האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

פאר אזא היימישע אינגערמאן קומט זיך א עקסטערע אשכול.

הר"ר אליעזר הערש ע"ה איז ליידער געווען צווישן די געפאלענע ביי די שרעקליכע אינצידענט פארלאפענען ל"ג בעומר אין מירון.

אליזער הערש איז געווען 27 יאר אין איבער געלאזט א אלמנה מיט פיר יתומים.

ער האט געלערנט אין די גרויסע כולל אין קרית יואל, מיט מסירת נפש ממש, אלעס פאר די הייליגע תורה, ווי זיינע חבירים אין כולל געבן איבער איז דאס געווען א סעמפל פון א אינגערמאן וואס איז זיך מגיה אין לערנען אן קיין נגיעות!

זיך געדארפט שטעלן צו א פארהער ביי די בית דין אין ירושלים אויף גאנץ הלכות שבת א זונטאג נאך ל"ג בעומר, אבער ליידער האט ער זיך געשטעלט פארן בית דין של מעלה אבער אן א פארהער, דארטן ווייסט מען וואספארא נשמה דאס איז.

זיין דאווענען איז געווען מיט א פשטות אבער פון אונהייב ביזן סוף נישט ארויס געקיקט פונעם סידור, מיט א ערליכקייט אין א תמימות, סע איז אוסגעקומען איינמאל שבת באנאכט צו דאווענען צוזאמען מיט עם אין א קליין בית מדרש'ל, זייער שטייטע בעל תפילה געווען דארטן, די עולם איז געווארן זייער נערוועז , ער האט קיין ווארט נישט געזאגט, נאר געשטאנען ביי זיין פלאץ אריין געקיקט אין סידור כאילו לא היה.

געווען א גרויסע אבער א זעלטענע עסקן, ווען ער איז געווען אינוואלף אין יעדע דבר טוב מיט זיינע איידעלע מידות, בפרט ווען מע האט געדארפט האבן עסקנות וואס איז געווען אינוואלף צדקות אין געלטער, איז ער געווען די אדרעס פאר דעם, צלוב זיין שטארקע גראדקייט ווען סע איז געקומען צו פיינענ'ץ.

געווען די יושב ראש אין איינע פון די גרעסטע גמ"ח אין קרית יואל, זכרון משה, נישט קיין גרינגע ארבעט, יעדן אופגענימען מיט א שמייכל אין געהאלטן פרינציפן אבער אן צו ווייטאן קיין איין אידישע קינד, ווי איינער האט זיך אונגעריפן שבת אז זעלטן וואס מע זאל האבן געהערט פון עם א ווארט.

בית מדרש אוהל פייגא בפרט אין קרית יואל בכלל איז אינטער א אבילות, קיינער פארשטייט נישט וואס דא איז געווען, יעדער איז שאק אין פראזען.

נעכטן נאכט ביי די ווירטואלע לויה אויף די קארטער גאס זענען זיך צוזאם געקומען הונדערטע ידידים אין גוטע פריינד ארויס צו ווייזן שטיצע אין סימפאטיע פאר די ציבראכענע פאמעלי'ס ווען זיי האבן געדארפט מיטהאלטן די לויה מריחוק המקום.

די בכיות ווען די זיידע הרב הגאון המקובל ר' בעריש קויפמאן שליט"א האט אוסגעשריגן אשריך אליעזר הערש אז די ביזט געפארן צו אזא צדיק, זוכה געווען צו נפטר ווערן אין אזא מקום, אין זוכה זיין צו ליגן אין אזא מקום, פאר מיר איז דאס מקירב מקום ר' שמעון וועט דיר אופנעמען דארטן אין הימל מיט א שמייכל די האסט זוכה געווען צו זיין אפאר שעה פאר דיין לויה אין מקוה האר"י, מקבל געווען עול מלכות שמים צוויי מאל, ר' שמעון האט דיר אוסגעקליבן די זאלסט זיין מיט עם אויבן.

צווישן די הספדים איז געווען הרה"ג ר' אלימלך בידערמאן, הרה"ג ראש ישיבה מהרי"ט בני ברק, זיין טאטע, זיינע ברידער'ס, הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער ראש הכולל, אין נאך.

עליה השלם כל הקרבנות כולם

געהערט א שטארקע ווארט וואס קען געבן חיזוק אין אזא שווערע מאמענט, צוויי זאכן בארואיגן דאס נפש ווען מע איז טראמאטייז, הבנה מיט ביטול.

הבנה - ווען די נפש פארשטייט עקזעקלי וואס דא איז געשען אין ווער סע שילדיג, אין וואס מע האט געקאנט טאן עס צו פארמיידן, פארוואס פינקט יענעם, ווי לאנג האט גענימען די כוחות צו ריספאנדן וכו', דאס אלעס קען בארואיגט די נפש פון די טראמא.

ביטול- אזוי ווי א קליין קינד צו די מאמע, פארשטייט נישט גארנישט, אבער זיך אינגאנצן מבטל צו זיין מאמע, זאל ער זיך צוקלאפן אדער ווייס וואס, ווי נאר ער זעט זיין מאמע בארואיגט ער זיך.

איך מיין נאך אזא שווערע היימישע קלאפ וועט אונז נאר בארואיגן ביטול, לאמיר זיך אינגאנצן מבטל פאר אונזער טאטע אין הימל.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14693
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ביים מעמד יציקת הבורות אין אוהל פיגא קרית יואל לעצטע וואך מאנטאג
אטעטשמענטס
IMG-20210430-WA0094.jpg
IMG-20210430-WA0094.jpg (436.96 KiB) געזען 4830 מאל
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איז דא א רעקארדינג פון די לווי'?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

אביסל קלארער,
ער איז דער אינגערמאן אינגאנצען לינקס פונעם בילד אויף ביידע בילדער.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

על אלה אני בוכיה. עיני יורדה מים.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

האבעך עם געקענט.
א צדיק פון א אינגערמאן געווען, א בעל חסד א טוב עין און אזא איידעלער מענטש.
אוי מה היה לנו.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

נאך קלארער
אטעטשמענטס
IMG-20210501-WA0004.jpg
IMG-20210501-WA0004.jpg (73.35 KiB) געזען 4359 מאל
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

הערות און הוספות אין באלד

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
נעכטן נאכט ביי די ווירטואלע לויה אויף די זענטא גאס זענען זיך צוזאם געקומען הונדערטע ידידים אין גוטע פריינד ארויס צו ווייזן שטיצע אין סימפאטיע פאר די ציבראכענע פאמעלי'ס ווען זיי האבן געדארפט מיטהאלטן די לויה מריחוק המקום.

די בכיות ווען די זיידע הר"ר מאיר יודא העלד (די שווער פון זיין שווער ר' בערל ראזענבערג) האט אוסגעשריגן אשריך אליעזר הערש אז די ביזט געפארן צו אזא צדיק, זוכה געווען צו נפטר ווערן אין אזא מקום, אין זוכה זיין צו ליגן אין אזא מקום, פאר מיר איז דאס מקירב מקום ר' שמעון וועט דיר אופנעמען דארטן אין הימל מיט א שמייכל די האסט זוכה געווען צו זיין אפאר שעה פאר דיין לויה אין מקוה האר"י, מקבל געווען עול מלכות שמים צוויי מאל, ר' שמעון האט דיר אוסגעקליבן די זאלסט זיין מיט עם אויבן.

צווישן די הספדים איז געווען הרה"ג ר' אלימלך בידערמאן, הרה"ג ראש ישיבה מהרי"ט בני ברק, זיין טאטע, זיינע ברידער'ס (? קען זיין נאר אין א"י, ווייל דא האט די טאטע געזאגט ביים לויה אז די ברודערס דאהי טארן עפ"י הלכה נישט מספיד זיין ), הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער ראש הכולל, זיין שוואגער ר' משה אליעזר גאטליב, זיין פעטער רי ישראל מאיר ראזענבערג מנהל ת"ת ויו"מ ק"י, ר' אשר מענדל כהנא בשם מתפללי אוהל פיגא, אין נאך.

עליה השלם כל הקרבנות כולם

געהערט א שטארקע ווארט וואס קען געבן חיזוק אין אזא שווערע מאמענט, צוויי זאכן בארואיגן דאס נפש ווען מע איז טראמאטייז, הבנה מיט ביטול.

הבנה - ווען די נפש פארשטייט עקזעקלי וואס דא איז געשען אין ווער סע שילדיג, אין וואס מע האט געקאנט טאן עס צו פארמיידן, פארוואס פינקט יענעם, ווי לאנג האט גענימען די כוחות צו ריספאנדן וכו', דאס אלעס קען בארואיגט די נפש פון די טראמא.

ביטול- אזוי ווי א קליין קינד צו די מאמע, פארשטייט נישט גארנישט, אבער זיך אינגאנצן מבטל צו זיין מאמע, זאל ער זיך צוקלאפן אדער ווייס וואס, ווי נאר ער זעט זיין מאמע בארואיגט ער זיך.

איך מיין נאך אזא שווערע היימישע קלאפ וועט אונז נאר בארואיגן ביטול, לאמיר זיך אינגאנצן מבטל פאר אונזער טאטע אין הימל.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

טראנספארט האט געשריבן:הערות און הוספות אין באלד

גערעכט דארטן האבן זיינע ברידער'ס מספיד געווען, איינער האט געזאגט אז ער האט געפענט זיין רענצל זען וואס דארטן טוצאך, האט ער געזען אז טויס פאר די קינדער האט ער זיך שוין איינגעהאנדלט, אוי האט ער געשריגן ווער וועט געבן די טויס פאר די פרישע יתומים??
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

געזען ווירטואל אז 'כאטש אביסל צו פארגרינגערן' ר' יואל פרידמאן פון UTA האט זיכער געמאכט די טעלעפאן זאלן גוט ארבעטן
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
כשרע טעלעפאון
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:45 am

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאון »

אוי לעזער הערש לעזער הערש ווי ביסטו ווי ביסטו געזאגט אז מען פארט אין מקומט צוריק מיט פילע באגאזשן ישעות רפואת.. האסט געזאגט אז מפארט ווייל ר שמעון רופט.. ביסט געפארן מיט אזא שמחה.אוי ווי ביסטו
ווער עס האט געקענט לעזער הערשן ווייסט ווי גערן ער האט געטון יעדע זאך וואס מען האט אים געבעטן
פלעגט מיר אויסקומען צו פארברענגען מיט אים אין עניני עסקונת א געשמאק ערליך אויסגעהאלטן אין יעצט זיץ איך פארטראכט פארחלומט דעי מח פארנעמט נישט וואס סהאט דא פאסירט נזהר געווען אויף יעדענס כבוד סזאל זיין אויסגעהאלטן
חבל על דאבדין ולא משתכחין
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

די פריערדיגע לינק ארבייט ביי איינעם? ביי מיר שטעלט זיך עס אפ נאך 12 סקונדען.
ברוך פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פריעדמאן »

1111.jpeg
1111.jpeg (179.75 KiB) געזען 3667 מאל
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

שמואל בארג האט געשריבן:די לויה
https://www.c-live.co.il/archives/27170

איז דא ערגעץ ווי מען קען איבערהערן די לוי'?
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

שמואל בארג האט געשריבן:די לויה
https://www.c-live.co.il/archives/27170

קען עמיצער דאס לייגן אויף דראפבאקס אדער דרייוו? - ייש"כ
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

א קורצע צייט נאכן זמן מוצ"ש האט מען זיך אנגעהויבן צו פארזאמלען אין שטוב אויף 20 זענטע צו די מעמד ההספדים,

ווען מען האט אנגעצינדען דעם לייוו הוקאפ פון מירון האט מען געהערט הרה"צ ר' מיילעך בידערמאן שליט"א מספיד זיין, און נאכדעם הרה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א, פאר זיי האבן מספיד געווען הרה"ג ר' הירצקא צוויבל שליט"א, הגרי"ב וואזנער שליט"א גאב"ד שבט הלוי, הרה"ג רמ"א דאווידאוויטש שליט"א אב"ד סעקילהעיד, דאפלטער מחותן מיט די יוזשעף'ס.

דערנאך האט מספיד געווען די זיידע הרה"ג המקובל ר' בעריש קויפמאן שליט"א, ער האט נעבעך זייער ביטער געיומערט, וואספארא פערלשטיין די משפחה האט פארלוירן, און ווי די שכינה וויינט אויף אזא צוקומפטיגער גדול בישראל, ער האט ערווענט אז דער נפטר האט געהאט אן אפפוינטמענט דעם זונטאג זיך צו פארהערן גאנץ הלכות שבת ביים בד"ץ עדה"ח (אינמיטן זיין הספד איז דעם נפטר'ס שווער אוועקגעפאלן אונמאכט, ווי באריכטעט אינעם דערנעבנדיגן אשכול, פון דער איד).

עס איז געווען הארצרייסנד מיט צו האלפן ווי אן אכציג יעריגער זיידע וויינט ווי א קינד ביי די לוי' פון זיין באליבטער אייניקל, אלע האבן מיטגעוויינט הויך אויפ'ן קול.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
כל מקדש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 12:40 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל מקדש »

קאמענטאטאר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:די לויה
https://www.c-live.co.il/archives/27170

קען עמיצער דאס לייגן אויף דראפבאקס אדער דרייוו? - ייש"כ

ביטע
ארויף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

האט עמעצער א ריקארדינג פון די לויה?
נאך איינער

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

C/p

Interesting story for u to decide if u wanna believe it. But I heard it from a family member:
A bucher that was on the floor next to Eliezer Hersh Joseph while he was dying, called up the parents and said that he heard him recite krias shma repeatedly and a very strong light came out of His face, he was literally shining. The father said that when he was born there was an odd thing because there was a shine of His face.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

למעשה האט איינער די לויה?
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

ווייסט איינער פשט וואס די טאטע האט געזאגט ביים לויה אז די ברודערס דאהי טארן עפ"י הלכה נישט מספיד זיין?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווייל זיי האבן זיך שוין געהאט געזעצט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

farshlufen האט געשריבן:ווייל זיי האבן זיך שוין געהאט געזעצט.

און דער טאטע ר' יו"ט נישט?
געווענדליך זעצט מען זיך צוזאמען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האברך הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה מקרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איה"נ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”