז געווען נישט געזונט, איז אין א קריטישע מצב..
האב איך אפירגענומען דעם טעבלעט און זיך גענומען קוקן סטאטוס אלץ מיטל זיך צו דיסטרעקטן.. און שוין...
קומט אפיר בילדער פון יונגע מענטשן אין מירון אין באדי בעגס.. כהאב געשפירט אז איך טראג עס נישט איבער.. מהאט שוין דעמאלטס געזעהן אז מרעדט פון ארום 40 נפטרים

ביים קבלת פנים האב איך מיך גענומען טרינקען בראנפן פשוט זיך צו מאכן נאמב (דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געטרינקען אלקאהאל מיטן ציל צו אנטלויפן פון מיך אליינס)
האב איך דעמאלטס געקלערט צו מיר, סשטייט דאך תנו שכר לאובד ויין למרי נפש
מיר זעהען אין די גמרה אז די וועלכע זענען געווען יוצא להרוג האט מען געגעבן צו טרינקען און מיר טרעפן אויכעט אז פאר אן אבל גיבט מען צו טרינקען וויין
מצד שני ביי שמחות טרינקט מען דאך אוואדע וויין

סאו האב איך מיר באשלאסן אז איך מוז מיר אנטרינקען ריגארדלעס ווייל כהאלט עס נישט אויס.. וכך הוה, ב"ה מהאמיר דורכגעלעבט די נאכט און משמח געווען דעם חתן כפי כוחי

דעם דאזיגן טאג פון צער, שאק און פיזור הנפש וועל איך ווארשיינליך קיינמאל נישט פארגעסן

מסתמא - באגריס טאטי, אדער טאטי'ס מחותן...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

לכאורה האט געשריבן:

קען נישט זיין.. איך האב אים ווי א שוטה אלעס דערציילט

אפשר דער מחותן.. שוין, עטליעסט כהאב א וואוילער ברודער
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך וויל שרייבען מיין טאג ביך פון ל"ג בעומר אבער איך האב נישט קיין כח

און ווען איר וועט שוין האבן כח וועט איר שוין נישט האבן קיין מח, די זכרונות וועלן שוין שוואכער ווערן, אז איר וועט יעצט שרייבן קען זיין אז ס’וועט געבן כח אויך דאס אויסגעבן

די רבי האצעך געפינען אויפן שטח בשעת מעשה, און דארף קומען ציזעך.
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געפרואווטער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך וויל שרייבען מיין טאג ביך פון ל"ג בעומר אבער איך האב נישט קיין כח

און ווען איר וועט שוין האבן כח וועט איר שוין נישט האבן קיין מח, די זכרונות וועלן שוין שוואכער ווערן, אז איר וועט יעצט שרייבן קען זיין אז ס’וועט געבן כח אויך דאס אויסגעבן

די רבי האצעך געפינען אויפן שטח בשעת מעשה, און דארף קומען ציזעך.

אוי געוואלד דאן וועט ער ווארשיינליך נישט אזוי שנעל פארגעסן..
א רפואה שלימה בקרוב ממש בתוך שאר חולי ישראל
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ארויסגייענדיג נאכן דאווענען מנחה אין די בית מדרש נעבן מיין אפיס בערך 6:25 ווייזט מיר א שכן אויף זיין כלי א סטעטוס פון די מהומה ער פרעגט מיך צו איך האב עפעס געהערט פון מירון, נאכן ענטפער אז ניין ווייל איך נעם נישט מיט מיין טעלעפאון געווענטליך צו די 15 מינוטיגע מנחה האב ער מיר געוויזן, אנקומענדיג צוריק אין אפיס האבעך שוין געזען די באריכטן אויף סטעטוס און אויפן וועלטל,
געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים אין אפיס,

זאל מען הערן נאר גוטע בשורות
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
געפרואווטער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך וויל שרייבען מיין טאג ביך פון ל"ג בעומר אבער איך האב נישט קיין כח

און ווען איר וועט שוין האבן כח וועט איר שוין נישט האבן קיין מח, די זכרונות וועלן שוין שוואכער ווערן, אז איר וועט יעצט שרייבן קען זיין אז ס’וועט געבן כח אויך דאס אויסגעבן

די רבי האצעך געפינען אויפן שטח בשעת מעשה, און דארף קומען ציזעך.

אוי געוואלד דאן וועט ער ווארשיינליך נישט אזוי שנעל פארגעסן..
א רפואה שלימה בקרוב ממש בתוך שאר חולי ישראל

מיינט ער נישט און די פייל רח"ל, נאר און די אומגעגענגט.

איר זענט גערעכט מגייט זיך נעמען שרייבן.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

בעפאר מנחה ארום 8:40 האב איך געזען אז עפעס טוט זיך, איך האב נישט געוואלט הערן ווייטער נאר געזאגט אפאר קפיטלעך תהילים. איך האב נישט געוואוסט ווי ערענסט די מצב איז (איך האב געהאט געהערט א נומער אבער איך האב געמיינט פארוואדערטע נישט ח"ו...) ביז פרייטאג צופרי אין אפפיס.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

לכאורה האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...

דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אומגליק אין אתרא קדישא מירון אשכול מיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.

ביסט גערעכט... איך זע אז אום 7:03 האב איך געמעקט א תגובה אויפ'ן צווייטן בלאט פון יענעם אשכול, און דער קעפל דארט איז טאקע "אומגליק" וכו'

ווען איך האב פותח געווען דעם אשכול האט מען נאכנישט געוויסט קלאר צו ס'איז דא באמת הרוגים ר"ל, ס'געווען אזעלעכע וואס האבן געשריבן (געשריגן) אז ס'איז נישט דא קיין הרוגים, ס'איז איבערגעטריבן. איך האב זייער געהאפט אז ס'איז נישט אמת האב איך אנגעהויבן דעם אשכול מיט "אומגליק אין מירון".
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איך בין געשטאנען פארנט פון א געשעפט און געווען פארנומען מיט א חבר מיט "ביזנעס עז יוזשעל", ווען פון א דערנעבנדיגע רעסטוראן איז ארויסגעקומען דער בעה"ב - מיינס א ידיד פון ישיבה - אינאיינעם מיט אן ארבייטער זיינעם, אינמיטן א העפטיגן געשפרעך וועלכע האט געצויגן מיינע אויערן... מירון... גע'הרג'עטע... איך בין געווען זיכער אז ס'איז - חלילה - געשעהן א טעראר אטאקע, ווען דער ארבייטער האט געזאגט אז ס'איז דא דארט "הונדערטער טויטע (רח"ל היל"ת)". מיט שרעק האב איך געפרעגט וואס גייט פאר, צו הערן אז א פארענטשע איז געפאלן און ס'איז דא אומצאליגע פאטאליטעטן רח"ל. שטייענדיג דארט האבן היבש אפאר מענטשן אריינגערופן אויפ'ן רעסטוראן נומער צו קענסעלירן זייער באשטעלטן זיץ-אין נאכטמאל, שפירנדיג זעהט אויס אז זיי קענען נישט עסן אין א רייכן פלאץ ווען ס'איז דא אזא ווייטאג ביי כלל ישראל.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אהיימגעקומען פון די ארבעט ארום 7:20 און באמערקט צוויי פאוסטס פון חברים 'יעצט איז די צייט זיך צוריקצוהאלטן פון לייגן נעמען', כ'האב נישט געהאט קיין מושג וואט דע .... גייט פאר. דערשראקן צום טויט עפן איך דעם וועלטל און געזעהן... מיינע הענט האבן געטרייסלט פאר שרעק, און כ'האב פארציילט מיין ב"ב, סתם צו וויסן אז עפעס גייט פאר, אין קעיס זי וועט הערן עפעס ביי די הדלקה. מיין קאפ איז שויניש געווען דאהי, און כ'האב זיך ארומגעדרייט צערודערט. כ'האב ריפרעשט דעם וועלטל איינמאל און נאכאמאל (שכח ארענדער!, און א יישר כח אלע אחראים).

אין יענע פאר שעה האב איך זיך געצווינגען צו האלטן קאלט, כ'ווייס אליין נישט פארוואס. ס'איז האלב יא און האלב נישט געלונגען, די תגובה פון לכאורה האט מיר געמאכט טשילללללס. נישט געוואוסט צו ער ווייסט עפעס און זאגט נישט. כ'האב קיינעם געפרעגט קיין אפדעיטס, ס"ה געזעסן, ריפרעשט די פעידזש וחוזר חלילה.

גייט אדורך א שעה, דער מצב קריסטאליזירט זיך ליידער, און כ'האב מודיע געווען מיינע קינדער אויפן שפיץ גאפל, און געזאגט אז ס'איז מעגליך אז די הדלקה דאהי גייט זיין במתי מעט, און קודם זאלן זיי זאגן תהלים, כ'האב אויך געזאגט, ליידער אן גרויס פירוש המלות נאר מיט א פארצווייפלט הארץ און פארטעמפטן מח. למעשה נאך א וויילע האט מען געקענסלט די הדלקה, די קינדער זענען געגאנגען שלאפן און איך אין שוהל. זיך געדרייט ווי א שאטן, געזעסן ביים סעודה אפאר מינוט, און עווענטועל אהיים. כ'האב נישט געהעריג געקענט שלאפן, זיך געדרייט רעכטס צו לינקס ביז שפעט.

צופריה אין די ארבעט האב איך אביסל מיטגעהאלטן נייעס, די נעמען האבן אנגעהויבן אריינקומען, אבער כ'האב פראבירט מסיח דעת זיין און נישט מיטהאלטן קיין סאך, פשוט צו קענען ארבעטן.

די דזשאוק האט עקספייערט ווען אן אפיציעלער דעפעשע האט געמאלדן אז א קאלעגע אונזערער האט געברענגט א קרבן עולה אויפן מזבח מירון, זיין לעכטיגער בחור'ל איז צווישן די אומגעקומענע. איבריג צו זאגן אז עס האט מיר צערודערט אויף כחות. כ'האב זיך ארומגעדרייט ווי א שאטן, זיך אנגעקוקט מיט די איינציגסטע אנדערע אידיש קינד אין אפיס, און אונזערע בליקן האבן זיך צוזאמגעטראפן און אראפגעלאזט. פארשטומט פון טרויער.

כ'בין גלייך דערנאך אהיים, און פראבירט צו מסיח דעת זיין. געפראוועט א שטיקל ל"ג בעומר סעודה מיט די קינדער, ווענגלייך מיין קאפ איז נישטא געווען. און אזוי אגאנץ שבת האב איך זיך ארומגעדרייט אנע קאפ.

מיטהאלטנדיג די לוי' זונטאג, האט עס פיינעלי געגעבן די געלעגנהייט זיך צו אויפלאזן און וויינען (מיינע רגשי הלב זענען פאראייביגט אינעם בד"ה מהדורת מירון אשכול). איך און מיין אידענע זענען געזעסן און געכליפעט ווי קליינע קינדער, און מיר האבן ביידע דאן סאמהאו געלאנדעט צוריק.

דינסטאג נאכמיטאג בין איך געווען מנחם אבל זיין, פארברענגט דארט היבש לאנג, ווען כ'האב פריש ערוועקט די געפילן, אבער כ'האב ב"ה עס האלבוועגס געקענט מאנואווערן עס זאל בלייבן אין גלייכגעוויכט.

פארט אבער האט דער געשעעניש געלאזט א לאך אין מיין הארץ. עס איז נישט עפעס וואס קען אזוי שנעל פארהיילט ווערן. זאל הקב"ה געבן דעם דעת מ'זאל כאטש עס אויסנוצן אלס כלי מחזיק ברכה, און דערהערן וואס ער וויל פון אונז, ועליה השלם כל הקרבנות כולם.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

געזעסן אינדערהיים בערך 6:45 - און באקומען א טעקסט מעסעדזש פון מיינ'ס א ברודער בזה"ל: א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט אין מירון!

צוויי דריי מינוט דערויף די נעקסטע מעסעדזש: פילע מענטשן טויט ביי די תולדות אהרן'נער הדלקה!

צוויי מינוט שפעטער די נעקסטע מעסעדזש: איבער צוואנציג! זאג תהלים!

צוויי מינוט שפעטער: 25!

7:22: 38!

7:34: איבער 40!

און.. איך בין נאך אלץ נישט געקומען צו זיך!

השם ירחם על עמו ונחלתו!
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום פרייטאג מאי 07, 2021 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”