טויטע שורות - מירון תשפ"א

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »



באסעס מיט באסעס... דאס איז די איינציגע זאך וואס מ'זעט פאר די אויגן, שוין פינעף שעה וואס מ'זיצט דא אויפן ראוד, און מ'זעט נאר באסעס, די וועג נעמט נישט קיין עק, מ'זיצט און מ'זיצט, אבער וועם גייט דאס אן? די עיקר איז אז מ'איז ב"ה אויפן וועג צום הייליגן תנא.

אהה... ר' שמעון. נאר די בלויזע נאמען ברענגט ארויף אזא התרגשות, אזא השתוקקות, נכספה וגם כלתה נפשי, אוי, נאך אזא יאר וואס מ'איז אדורך, א יאר וואס מ'האט פארלוירן עלטערן און באקאנטע, א יאר וואס מ'האט זיך געמוטשעט מיט די פרנסה, א יאר וואס דאס הארץ איז פארטעמפט געווארן פון אזויפיל לוויות, אהה, דאס הארץ איז פיל מיט הרגשים...

און אט זעט מען לייכטן פונדערווייטנס, מ'קוקט ארויס פון פענסטער און מ'דערקענט דאס דערפל, די דערפל וואו אזויפיל ישועות וואלגערן זיך, די דערפל וואו יעדע איד טרעפט זיך דאס ארט, די דערפל וואו אזויפיל תהילימ'ליך ווערן באנעצט, די דערפל מירון.

ס'הארץ גיבט א צאפל, די עולם שטעלט זיך שוין אויף, ס'ווערט א מצב, מ'נעמט אראפ דאס קאפעליטש פון איר מקום מנוחה, מ'מאכט זיכער אז זי איז געבליבן גאנץ נאך אזא וועג, מאנכע כאפן זיך אויף פון די גערידער, צייכענעס פון די פענסטער דערקענט זיך אויף זייערע פנימ'ער. ענדליך קומט די באס צו אן אפשטעל, די עולם הייבט אן אראפשטייגן, מ'טוט זיך אן דאס גארטל און מ'גרייט זיך צו טרעטן אויף דעם אדמת קודש.

מ'שפרייזט ארויף די דרך מהדרין, מ'שטעלט זיך אפ אין קארלסבורג זיך צו דערכאפן דאס הארץ מיט א ווארימע פארציע זופ, א פיין שטיקל קיגל, און אביסל פארווע טשולנט (נישט צו דערלייגן די קאווע חלילה), א עלטערע בחור דרייט זיך ארום מיט א פלאש וויין און טיילט לחיים, די עולם וואונטשט זיך אן איינער דעם צווייטן, איטליכע בחורים שטייען פארלוירנערהייט מיט רענצלעך און פראבירן זיך ארגעניזירן א בעט אויף שבת, בקיצור, א מירונ'ער אטמאספער.

א בליק אויפן זייגער צייגט אז ס'איז שוין פינעף מינוט צו ר"ת, קיין באיאן וועט מען שוין נישט אנקומען, מ'דארף דאך קודם מאכן א הכנה, פוקד זיין די ציון הקדוש, דאווענען מעריב, אבער נישט געזארגט, מ'וועט שוין משלים זיין ביי תולדות אהרן.

די בארג ארויף איז פיל מיט אידן פון אלע סארטן, געשטריקטע קאפלעך מיט צושויבערטע פיאות נעמען צאם געלט פאר ישוב ארץ ישראל, ווען אינדערזייט שטייט א פלאמעדיגע קנאי און מאכט זיכער אז קיינער ווארפט נישט אריין קיין שקל, די טאש פילט זיך אן מיט ברסלב'ע קונטרסים, לובאוויטשע בלעטער, און קארטלעך בגנות האינטערנעט, מ'ווערט באווארפן מיט מזונות און טרינקן פון אלע זייטן, כלל ישראל שיינט מיט אירע פילע קאלירן.

יעדע פאר טריט שטויסט מען זיך אן אין א איד מיט בגדי שבת וואס באגלייט זיין חאלאקע אינגעלע. איי, די חאלאקע קינדער, זיי זענען דאך אזוי ריין, אזוי לויטער, ס'בענקט זיך צו אט די זארגלאזע תקופה, ווען די ערגסטע זאך אויפן וועלט איז געווען אז מ'האט פארלוירן א לאלי. ס'געווען צייטן אמאל...

פון יעדע טענט קומט ארויס אנדערע סארט מוזיק, דער איז מחליט אז מ'דארף ניגוני התעוררות, און די צווייטער האלט אז ס'פאסט נישט צו שפילן עפעס אויסער בר יוחאי, דא שפילט א חתונה און דארט זינגט איינער מיט התלהבות, אבא, אבא, אבא, מלך העולאאאם... אלעס מישט זיך אויס אין קאפ צו איין גרויסע טשולנט, ווען צו דעם שפילט צו כל-מיני הכרזות וועגן אומאן און ביאת המשיח, לימוד הזוהר און ח"י רוטל משקה.

מ'כאפט א מפליא לעשות, מ'וואשט זיך די הענט, און מ'טוט צוריק אן דאס גארטל. די מצב ווערט ערנסט, מה נורא המקום הזה, די ווינקל פון אויג כאפט שוין אויף די גרויסע בלויע אותיות, ע'יר ו'קדיש מ'ן ש'מיא נ'חית, מ'קען טאפן די התעוררות אין די לופט, יעדער שפירט דעם וגילו ברעדה, ס'גליסט זיך שוין אריינצוגיין אין מערה, אבער נישט איידער מ'מאכט א געהעריגע הכנה.

המשך יבא בעזהשי"ת.
לעצט פארראכטן דורך כתוב וחתום אום פרייטאג מאי 07, 2021 6:38 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער געשמאק געשריבן! ווארט מיר אויפן המשך
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

דאווענען... דאווענען...
ערבית... ערבית...
זאג נאר, האסט שוין גע'מעריב'ט?
איי... מי כעמך ישראל, אזא מנין קען מען נאר טרעפן דא אין מירון, ווארשיינדליך וועט יעדער דא דאווענען אן אנדערע נוסח שמונה עשרה, מ'וועט אבער דאווענען צום איינציגן באשעפער, די באשעפער פון די ספרדים און פון די אשכנזים, די באשעפער פון די חסידים און פון די ליטווישע. די לבוש איז פארשידנארטיג, אבער די הערצער זענען פאראייניגט, פאראייניגט לעבדו שכם אחד.

מ'ענדיגט דאווענען מעריב און מ'ווענדט די טריט צום חצר. די חצר איז פיל געפאקט עד אפס מקום, דער עולם פריידט זיך בשמחת הרשב"י, ס'טוט זיך א מצב, טאטעס מיט קינדער, זיידעס מיט אייניקלעך, מ'טאנצט מיט פארמאכטע אויגן און א דביקות בה'.

דארט שטייט א טאטע מיט זיין זון אויפן פלייצע "רעב איד, דיין שטריימל פארדעקט די אינגעלע'ס אויגן, ער גיבט זיך נישט קיין עצה..." יענער געפינט זיך בכלל נישט אויף דעם עולם, קוים וואס ער הערט אז איינער רעדט צו אים, אהה, ס'הערשט א העכערקייט, א חדוה עילאה.

ס'טוט זיך א שטופעניש און א געדרענג, דא און דארט כאפט מען א פעסטע בריקע פון די זייט, אבער דא ביי ר' שמעון פילט מען גארנישט, בלויז קרבת אלקים, אזוי לאזט מען זיך געשטופט ווערן דורך די מאסן ביז מ'דערזעט זיך אין מערה.

אזויווי מ'טרעט נאר אריין אין מערה עפענען זיך די שערי דמעות, ווי א קליין קינד וואס קען זיך נישט באהערשן הייבט מען אן צו כליפן. ס'שווימט ארויף די אלע צרות וואס מ'איז אדורך אין דעם שווערן יאר, ווער האט עפעס גע'חלומ'ט ווען מ'איז דא געשטאנען פאר צוויי יאר צוריק? ביי וויפיל לוויות האט מען זיך שוין באטייליגט זינט דאן? מ'האט נעבעך נישט געוויסט אויף וואס צו בעטן. און יעצט ווייסט מען יא וואס צו בעטן?! מ'ווייסט נעבעך גארנישט, נישט דא קיין ברירה נאר זיך ארויפווארפן אויפן באשעפער כגמל עלי אמו.

די קרבת אלוקים איז אין לשער, ווי א אשה וואס איז קופצת ונשבעת שלא תלד עוד, נעמט מען זיך פאר מיט די גאנצע הארץ שלא אחטא עוד, מ'איז אזוי זיכער ביי זיך, מ'זעט די באשעפער פאר די אויגן, ווי קען א איד בכלל זינדיגןע?!

נאך א שעה פארברענגען אין מערה קערט מען זיך צו איינע פון די ארויסגענג אינגאנצן באנעצט פון טרערן און שווייס, מ'גייט ארויס א דערפרישטער, כבן שנה נער, אויסגעוואשן, אויסגעלייטערט, מ'דערכאפט זיך דאס הארץ מיט א קאווע און מזונות ביי ר' שרגא שניצער, און געגאנגען, מ'גייט זיך פרייען בשמחת הרשב"י.

המשך יבא בעזהשי"ת.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ס’הארץ צאפלט וואס ס’קומט נאך אזא געשמאקע אנהייב
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שיין געשריבן.

דעם חלק האט מען ליידער נישט געהערט קיין סאך היי יאר. שרייב ווייטער!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שיין שיין..

כתוב וחתום האט געשריבן:דאווענען... דאווענען...
ערבית... ערבית...
זאג נאר, האסט שוין גע'מעריב'ט?
איי... מי כעמך ישראל, אזא מנין קען מען נאר טרעפן דא אין מירון, ווארשיינדליך וועט יעדער דא דאווענען אן אנדערע נוסח שמונה עשרה, מ'וועט אבער דאווענען צום איינציגן באשעפער, די באשעפער פון די ספרדים און פון די אשכנזים, די באשעפער פון די חסידים און פון די ליטווישע. די לבוש איז פארשידנארטיג, אבער די הערצער זענען פאראייניגט, פאראייניגט לעבדו שכם אחד.

ס'זענען דא נאך פלעצער אויפ'ן וועלט ווי ס'איז דא אזוינע מנינים (לאפוקי פון סאטמארע חסידים...)...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אוראייניקל האט געשריבן:שיין שיין..

כתוב וחתום האט געשריבן:דאווענען... דאווענען...
ערבית... ערבית...
זאג נאר, האסט שוין גע'מעריב'ט?
איי... מי כעמך ישראל, אזא מנין קען מען נאר טרעפן דא אין מירון, ווארשיינדליך וועט יעדער דא דאווענען אן אנדערע נוסח שמונה עשרה, מ'וועט אבער דאווענען צום איינציגן באשעפער, די באשעפער פון די ספרדים און פון די אשכנזים, די באשעפער פון די חסידים און פון די ליטווישע. די לבוש איז פארשידנארטיג, אבער די הערצער זענען פאראייניגט, פאראייניגט לעבדו שכם אחד.

ס'זענען דא נאך פלעצער אויפ'ן וועלט ווי ס'איז דא אזוינע מנינים (לאפוקי פון סאטמארע חסידים...)...

מיט סאטמארע אינעם מנין, טרעפט מען בלויז אין מירון.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מ'הייבט אן שפרייזן צו די מתחם פון תולדות אהרן, [מתחם איז איינער פון די העברעאישע ווערטער וואס מ'מוז קענען אין מירון, א שטייגער ווי ימינה, שמאלה, און שירותים, אז איינער קומט אין מירון און ער קען נישט די ווערטער איז ער אויס קאפעליטש מאכער... מתחם באדייט שטח, און איז גע'גנב'עט פון די לשון הקודש'דיגע ווארט תחום].

ס'קוקט אויס ווי גאנץ מירון ווענדט זיך יעצט אהין, יעדער גייט מיט אזא געהויבענע שטימונג, מ'קען טאפן די שמחה אין די לופט, פונדערווייטנס הערט מען ארויס ווי די מוזיק שפילט אונטער קה אכסוף, אויף די סקרינס זעט מען אז די רבי האלט אינמיטן אויסשפרייטן וואטע, קיין ליידיגע פלאץ אויף די פארענטשעס איז שוין נישט פארהאן, מ'שטעלט זיך אוועק אינמיטן שטח צווישן צוויי גור'ע בחורים.

אוי, מדת הרחמים עלינו התגלגלו, ולפני קונך תחנתנו הפילו, אוי, ובעד עמך רחמים שאלי... אוי באשעפער, די עולם קאכט, די התעורות שטייגט, די רבי הייבט אן גיסן אויל מיט בכיות נוראות, און די קלארינעט נעמט איבער, אני מאמין, אני מאמין, אאני מאאאמין אוי באמונה שלימה, אאהה, ס'איז א מחזה הוד צוצוקוקן ווי טויזנטע אידן, פון יעדע סארט בעקראונד שרייען ארויס פה אחד דעם אני מאמין, ס'איז א געפיל וואס מ'מוז אליין מיטלעבן.

די גבאי פארענדיגט גיסן די אויל, און די רבי הייבט אן מיט פייערדיגע דיבורים מעורר זיין דעם עולם אויף די קדושת היום, ס'איז שטאק-שטיל, די עולם הערט זיך צו מיט אן ערנסטקייט, די רבי זאגט נאך שטיקער זוהר מיטן לשון, און מ'גרייט זיך אט אט צו קבלת עול מלכות שמים.


המשך יבא בעזהשי"ת.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך!

גיי אן ביטע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כ’ווער נאר מער און מער דערשראקן

זייער גוט געשריבן
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

השם הוא האלוקים....
די ווידער-קול אליין דונערט אין די הימלען, ס'איז נישט משיג צו זיין וואס דאס מיינט צו זען מענטשן וואס הכרת פניהם ענתה בם אז זיי האבן שוין פונלאנג נישט געעפנט א אידיש ספר, און דא שטייען זיי מיט אזא ערנסטקייט און זענען אויף זיך מקבל עול מלכות שמים, אהה, א אידישע נשמה... ס'איז נישט קיין פשוט'ע זאך.

פא פא פאם
מאיר אדלער רירט אן די קיבארד מיט זיינע פאכמאנישע פינגער'ס, און מ'וועקט זיך אויף פון די מחשבות, די אינגעלייט נעמען די מייק'ס און די הענט אריין, די מוזיק טאנצט אונטער, און היידא, לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי... די גאנצע שטח איז אין די לופט, יעדער ווערט מיטגעשלעפט, די ווינקל פון אויג כאפט אויף צוויי באבערדלטע פאליציאנטן מיט קליינע געשטריקטע קאפלעך, טאנצן מיט מיטן עולם, אך, ר' שמעון בר יוחאי לכל.

די רבי צידט אן די הדלקה און פארעט זיך מיט די וואטע, ווען אינדערזייט שטייט וואלף זיכערמאן און קוועלט פון נחת, ס'דויערט א גוטע פאר מינוט אבער צום סוף ברענט עס שיין.

מ'נעמט ארויס די סעלפאון צו זען די זייגער.

שוואכע הערצער קענען זיך דא אפשטעלן.

missed call 8
די ב"ב פראבירט נעבעך צו רופן א גאנצע צייט אבער פון גרויס התרוממות האט מען גארנישט געפילט, צוריקרופן יעצט האט נישט קיין פירוש, מ'וועט זיך מילא נישט הערן איינער דעם צווייטן, אזוי ווענדט מען די טריט צום שביל ר' דוב אויף ארויסצוגיין, אין איינוועגס וועט מען זיך שוין אויך דערכאפן דאס הארץ ביים הכנסת אורחים.

די וועג זעט אויס אביסל אנגעלייגט, אבער נישט געזארגט, ס'נישט די ערשטע יאר מ'איז דא, אזוי גייט עס. מ'שטייט, מ'שטופט, און צום סוף קומט מען אן.

המשך יבא בעזהשי"ת.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

ס'ווערט שרעקעדיג..
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שוואכע הערצער האבן זיך אפגעשטעלט סוף פון דיין תגובה ... שרייב ביטע ס’איז א סכנה צו שטיין דא..

ב"ה ס’קלאפט ס’קלאפט
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ס’איז א סכנה צו שטיין דא..

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

שווערע מינוטן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

ס'דויערט נישט קיין מינוט און מ'איז ארומגענומען מיט א מויער פון מענטשן. די עולם שטופט, די אטעם ווערט שווער, די שטערן פארשוויצט, און די מויל פארטריקנט.

מ'וויל זיך אויסדרייען אויף צוריק, אבער ס'איז שוין צו שפעט, נאך און נאך מענטשן לייגן זיך אן פון אונטן, די דוחק ווערט גרעסער ביי די סעקונדע, און מ'קען זיך נישט רירן פון ארט.

דער וועג פירט נישט קיין ערגעץ, מ'שטעלט זיך אויף די שפיץ פינגער צו זען וואס טוט זיך, חוץ פון מענטשן זעט מען גארנישט. דערווייל ווערט די אנלייגעניש שטערקער און שטערקער, פון אונטן ווערט מען געשטופט דורך א משא כבידה פון מענטשן, און מ'ווערט אריינגעשטופט ווי אין א שטיינענע וואנט.

באנעצט מיט שווייס פון אויבן ביז אונטן פראבירט מען כאפן די אטעם, אבער ס'גייט שווערליך, פונדערזייט זעהט מען א קליין אינגעלע, קוקט אויס צען - עלעף יאר, ער ראנגלט זיך נעבעך צו אטעמען, לופט איז דא גענוג, אבער די קליינע לונג זיינער ווערט נעבעך צוקוועטשט, קוים וואס ער קען עפעס אריינעמען, מ'פראבירט צו שטעקן א האנט צו דאס קינד, אבער ס'איז אזא דוחק אזש די האנט גייט נישט דורך.

פלוצלינג הערט מען נישט קיין מוזיק מ'ווייסט נישט צו די מוזיק האט זיך אפגעשטעלט אדער די מח האט פשוט אויפגעהערט ארבעטן, ס'וויל זיך זאגן תהלים אבער די קאמיוניקאציע פון מח צום מויל איז עפעס נישט בסדר, דערווייל באזד די סעלפאון אין טאש, די האנט קען ניטאמאל אנקומען אהין, ס'איז אומדערטרעגליך.

אוי באשעפער, זאל מען נאר ארויסגיין פון דא לעבעדיג.

די הארץ פאמפט מיט אלע כחות, ססס... קוק נאר אויף דעם קינד, נעבעך, ער איז שוין האלב בלוי, ס'וויל זיך שרייען אבער מ'קען נישט, די גוף איז ווי פארגליווערט, און אט הערט מען א דינטשיגע שוואכע שטימע: איך מיין אז מ'דארף ליינען קרי"ש... אהה, לעכטיגע נשמה'לע, וואס האסטו נעבעך געזינדיגט? אזא לויטערע קרי"ש...

מיט בעטענדיגע אויגן און א פא'חלש'טע מינע אויפן געזיכט שטעקט דאס קינד ארויף די האנט, ווי איינער זאל זאגן "טאטע, דו האסט מיר דא אראפגעשיקש, נעם מיך צוריק".

אבער אין יענע רגע, ווי א מלאך פון הימל, קומט איינער פון די הייעך, יענער הענגט פון א פענסטער, ער כאפט אן דאס קינד און שלעפט אים ארויס, געבענטשט זאל ער זיין. דאס קינד הענגט נעבעך, קוים וואס מ'זעט א סימן חיות, ווער ווייסט וואס וואלט געווען ווען ער בלייבט דא נאך איין רגע.

אזוי שטייט מען אינגאנצן פארטראכט און צושוידערט פון די סצענעס וואס די אויגן זעען נעבעך, און מ'הייבט אן זיך גרייטן אויפן ערגסטן, מ'שעפשעט פסוקי וידוי, מ'ליינט קרי"ש, מ'איז מפשפש במעשים...

פלוצלינג נעמט מען זיך פליען ארויס פון קאנטראל, די מח האט נאכנישט אויפגעכאפט וואס דא טוט זיך אבער די פיס איז שוין נישט אויפן ערד. אין איין רגע האט די גאנצע עולם אנגעהויבן פאלן אן קיין קאנטראל, איינער אויפן צווייטן, טאטעס אויף קינדער, בחורים אויף עלטערע לייט, א פחד נורא.

אינדערזייט ליגט איינער אויף א בחור'ל, ס'כאפט שוידער צו הערן זייער שמועס, צדיק'ל זיי מיר מוחל, איך וויל דיך נישט צוקוועטשן, איך קען פשוט נישט אויפשטיין, און דער בחור'ל ענטפערט מיט א פאר'גוסס'דיגע קול, מחול לך, מחול לך, מחול לך. אזוי ליגן נעבעך די צוויי אידן איינער אויפן צווייטן, ס'זעט נישט אויס ווי זיי קענען זיך, ס'איז אבער קענטליך אז זיי האבן זיך ליב אהבת נפש, זייערע נשמות געהערן צום זעלבן היכל, די היכל פון ר' שמעון.

דערווייל ווערט די אטעם קערצער, ווי שווער ס'איז געווען ווען מ'איז געשטאנען איז יעצט פי כמה אזוי שווער, די עולם ליינט צוזאמען קרי"ש ווען בשעת מעשה ווערט מען צוטרויטן דורך די צענדליגע מענטשן וואס האבן מצליח געווען זיך אויפצושטעלן, מ'איז זיי מוחל בלב שלם, זאלן כאטש זיי איבערלעבן.

אין די גאנצע ארום איז נישט דא גארנישט אויסער גופים, ס'הייס, פארשטיקט, די אטעם שטעלט זיך צוביסליך אפ, מ'הערט אויף פילן די אייגענע אברים, די קאפ ווערט אביסל נאכגעלאזט, ווארשיינדליך איז דאס וואס מ'פילט אין די לעצטע מינוטן.

א אומבאשרייבליכע רואיגקייט נעמט ארום, דאס איז עס, מ'איז אין די הענט פון דער גרויסער באשעפער, במחיצה פון די לעכטיגע תנא ר' שמעון, אהה, אז ס'איז באשערט צו גיין זאל מען כאטש גיין בטהרה.

אזוי ליגט מען אינגאנצן פארגליווערט. נישט נאר וואס מ'פילט נישט די אייגענע אברים, נאר ס'זעט גאר אויס אז מ'געפינט זיך שוין אינדרויסן פון זיי, מ'שוועבט פון אויבן און מ'זעט די אייגענע גוף ליגט דארט נעבעך אינגאנצן צודריקט.

פונדערווייטנס זעט מען פילע הצלה יונגעלייט מיט ארענדזשע וועסטלעך שטראמען פון אלע זייטן, זיי הייבן אן אראפנעמען איין גוף פונעם צווייטן, ווען צו יעדע גוף נעמען זיך צוויי מעמבערס. אהה, די געטרייע מעמבערס, שווייס רינט פון זייערע שטערנס, און זיי ארבעטן מיט א אימפעט, איין נפש מישראל, נאך איינס, נאך איינס, אשריכם, מ'וויל זיי געבן א קוש אין שטערן, אבער מ'קען נישט, דא קען מען נאר זיין א מליץ יושר, זאל די זכות זיי טאקע ביישטיין.

די פלאץ ווערט שיטערער, מ'ווערט ארויפגעלייגט אויף א בעטל און געפירט צום מתחם פון תולדות אברהם יצחק, דארט זעט מען ווי זיי לייגן די גוף אין א זעקל, פילע זעקלעך ליגן נעבעך אויסגע'שורה'ט, א רחמנות אויף די משפחות...

***

מוצ"ש 1:00
די גאנצע ארום איז שווארץ פון מענטשן, דאס מוז אוודאי זיין די לויה, און אט הייבט מען אן דערקענען די משפחה און באקאנטע, אזא רחמנות אויף זיי, זיי שטייען און וויינען ביטערליך, איינע איינע קומען זיי צו איבערבעטן, זיי זענען אלעמאל געווען אזוי געטריי...

א בליק אויף זייערע פנימ'ער פארציילט אז זיי זענען נעבעך ערשיטערט ביז די טיפעניש פון זייער נשמה, זיי זענען צומישט, זיי פארשטייען נישט, על מה עשה השם ככה? זיי גלייבן באמונה שלימה, אבער זיי פילן דאס נישט, א מענטש איז נאר א מענטש, און אזא זאך, אזא פארלוסט, צוברעכט אויף שברי שברים.

אזא רחמנות אויף זיי, אזא שאד אז זיי זעען נישט וואס מ'זעט דא, דא איז אלעס אזוי פארשטענדליך, אזוי לעכטיג, אזוי זיס.

זייט וויסן טייערע ברודער, אז אונז אלע פארברענג'מיר דא אין אזא לעכטיגע היכל, מיט אזא זיו השכינה וואס עין לא ראתה, עטס קענט זיך דאס גארנישט פארשטעלן.

מנעי קוליכם מבכי ועניכם מן דמעה, ס'איז דאך אזוי פארשטענדליך וואס דא האט פאסירט, ס'איז דאך געווען אזא טובה...

אבער דאס איז אויך א טובה, ס'איז א טובה אז מ'פארשטייט נישט, ס'איז א טובה אז מ'ווערט ערשיטערט, ס'איז א טובה אז ס'טוט וויי, ווי די הייליגע אגרא דכלה שרייבט, (סוף פרשת פקודי ד"ה מדרש אמר הקב"ה לאברהם) והנה בני אדם בחטאם מן ההכרח שיקבלו עונשם להתם פשע, והנה אם היה להם דעת שלימה בעת קבלת העונש, הנה כמעט לא יחשב להם לעונש, ואדרבה ישמחו כעל כל הון, כיון שיודעים שרפואתם תלוי בזה.

והנה העונש הגמור הוא כשלא ידע שרפואתו תלוי בזה, זה מקרי שעבוד ועבודה נגד הטבע, פירט די אגרא דכלה אויס מורא'דיגע ווערטער, ועל ידי זה ינוכה לו מה שהיה נהנה מן העבירה.

אלעס איז לטובה, אפילו דאס אז מ'פארשטייט נישט איז אויך א טובה, אוי, זאל מען שוין זוכה זיין אז מ'זאל קענען זען די טובה מיט די אויגן בביאת גואל צדק בב"א.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

:cry: :cry:
טיעף בארירנד!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

כתוב וחתום!!
מען האט דיר געלאזט פון הימל קומען פארציילן וואס דארט טוט זיך אפ...

געוואלדיג

נפלא, נורא נוראות אזאנץ צו קענען שרייבן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

טאלאנטפול און?.. אה, רירנד!!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אוי, הארצרירנד!

---

דו רעדסט באמת פון אייגענע עקספיריענס, אדער איז עס פשוט א תמצית פון אלע באריכטן?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

:-e;/ זייער עמאציאנעל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אונגארי, אידען מעגליך ער רעדט פון זעך? אידען דא ווייפיי דארט אויבן?
דאס איז גוט באשריבן די מחשבות מיט די איבערלעבענישן פון די קרבנות נעבאך
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוי, הארצרירנד!

---

דו רעדסט באמת פון אייגענע עקספיריענס, אדער איז עס פשוט א תמצית פון אלע באריכטן?


ניין, עס איז א תמצית + דמיון, איך לעב ב"ה און איך האב אויך נישט געהערט באריכטן וואס די נפטרים האבן געפילט.

----

כאניש'ל האקט.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

ישר כח!!! געלאזט א טרערל.

:-( :-(
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אונגארי, אידען מעגליך ער רעדט פון זעך? אידען דא ווייפיי דארט אויבן?
דאס איז גוט באשריבן די מחשבות מיט די איבערלעבענישן פון די קרבנות נעבאך


איז געווען ווייניג וואס זענען געראטעוועט געווארן? ער קען זיין איינער פון זיי, ער שרייבט נישט אז ער איז שוין דארטן... (איך בין דיר נאר מסביר מיין שאלה).

אגב, כתוב, צו שרייבן אזוינס אן מיטלעבן איז טאקע עפעס מורא'דיג!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אונגארי, אידען מעגליך ער רעדט פון זעך? אידען דא ווייפיי דארט אויבן?
דאס איז גוט באשריבן די מחשבות מיט די איבערלעבענישן פון די קרבנות נעבאך


איז געווען ווייניג וואס זענען געראטעוועט געווארן? ער קען זיין איינער פון זיי, ער שרייבט נישט אז ער איז שוין דארטן... (איך בין דיר נאר מסביר מיין שאלה).

אגב, כתוב, צו שרייבן אזוינס אן מיטלעבן איז טאקע עפעס מורא'דיג!


---

אה, יעצט זעה איך די לעצטע שטיקל פון מוצ"ש וואס איך האב נישט געליינט...

סאררררי
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”